ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!

שליחה דורך איש את רעהו »

אריבער 3600 אידן האבן שוין אנטייל גענימען אין די געוואלדיגע מצוה, נעמט אויך א טייל
https://unidy.org/helptzurty
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

א אידישע פרוי -וואס האט חתונה געהאט עטליכע חדשים צוריק- איז געפארן אויף ל''ג בעומר אין ארץ ישראל.

פארגאנגענע שבת האט מען באמערקט אז אירע לעבער פונקצאנירן מער נישט ה''י
און זי דארף דרינדענד א לעבער טרענספלענט
מען האט איר געטרענספערט פון א''י קיין פאריז צו א שפיטאל וואס איז די בעסטע פאר אזעלכע פעלער אין אייראפע.
עס דארף שוין געשאפן ווערן שווערע הונדערטע טויזענטער דאללארן !!!

רבותי רופט'ס ענק אן ווארעם.



https://unidy.org/helptzurty
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווייטאגליך, זיך משתתף געווען.

אה, א קידוש השם. אידן ווייסן ניטאמאל ווער דאס איז, און אידישע הערצער זענען ברייט אפן. ס'שרייט זיך ארויס: מי כעמך ישראל.


אינטערעסאנט ווי זענען די חילול השם צלמים זעהערס? ביי א חילול השם וואקסן זיי ארויס מיט האספולע אשכולות ווי שוואמען נאך א רעגן... ווי זענען זיי ביי א פאזיטיווע אקט?

#ס'מער_תירוץ_ווי_שאלה
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!

שליחה דורך גראף »

@איש את רעהו שכוח פאר מיר מזכה זיין מיט דער מצווה. עס האלט שוין ביי איבער $300,000!

Sent from my XT1096 using Tapatalk
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

זיך משתתף געווען , דער רופא כל בשר זאל איר שיקן א גאנצע רפואה במהרה, מהאלט שוין ב"ה ביי 325000!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס׳איז ממש א חלום ווי שנעל די נומבערס גייען ארויף, יעדע פאר סקונדעס הייבט זיך די נומבערס.
ווען זיי האבן אנגעהויבן האט זיך נישט געגלייבט אז זיי גייען גרייכן דעם סכום, דער אינטערנעט איז אוודאי געווען דער גוטער שליח.
מי כעמך ישראל!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שלום שטיסל האט געשריבן:ס׳איז ממש א חלום ווי שנעל די נומבערס גייען ארויף, יעדע פאר סקונדעס הייבט זיך די נומבערס.
ווען זיי האבן אנגעהויבן האט זיך נישט געגלייבט אז זיי גייען גרייכן דעם סכום, דער אינטערנעט איז אוודאי געווען דער גוטער שליח.
מי כעמך ישראל!

ניס קראכער האט געשריבן:
גוטגעזאגט האט געשריבן:משתתף געווען. זאל זי האבן א רפואה שלימה. אויב אייינער האט עפעס קעגן טעכנעלאגיע זאל ער נאכאמאל טראכטען וואס ער רעדט. ס'ראטעוועט נפשות. איבער צוויי הונדערט טויזענט אינטער פיר אין צוואנציג שעה. ס'שרייט פין זיך אליין. מי כעמך ישראל.

זיי האבן א שטאב מיט ארום 30 וואלאנטירן וואס נעמען טןיף פאון קאלס אין ס'ווערט געאפדעיט אויף די וועב סייט
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

חסדי השם! עס קימט יעצט אריין די גיטע נייעס אז תפילת ישראל האט געהאלפען אין מען האט יעצט געטראפן א לעבער וואס שטימט מיט איר!

זייטס ווייטער מתפלל אז די געפארפולע פראצעדור זאל דורכגיין בשלום און זי זאל שוין בקרוב האבן א גאנצע רפואה

אזוי אויך געבן די עסקנים איבער אז מען דארף נאך אסאך געלט.

בשורות טובות
דוד בן ישי עבדך משיחך
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

עמעזאן האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:ס׳איז ממש א חלום ווי שנעל די נומבערס גייען ארויף, יעדע פאר סקונדעס הייבט זיך די נומבערס.
ווען זיי האבן אנגעהויבן האט זיך נישט געגלייבט אז זיי גייען גרייכן דעם סכום, דער אינטערנעט איז אוודאי געווען דער גוטער שליח.
מי כעמך ישראל!

ניס קראכער האט געשריבן:
גוטגעזאגט האט געשריבן:משתתף געווען. זאל זי האבן א רפואה שלימה. אויב אייינער האט עפעס קעגן טעכנעלאגיע זאל ער נאכאמאל טראכטען וואס ער רעדט. ס'ראטעוועט נפשות. איבער צוויי הונדערט טויזענט אינטער פיר אין צוואנציג שעה. ס'שרייט פין זיך אליין. מי כעמך ישראל.

זיי האבן א שטאב מיט ארום 30 וואלאנטירן וואס נעמען טןיף פאון קאלס אין ס'ווערט געאפדעיט אויף די וועב סייט

זיייער אינטערסאנט פארוואס זיי לייגן אריין די אופליין דאנעשינס עס קאסט דאך פערצענט ??
דאס מענטשעלע שפילט........
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך מיר'ער בחור »

עפעס איז rong מיט די unidy סייט, אין די לעצטע 5 מינוט בין איך 3 מאל אריינגעגאנגען אין דעם אין יעדע מאל האט עס געוויזן אז ס'האלט ביי 5,000 donors אין יעדע מאל עקסטער איז עס ארויף געגאנגען מיט נאך אפאר donors אין ווען כ'קען נאכאמאל אריין א מינוט שפעטער איז אודך ווידעראמאל נאר 5,000 donors ??
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!

שליחה דורך א איד »

אפשר גייט עס נישט העכער 5000
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
חצוצרות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 5:22 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך חצוצרות »

די טעקנישאנס ארבעטן דערויף.
צופיל מענטשן רעפרעשן דעם בלעטל און די סערווערס דערהייבן נישט דער טראפיק, האט מען דעליברעטלי אנגעשטעלט עס זאל נישט אפדעיטן די צאל דאנארס נאר דאס געלט.
עס וועט געפיקסט ווערן אין גיכן.
חצוצרות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 5:22 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך חצוצרות »

גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:ס׳איז ממש א חלום ווי שנעל די נומבערס גייען ארויף, יעדע פאר סקונדעס הייבט זיך די נומבערס.
ווען זיי האבן אנגעהויבן האט זיך נישט געגלייבט אז זיי גייען גרייכן דעם סכום, דער אינטערנעט איז אוודאי געווען דער גוטער שליח.
מי כעמך ישראל!

ניס קראכער האט געשריבן:
גוטגעזאגט האט געשריבן:משתתף געווען. זאל זי האבן א רפואה שלימה. אויב אייינער האט עפעס קעגן טעכנעלאגיע זאל ער נאכאמאל טראכטען וואס ער רעדט. ס'ראטעוועט נפשות. איבער צוויי הונדערט טויזענט אינטער פיר אין צוואנציג שעה. ס'שרייט פין זיך אליין. מי כעמך ישראל.

זיי האבן א שטאב מיט ארום 30 וואלאנטירן וואס נעמען טןיף פאון קאלס אין ס'ווערט געאפדעיט אויף די וועב סייט

זיייער אינטערסאנט פארוואס זיי לייגן אריין די אופליין דאנעשינס עס קאסט דאך פערצענט ??


קאסט נישט קיין פעני.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

למעשה זעה איך יעצט אז עס גייט יא העכער 5000
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

שליחה דורך יעלה ויבא »

חצוצרות האט געשריבן:קאסט נישט קיין פעני.

Charidy is working for free?
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

מי כעמך ישראל!

שליחה דורך בן ישי »

ווען מען גייט ארויף אויף דעם סייט זעהט מען ווי עס האלט זיך אין איין ריפרעשן מיט נייע נדבות, ממש יעדע פאר סקונדעס!

רבוש"ע קיק צו ווי יודען 'שיסען' נדבות פאר א מענטש וועם זיי קענען אפילו נישט!! אין דעם זכות העלף זי זאל האבן א רפואה שלימה בקרוב ממש!
דוד בן ישי עבדך משיחך
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

טרערן גיסן
פון התרגשות פון דעם פאלק דעם זיסן
ווי טראץ דעם מצב אנגעשטרענגט טוט זיך געלט שיסן
פאר יענעם זאל לעבן געניסן

רבוש"ע קוק ווי שיין
דיין פאלק טוט גיין
מ'שרייט ניין
אונז וועל מיר אלעס טון יענעם פארשטיין

טייערע שוועסטערל צארטל בת אסתר חנה
ווער דו ביסט ווייס איך נישט צו איך וועל אמאל וויסן
דו טוסט שוועבן
צווישן טויט און לעבן

וואס דו האסט קוים אנגעפאנגען
מיט זיסע געזאנגען
אונז וויל מיר נישט פארשטיין דיינע טראכטונגען און דורכגאנגן
ווען דו ווייסט אז דיין לעבן איז אויף א האר געהאנגען

געדענק איין זאך זיסע און אחדותדיגע ברודער און שוועסטער האסטו
און אויף זיי דיין לעבן פארלאזטו

די טרערן שטיקט אין האלז
וואס דו גייסט דורך אלס
מיר האבן ליב דיין נשמה בכל מיני אהבה עבותות
דו ביסט א חלק פון יעדן פון אונז דיין לעבן וויכטיג פאר אונז גרויס-איז

רפואה שלימה במהרה
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

יא יא ווי זענען די אלע אפיקורסים'לעך דא?????
זאג נאר ביי די שחורים וואלסטו אמאל אין דיין לעבען אזאנס געזעהן? די סערווער קראכט וויפיל יודען שטיפען זיך צו העלפן א אידישע נשמה וואס זיי האבען קיינמאל נישט געזעהן בעפאהר און לכאורה קיינמאל ווייטער נישט זעהן!
נאר פאר איין סבה בלויז ווייל זי איז א אידישע נשמה און דארף מיין הילף - בין איך דא!! איין גרויסע משפחה כלל ישראל איז פאראייניגט!!!!
יא יא "מי כעמך ישראל" הערסט גיט? און נישט מי כעמך הגוים!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

מען דארף צו צוצייכענען די השגחה עליונה וואס זי האט דא מיטגעלעבט. טראכט אריין א מינוט, וויפיל געלט וואלט זי געמאכט ווען עס געשעט ווען נישט אין ארץ ישראל די וואך פון ל"ג בעומר.
וויפיל אידן פאלן צוזאם אין ברוקלין און נויטיגן זיך אין טויזענטער און עס קומט זיי נישט אן אזוי לייכט.
(געוויס וואלט זי געהאט אינשורענס דאהי, אבער די זייטיגע הוצאות וואלט זיך נישט געדעקט אויף אזא פארנעם ווי איצט).
איך רעד שוין נישט פון די לייכטקייט אנצוקומען צו א לעבער אין אייראפע ווי איידער אין אמעריקע וואו אלעס דארף דורכגיין פיל לענגערע לעגאלע פראצעדורן.

איך מאך נישט אוועק די אבנארמאלע חסד וואס דא קומט פאר פון כלל ישראל, מען דארף נאר אינאכט נעמען די השגחה ממעל.
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!

שליחה דורך הבל וריק »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הבל וריק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: ראטעוועט א אידיש קינד ! הצלה ! מי כעמך ישראל !!

שליחה דורך הבל וריק »

שלמה המלך האט געשריבן:יא יא ווי זענען די אלע אפיקורסים'לעך דא?????
זאג נאר ביי די שחורים וואלסטו אמאל אין דיין לעבען אזאנס געזעהן? די סערווער קראכט וויפיל יודען שטיפען זיך צו העלפן א אידישע נשמה וואס זיי האבען קיינמאל נישט געזעהן בעפאהר און לכאורה קיינמאל ווייטער נישט זעהן!
נאר פאר איין סבה בלויז ווייל זי איז א אידישע נשמה און דארף מיין הילף - בין איך דא!! איין גרויסע משפחה כלל ישראל איז פאראייניגט!!!!
יא יא "מי כעמך ישראל" הערסט גיט? און נישט מי כעמך הגוים!

נצחתני בני נצחתני, שמע מינה שמע מינה.

ממה נפשך, וועם דו ווילסט איבערצייגן האסטו בכלל נישט איבערצייגט, און וועם דו האסט איבערצייגט דארפסטו נישט איבערצייגן. אייסטע פרעגן איך טוה דאך דאס זעלביגע מיט דיר יעצט, גערעכט, נאר וואס דען, איך וויל בלויז טוהן נישט אויפטוהן.
דו אויך זאגסטע, אהא. בסדר, כאטש זעמיר ביידע אמת'דיג. #זאגן לשם זאגן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס איז בלי ספק א געוואלדיגע זאך וואס שפילט זיך אפ, ברענגט ארויס נאכאמאל דאז אידישע פאלק אלס פאמיליע.

עס דארף אבער דערמאנט ווערן אז מען דארף נישט ווארטן ביז איינער האלט 36 שעה פארן שטארבן.
קוק זיך אום אויף דיין משפחה און פריינד ארום דיר און העלף ארויס מיט א ווארעמקייט ס'נישט קיין קלענערע מצווה אויב עפעס גרעסער.
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

הער אויס: אפלאכען אוועקמאכען וכדו' איז זייער גרינג - קשיות פארוואס העלפסטע נישט פאר אזא מצב, פארוואס העלפסטו נישט אין שטיב - עס איז א לאנגס און א ברייטס - און איך האב נישט קיין נערווען צו קיין וויכוחים מיט שטותים און הבלים - עוסק צו זיין און דברים של מה בכך!

די פוינט איז: עס קימט אמאל א אויסנאמס פאל א קונד ווערט פארלוירן רח"ל א קלעצקי פרשה וכדו' וואס טריגערט די סטרינעס פון די אידישע נשמה, אין פאקט פאסירט דאס "אויף אזא פארנעם" נאר ביי כלל ישראל!

ניין ביי אנדער נישט, אויך נישט ביי קיין אנדערע מינארעטעיטען - אפשר איז אויך דא פארשידענע מיני וואלענטערי און וואוילטעטיגע פעולות, אבער אויף אזא פארנעם און אויף אזא אופן איז "נאר" און נאכאמאל נאר ביי כלל ישראל!

השי"ת האט זיך בעסער נישט געקענט אויסקלויבען פאר א פאלק ווי אונז.... אתה בחרתנו ווען די האסט געהאט א שטויס פון 70

און לגבי פארוואס טאג טעגליך איז אנדערש האט א תירוץ - פאר ווער עס פארשטייט און האט נערווען און די צייט פארדעם קען נעמען די מייק אין די הענט.
פארשפארט