וואס גייט מען שרייען?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איסר האטלקי האט געשריבן:און ווען איך וועל הרג'נען א פאלציאנט און מען גייט מיך ארעסטירן דערפון, איז דאס אויך דת? וואס איז דת און וואס איז נישט דת? ענפער קלאר ביטע.

וואס פרעגסטו ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איסר האטלקי האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:די איינציגסטע וועג צו באקומען א פטור איז צו ברענגן א צעטיל פון די הנהלת הישיבה אז מ׳איז א תלמיד, אויב די קהילה איז קעגן זיך שטעלן וואלטן אזאנע צעטליך נישט געטיילט געווארן דורך זייער הנהלה. און יעדער וואס שטעלט זיך וואלט גענומען געווארן אין מיליטער.

פרומע קנאישע ישיבות טיילן נישט קיין פטורים, זיי זענען נישט קיין לעגאלע ישיבות און זיי באקומען נישט. מען קראצט פון אנדערע מקומות עפי"ר.

פון ווי נעמסטו דאס? געהערט האב איך אז יעדע ישיבה געבט די צעטליך און מקען עס ניטאמאל פעלטשן ווייל ס׳ווערט שטרענג נאכגעקוקט.
פארוואס זאל תולדות אהרן, דושינסקי, אדער סאטמאר נישט זיין א ליגאלע ישיבה?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

גאנצל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:זאגסט מיר יעצט אז באמת זענען די רבי׳ס און רבנים און דיינים און ראשי ישיבות פון די אלע קהילות קעגן זיך שטעלן אבער משום מה אלע בחורים ממש בלי יוצא מן הכלל שטעלן זיך יא ואין פוצה פה ומצפצף אין די קהילות,
האב איך גוט פארשטאנען?

אלע קהילות און אלע רבנים? ניין דאס האב איך נישט געזאגט. איך האב געזאגט אז די רבני העדה האבן אפן ארויסגעשריבן זייער מיינונג.
עס איז א שווערע גזירה און נישט אלע קענען עס זאגן פאר זייערע בחורים. איינער האלט דערפון און איינער נישט. אבער קיינער שטעלט זיך נישט דערקעגן ווייל אזוי האט די עדה ובראשם מרן הגאב"ד גע'פסקנ'ט.

איז דאס די ערשטע מאל אין היסטארי וואס א צעטיל פון עדה ווערט אזוי מיאוס פלעין און פשוט איגנארירט ?

און בכלל וויל איך פארשטיין די עדה אז זיי זעהן אז מ'פאלגט זיי נישט וואס טוען זיי גארנישט דערצו ?

אדער מאך מער נישט אזעלכע צעטלעך

דאס האב איך נישט געענטפערט פאר דיר, איך ענטפער פאר איינער וואס פרעגט נארמאל, און פארשטייט א נארמאלע תירוץ, נישט איינער וואס גייט מיט קאפ און וואנט וואס זיין גייסטליכע פירער וועט באשליסן וועט ער טון, יא אויערבאך, נישט אויערבאך, יא גיוס, מארגן נישט, יא דת נישט דת.

ערהאלטן אין אישי מיך נישט צו באציען צו דיר מער, וויבאלד דער אשכול קען פארלוירן גיין צווישן א שטורם פון קאשוי ביז סיקרוקין, און איך גיי יענעם פאלגן.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

שלום שטיסל האט געשריבן:

געשריבן עפי"ר ווייל אלס אין פארהאן א יוצא... געציילטע ישיבות שאפן צומאל פון פרעמדע ישיבות, גרויסע נעצן, אזוי ווי מען טוט שוין יארן ביים נעמען געלט - די וואס נעמען.
מען שרייבט די ישיבה אונטער עמלה/שערי תורה וכו' וכו' און אזוי ערהאלט מען א לעגאלע ישיבה סטאטוס אבער נישט פאר די ספעציפישע ישיבה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

רוב בחורים פון די ישיבות נעמען א פטור דורך זיך משוגע מאכן און דארפן נישט קיין צעטיל, אבעא דארפן יא רשות צו פעלן פון ישיבה פאר עטליכע טעג פאר פילע שעות
לא שמעתי פון די ראשי ישיבות דער סקווירער תירוץ ״איך וועיס נישט״.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

ס'הערשט א צימישעניש, א "דחייה" באקומט מען נאר ווען מ'לערנט און א ישיבה א "פטור" איז ווען מ'ווייזט אויף אז מ'איז נישט פעהיג משום איזה סיבה צו דינען אין מיליטער. זענען דא קנאי'שע ישבות וואס זענען נישט לעגאל און מ'קען נישט באקומען קיין דחייה גייט מען נעמען א פטור. אויך ווייל מ'וויל נישט זיין פארנומען יעדע צוויי יאר צו גיין נעמען א פרישע דחייה משא"כ א פטור איז פאר אייביג
לא באתי לנצח (שולי)
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אז מ'האט נישט וואס צו ענטפערן ענטפערט מען נישט

נישט מ'פארט אוועק פון פוינט

טיפיקעל סיקריק

הייסט צו זאגן אז יעדער פייפט אן די עדה איז נישט געגאנגען מיט'ן קאפ און וואנט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

געוואלדיג האט געשריבן:רוב בחורים פון די ישיבות נעמען א פטור דורך זיך משוגע מאכן און דארפן נישט קיין צעטיל, אבעא דארפן יא רשות צו פעלן פון ישיבה פאר עטליכע טעג פאר פילע שעות
לא שמעתי פון די ראשי ישיבות דער סקווירער תירוץ ״איך וועיס נישט״.

א געבעט פון איסר האיטלקי אדער ביסטו מודה צו מיר אדער פארסטו מיט'ן קאפ אין וואנט
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

געוואלדיג האט געשריבן:רוב בחורים פון די ישיבות נעמען א פטור דורך זיך משוגע מאכן און דארפן נישט קיין צעטיל, אבעא דארפן יא רשות צו פעלן פון ישיבה פאר עטליכע טעג פאר פילע שעות
לא שמעתי פון די ראשי ישיבות דער סקווירער תירוץ ״איך וועיס נישט״.

עס גייט שוין נישט אזוי היינט. מען דארף א דחוי און פארטיג. אמאל איז אזוי געווען. היינט, זינט דער גזירה פון דחוי ארבעטן זאכן אנדערש און מען דארף א דחוי.
מוהר"א טענה'ט אז ס'איז די זעלבע זאך, נישט קיין שום חילוק צווישן זיי. עדה און פלג האלטן אז דאס איז ווי צוגעשטימט צום גזירה.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איסר האטלקי האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:זאגסט מיר יעצט אז באמת זענען די רבי׳ס און רבנים און דיינים און ראשי ישיבות פון די אלע קהילות קעגן זיך שטעלן אבער משום מה אלע בחורים ממש בלי יוצא מן הכלל שטעלן זיך יא ואין פוצה פה ומצפצף אין די קהילות,
האב איך גוט פארשטאנען?

אלע קהילות און אלע רבנים? ניין דאס האב איך נישט געזאגט. איך האב געזאגט אז די רבני העדה האבן אפן ארויסגעשריבן זייער מיינונג.
עס איז א שווערע גזירה און נישט אלע קענען עס זאגן פאר זייערע בחורים. איינער האלט דערפון און איינער נישט. אבער קיינער שטעלט זיך נישט דערקעגן ווייל אזוי האט די עדה ובראשם מרן הגאב"ד גע'פסקנ'ט.

איז דאס די ערשטע מאל אין היסטארי וואס א צעטיל פון עדה ווערט אזוי מיאוס פלעין און פשוט איגנארירט ?

און בכלל וויל איך פארשטיין די עדה אז זיי זעהן אז מ'פאלגט זיי נישט וואס טוען זיי גארנישט דערצו ?

אדער מאך מער נישט אזעלכע צעטלעך

דאס האב איך נישט געענטפערט פאר דיר, איך ענטפער פאר איינער וואס פרעגט נארמאל, און פארשטייט א נארמאלע תירוץ, נישט איינער וואס גייט מיט קאפ און וואנט וואס זיין גייסטליכע פירער וועט באשליסן וועט ער טון, יא אויערבאך, נישט אויערבאך, יא גיוס, מארגן נישט, יא דת נישט דת.

ערהאלטן אין אישי מיך נישט צו באציען צו דיר מער, וויבאלד דער אשכול קען פארלוירן גיין צווישן א שטורם פון קאשוי ביז סיקרוקין, און איך גיי יענעם פאלגן.

ווען איך האב נישט צו ענטפערן באקום איך אויך אישי'ס געווענליך.................

נעבעך די סיקריקים מיט די ליים אויף זייער גלעזער
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

תנחום האט געשריבן:ס'הערשט א צימישעניש, א "דחייה" באקומט מען נאר ווען מ'לערנט און א ישיבה א "פטור" איז ווען מ'ווייזט אויף אז מ'איז נישט פעהיג משום איזה סיבה צו דינען אין מיליטער. זענען דא קנאי'שע ישבות וואס זענען נישט לעגאל און מ'קען נישט באקומען קיין דחייה גייט מען נעמען א פטור. אויך ווייל מ'וויל נישט זיין פארנומען יעדע צוויי יאר צו גיין נעמען א פרישע דחייה משא"כ א פטור איז פאר אייביג

הונדערט פראצענט. אויב מען קען באקומען א פטור מה טוב ונעים.
היינט גיבן זיי דאס נישט אזוי שנעל, איז די שאלה לגבי נעמען א דחוי אויף א צווייטע ישיבה נאמען.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איסר האטלקי האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:רוב בחורים פון די ישיבות נעמען א פטור דורך זיך משוגע מאכן און דארפן נישט קיין צעטיל, אבעא דארפן יא רשות צו פעלן פון ישיבה פאר עטליכע טעג פאר פילע שעות
לא שמעתי פון די ראשי ישיבות דער סקווירער תירוץ ״איך וועיס נישט״.

עס גייט שוין נישט אזוי היינט. מען דארף א דחוי און פארטיג. אמאל איז אזוי געווען. היינט, זינט דער גזירה פון דחוי ארבעטן זאכן אנדערש און מען דארף א דחוי.
מוהר"א טענה'ט אז ס'איז די זעלבע זאך, נישט קיין שום חילוק צווישן זיי. עדה און פלג האלטן אז דאס איז ווי צוגעשטימט צום גזירה.

שקר מיסודו איך האב לעצטענס געפרעגט צוויי סאטמארע בחורים פון א"י מ'נעמט פטור'ס געהעריג

עס איז נאר זייער שווער צו באקומען אבער סוכ"ס באקומט מען

א דחוי איז א צווייטע אויסוואל
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

שלום שטיסל האט געשריבן:
פארוואס זאל תולדות אהרן, דושינסקי, אדער סאטמאר נישט זיין א ליגאלע ישיבה?

פארגעסן צו ענטפערן אויף דעם... וויבאלד בשולטן הכופרים אין אנו מאמינים, זיי נעמען נישט קיין געלט און שטעלן זיך נישט צו צו קיינע פון זייערע געזעצן.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

סתם געווארפן זאמד אין די אויגן, מען באקומט א פטור אזוי ווי ביז היינט.

ביטע האלטן דעם אשכול אוועק פון פערזענליכע אטאקעס, און יא דיר, דיר טאקע מיינט מען, א דאנק.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

געוואלדיג האט געשריבן:סתם געווארפן זאמד אין די אויגן, מען באקומט א פטור אזוי ווי ביז היינט.

ביטע האלטן דעם אשכול אוועק פון פערזענליכע אטאקעס, און יא דיר, דיר טאקע מיינט מען, א דאנק.

קריגט מען זיך דא איבער א מציאות ?

איך האב געהערט אז מ'נעמט פטור'ס געהעריג געוואלדיג ווייסט אויך אזוי

איסר האיטלקי טענהט אז נישט

וואס איז טאקע דער מציאות ?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

פארהאן וואס באקומען, שוין גארנישט אזוי לייכט.
הער איבער דרשת מוהר"א תהילים שעור, נגד הפרעות, ער איז עס שיין מסביר.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

סאו דער מציאות איז אז מ'באקומט

שווערער איז אמת

יעצט א סאטמארע תו"א בחור וואס ווערט היינט 18 און ער וויל ארויספארן פון א"י מוז ער דאך גיין צום לשכת וואס פראבירט ער קודם א דחוי אדער פטור ?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איז לאמיר זיין קלאר, היות היינט איז שווערער צו באקומען א פטור ודיחוי (מען באקומט נאכאלס ווייל די אלע בחורים זענען נישט אין מיליטער) גייט מען מאכן אן עצאת הרבבות צו אויסשרייען אונזער וויי געשריי מען זאל צוריק גרינגער געבן, גוט פארשטאנען דיין הסבר?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

די וויי געשריי איז פשוט

אז זיי מאכן עס שווערער און שווערער שטילערהייט

מיט'ן פלאן אז ס'זאל כמעט נישט מעגליך זיין צו לערנען אין ישיבה און נישט זיין אין מיליטער
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וואס גייט מען שרייען?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער גאנצע אשכול איז זייער משכיליש געשטימט. מ׳שרייט ווייל אז ס׳טוט וויי שרייט מען! כך למדונו רבותינו! מ׳באשרייט דער עגזיסטענץ פון א מדינת השמד (וואטעווער דעט מינס)! מ׳דרוקט אויס די ווייטאג פון ׳ערליכע אידען׳ וואס טראגען די קאפעלוטש פון ׳ערליכע אידען׳ (אידען מיט שטאפענע הוטען דרוקען אויס די ווייטאג פון אידען מיט פלאכע הוטען. פארוואס קען נישט יעדער איינער גרעפסען פון זיין אייגענעם מאגען\הוט? ווי ווייסט די הארץ וועלכע הוט ליגט אויפ׳ן קאפ? פרעג אלס בעסער נישט)! מי רואה אלו יוצאים וכו׳!

און סתם אזוי, אונז האט מען אויסגעלערנט אז מ׳דארף טוהן נישט אויפטוהן. און אלס גזירה, איז בעסער וואס ווייניגער אויפצוטוהן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיר קוקט אויס ווי די כינוס איז בכלל נישט אויף צו שרייען נאר מער אן הסברה פאר די ציבור וואס עס גייט פאר.

עס איז ריכטיג אז ביז היינט האבן די עקסטערעמיסטן געפירט די מערכה און כדרכם עס אראפגעפירט פון די רעלסן אז די מעסיגע האבן זיך גיעקלט פון די מערכה.

למעשה לעצטענס האבן די מעסיגע איינגעזעהן אז עס שאפט זיך יא א פראבלעם וואס מען דארף זיך יא וואוסענדיג מאכן, די היימישע ישיבות ליידן טאקע גארנישט לעת עתה, אבער די מער בקצה המחנה ישיבות ביי די ספרדישע וכדו' פירן זיי יא אן א פראגראם אויף כל מיני אופנים אז זיי זאלן אנקומען אין מיליטער.

ווי ר' אהרן ט''ב מסאטמר איז מעורר די לעצטע וואכן אז מען האט נישט ארויס דא וואס איז באמת א פראבלעם און וואס נישט.

די לעצטע וואכן האט זיך הרב אוירבאך געוואנדען צו סאטמר וומסב''ג אז מען זאל עם מאכן א מצב אין אמריקה, און רז'''ל איז געווען גרייט ארויסצוגיין לרחובות העיר אזוי ווי מען איז געוואינט.
למעשה האט מען געוואלט צוזאמשטעלן ווי מער קהילות - און זיך לערנדיג פון די בית שמש מערכה אז מיטן גיין מיט קאפ אין וואנט אריין קומט מען נישט אן - האט מען אנגעפאנגן פארהאנדלן, ר' אהרן האט געזאגט אז אויב אדרעסירט מען נישט די עצם פראבלעם שטעלט ער זיך נישט צו וטענתו אז מען האט זיך פון אייביג געשטעלט און עס האט נישט קיין פשט זיך צו שטעלן דערויף, בשעת עס ברענט א ריכטיגע פראבלעם.
רז'''ל האט קיין ברירה נישט געהאט נאר דורךצוטון דאס ענין און געקומען צום החלטה אז ר' אהרן איז גערעכט ווי ער האט עפענטליך ערקלערט ל''ג בעומר אז זיך שטעלן צום מיליטער איז נישט בניגוד צום רביו'ס שיטה, הגם היינט איז יא א מסירות נפש זיך נישט צו שטעלן מחמת כמה טעמים, עכ''פ זיך יא צו שטעלן איז נישט קיין פראבלעם.

און ר' מלכיאל קאטלער האט פארלאנגט א פארמאכט פלאץ עס זאל נישט זיין קיין מחאה נאר א כינוס.

ווי איך קוק עס אן איז די מצב יעצט היסטאריש אז מען קען זיך פאראייניגען אז יעדער זאל קוקען אביעקטיוו וואס איז טאקע די פראבלעם, און נישט ממאס זיין קנאות און די אויגן פון די מעסיגע.

וועט זיין אינטערסאנט צו זעהן די אויסוואל פון די רעדנערס, און ווי אזוי מען וועט אדרעסירן די עולם, לכאורה וועט עס זיין מער ווייניגער מעסיג, אפשר וועט צד רז''ל יא ארויסלייגען איינער וואס וועט קולות'ן עכ''פ די אוירבאך מצב וועט נישט זיין די נושא.

---------

@גאנצל יעצט הייב איך הענד פאר דיין רבי'ן
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

געוואלדיג האט געשריבן:איסר, געב מיר ביטע צו פארשטיין, די עדה איז צוזאמגעשטעלט פון מענטשן און קהילות, זאגסטו מיר יעצט אז די אייגענע קהילות פאלגן נישט די עדה, דאן ווער איז די עדה?!

מהרז"ל האט זייער ברייט ארומגעשמועסט אז עס איז שווער דאס צו באצווינגען אויף אלעמען, נאר די וואס זענען יא עומד נישט צו גיין, -און ווי עס קוקט אויס וועט עס זייער מעגליך ווערן א נחלת הכלל- די אלע ברויכן באקומען שטיצע פאר זייער אקט ווי מען זעהט אלע רבנים החותמים אויף די הילף פאר חתנים שאינם מתייצבים

בנוגע וואס דער מעסעדזש פינעם כינוס גייט זיין, איז העלפן די קול מחאה נישט אנטשלאפען ווערן וואס דאס איז די זאך פון וואס די רשעי ישראל שרעקן זיך דערוויילע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איש את רעהו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

עמעזאן האט געשריבן:
די לעצטע וואכן האט זיך הרב אוירבאך געוואנדען צו סאטמר וומסב''ג אז מען זאל עם מאכן א מצב אין אמריקה, און רז'''ל איז געווען גרייט ארויסצוגיין לרחובות העיר אזוי ווי מען איז געוואינט.
למעשה האט מען געוואלט צוזאמשטעלן ווי מער קהילות - און זיך לערנדיג פון די בית שמש מערכה אז מיטן גיין מיט קאפ אין וואנט אריין קומט מען נישט אן - האט מען אנגעפאנגן פארהאנדלן, ר' אהרן האט געזאגט אז אויב אדרעסירט מען נישט די עצם פראבלעם שטעלט ער זיך נישט צו וטענתו אז מען האט זיך פון אייביג געשטעלט און עס האט נישט קיין פשט זיך צו שטעלן דערויף, בשעת עס ברענט א ריכטיגע פראבלעם.
רז'''ל האט קיין ברירה נישט געהאט נאר דורךצוטון דאס ענין און געקומען צום החלטה אז ר' אהרן איז גערעכט ווי ער האט עפענטליך ערקלערט ל''ג בעומר אז זיך שטעלן צום מיליטער איז נישט בניגוד צום רביו'ס שיטה, הגם היינט איז יא א מסירות נפש זיך נישט צו שטעלן מחמת כמה טעמים, עכ''פ זיך יא צו שטעלן איז נישט קיין פראבלעם.

און ר' מלכיאל קאטלער האט פארלאנגט א פארמאכט פלאץ עס זאל נישט זיין קיין מחאה נאר א כינוס.

ווי איך קוק עס אן איז די מצב יעצט היסטאריש אז מען קען זיך פאראייניגען אז יעדער זאל קוקען אביעקטיוו וואס איז טאקע די פראבלעם, און נישט ממאס זיין קנאות און די אויגן פון די מעסיגע.

[/size]

די מטרה פינעם כינוס איז די עצם צוזאמקום אז די גזירה איז דא
יא שטעלן נישט שטעלן איז קינדישע געראנגלן וואס עפעס א דרשן האט אנגעהויבען מאכן נויז דערוועגן
דער עיקר אדרעססע וואס דארף קומען פינעם כינוס איז די עצם ערקלערונג פון אסאך אידן בחו"ל בראשות רבנים ומנהיגי העדה אז די פראבלעים פון גיוס איז קיים, דלא כהני נציגי ה'פארטייען בכנסת המינים וואס העלפן די השתקת קול מחאה.
פארשפארט