שלום שטיסל האט געשריבן:די איינציגסטע וועג צו באקומען א פטור איז צו ברענגן א צעטיל פון די הנהלת הישיבה אז מ׳איז א תלמיד, אויב די קהילה איז קעגן זיך שטעלן וואלטן אזאנע צעטליך נישט געטיילט געווארן דורך זייער הנהלה. און יעדער וואס שטעלט זיך וואלט גענומען געווארן אין מיליטער.
פון ווי נעמסטו דאס? געהערט האב איך אז יעדע ישיבה געבט די צעטליך און מקען עס ניטאמאל פעלטשן ווייל ס׳ווערט שטרענג נאכגעקוקט. פארוואס זאל תולדות אהרן, דושינסקי, אדער סאטמאר נישט זיין א ליגאלע ישיבה?
געוואלדיג האט געשריבן:זאגסט מיר יעצט אז באמת זענען די רבי׳ס און רבנים און דיינים און ראשי ישיבות פון די אלע קהילות קעגן זיך שטעלן אבער משום מה אלע בחורים ממש בלי יוצא מן הכלל שטעלן זיך יא ואין פוצה פה ומצפצף אין די קהילות, האב איך גוט פארשטאנען?
אלע קהילות און אלע רבנים? ניין דאס האב איך נישט געזאגט. איך האב געזאגט אז די רבני העדה האבן אפן ארויסגעשריבן זייער מיינונג. עס איז א שווערע גזירה און נישט אלע קענען עס זאגן פאר זייערע בחורים. איינער האלט דערפון און איינער נישט. אבער קיינער שטעלט זיך נישט דערקעגן ווייל אזוי האט די עדה ובראשם מרן הגאב"ד גע'פסקנ'ט.
איז דאס די ערשטע מאל אין היסטארי וואס א צעטיל פון עדה ווערט אזוי מיאוס פלעין און פשוט איגנארירט ?
און בכלל וויל איך פארשטיין די עדה אז זיי זעהן אז מ'פאלגט זיי נישט וואס טוען זיי גארנישט דערצו ?

געשריבן עפי"ר ווייל אלס אין פארהאן א יוצא... געציילטע ישיבות שאפן צומאל פון פרעמדע ישיבות, גרויסע נעצן, אזוי ווי מען טוט שוין יארן ביים נעמען געלט - די וואס נעמען. מען שרייבט די ישיבה אונטער עמלה/שערי תורה וכו' וכו' און אזוי ערהאלט מען א לעגאלע ישיבה סטאטוס אבער נישט פאר די ספעציפישע ישיבה.
רוב בחורים פון די ישיבות נעמען א פטור דורך זיך משוגע מאכן און דארפן נישט קיין צעטיל, אבעא דארפן יא רשות צו פעלן פון ישיבה פאר עטליכע טעג פאר פילע שעות לא שמעתי פון די ראשי ישיבות דער סקווירער תירוץ ״איך וועיס נישט״.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
געוואלדיג האט געשריבן:רוב בחורים פון די ישיבות נעמען א פטור דורך זיך משוגע מאכן און דארפן נישט קיין צעטיל, אבעא דארפן יא רשות צו פעלן פון ישיבה פאר עטליכע טעג פאר פילע שעות לא שמעתי פון די ראשי ישיבות דער סקווירער תירוץ ״איך וועיס נישט״.
א געבעט פון איסר האיטלקי אדער ביסטו מודה צו מיר אדער פארסטו מיט'ן קאפ אין וואנט
געוואלדיג האט געשריבן:רוב בחורים פון די ישיבות נעמען א פטור דורך זיך משוגע מאכן און דארפן נישט קיין צעטיל, אבעא דארפן יא רשות צו פעלן פון ישיבה פאר עטליכע טעג פאר פילע שעות לא שמעתי פון די ראשי ישיבות דער סקווירער תירוץ ״איך וועיס נישט״.
געוואלדיג האט געשריבן:זאגסט מיר יעצט אז באמת זענען די רבי׳ס און רבנים און דיינים און ראשי ישיבות פון די אלע קהילות קעגן זיך שטעלן אבער משום מה אלע בחורים ממש בלי יוצא מן הכלל שטעלן זיך יא ואין פוצה פה ומצפצף אין די קהילות, האב איך גוט פארשטאנען?
אלע קהילות און אלע רבנים? ניין דאס האב איך נישט געזאגט. איך האב געזאגט אז די רבני העדה האבן אפן ארויסגעשריבן זייער מיינונג. עס איז א שווערע גזירה און נישט אלע קענען עס זאגן פאר זייערע בחורים. איינער האלט דערפון און איינער נישט. אבער קיינער שטעלט זיך נישט דערקעגן ווייל אזוי האט די עדה ובראשם מרן הגאב"ד גע'פסקנ'ט.
איז דאס די ערשטע מאל אין היסטארי וואס א צעטיל פון עדה ווערט אזוי מיאוס פלעין און פשוט איגנארירט ?
און בכלל וויל איך פארשטיין די עדה אז זיי זעהן אז מ'פאלגט זיי נישט וואס טוען זיי גארנישט דערצו ?
געוואלדיג האט געשריבן:רוב בחורים פון די ישיבות נעמען א פטור דורך זיך משוגע מאכן און דארפן נישט קיין צעטיל, אבעא דארפן יא רשות צו פעלן פון ישיבה פאר עטליכע טעג פאר פילע שעות לא שמעתי פון די ראשי ישיבות דער סקווירער תירוץ ״איך וועיס נישט״.
דער גאנצע אשכול איז זייער משכיליש געשטימט. מ׳שרייט ווייל אז ס׳טוט וויי שרייט מען! כך למדונו רבותינו! מ׳באשרייט דער עגזיסטענץ פון א מדינת השמד (וואטעווער דעט מינס)! מ׳דרוקט אויס די ווייטאג פון ׳ערליכע אידען׳ וואס טראגען די קאפעלוטש פון ׳ערליכע אידען׳ (אידען מיט שטאפענע הוטען דרוקען אויס די ווייטאג פון אידען מיט פלאכע הוטען. פארוואס קען נישט יעדער איינער גרעפסען פון זיין אייגענעם מאגען\הוט? ווי ווייסט די הארץ וועלכע הוט ליגט אויפ׳ן קאפ? פרעג אלס בעסער נישט)! מי רואה אלו יוצאים וכו׳!
מיר קוקט אויס ווי די כינוס איז בכלל נישט אויף צו שרייען נאר מער אן הסברה פאר די ציבור וואס עס גייט פאר.
עס איז ריכטיג אז ביז היינט האבן די עקסטערעמיסטן געפירט די מערכה און כדרכם עס אראפגעפירט פון די רעלסן אז די מעסיגע האבן זיך גיעקלט פון די מערכה.
למעשה לעצטענס האבן די מעסיגע איינגעזעהן אז עס שאפט זיך יא א פראבלעם וואס מען דארף זיך יא וואוסענדיג מאכן, די היימישע ישיבות ליידן טאקע גארנישט לעת עתה, אבער די מער בקצה המחנה ישיבות ביי די ספרדישע וכדו' פירן זיי יא אן א פראגראם אויף כל מיני אופנים אז זיי זאלן אנקומען אין מיליטער.
ווי ר' אהרן ט''ב מסאטמר איז מעורר די לעצטע וואכן אז מען האט נישט ארויס דא וואס איז באמת א פראבלעם און וואס נישט.
די לעצטע וואכן האט זיך הרב אוירבאך געוואנדען צו סאטמר וומסב''ג אז מען זאל עם מאכן א מצב אין אמריקה, און רז'''ל איז געווען גרייט ארויסצוגיין לרחובות העיר אזוי ווי מען איז געוואינט. למעשה האט מען געוואלט צוזאמשטעלן ווי מער קהילות - און זיך לערנדיג פון די בית שמש מערכה אז מיטן גיין מיט קאפ אין וואנט אריין קומט מען נישט אן - האט מען אנגעפאנגן פארהאנדלן, ר' אהרן האט געזאגט אז אויב אדרעסירט מען נישט די עצם פראבלעם שטעלט ער זיך נישט צו וטענתו אז מען האט זיך פון אייביג געשטעלט און עס האט נישט קיין פשט זיך צו שטעלן דערויף, בשעת עס ברענט א ריכטיגע פראבלעם. רז'''ל האט קיין ברירה נישט געהאט נאר דורךצוטון דאס ענין און געקומען צום החלטה אז ר' אהרן איז גערעכט ווי ער האט עפענטליך ערקלערט ל''ג בעומר אז זיך שטעלן צום מיליטער איז נישט בניגוד צום רביו'ס שיטה, הגם היינט איז יא א מסירות נפש זיך נישט צו שטעלן מחמת כמה טעמים, עכ''פ זיך יא צו שטעלן איז נישט קיין פראבלעם.
ווי איך קוק עס אן איז די מצב יעצט היסטאריש אז מען קען זיך פאראייניגען אז יעדער זאל קוקען אביעקטיוו וואס איז טאקע די פראבלעם, און נישט ממאס זיין קנאות און די אויגן פון די מעסיגע.
וועט זיין אינטערסאנט צו זעהן די אויסוואל פון די רעדנערס, און ווי אזוי מען וועט אדרעסירן די עולם, לכאורה וועט עס זיין מער ווייניגער מעסיג, אפשר וועט צד רז''ל יא ארויסלייגען איינער וואס וועט קולות'ן עכ''פ די אוירבאך מצב וועט נישט זיין די נושא.
געוואלדיג האט געשריבן:איסר, געב מיר ביטע צו פארשטיין, די עדה איז צוזאמגעשטעלט פון מענטשן און קהילות, זאגסטו מיר יעצט אז די אייגענע קהילות פאלגן נישט די עדה, דאן ווער איז די עדה?!
מהרז"ל האט זייער ברייט ארומגעשמועסט אז עס איז שווער דאס צו באצווינגען אויף אלעמען, נאר די וואס זענען יא עומד נישט צו גיין, -און ווי עס קוקט אויס וועט עס זייער מעגליך ווערן א נחלת הכלל- די אלע ברויכן באקומען שטיצע פאר זייער אקט ווי מען זעהט אלע רבנים החותמים אויף די הילף פאר חתנים שאינם מתייצבים
בנוגע וואס דער מעסעדזש פינעם כינוס גייט זיין, איז העלפן די קול מחאה נישט אנטשלאפען ווערן וואס דאס איז די זאך פון וואס די רשעי ישראל שרעקן זיך דערוויילע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איש את רעהו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
עמעזאן האט געשריבן: די לעצטע וואכן האט זיך הרב אוירבאך געוואנדען צו סאטמר וומסב''ג אז מען זאל עם מאכן א מצב אין אמריקה, און רז'''ל איז געווען גרייט ארויסצוגיין לרחובות העיר אזוי ווי מען איז געוואינט. למעשה האט מען געוואלט צוזאמשטעלן ווי מער קהילות - און זיך לערנדיג פון די בית שמש מערכה אז מיטן גיין מיט קאפ אין וואנט אריין קומט מען נישט אן - האט מען אנגעפאנגן פארהאנדלן, ר' אהרן האט געזאגט אז אויב אדרעסירט מען נישט די עצם פראבלעם שטעלט ער זיך נישט צו וטענתו אז מען האט זיך פון אייביג געשטעלט און עס האט נישט קיין פשט זיך צו שטעלן דערויף, בשעת עס ברענט א ריכטיגע פראבלעם. רז'''ל האט קיין ברירה נישט געהאט נאר דורךצוטון דאס ענין און געקומען צום החלטה אז ר' אהרן איז גערעכט ווי ער האט עפענטליך ערקלערט ל''ג בעומר אז זיך שטעלן צום מיליטער איז נישט בניגוד צום רביו'ס שיטה, הגם היינט איז יא א מסירות נפש זיך נישט צו שטעלן מחמת כמה טעמים, עכ''פ זיך יא צו שטעלן איז נישט קיין פראבלעם.
ווי איך קוק עס אן איז די מצב יעצט היסטאריש אז מען קען זיך פאראייניגען אז יעדער זאל קוקען אביעקטיוו וואס איז טאקע די פראבלעם, און נישט ממאס זיין קנאות און די אויגן פון די מעסיגע.
[/size]
די מטרה פינעם כינוס איז די עצם צוזאמקום אז די גזירה איז דא יא שטעלן נישט שטעלן איז קינדישע געראנגלן וואס עפעס א דרשן האט אנגעהויבען מאכן נויז דערוועגן דער עיקר אדרעססע וואס דארף קומען פינעם כינוס איז די עצם ערקלערונג פון אסאך אידן בחו"ל בראשות רבנים ומנהיגי העדה אז די פראבלעים פון גיוס איז קיים, דלא כהני נציגי ה'פארטייען בכנסת המינים וואס העלפן די השתקת קול מחאה.