וואס גייט מען שרייען?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

גאנצל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
האסט א בעסער ווארט פאר אזא איינעם אדרבה געב אהער און איך וועל אנהייבן דעס צו נוצן

פארוואס דארפסטו נוצן צונעמען מסביר צו זיין א שיטה?
האסט וואס צו ענטפערן ענטפער צום פינטל. צולייגן נעמען הייסט נישט געענטפערט, עס האט אנדערע נעמען. געוואלדיג האט היינט געשריבן א שיין אשכול פאר אזעלכע נאטורן.

אבער וואס טוט מען צו איינעם וואס פארלייקנט פאקטן ? און ער בויעט נאך גאנצעטע פאלשע בנינים

מ'מאכט איהם פרעזידענט פון אמעריקא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך מיין מ׳זאל בעטען דער עולם ארויפצוקומען מיט לאזונגען אויף צו שרייען. שטיסל מאכט גאר א גוטע פאינט, געוואלד! איז שוין פארדזשאווערט און אויסגענוצט, מ׳דארף א נייעם קריגס שריי אויסצורופען דער בלאה בלאה בלאה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ס'רוב פון דעם אשכול זענען תגובות פון ניק'ס וואס איך גלענץ ניטאמאל וואס זיי שרייבן, כדי זיך נישט אויפצורעגן - בכל אופן, די פאקט אז סתם א סאטמארע אינגערמאן וועט דיר נישט קענען ענטפערן "מה כל הרעש", אדער "וואס איז גזירת גיוס" און סתם המון עם האבן נישט קיין השגה וואס די נישט-מחאה-נאר-כינוס is all about, איז גענוג צו פארשטיין אז לא דובים ולא יער, ס'איז ריין שמוציג, מ'וויל דא "ווייזן" אז מיר זענען א יש, נישט פאר די ציונים נאר פאר אנדערע חרדים. ממילא, בקהלם אל תחד כבודי, נישט נישט מיין בשר ודם פאר דיינע אינטערעסן.

בד"וו, ס'איז מיר ממש צו לאכן ווי אין אייוועלט ווערט די כינוס אשכולות געמאניטארט לייוו דורך זיבעציג גבאים, און מ'פילט אן בלעטער דורך ציטירין ריזיגע תגובות און איבערפרעגן די זעלבע דאמב קשיות - בכל אופן, אלץ דרייט זיך ארום צו ר' מלכיאל קומט יא אדער נישט. פארוואס? ווייל כדי צו וויייזען פאר אנדערע חרדים ווי שטארק אונז זענען, איז עס נאר אינטערסאנט ווען די בילד האט ליטווישע as well, ווייל דאס אז סאטמאר איז קעגען בני ברק איז דאך שוין אלטע נייעס.. איך גלייב אז מ'גייט הייסן צענדליגע אנע-בערד סאטמאר פעוטים קינדער אנצוטון קנייטש היטן כדי וראו כל בני ברק אז אונז גייען דווקא מיט די ירושלמיע בני יואל, די פארלוירענע פלג חברה.
Under influence
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וואס גייט מען שרייען?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

כינוסים זענען באופן כללי כדי אויפצוווייזען אז אונז זע׳מיר דא. סיי אין סיטיפילד סיי ברחובה של עיר. איך האב טאקע לעצטענס געטראכט אז אונז זע׳מיר שוין לאנג אווערדיו פאר א כינוס כלל ישראל.

איך מיין אז ר׳ מלכיאל האט זייער נישט געגליכענט די לעצטיגע מחאה ווייל די מידיא האט נאכאנאנד געוויזען דער שפיטיווקער בילד, און ס׳איז געווארען א הפגנה קעגען הרב שטיינמן. דער עולם אין לעיקוואוד וועט קיינמאל נישט מפגין זיין קעגען א פרטישע מענטש, און זיכער נישט קעגען א ת"ח און זיכער נישט קעגען א גדול הדור. הרב מלכיאל וויל נעמען די אנדערע צד אין א"י, אבער דער ציבור אין לעיקוואוד איז רובא דרובא נישט מיט איהם אין דעם און ער וויל זיך נישט נאכאמאל שפארען מיט דער ציבור אין לעיקוואוד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך זעה דער עולם מאכט דא פעסט ליצנות פון די גאנצע מערכה, כאילו די גאנצע זאך איז פשוט אויסגעזויגן פונעם פינגער. עס איז א ווייטאג אז דער עולם איז נישט ריכטיג אינפארמירט, און אטע דאס טאקע איז די מטרה פון דעם כינוס, ברענגען awareness פאר די איגנארענט, און חיזוק פאר די וואס ווייטאגן.

דאונט געט מי ראנג, איך בין א שוואכער חסיד פון די נאכאנאנדע כינוסיים, איסורים וחרמות, איך ווייס גוט אז מיר לעבן אין א אכשר דרא עפאכע און מען קריכט אויף די גראדע ווענט צו טיילן איסורים ווי אימער מעגליך; אבער דא ווייס איך פון קלארע פאקטן אז דער מצב איז ביטער ווי א גאל, די אלע וואס מאכן עס אוועק מיט א פשטות כאילו מען שטעלט זיך און מען באקומט א פטור, זענען פשוט נישט ריכטיג אינפארמירט. עס פאסירן פרישע ביטערע אינצידענטן יעדע וואך, מדינת ישראל איז אנטשלאסן צו פארכאפן ווי מער היימישע בחורים אין מיליטער, מיט כל מיני מיטלען און טאקטיקן, סיי מיט גוטן און סיי מיט בייזן. עס איז באמת אן עת צרה ליעקב.

איך ווייס אז אסאך ניקס (מאכן זיך ווי זיי) פארשטייען נישט דעם פראבלעם פון גיין אין מיליטער, זיי טענה'ן עס איז א גוטע און וויכטיגע זאך, און מען קען דארט זיין אן ערליכער איד און לערנען פלייסיג.... צו די חברה רעד איך נישט, זיי לעבן דאך אויף אן אנדער פלאנעט; איך רעד צו די דאזיגע וועלכע זענען מודה אז מיליטער איז א פראבלעם, נאר זיי כאפן נישט אז דער מצב יעצט איז ערגער ווי מיט 10 יאר צוריק. זיי דארפן וויסן אז זיי זענען נישט אינפארמירט ריכטיג, און צו זיי איז דער כינוס געווענדעט. אדרבה, קומט צום כינוס, און מ'וועט רעדן נאכדעם.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אוודאי איז מיליטער א געפערליכע פראבלעם, און ס'איז מעגליך אז זיי פראבירען אריינצושלעפן פרומע אין מיליטער. די מערכה האט גארנישט מיט דעם אבער. די א.ג. עסקנים שטעלען בכלל נישט פאר קיין פלאן, זיי רעדן נישט פון א מהלך וויאזוי פטור צו ווערן פון די פראבלעם און דאס איז דא נישט די ציהל. איך בין נישט קיין ריזיגע חסיד פון די היינטיגע פירערשאפט אין א"י מצד בני ברק, אבער כאטש מיט א פלאן קומען זיי. זיי טענה'ן אז שטילערהייט איז די איינציגסטע וועג, אז דער פרייע וועט אונז קיינמאל נישט פארשטיין, דעריבער קען מען דאס ניטאמאל פראבירען, נאר מיט האנדלונגען וואס זענען בעסער געטוהן אונטער די פארהאנגען, ועוד ועוד.

ווען איינער ווייזט א ליניע פון די הפגנת א' נשא צו דער איזרעאלי רעגירונג אפשטעלן זייער פראבירונגען צו מאכן מיליטער א חלק פון די חרדי'שע לעבן, קען מען ווייטער רעדן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך מיר'ער בחור »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך זעה דער עולם מאכט דא פעסט ליצנות פון די גאנצע מערכה, כאילו די גאנצע זאך איז פשוט אויסגעזויגן פונעם פינגער. עס איז א ווייטאג אז דער עולם איז נישט ריכטיג אינפארמירט, און אטע דאס טאקע איז די מטרה פון דעם כינוס, ברענגען awareness פאר די איגנארענט, און חיזוק פאר די וואס ווייטאגן.

דאונט געט מיר ראנג, איך בין א שוואכער חסיד פון די נאכאנאנדע כינוסיים, איסורים וחרמות, איך ווייס גוט אז מיר לעבן אין א אכשר דרא עפאכע און מען קריכט אויף די גראדע ווענט צו טיילן איסורים ווי אימער מעגליך; אבער דא ווייס איך פון קלארע פאקטן אז דער מצב איז ביטער ווי א גאל, די אלע וואס מאכן עס אוועק מיט א פשטות כאילו מען שטעלט זיך און מען באקומט א פטור, זענען פשוט נישט ריכטיג אינפארמירט. עס פאסירן פרישע ביטערע אינצידענטן יעדע וואך, מדינת ישראל איז אנטשלאסן צו פארכאפן ווי מער היימישע בחורים אין מיליטער, מיט כל מיני מיטלען און טאקטיקן, סיי מיט גוטן און סיי מיט בייזן. עס איז באמת אן עת צרה ליעקב.

איך ווייס אז אסאך ניקס (מאכן זיך ווי זיי) פארשטייען נישט דעם פראבלעם פון גיין אין מיליטער, זיי טענה'ן עס איז א גוטע און וויכטיגע זאך, און מען קען דארט זיין אן ערליכער איד און לערנען פלייסיג.... צו די חברה רעד איך נישט, זיי לעבן דאך אויף אן אנדער פלאנעט; איך רעד צו די דאזיגע וועלכע זענען מודה אז מיליטער איז א פראבלעם, נאר זיי כאפן נישט אז דער מצב יעצט איז ערגער ווי מיט 10 יאר צוריק. זיי דארפן וויסן אז זיי זענען נישט אינפארמירט ריכטיג, און צו זיי איז דער כינוס געווענדעט. אדרבה, קומט צום כינוס, און מ'וועט רעדן נאכדעם.

אדרבה אפשר רעדסטו אביסל מער בפרטיות וואס ס'גייט טאקע פאר ס'זעט אויס ווי דו ווייסט עפעס מער.
און מיט וואס פונקטליך גייט עס למעשה בעסער ווערן נאכ'ן כינוס מחאה?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שמעקי כבר מילתי אמורה, די גאנצע כינוס איז געבויעט אויף פאקטן געשטעלט און פאבריצירט דורך הר׳ אויערבאך׳ס מענטשן און הפלס צייטונג מיט זייערע שותפים אין יהדות הגולה דער איד,
יעדער וואס האט אביסל באקאנטשאפט אין די עד״ח ווייסט פארוואס די מחאות ווערן געפירט אזוי בדיעבד און פארוואס ווי איסר זאגט פאלגן נישט רוב רובם אויב נישט אלע בחורים פון די ישיבות אונטערגעווארפן די עד״ח די אייגענע נייע מכלומר׳שטע שטעלונג איבער זיך שטעלן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

א' פאקט: די ממשלה מאכט היינט שווערער צו באקומען א פטור וואס אמאל האט מען באקומען פון א דר. אין איין מעת לעת דארף היינט דורכגיין מער ווי איין דר. מיט לויערס און אמאל נאך שווערער -ניט אום שבת גערעדט זענען זיי גערעכט וואס עפעס זאל איך געבן א פטור פאר א געזונטע פעהיגע מענטש- אבער למעשה בעיסד אויף די העצע און בעיסד אויף זייערע מעשים ליגט דא עפעס מער

די זעלבע מיט די מעמד בן ישיבה ווערט שווערער און שווערער מיט רעגולאציעס ווי דער בחור מוז לערנען 45 שעה א וואך וכדו' ריכטיגע בא אחיך במרמה

ב' דעס אלעס ווייזט אז דא איז דא א גרויסע פלאן אנצוקומען צו א מצב ווי ס'וועט כמעט נישט מעגליך זיין צו לערנען אין א ישיבה

ג' די זאך קען געפייט ווערן זייער שנעל אזוי ווי ביי גיוס נשים און די ממשלה ווייסט דערפון און זיי זוכן דעס איבערצוקלוגן

ד' די אלע וואס ווילן זיין באקוועים און ווילן זיין במנוחה און ווילן נישט טראכטן פונעם עתיד ובעיקר ווילן נישט פארלירן זייער מקור ממון פאר זייערע מוסדות פרייען זיך זייער לאור המצב און זיי וויקלען זיך איין אין א פארבלענדעניש אז די מצב איז נישט געפערליך און ס'גייט נישט ווערן ערגער הכל על מקומו

ה' זיך איינרעדן אז מיט שטולעניש גייט מען עפעס אויפטון איז נאריש די פאקט ביז היינט האט מען 'נאר' אויפגעטון דורך עקשנות און געשריי

ו די ערשטע זאך וואס דא דארף געשען איז א פאראייניגונג וואס ביי גיוס נשים איז געווען פשוט דארף יעצט א התעוררות און די סיבות דערצו זענען 3 1 היות די רעגירונג איז נישט געקומען אזוי אגרעסיו ווי דעמאלט מילא איז אין די מין טיים געווארן אזא רוח פון פראבירן מאכן פשרות ביי טייל 2 ווייל די גאנצע פאליטיק צווישן די ליטווישע בני תורה האט אוועק געפירט די מערכה פונעם ריכטיגן טרעק 3 איז פשוט מ'זוכט היינט ווי ווייניגער זיך צו רייסן מיט די ממשלה די אמאליגע לייבן זענען שוין נישטא

מילא יעצט וויל מען בויען א פאראייניגטע פראנט פון די פארבליבענע וואס ווילן יא מיט א שטארקייט שטערן די גזירה לגמרי און שרייען דערפאר מאכט מען בתור כינוס ווייל מ'רעדט נאך נישט צו די גאס מ'רעדט צו זיך אליין

[tag]געוואלדיג[/tag] דו האסט א טעות אנפאנג האט טאקע געהייסן אז די מערכה איז זיך בלויז אנצונעמען פאר די איינע פלג וואס זיי שטעלן זיך נישט ס'האט טאקע געקלונגען אביסל אינטערסאנט (כאטש מ'קען יעצט אויך פארשטיין) אבער לע"ע איז שוין די חשש אוועק געפלויגן יעצט איז די מערכה צו פאראייניגן און פארפעסטיגן דעם פראנט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

גיוס נשים איז אנדערש ווי דא. גיוס נשים קען דער גאס פארשטייען, גיוס נשים קענען די גויים פארשטייען. איינער פון די ראשי האגודה, מר. הערי גודמאן, האט זאגאר געברענגט א קלאגע אויף מדינת ישראל צום ציווילע רעכט טיילונג פון דער פארייניגטע פעלקער ביז מ'האט איהם צוריק געהאלטען אז אידען ברענגען נישט זייער שלעגערייען ביי גוים. גיוס בני הישיבות איז א זאך וואס קיין גוי צו נישט רעליגיעזע איד קען נישט פארשטייען. דעריבער האט מען געהאלטען פון אנהייב אז מ'גייט פיהרען דער זאך פון אונטער די פארהאנגען. מ'זאגט נאך פון דער חזו"א אז דער פטור פון בני הישיבות איז א זאך וואס מ'טאר נישט רעדען הויך דערפון. דער כוונה איז הן ווייל א נס דארף מען האלטען שטיל, און אויך ווייל דאס איז מעורר א קטרוג פון די יעניגע חברה.

נאך עפעס, ס'איז בכלל נישט באשטעטיגט אז דער 'רחובה של עיר' מהלך האט אמאל גע'ארבעט. זוך אויף די אמת'ער היסטוריה פון ניתוחי מתים און גיוס בנות. ס'איז גארנישט אזוי קלאר, און דער פשרה פון גיוס בנות איז אויך נישט געווען לרוחם פון די גדולי הדור דעמאלס, אבער קיין כח צו שלאגען האט כלל ישראל דעמאלס שוין נישט געהאט.

סתם אזוי, דער עצם הענין אז יונגע ראצע'ס, אומערוואקסענע קינדער, און וואנאבי עסקונעם זאלען איינטיילען מיט א קלארקייט וואס וועט געלונגען און וואס נישט, וואס ווילען די חברי כנסת און וואס נישט, וואס ווילען די ראשי הישיבות און וואס נישט, איז א נערישקייט. אין מעדיצין דארף מען נישט אריינרעדען מיט א קלארקייט אז מ'האט עס נישט שטודירט, אין הלכה איז אזוי, און אין פאליטיק איז אויך אזוי. וואס וועט ארבעטען און וואס נישט איז נישט פאר יעדער קינד וואס האט אמאל געליינט 'פון דא און דארט' אין דער איד. טאמער איינער ברענגט מיר אן עסקן וואס טענה'ט אויף זיך אז ער ווייסט פון ערפארונג און אנדערע וויאזוי צו טוישען די מיינונג פון דער רעגירונג, זעי איך א צד. ביזדערווייל איז אזוינס נישט פארגעקומען, אחוץ די שלוחי דרבנן וואס טוהן על דעת גדולי תורה ויראה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גיוס נשים איז אנדערש ווי דא. גיוס נשים קען דער גאס פארשטייען, גיוס נשים קענען די גויים פארשטייען. איינער פון די ראשי האגודה, מר. הערי גודמאן, האט זאגאר געברענגט א קלאגע אויף מדינת ישראל צום ציווילע רעכט טיילונג פון דער פארייניגטע פעלקער ביז מ'האט איהם צוריק געהאלטען אז אידען ברענגען נישט זייער שלעגערייען ביי גוים. גיוס בני הישיבות איז א זאך וואס קיין גוי צו נישט רעליגיעזע איד קען נישט פארשטייען. דעריבער האט מען געהאלטען פון אנהייב אז מ'גייט פיהרען דער זאך פון אונטער די פארהאנגען. מ'זאגט נאך פון דער חזו"א אז דער פטור פון בני הישיבות איז א זאך וואס מ'טאר נישט רעדען הויך דערפון. דער כוונה איז הן ווייל א נס דארף מען האלטען שטיל, און אויך ווייל דאס איז מעורר א קטרוג פון די יעניגע חברה.

נאך עפעס, ס'איז בכלל נישט באשטעטיגט אז דער 'רחובה של עיר' מהלך האט אמאל גע'ארבעט. זוך אויף די אמת'ער היסטוריה פון ניתוחי מתים און גיוס בנות. ס'איז גארנישט אזוי קלאר, און דער פשרה פון גיוס בנות איז אויך נישט געווען לרוחם פון די גדולי הדור דעמאלס, אבער קיין כח צו שלאגען האט כלל ישראל דעמאלס שוין נישט געהאט.

סתם אזוי, דער עצם הענין אז יונגע ראצע'ס, אומערוואקסענע קינדער, און וואנאבי עסקונעם זאלען איינטיילען מיט א קלארקייט וואס וועט געלונגען און וואס נישט, וואס ווילען די חברי כנסת און וואס נישט, וואס ווילען די ראשי הישיבות און וואס נישט, איז א נערישקייט. אין מעדיצין דארף מען נישט אריינרעדען מיט א קלארקייט אז מ'האט עס נישט שטודירט, אין הלכה איז אזוי, און אין פאליטיק איז אויך אזוי. וואס וועט ארבעטען און וואס נישט איז נישט פאר יעדער קינד וואס האט אמאל געליינט 'פון דא און דארט' אין דער איד. טאמער איינער ברענגט מיר אן עסקן וואס טענה'ט אויף זיך אז ער ווייסט פון ערפארונג און אנדערע וויאזוי צו טוישען די מיינונג פון דער רעגירונג, זעי איך א צד. ביזדערווייל איז אזוינס נישט פארגעקומען, אחוץ די שלוחי דרבנן וואס טוהן על דעת גדולי תורה ויראה.

יאפ זדאס אין איין זייט פון די מטבע
די צווייטע זייט האב איך שוין געשריבען אויבן
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס ס'איז אביסל נעריש מצדי, אבער ס'זעט מיר אויס ווי דו מיינסט אז צוויי זייטען פון די מטבע מיינט אז אפילו איינער וואס ווייסט נישט בחייכון וביומיכון דארף אויך האבען א מיינונג, און איך האלט אז נאר די וואס ווייסען דארפען האבען א מיינונג. דאס האסטו טאקע געזאגט צו געמיינט? מסתמא נישט, ווייל קיינער קען אזוי נישט טראכטען (אחוץ אונזער הויכגעשעצטע פרעזידענט), אבער נאר צו בארואיגען בעט איך דיר דאס צו באשטעטיגען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס ס'איז אביסל נעריש מצדי, אבער ס'זעט מיר אויס ווי דו מיינסט אז צוויי זייטען פון די מטבע מיינט אז אפילו איינער וואס ווייסט נישט בחייכון וביומיכון דארף אויך האבען א מיינונג, און איך האלט אז נאר די וואס ווייסען דארפען האבען א מיינונג. דאס האסטו טאקע געזאגט צו געמיינט? מסתמא נישט, ווייל קיינער קען אזוי נישט טראכטען (אחוץ אונזער הויכגעשעצטע פרעזידענט), אבער נאר צו בארואיגען בעט איך דיר דאס צו באשטעטיגען.

פון וואנען נעמסטו אז די וואס טוען דערין ווייסן ניט בחייכון וביומיכון ?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

גאנצל,
א׳ פטור האט אלס געדויערט אפאר מעל״ע אזוי ווי היינט, בן ישיבה מעמד איז אויך גארנישט געטוישט.

ב׳פאלט אוועק ווייל גארנישט איז קלאר אז עס איז דא א באהאלטענע פלאן,

ג׳ גיוס בנות איז נישט געווארן שנעל מסודר עס איז געווען א שווערע און ערנסטע פייט.

ד׳ איז סתם דיבורים.

ה׳ עס איז נישט קלאר אז נאר מיט שרייען טוהט מען אויף, ובר אילן יוכיח די מעין גאס וואס שניידט דורך די היימישע געגנטער אין ירושלים וואס די פילע מחאות האבן נישט אויפגעטוהן צו עס צומאכן אין שבת אבער די שטילע שתדלנות יא.

ו׳ ביי גיוס נשים האט מען קיינעם געדארפט פאראייניגן די צרה איז געווען קלאר און די פראבלעם עכט, משא״כ יעצט וואס דער מצב איז פונקט ווי 10 יאר צוריק, דארף מען צוקומען צו ערנסטע הסברה און ברעינוואשינג צו קענען פאבריצירן א וויי געשריי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געוואלדיג, איך בין שפראכלאז.
גארנישט האט זיך נישט געטוישט פון 10 יאר צוריק?
וירח ה' את ריח הניחוח
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איך האב לעצטענס גערעדט מיט עטליכע בחורים פון א"י וואס זאגן מיר קלאר אז ס'איז היינט פאר זיי זייער שווער צו באקומען א פטור מ'דארף זוכן ערענסטע עצות צו ווייזן די נישט פעהיגקייט

אמאל אין מיינע צייטן פלעגט מען מער ווייניגער גיין אין מקוה און זיך משוגע מאכן און דער בחור איז געווען רואיג היינט איז נישט אזוי

וועגן די מעמד בן ישיבה זאגן עסקנים אז היינט פארלאנגט מען פון ר"י מגידי שיעור און משגיחים אז די בחורים מוזן זיצן און לערנען 45 שעה און מ'דארף דאס אויפווייזן

סאו אדער דו אדער איך זענען מיסאינפארמירט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאנצל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: וואס גייט מען שרייען?

שליחה דורך גר ותושב »

שמעקעדיג האט געשריבן:געוואלדיג, איך בין שפראכלאז.
גארנישט האט זיך נישט געטוישט פון 10 יאר צוריק?

זיי מפרט פונקליך וואס האט זיך געטוישט און וויפיל תפיסה זיצערס (מלבושי ישע געלט נעמערס) זענען "יא" געגאנגען אין לשכת הגיוס און נישט באקומען א פטור וואס פאר דעים זיצען זיי.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:געוואלדיג, איך בין שפראכלאז.
גארנישט האט זיך נישט געטוישט פון 10 יאר צוריק?

אינמיטן איז געווען א קורצע לפיד תקופה ווען עס איז געווען א עכטע גזירה און דאן האבן אפילו די אגודיסטישע קרייזן זיך נישט געשטעלט, אבער זייט די לעצטע וואלן ווען די פרומע פארטייען זענען צוריק אין די קאאליציע האבן זיי אלעס צוריק געדרייט צום אלטן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: וואס גייט מען שרייען?

שליחה דורך גר ותושב »

געוואלדיג האט געשריבן:

און עס איז כדאי טאקע ארויס צו ברעינגען אז דאס האבן די חברי הכנסת צוריק געדרייט און ווען נישט זיי טראץ די הפגנות וואלט די מצב געוועזן און א סאך אן ערגערן צושטאנד.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

גאנצל די בחורים האבן דיר דערציילט דעם אמת, עס איז נישטגרינג זיי צו אויסנארן און עס איז קיינמאל גרינג געווען איך געדענק נאך יארן צוריק ווען מיינער א באקאנטער האט זיך געטראפן אן קיין אנדערע עצה חוץ פון נוצן זיינע מכנסיים אלס א בית הכבוד און נאר אזוי האבן זיי איהם פריי געלאזט און איך רעד דא פון א גוטע 15 יאהר צוריק.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: וואס גייט מען שרייען?

שליחה דורך גר ותושב »

גאנצל האט געשריבן:איך האב לעצטענס גערעדט מיט עטליכע בחורים פון א"י וואס זאגן מיר קלאר אז ס'איז היינט פאר זיי זייער שווער צו באקומען א פטור מ'דארף זוכן ערענסטע עצות צו ווייזן די נישט פעהיגקייט

אמאל אין מיינע צייטן פלעגט מען מער ווייניגער גיין אין מקוה און זיך משוגע מאכן און דער בחור איז געווען רואיג היינט איז נישט אזוי

וועגן די מעמד בן ישיבה זאגן עסקנים אז היינט פארלאנגט מען פון ר"י מגידי שיעור און משגיחים אז די בחורים מוזן זיצן און לערנען 45 שעה און מ'דארף דאס אויפווייזן

סאו אדער דו אדער איך זענען מיסאינפארמירט

היינטיגע צייטן איז אויך שווערער צו באקומען גאווערמענט פראגראמס דארפסט אסאך מער אויפווייזן אסאך מער ווי אמאל אז די ביסט אן עני ואביון.
אמאל אויב האסטו זיך אנגעגעסן מיט קנאבל און אנגעטוהן א הוט פארקערט האסטו געקענט באקומען א פטור היינט זענען זיי מער פארגעשריטן און קויפן נישט די שטותים איז וואס איז יעצט ווי זעסטו דא די מלחמת הדת?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

סאו די שאלה איז פ"וו זיי האבן עס געטוישט צו אלס פארגעשריטנקייט צו ווייל זיי האבן א אגענדע צו זעהן ווי ווייניגער ערליכע בחורים אין ישיבות

אקעי האב מיר צוויי צדדים צו זאגן אז זיי זענען הערשט יעצט קלוג געווארן און איינגעזען אז ס'איז טאקע נישט דא טויזנטער קראנקע בחורים נאר זיי מאכן זיך איז עפעס וואס מ'קען שטארק אריין קוקן צו ס'איז טאקע אזוי

פלאס וואס זיי מאכן די מעמד בן ישיבה אויך מיט כמעט על מנת שתעלה לרקיע רעגולאציעס

ברענגט צו א מסקנה אז די ערד ברענט

און מ'טוט וואס א יעדע גרופ טוט ווען זיי שפירו זיך באקרידעוועט פון די רעגירונג מ'שרייט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וואס גייט מען שרייען?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

על מנת שתעלו לרקיע איז א שקר, ווייל דו זעסט דאך אז אלע ישיבות זענען נאך פול.

שרייען ווען ס׳טוט וויי איז זייער פיין, אבער איך וויל ענדערש זיצען אינדערהיים און ארבעטען\לערנען\קאוועשטיבלען. כ׳מיין קיין גרויסע ענין איז עס נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט