שלום שטיסל האט געשריבן:[justify]אין די נייעס ווערט באריכטעט אז ס'ווערט פלאנירט א גראנדיעזע צוזאמקום פון צוואנציג טויזענט אידן אויסצושרייען די וויי געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן די גזירות גיוס, ס'ווערט ארויסגעדינגן א מאסיווע סטעדיום ווי דארט גייען זיך צוזאמקומען די אלע וואס לעבן נישט רואיג ווילאנג די גזירות גיוס איז בתוקפו און מ'גייט שרייען און מוחה זיין זיין דערויף.
די שאלה איז אבער וואס גייט מען שרייען? אז מ'טאר נישט גיין אין מיליטער? וואס גייט דער גוי טראכטן ווען ער גייט דאס הערן? א לאנד וואס פלאגט זיך ביי דריי גרעניצן מיט מלחמות און איז די נומבער איינס שונא ביי אסאך לענדער אין די וועלט טאר נישט בעטן אז מ'זאל גיין אין מיליטער? אויב איז דאס נאר אויסצודריקן אונזער וויי געשריי דאן פארוואס קען די מחאה נישט פארקומען אין אונזערע בתי מדרשים, דער אייבערשטער הערט נאר מחאות וואס קומען פאר אין סטעדיעמס?
ועל הכל, וואס איז די גזירות גיוס, לויט מיין פארשטאנד דארף מען זיך שטעלן צום לשכת הגיוס און אויפווייזן אז מ'לערנט אין א ישיבה און מ'באקומט א פטור, און אזוי טוט טאקע כמעט גאנץ כלל ישראל אין ארה"ק ובתוכם סאטמאר און אלע עדה החרדית חסידות'ער, זענען אבער געוויסע קנאישע אידן און די פלג ירושלמי פארטיי אויפגעקומען אז מ'טאר זיך ניטאמאל שטעלן צום לשכת הגיוס, הייבט זיך אן א פראבלעם פון ארעסטן וכו', איז די שאלה זענען זיי גערעכט צו נישט, כ'מיין אז די עדה און סאטמאר האבן אנגענומען אז זיי זענען נישט גערעכט, נו פארוואס גייט סאטמאר פראטעסטירן?
ס'קען גאר זיין אז די מחאה איז א רעזולטאט פארן ארעסטירן די אייגענטומער פון הפלס, דארף מען אבער וויסן צו דאס וואס מ'באשולדיגט זיי איז טאקע נישט אמת, לויט ווי איך הער איז דא רעקארדירונגן ווי זיי מאכן פאוני קאללס צו פירמעס וואס אדווערטייזן אינעם יתד. אויך זינט די פרשה מיטן הפלס איז שוין ארויסגעקומען אנדערע וואס זענען גע'רודפ'ט געווארן דורכן הפלס רעדאקטער במשך זיינע יארן אין יתד און שפעטער אינעם הפלס, צווישן זיי הרב בצלאל כהן, נו וואס ווערט יעצט געטוהן אנדערש צו זיי פון וואס זיי האבן געטוהן צו יענעם?
מיר אלע ווייסן אז ס'זיצן אידן אין די טורמעס פארן מוחה זיין, מיר ווייסן אויך אז די מחאה איז צוגעגאנגען אויף א וועג פון בלאקירן שאסייען און ברענען גארביטשעס, פארן מוחה זיין אויף די ארעסטן דארף מען וויסן וועלכע גדולי ישראל האבן געשטיצט אזאנע פראטעסטן, און צו קומט זיי טאקע נישט קיין תפיסה, דאס ענדיגן די מחאות ווערט אנגערופן 'גזירות השתקה', און די קלאגעס קעגן הרב גרוסמאן רופט מען אן לעכערליכע לעגאלע קלאגעס, און היידא, צוואנציג טויזענט אידן גייען פראטעסטירן.
קען איינער ביטע מסביר זיין וואס אויף וואס מ'גייט פראטעסטירן?[/justify]
בעצם ווי קום איך אן דא אריין צו שטעקן מיין שטימפיגע פעדער צווישען אזעלכע ריזן, אבער צוריק צו האלטן מיין פעדער וויל איך אויך נישט ווייל ס'וועט ווערן נאך מער שטימפיג, אשר ע"כ וועל איך לאזן הערן מיין ארימע מיינונג.
בעצם בין איך אינגאנצן צומישט, כ'האב שוין פארלוירן חשבון ווער ס'מיט וועם, און ווער ס'קעגן וועם, און קעגן וועם פראטעסטירט מען, און פאר וועם נעמט מען זיך אן. מיר קוקט עס מער אויס ווי די קרבנות פון "קיץ המזבח" אז מ'האט נישט געוואלט לאזן דעם מזבח ליידיג.
די אלע מחאות וואס קומט פאר סיי וואס די רבנישע פאראייניגונג פון קנדא וואס האלט אויף אויך אן אפיס אויף דיוויזיאן עוו. אין ברוקלין ,און סיי די אנדערע וואס זוכן מוחה צו זיין בכל עת מצוא, איז נישט מער ווי צו האלטן דעם עולם ביזי מיט כמו אידישע אנגעלעגענהייטן. איי פארוואס אזוי גרויסע טראסק? א סטאדיום!! קען זיין ווייל ס'שוין לאנג נישט געווען אזא אקציע, און בכלל ווען דען זאל מען עס מאכן, ווינטער איז שווער צאם צו קלאפן אזא אינטערנעמונג, מילא איז יעצט די בעסטע צייט. ס'פיין ווארעם אינדרויסן, נישט צו הייס נישט צו קאלט.
בקרוב קומט שוין די זימער און דאמאלס איז דאך דא קביעותדיגע מחאות וואס לויפט שוין אויפן קאלענדער יאר נאך יאר, און מ'דארף נישט אויפקומען מיט קיין פרישע פראבלעמען, ווייל ס'קען נאך צומישן דעם עולם. דער עולם איז מאר לעס סעט מיט אלע סעזאן פראבלעמען/עוולות/מחאות/שעריריות.
ווינטער, שובבי"ם-מיאמי.
ספרינג, אנפאנג זימער- ציונות/גיוס.
זימער-שמאלע געפאסטע קליידער מיט לאנגע ראובס.
תשרי חשון-איז בין הזמנים.
און נאכדעם איז א חוזר חלילה סייקל, און נאכדעם איז דא יעראונד מחאות/פראבלעמען, ווי למשל אינטרנט וכדומה.
איז יעדע שטיק צייט דארף מען מאכן עפעס א מין גרויסע מחאה, נוסח סטאדיום אדער נוסח וואשינגטון וכדומה אזוי ווי א טאנאפ אין א קאר, מאכט מען ביי עטליכע צענדליגע טויזענט מייל. און אויך האט מען צוגעשטעלט פאר שב"ק, מוחה זיין אויף ווער ס'טראגט מיטן עירוב.
עפעס אן אנדערען ריעזן איז לכאורה נישטא דא פארוואס מ'מאכט א פראטעסט לפענ"ד.