באליוויע רייז און עסטערייכער

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

באליוויע רייז און עסטערייכער

שליחה דורך מיש-נייעס »

באליוויע האט א שיינע שטיק צייט אקופירט די העכסטע און אנגעצויגענסטע העדליינ'ס פון די מידיא קאנצעטראציע, אין די צייט וואס זיי האבן פאר'משכון'ט ר' יענקי עסטערייכער פארן אנגעבליך פאר'ן קונקערירן מיט די קערופציע פון לאנד פירער
און זיין באפרייאונג איז געקומען ווי א בליץ פון איין טאג אויפ'ן צווייטן פארשלייערט אין מיסטערי, דא און דארט האט מען געהערט פאלן עפעס ווערטער... אנדייטענדיג אויף די סענסיטיווקייט פון די אינפארמאציע ארום זיין באפרייאונג
היינט ווען עס איז שוין פארלאפן א האלבער שמיטה קען מען שוין עפענען דעם מיסטריעזן רעטונגס אקציע אדער עס איז נאך צו יונג און מען וועטדארפן ווארטן אויפן וועקער נומער 119
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזוי גייט עס ביי אונז, ווילאנג מ'דארף דעם עולם צו פארן שתדלן און חתמנ'ן פאטיציע'ס האלט מען יעדעם געשפאנט, מ'דרייעט איבער גאסן, מ'באקלעבט יעדעם וואנט וואס גייט האבן א אידישען דורכגייער, אונז דארף מיר זיך ספראווען מיט די עסקנים ווואס באמוטשענען, די קינדער וואס פאלן אריין אין פאניג, און בכלל מיט זייער פי אר מאשין וואס מאכט זיכער אז מ'זאל הערן פון זיי צעהן מאל טאג, איינמאל די זאך ווערט אויסגעגראדט געבט מען אונז אזא קלאפ און ריקן, יונגעלע, גיי צוריק אין חדר, און מ'לאזט אונז מיט די צונג אינדערויסן, קיינער איז נישטא צו דערציילן די טריקענע מעשה וואס ווען און ווי ס'האט פאסירט.
אויב וויל מען האלטן אזאך פריוואט דאן לאז אפ דעם ציבור, אויב האסטו אנגערידערט די שטאט זיי מוחל און דערצייל וואס ס'האט פאסירט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אנטשולדיגט כבוד ר' שטיסל. אבער צו שאפן די שווערע געלטער האט מען געדארפט צוקומען צו נכסי ציבור און מען האט געדארפט שטארק קאמפיינען. פאקטיש האט מען מצליח געווען איהם ארויסצושלעפן. וואס איז א גרויסע סוקסעס פאר איהם בפרט און די ציבור בכלל. אבער יעצט איז אמת'דיג נישט דא קיין שום זאכליכע סיבה פארוואס ארויסצופאקן אלע דעטאלן. ס'נישט מעלה אדער מוריד נאר פאר אזעלכע גאסיפערס און מוילמאכערס און קאך לעפלעך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קורקלענד האט געשריבן:אנטשולדיגט כבוד ר' שטיסל. אבער צו שאפן די שווערע געלטער האט מען געדארפט צוקומען צו נכסי ציבור און מען האט געדארפט שטארק קאמפיינען. פאקטיש האט מען מצליח געווען איהם ארויסצושלעפן. וואס איז א גרויסע סוקסעס פאר איהם בפרט און די ציבור בכלל. אבער יעצט איז אמת'דיג נישט דא קיין שום זאכליכע סיבה פארוואס ארויסצופאקן אלע דעטאלן. ס'נישט מעלה אדער מוריד נאר פאר אזעלכע גאסיפערס און מוילמאכערס און קאך לעפלעך.

אבי געהאקט (ווי רוב פון דיינע תגובות), מ'האט קיינמאל נישט געשנארט קיין געלט, און צו דיין אומפארשטענדליכער תגובה אז יעצט איז נישטא קיין שום זאכליכע סיבה פארוואס ארויסצופאקן אלע דעטאלן, ביטע קוק איבער מיין תגובה, כאטש דיינע געהאקטע פראזן פון גאסיפערס מוילמאכערס קאך לעפלעך קוקט אויס הויעך געשפריצט, האט דיין תגובה נישט קיין טראפ מחשבה, ס'איז בסך הכול א מיטל זיך אהערצושטעלן מענטשליך און נישט יענטע'דיג ווען אין מציאות איז דער טערמין נישט נוגע דא, ווייל מ'האט אונז אלע אינוואלווד.

ביטע טרעט אראפ פון מיר, יא, כ'האב דיר געזאגט אמאל א ווארט קריטיק, דאס מיינט אבער נישט אז די דארפסט מיר נאכלויפן מגיב זיין ווי איך שרייב נאר. דיינע שטותים לאז אין די טראמפ אשכול, דיינע שפיציגע תגובות דארטן איז דער גורם אז ס'איז נישטא דא קיין איין נארמאלע שמועס וועגן פרעזידענט טראמפ, דיינע קינדערישע תגובות פארטרייבן יעדן פון דארט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

#אטאקא #פערזענליכעאטאקע #שטיסלהאקט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אפשר איז דא א סיבה פארוואס מקען נישט ארויסגעבן די דיטעילס? סוכ״ס האט מען דאך דא געהאט צוטוהן מיט אינטערוועלטניקס און מאפיא. די וועקער דארף אינטערוויוען די מאווי סטאר און אקטוויסט Sean Penn וואס איז געוועהן שטארק אינוואלוועט אין זיין באפריינונג, אפשר וועט ער ארויסגעבן אביסל סודות פון חדר.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

חס ושלום איך האב נישט געמיינט מיט דעם אראפצורייסן קיין עסקנים, אין חס ושלום עס זאל ווערן א קריג צווישן #קארטלענד און #שטיסל...!
קוק איבער די פראגע פונ'ם אשכול וועסטו זעהן איך צו מער צי #שבת אחים, עס איז געווען א אינטערוועלט מעשה, און בשעתו האט מען עס געדארפט פארשווייגן כדי די אקציע זאל געקרוינט וערן מיט הצלחה וכדומה,

איך האב עס אויפגעברענגט פראבירענדיג צו דערטאפן צו דאס שווייגן איז געווען א הוראת שעה, און היות עס איז עבר זמנו איז בטל די גזירה און מען קען רעדן דערפון, אדער עס דארף נאך בלייבן שטיל
ויה"ר שיתקדש ש"ש על ידינו
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: באליוויע רייז און עסטערייכער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שטיסל איז כשר גערעכט. אז מ׳דארף אנקומען צו דער עולם, אז מ׳דארף אינוועסטירען דער עולם׳ס הארץ אין דער ענין, קומט זיך זיי צו וויסען וואס איז דא געשען. ווען מ׳שלעפט אויף די הארץ סטרונעס און דערנאך זאגט מען אונז אז גארנישט קומט זיך ענק, איז עס נישט אויסגעהאלטען.
די יאפאנעזער בחורים זענען שוין נישט קיין פרייע מענטשען, זיי זענען עפעס שולדיג צו די ציבור פון וועמען מ׳האט געשנאדערט. וכ"ה ביי רובאשקין ועוד. און אז דער עולם זענען יענטעס, נעקסטע מאל שנארער נישט קיין געלט ביי יענטעס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

@ליטוואק. די זאגסט אז די עולם גיבט נישט לשם מצוה נאר לשם יענטע. און מיט א תנאי גאר אז מען וועט זיי דארפן האלטן און איין זאגן.

איך בין טאקע זייער ברוגז אויף בוני עולם פארן מיך נישט לאזן וואוסן קיין דעטאלן אויף די קאפל וואו מיין געלט האט געלאנדעט.

אזוי ווי די האסט געווענליך זייער ליעב הלכה'דיגע וויל איך דיר דערמאנען אז די מצוה צו המבחר איז אנאנים. כאטש אפי' קענסט קומען מיט פשעטליך אז ס'נישט קיין פארגלייך.
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

זאלן די צדקה ארגענעזאציעס זאגן אין וועלעכע טעשער די געלטער גייען קענען זיי היינט פארמאכן געשעפט
לא באתי לנצח (שולי)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

http://www.dailymotion.com/video/x3jn9az

אקטוויסט שאן פען אין א אינטערוויו אויף די בילל מאהר שוי, פון 0:55 ביז 1:27 רעכנט מאהר אויס די לייסטונגען פון שאן פען, און איינע פון די זאכן זאגט ער דארט:

״דו האסט ארויסגענומען יענקל אסטרייכער פון תפיסה-דער וואס איז געוועהן ביי דיר איין נאכט אין דיין הויז און ער האט נישט צוגעמאכט דאס מויל״.

פון דעם איז געדרינגען אז יענקל אסטרייכער האט זיך געדרייט אין קאליפארניע ביי שאן פען פאר א שטיק צייט, ווי אויך אז בילל מאהר מיט שאן פען הענגן ארויס צוזאמען.

פרעגט די גמרא למאי נפקא מינא?
כגלייב אז די תירוץ קען מען טרעפן אין יואב׳ס תירוצים אשכול און איז נישט קוקט עס אליינס נאך אינעווענדיג...

סאיז סתם אזוי זייער א אינטערסאנטע אינטערוויו ווי שאן פען רעדט פון דריטע וועלט לענדער און זייער שווערע צושטאנד.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: באליוויע רייז און עסטערייכער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קורקלאנד - דו ביסט טאקע צו דו מאכסט זיך?

אינטרעסאנט אז ביי דיר אנאנים און נישט אנאנים איז די זעלבע זאך, און דער חילוק איז ׳פשעטליך׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי איך וויל נישט ספוילן די פארטי. אבער ס'איז דא זייער א סאך קשיות. אומפארענטפערטע קשיות. קשיות אויף מעשיות. איך בין זיכער אז ס'איז דא תירוצים אויך. אבער איך האב א פיעלינג אז די יודעי דבר האלטן צוריק געוויסע אינפארמאציע וועלכע וואלט געווען זייער שטארק אינטרעסאנט. און וואלט פארענטפערט א סאך הארבע קשיות אין די גאנצע פרשה. מרישא ועד גמירא...!

ס'איז דא למשל א קשיא פון די סארט מה עניין שמיטה אצל הר סיני. וואס האט די פרשה וועלכע מר. אסטרייכער איז אנגעבליך אדורך צו טון מיט זיין מערידזש...?!

איך וויל דא קלאר מאכן אז א יעדער פרייט זיך זייער שטארק מיט די באפרייאונג פון מר. אסטרייכער. און א יעדער האט געהאט מיטלייד מיט די צרות און יסורים וואס ער איז אדורכגעגאנגען אין די צוריקגעשטאנענע מדינה. אבער די גאנצע פרשה מיט זיין באשולדיגונג און עקשנות'דיגע האלטן איהם אונטער שטרענגע אומשטענדן פון ארעסט איז זייער וואונדערליך. מ'באקומט די פיעלינג אז געוויסע קריטישע אינפארמאציע איז בכונה אויסגעלאזט אדער פארשוויגן געווארן...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ר' בערל פאר דו רעדסט אפשר וואלט כדאי געוועהן זאלסט קוקן אין די ערשטע comment וואס איינער האט געשריבן אין יענע ארטיקל פון די ״איזרעלי טיימס״ וואס כהאב נעכטן אראפגעברענגט, סמאכט אסאך סענס אז צוליב דעם איז זיין מערידזש צופאלן, איך וויל עס נישט שרייבן... פארשטיי אליינס.

וועגן די אנדערע זאך וואס דו שרייבסט, דארפסטו קודם פארשטיין וויאזוי אזא צוריקגעשטאנענע און קארפטירטע מדינה ווי באליביע ארבעט, ער איז פשוט אריינגעפאלן מיט א באנדע גנבים און שווינדלער וואס זענען געוועהן קאנעקטעט מיט די הויכע פענסטער און ווען ער האט געוואלט אפמאנען די געלט, האט ער פארגעסן אז ער איז נישט אין אמעריקא אדער אין ענגלאנד ער איז אין קאנטרי וואס ווערט געפירט דורך נידערטרעכטיגע גנבים און ״אינטערוועלטניקס״, וואס איז אזוי שווער צופארשטיין?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

איך וויל וויסן צו איך האב געטון א עוולה מיטקן עפענען דעם אשכול
איז דאס א בזיון פאר די משפחה? אדער פאר ר' יענקי זעלבסט?
ער האט דאך נישט געטון קיין שלעכטס, און עס איז א מעשה וואס יעדער האט מיטגעהאלטן
איך האב פשוט געוואלט וויסן די פרטי השיחרור

אדרבה זאלט איר מיר זאגן איך בין גרייט צו פארמאכן דעם אשכול

נ"ב היות איינער אין אישי האט מיר געשיקט אזא טענה וויל איך הערן דעם דעת הקהל, איך האלט אז עס איז נישט קיין עוולה
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

האסטו דען די פאWער דאס צוצימאכן?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיש נייעס: ניין. דו האסט נישט געטון קיין שום עוולה מיט אויפמאכן דעם אשכול. די אינפארמאציע איבער די געשיכטע מיט ר' יעקב אסטרייכער איז דאך געווען פאבליק נייעס. און זיין משפחה און די עסקנים זענען דאך געקומען צו דעם עולם אז מ'זאלל זיך באטייליגן (מיט געלט?) און גיין פראטעסטירן ביי די יו.ען. און ביי די באליוויע עמבאססי. איז דער עולם בארעכטיגט צו הערן עטליכע פרטים איבער די טשארדזשעס אקעיגן מר. אסטרייכער און זיין וואונדערליכע באפרייאונג. די גאנצע פרשה איז איינגעהילט אין מיסטעריעזע אומשטענדן. און ס'באקומט זיך די פיעלינג אז די יודעי דבר באהאלטן עפעס אינפארמאציע וואס וואלט געקענט ווארפן א ליכט אויף די גאנצע השתלשלות פון די פרשה. די שאלה איז (אפשר, א נאאיווע...?!) א לעגיטימע. און (כמעט) א יעדער ווארט צו הערן מער פרטים...!
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

יישר כח בעל עגלה פאר'ן אזוי שיין מיט ישוב הדעת ענטפערן
בעצם אפילו די פאר פאקטן ווי למשל אז penn איז געווען פארמישט אין די באפרייאונג מאכט עס שוין גרינגער צו שטודירן די מעשה

מיט איין זאך בין איך מיך נאר מחולק מיט דיר ווי אויך אנדערע שרייבער וואס האבן גענומען א שארפע רעטאריק קעגן די עסקנים ווייל איך האלט אז עס קען זייער מעגליך זיין אז אויב די אינמפארציע רינט ארויס קען עס שעדיגן די מענטשן וואס זענען אינוואלוו"ד וד"ל
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

אויב געדענק איך גוט איז שאול קליין א גאר נאנטער ידיד מיט יענקי'ן איך מיין אז ער איז אפילו געווע ןאיהם באזיכן
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיש-נייעס האט געשריבן:יישר כח בעל עגלה פאר'ן אזוי שיין מיט ישוב הדעת ענטפערן
בעצם אפילו די פאר פאקטן ווי למשל אז penn איז געווען פארמישט אין די באפרייאונג מאכט עס שוין גרינגער צו שטודירן די מעשה

מיט איין זאך בין איך מיך נאר מחולק מיט דיר ווי אויך אנדערע שרייבער וואס האבן גענומען א שארפע רעטאריק קעגן די עסקנים ווייל איך האלט אז עס קען זייער מעגליך זיין אז אויב די אינמפארציע רינט ארויס קען עס שעדיגן די מענטשן וואס זענען אינוואלוו"ד וד"ל

מיש נייעס: איך האב נישט געמיינט דווקא די פרטים ארום יאנקי עסטרייכער'ס באפרייאונג. נאר די גאנצע השתלשלות פון די פרשה פון אנהייב. בבחינת מעיקרא מאי קסבר...? ווייל געווענליך נעמט א מענטש ספעציעלע פראטעקציעס ווען ס'איז די רייד פון גרויסע געלטער...! ועוד. וואספארא שייכות האט די פרשה דיירעקטלי מיט זיין מערידזש? ווייל לכתחילה האט אויסגעזעהן אז זיין ווייב האט איהם סופארטעד . זי איז דאך אראפגעפאהרן עטליכע מאהל אין תפיסה אים צו באזוכן און מחזק זיין...!100%
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמעתי אז יענקי עסטרייכער דרייט זיך נאכאלץ מיט עקטאר שאן פען, און אז שאן פען וויל מאכן א מאווי פון די גאנצע סענזאציע אפשר דאן וועט פארענטפערט ווערן די אלע רעטענישן...

געהערט פון א פארלעסליכע נאנטע מקור, א משפחה מיט עסטרייכער.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט