אני הק', אזויווי @סמבטיון (כנראה), מוטשע איך מיך צאם צו נעמען מיינע געפילן, מגיב צו זיין אויף דעם מייסטער ווערק פון הרב @בגדי כהונה. פארשטייט זיך אז אלס איינער וואס איז 'משוגע' אויפ'ן רב (כאטש ליידער נישט גענצליך 'מחובר' צו זיין שטייפע אידאלאגיע (וראה לקמן), אבער דאך כאפ איך א טרייסל עד דכדוכה של נפש פון זיין גרויסן דמות און מורשה), בין איך מלא נגיעות כרימון, אבער דאך וועל איך ברשותכם שרייבן א שורה צוויי.
דער ראפשיצער האט געזאגט (אדער יא, זיכער נישט) אז כדי צו זיין א תמים ברויך מען זיין א חכם. איך מיין אז איידער מען זעצט זיך שרייבן א דוקטרט אויפ'ן רב, ברויך מען דורך אקערן דעם נקודה. אין מיינע אויגן איז דער רב איין שטיק תמימות און פארגלויבטקייט, וואס דאס איז טאקע בתולדה, אבער נישט אין קאנטראסט, פון זיין גרויס חכמה.
כידוע האלט מען אין בעלזא (און איך אנטשולדיג זיך פון פאראויס פאר ידידנו @אדנירם) אז בעלזא איז א ווינקל וואו מען וועט וויסן פון ג-ט ב''ה ביז משיח וועט קומען (וידוע הסיפור עם מהר''א באמצע שנות הזעם שהוכיח מאימרה הנ''ל שעוד יבנה בעלזא מחדש). בעלזא האלט זיך פאר די אמבאסאדע פונעם רבוש''ע אויף דעי וועלט. דאס ווייסט יעדער און כמובן לאו דוקא אז מען מוז מסכים זיין צו דעם.
ווען דער רב האט זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן שטול - @בגדי כהונה שרייבט אז ער איז נאכנישט אנערקענט געווען אזוי אלץ צדיק, אבער ער האט פארפעלט דעם פונטעלע. די גדולי ישראל וגדולי החסידים וואס האבן געשטופט דעם הכתרה (כידוע) האבן געגלייבט באמונה שלימה אז בעלזא דארף זיך בויען. דער רב האט געזאגט ביים אננעמען די הנהגה אז מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן אז דאס האט דער פעטער געמיינט. דער רב ז''ל האט געזאגט אז מיר דארפ'ן אויפשטעלן א דור וואס וועט זיך נישט שעמען אקעגן צו גיין משיח'ן, און דאס איז וואס דער רב אטעמט די לעצטע פופציג יאר.
לדעתי, איז בכלל נישט מוכרח אז דער רב האט פאראויסגעזעהן די געוואלדיגע הצלחה בפנים ובחוץ, נאר האט געגלויבט באמונה שלימה אז דאס דארף און דאס וועט געלונגען. (כמובן, אז אלץ מאמין אין דעם מושג פון סוד ה' ליראיו, און 'יורש כרעא דאבוה', האלט איך אז עס איז דא אביסל מער אין דעם, אבער כמובן אז מען קען דא נישט מאריך זיין אין דעם ענין). דעי אמונה טהורה שפירן די חסידים לכל אורך הדרך.
בכלל איז די בעלזע חסידות גאר א פארגלויבטע חסידות אין מיסטיקה, א שטייגער ווי דאס וואס מהר''ש ז''ל האט געזאגט (מובא בהקדמה לאמרי יוסף בשמו) אז ער האט געבויעט דעם ביהמ''ד מיט א כח וואס זאל צוען יודן צו דעם, וכהנה וכהנה וכהנה. און אין דעם תמימות ווייקט זיך דער רב על כל צעד ושעל. א 'דוגמא' צו דעם, איז וואס איך האב געהערט (פון איינער פון די גאר נאנטע חסידים), פאר יארן צוריק ווען דער רב האט ארויסגעגעבן א קונטרס בעניני המועדים ע''פ חסידות, איז געווען דעמאלטס עפעס א שערוריה וואס די א.ג. קנאים האבן ארויסגעשטעלט פאשקעווילן איבער עפעס אן ענין (איך ווייס נישט וואס). האט דער רב דעמאלטס געזאגט פאר די מקורבים, אז כך הוא דרכו של עולם, ווען די קדושה הייבט זיך, מען האט ארויסגעגעבן א קונטרס, פרובירט די כח התנגדות דקדושה זיך צו שטארקן. דאס איז די מהלך און בליק פונעם רב, לכל אורך הדרך.
ס'איז מיר שווער אנצוטיילען פונקטליך וואס איך וויל ארויסברעגן. אבער איך מוז זאגן אז עס איז מורא'דיג צורם, פאר אן אינסיידער, צו ליינען די בעלבתישע אמעריקאנע דיבורים פון ידידינו הנ''ל.
ווען עס קומט צו די פליקערייען פונעם רב, איך האב נישט קיין אהנונג אויב עס איז אמת, אדער וועלכע פון די דוגמאות זענען אמת, אבער איך מיין אז מען קען נעמען אין חשבון די כלליות'דיגע בעלזע שטאלץ, על דרך וואס איינער פון די חניוקעס פון פאר'ן קריג האט 'געטייטש' דער הרחמן פון ליל הסדר ''הרחמן הוא ינחלינו כו' יום שצדיקים יושבים כו'" - דער טאג ווען די צדיקים וועלן זיך אויפהערן נאריש צו מאכן און קומען ווערן יושבים אין בעלזא.............. אויב די פליקערייען זענען אמת, איז עס לדעתי מכח הנ''ל, און נישט מכח דאס בויען קאנפידענס.
טשילס באנעמען מיר ווען איך דערמאן זיך די ווערטער פונעם רב, ביים מעמד לציון 50 שנות הנהגה. דער רב האט אנגעהויבן מיט ''איך קום נישט רעדן אלץ רב און נישט אלץ רבי, נאר ווי א
פשוט'ע זעלנער...". דאס האט ער בעצם נישט געדארפט זאגן, ווייל די חסידים שפירן דאס אליינס. (גראדע אויב געדענק איך גוט האט דער רב זיך דעמאלטס זיך באצויגן צו די 'טענה' פון בעלזא ישן וחדש, איך מיין אז די מבקשי אמת פון צווישן די ס''מ (אויב עס זענען בכלל דא אזעלכע) זאלן אויסהערן יענע דרשה).
ראה שמועטים הם, עמד ושתלם בכל דור.
און צום שלוס, אזויווי מען האט דערמאנט די בעלזער דיינים, פונקט נעכטן האב איך באקומען א זיסע קלופ פון א זיסע בעלזער דיין אין ארץ ישראל, ר' שלמה בינעט (א יונגער שטערן, דער רב טשאטשקעט זיך מיט אים), וואו ער שטעלט זיך אוועק פארנט פון א קעמרע, מיט זיין גאנצע חניוקישקייט, און איז מסביר וויאזוי מען דארף זיך וואשן על פי הלכה. פרום און קלוג.
https://drive.google.com/open?id=0B3bgv ... 3RQSFFjNGM