די סעטה ריטש מיסטעריעזע מערדעריי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

די סעטה ריטש מיסטעריעזע מערדעריי

שליחה דורך קורקלענד »

איינער פון די עיקר יסודות אויף די גאנצע טראמפ-רוסלאנד באשולדיגונגען איז די די.ען.סי. אימעילס. יענץ איז געווען די סאמע ערשטע זאך וואו די דעמאקראטן האבן אנגעהויבן ארויף ברענגען רוסלאנד און גלייך דעראויף צוקלעבן טראמפ דערצו.

קיין גרויסע באווייזן אדער פאקטן וואס זענען עטוואס זאכליך זענען נאך ביז היינט נישט אפירגעקומען. אבער פארט הערט זיך נישט די גרידער און גערויש פון חלומות און ספעקולאציעס אויף.

צוביסלעך האלטן און איין אוועקפאלן איין ראיה נאכן אנדערע אז רוסלאנד זאל נאר האבן געהאט סיי וועלכע שייכות מיט די העקינג פונעם די.ען.סי. און אזוי וואלט די גאנצע יסוד פונעם קשר אויך געזאלט מיטפאלן. אבער קיינער רעדט נישט דערפון.

איינער פון די גרעסטע קאנטראווערסיעס און די די.ען.סי. אימעיל ליעק איז די פרשה פון סעטה ריטש. סעטה איז יוגענטליכע אקטיוויסט וואס איז געווען א שטארקע סאנדערס חסיד און אקטיוויסט און האט אויך געארבעט פאר די די.ען.סי. גלייך נאך וואס וויקיליעקס האט אנגעהויבן ארויסשטעלן די אימעילס איז סעטה ברוטאל ערמארדעט געווארן אין וואשינגטאן אויף א גאר מיסטעריעזע אופן. די פאליציי האבן שנעל פארמאכט די אינוועסטיגאציע מיטן אויסרייד אז ס'איז געוועזן א דורך געפאלענע האלד-אפ.

זינט דאן קומען ארויס מער און מער ראיות אז סעטה איז גאר געווען דער וואס האט איבערגעגעבן די אימעילס פאר וויקיליעקס. אלס א גאר שטארקע סאנדערס חסיד איז ער געווען שטארק אויפגעברויזט אויף די די.ען.סי. נאך וואס זיי האבן באהאנדלט סאנדערס שטארק אומדעמאקראטיש.

יעצט איז אפיר געקומען די קאנטראווערסיאלע קים דארט קאם פון ניו זילאנד מיט א סעריע פון טוויטס אז ער איז געווען נאענט מיט סעטה און ווי אויך אז ער האט געהאט א חלק אין די אימעיל סקאנדאל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קורקלענד: איך פארשטיי נישט. אויב איינער איז אונטער א שטארקן חשד אז זיי האבן געהאט א האנט אין דערמארדן סעטה רידזש, איז דאס די פירערשאפט פון די דעמאקראטן. ווייל זיי זענען די איינציגסטע וועלכע האבן געהאט א מאטיוו אין איהם דערמארדן. דאס האט דאך גארנישט מיט טראמפ-רוסלאנד...!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ר' בערל: לויט מאנכע האט זיך די גאנצע טראמפ-רוסלאנד באשולדיגונגען אנגעפאנגען צו פארפירן יעדן פון די מערדעריי............
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

איך האלט אז פאדעסטא וועט נאך נתברר ווערען אלץ דער שר הטבחים דא.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

די פראבלעם מיט זאגען אז די דעמאקראטען האבען אים געהרג'ט איז, עס פעלט מאטיוו.

נאכדעם וואס ער האט אנגעטוהן זיינס, מאכט נישט סענס זיי זאלען אים הרג'נן אלץ נקמה.

כלומר אויב האט ער געהאט אינפארמאציע וואס זיי האבען געוואלט דערשטיקן​, מאכט עס אביסל סענס, אבער אזוי ווי עס איז פעלט א מאטיוו.

מען זעהט אויך אז די ארויסגעבן די אימעילס האט נישט געטוישט די מצב, נעקסטע עלעקציע זעהט נישט אויס צו זיין אסאך אנדערש.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

תורה ומדע האט געשריבן:איך האלט אז פאדעסטא וועט נאך נתברר ווערען אלץ דער שר הטבחים דא.

לאו דוקא. פאר ס'קען פאסירן סיי וועלכע בירור וועט נאך דער שחור וואס האט כלומערשט ערמארדעט מנחם שטארק אויך נעם אויף זיך די רציחה פון ריטש. אדער וועט מען מכבד זיין א צווייטער.........
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אישתישבי האט געשריבן:די פראבלעם מיט זאגען אז די דעמאקראטען האבען אים געהרג'ט איז, עס פעלט מאטיוו.

נאכדעם וואס ער האט אנגעטוהן זיינס, מאכט נישט סענס זיי זאלען אים הרג'נן אלץ נקמה.

כלומר אויב האט ער געהאט אינפארמאציע וואס זיי האבען געוואלט דערשטיקן​, מאכט עס אביסל סענס, אבער אזוי ווי עס איז פעלט א מאטיוו.

מען זעהט אויך אז די ארויסגעבן די אימעילס האט נישט געטוישט די מצב, נעקסטע עלעקציע זעהט נישט אויס צו זיין אסאך אנדערש.

ווער זאגט אז ער האט נישט געהאט נאך סחורה?

מעגליך אז זיי האבן געוואלט אפשרעקן אנדערע. קיינער וויל נישט פלוצלינג נעלם ווערן...

און דריטענס ווען ער לעבט ווען וואלט מען דען געקענט אזוי באשולדיגן רוסלאנד?

פארגעס נישט אז דאס אריין ברענגען רוסלאנד אינעם געפעכט האט זיי אויך אהערגעשטעלט א פעסטע סטראטעגיע וויאזוי מסדר צו זיין טראמפ..
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אסאנדזש אין א טוויט היינט האט נאכאמאל קריפטיש מרמז געווען אביסל שטערקער אז די ליעקער איז מעגליך סעטה ריטש.

אין א וועג מאכט ער אביסל 'דעמעדזש קאנטראל' אז נישט וויקיליעקס איז דער וואס געט עס ארויס נאר א פריוואטע מענטש (קים דאטקאם) וואס איז נישט אונטער וויקיליעקס.

מען דארף אויך באטאנען אז אסאנדזש האט מערערע מאל געזאגט​ אז וויקיליעקס וועט פרובירן וואס מער צו פארפירן פון זייערע קוועלער (פארשטייט זיך אז זיי וועלן קיין ליגענט נישט זאגן) זיי צו באשיצן. איז ווילאנג זיי זאגן נישט קלאר אז ס'איז געווען סעטה אדער אז ס'קומט נישט ארויס גארנישט פארלעסליך דאן איז מעגליך אז ס'רעדט זיך דא פון סתם הייסע לופט און וויקיליעקס האט זיך דערצו צוגעכאפט סתם צו פארמישן די שטן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

נעבעך די ״רייט ווינגערס״ זוכן דעספערטלי עפעס א ״קאנספיריסי״ פון אינטער דער ערד, אויף די לינקע... ווייל מ׳האט זיי געכאפט מיט די הויזן אראפ...

די געגענט אין די סי ווי עס איז פארגעקומען די שיסעריי איז פון די ערגסטע געגענטער אין גאנץ אמעריקא מיט איינע פון די העכסטע ראטע פון רויבערייען און האלד-אופס...

סאיז ליידער זייער א נארמאלע זאך דארט צו ווערן געשאסן אויב מגייט אליינס ביינאכט אויף די גאס אין יענע געגענט.

די פאליס האט ריפארטעט אז ווען מ׳האט געטראפן ריטש איז ער געוועהן צוביילט און צובלוטיגט, און לויט אלע סימנים איז דארט פארגעקומען שווערע ראנגעלישן, ווען ער האט געשאסן זענען גלייך פאליס געקומען צופארן און דער אטאקירער האט זיך דערשראקען און אנטלויפן.

אויב איז ער נאר געוועהן א שליח אים צו ערלעדיגן ווי ענק ווילן זאגן וואלט נישט געוועהן קיין ראנגלענישן, יענער האט געהאט א גאון! נאר די ראנגלענישן איז א בפירושע באווייז אז מ׳האט זיך געשלאגן איבער זיין בערזל-און זיין געלט, און נישט אים צו לינטשען.

חוץ מזה איז נישטא קיין שום סיבה שבעולם פארוואס די דעמקראטן זאלן אים וועלן הארגענען, חוץ די קינדערישע אויפגעמאכטע מעשיות פון די ״רייט ווינגערס״.

סתם א אויפגעבלאענע איי...כאילו די דעמקראטן הארגענען עפעס מענטשען??? יא! ווייל אין די היסטאריע האבן די דעמקראטן ממש געהארגט מענטשען טאג טעגליך... הילערי עסט אויף מענטשען פאר פרישטיג... טראמפ׳ס חלומות!...

קורקלענד? וואס נאך??? וואס טוט זיך מיט די וואנט??? די מעקסיקען וואנט? ווען הייבט מען עס אן צובויען???. אייסעס לעבט נאך? זיי האבן נעכטן באמבעדירט אין מאנטשעסטאר! כהאב געמיינט אז דאנאלד האט ״א טריק״ זיי צו ערלעדיגן אין פערציג טעג??? הא???

ריטש׳ס אייגענע נאנטע און משפחה האבן קאנפארמירט אז סאיז געוועהן א פשוטע האולד-אפ און גארנישט מעהר.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: די סעטה ריטש מיסטעריעזע מערדעריי

שליחה דורך mevakesh »

באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

״פאקס ניוס״ פראבירט צו שפינען עפעס א מעשה באזירט אויף שטותים ארויסגעזויגט פון פינגער, נאכדעם וואונדערן זיי זיך פארוואס זיי פאלן אראפ טעגליך מעהר און מעהר... פאקס וויוערס האבן מוראדיג געטראסקט לעצטענס...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

[tag]שבת אחים[/tag] האלטסט טאקע אז אויב וואלט עס געווען אן אסאסינאציע וואלט דער אטאקירער נישט געטוען אלעס אין די וועלט עס צו מאכן אויסקוקן ווי עפעס אנדערש?

נישט אז איך גלייב יעדע קאנספיראציע אריירעכענענדיג די דאזיגע אבער דיין אפפרעג שטימט נישט
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שבת. ער איז געווען ביי זיך ווען פאליציי איז געקומען פאר הילף. די דריי פאליציי וואס זענען אנגעקומען אהין האבן אלע געהאט באדי קעמ'ס. די רעקארדירונגען פון אלע דריי קאמערעס זענען 'בטעות' פארמעקט געווארן.

ווי ליגט זיין לעפטאפ? פארוואס קען די משפחה נישט האבן קיין צוטריט דערצו?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שושן פורים האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag] האלטסט טאקע אז אויב וואלט עס געווען אן אסאסינאציע וואלט דער אטאקירער נישט געטוען אלעס אין די וועלט עס צו מאכן אויסקוקן ווי עפעס אנדערש?

נישט אז איך גלייב יעדע קאנספיראציע אריירעכענענדיג די דאזיגע אבער דיין אפפרעג שטימט נישט

הער אויס, סאיז נישטא קיין שום באווייזן אויף גארנישט, אבער סמאכט נישט קיין טראפ סענס סזאל ווען האבן געזעהן א לינטשינק... און טאמער וואלט ער דוקא עס געוואלט מאכן אויסקוקן ווי א צופאל וואלט די גרינגסטע וועג געוועהן ווען ער שיסט אים און נעמט צו די בערזל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:שבת. ער איז געווען ביי זיך ווען פאליציי איז געקומען פאר הילף. די דריי פאליציי וואס זענען אנגעקומען אהין האבן אלע געהאט באדי קעמ'ס. די רעקארדירונגען פון אלע דריי קאמערעס זענען 'בטעות' פארמעקט געווארן.

ווי ליגט זיין לעפטאפ? פארוואס קען די משפחה נישט האבן קיין צוטריט דערצו?

איך האב נישט געהערט די דיטעלס פון די מעשה לויט וויאזוי דו פארציילסט עס, איך האב
געהערט די מעשה אינגאנצן אנדערש, און לויט מיינע מקורות זאגט זיין פאמילע סאיז געוועהן א ״אומגעלונגענע ראבערי״ אבער אפשר ביטע צייכענסטו צו דיינע מקורות???

ברענג א מקור

אז זיין משפחה קען קיין צוטריט נישט האבן.

און אז מ׳האט געמעקט טעיפס.

ביטע נישט פאקס ניוס, און נישט שאולזאהן, זייער מעשיות איז נישט באגלייבט ביי מיר, ווייל זיי זענען ליגנערס. ברענג א נארמאלע מקור, נישט עפעס א ״באבע מעשה״ גראד ארויס פון א ״רייט ווינג״ קאנספירסי מאגאזין.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד די נפטר׳ס ברודער האט א בקשה צו דיר און צו שאן העננעטי...

הערטס אויף...! צו שפינען מעשיות מיט מיין ברודערס טויט..!

Seth Rich's brother pleads with Hannity to stop spreading conspiracy theory

http://money.cnn.com/2017/05/23/media/s ... -fox-news/
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

נעבעך..! פון אינטער דער ערד פרובירן די ״רעכטע קרימינאלן״ צו באשומצען די לינקע... ס׳גייט זיי אבער נעבעך נישט... פרובירן צו אויפקאכן א מעשה פון אינטער דער ערד...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

און די מערסטע געפעלט מיר נאך, דעס אז ״טראמפ״ איז קאראפטיט פון קאפ ביז פוס, און מיטגארבעט מיט א ״פיינטליכע לאנד״ צו קענען געוואונען, דעס גלייבט ער נישט...! אפילו סאיז שוין היינטיגע צייטן דא ״שווארץ אויף ווייס״ עדות אויף דעם פון אלע זייטן... אבער עפעס א קאנספיריסי אן קיין הענט און פוס און קיין טראפ סענס קויפט ער אפ ווי הייסע לאקשן און זאגט ״פארקערט״ ווי יענעמס אייגענע משפחה אבי צו שפינען עפעס א מעשה....
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

דא האסטו א לינק צום רעפארט.

ביי מיר איז זענען דיינע 'נארמאלע' מקורות פונקט אזוי גוט ווי פאקס.

איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מ'האט געמעקט טעיפס. ס'נישט די ערשטע מאל וואס די פרובירסט אריינצולייגן ווערטער אין מיינע הודעות וואס איך האב נישט געזאגט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שבת אחים האט געשריבן:נעבעך..! פון אינטער דער ערד פרובירן די ״רעכטע קרימינאלן״ צו באשומצען די לינקע... ס׳גייט זיי אבער נעבעך נישט... פרובירן צו אויפקאכן א מעשה פון אינטער דער ערד...

די גאנצע רוסישע מעשה דיינע האט נישט קיין הענט אדער קיין פיס. לעת עתה.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שבת אחים האט געשריבן:און די מערסטע געפעלט מיר נאך, דעס אז ״טראמפ״ איז קאראפטיט פון קאפ ביז פוס, און מיטגארבעט מיט א ״פיינטליכע לאנד״ צו קענען געוואונען, דעס גלייבט ער נישט...! אפילו סאיז שוין היינטיגע צייטן דא ״שווארץ אויף ווייס״ עדות אויף דעם פון אלע זייטן... אבער עפעס א קאנספיריסי אן קיין הענט און פוס און קיין טראפ סענס קויפט ער אפ ווי הייסע לאקשן און זאגט ״פארקערט״ ווי יענעמס אייגענע משפחה אבי צו שפינען עפעס א מעשה....

פיינטליכע לאנד? שווארץ אויף ווייס? ברענג א מקור

די קלינטאן'ס האבן אסאך מער שייכות געהאט מיט רוסלאנד ווי טראמפ
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:

דהיינו? וואספארא שייכות??? שאן הענעטי ווייסט עפעס וואס קיינער ווייסט נישט???

אויב האט ער געהאט שייכות מיט די רוסן? ווי זענען געוועהן די רעכטע וואס האבן אים אזוי פיינט געהאט און דעספערטלי אים געוואלט אימפיטשען, דעס איז דאך א גרעסערע עבירה ווי לעווינסקי.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:דא האסטו א לינק צום רעפארט.

ביי מיר איז זענען דיינע 'נארמאלע' מקורות פונקט אזוי גוט ווי פאקס.

איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מ'האט געמעקט טעיפס. ס'נישט די ערשטע מאל וואס די פרובירסט אריינצולייגן ווערטער אין מיינע הודעות וואס איך האב נישט געזאגט.

די לינק וואס דו ברענגסט ארבעט בכלל נישט...

דו לייקענסט אז זיין ברודער האט פריער געזאגט פאר די מידיעא בשם די גאנצע משפחה אז די מעשה פון שאן הענעטי איז נישט אמת???

האסט א קלארע ווידעא פון דעם אין די לינק וואס כהאב פריער אראפגעברענגט...! ביטע קוק עס...
פארשפארט