אל תאמר... שהימים הראשונים היו טובים מאלה!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

אל תאמר... שהימים הראשונים היו טובים מאלה!

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]ליינענדיג די תגובה פון הרב [tag]שיח ושיג[/tag], האב איך אנגעהויבן מגיב צו זיין דאס פאלגענדע, אבער היות איך פארקריך פונעם שמועס דארט לייג איך אריין מיין תגובה אין א באזונדערע אשכול.

די אלטע דור האט געהאט עפעס אזא פארדארבענקייט פון אוועקמאכן אלעס, פון זיי נעמט זיך די שקר'דיגע אויסדריקן פון, די היינטיגע קינדער... היינטיגע דורות... וואס ווייסן זיי... ס'געווען א דור... וכו', הערנדיג אגאנץ לעבן די לשונות איז מיר געווען א חידוש ווען כ'האב די ערשטע מאל געהערט פון הרב י"י יעקובזון אז די היינטיגע דור איז סך בעסער פון די פאריגע (פון נאכן קריג און אראפ), און ער זאגט דאס אסאך, נאכן אריינקלערן דערין איז עס מיר געווארן ממש א דבר פשוט, די אלטע חברה זענען אזעלעכע אומ'מענטשן נישט צום באשרייבן, דאס באנעמונג צו אנדערע פון די ווייב ביז די שמש אין שול, אפגערעדט צו די קינדער, איז געווען מיט עפעס א שרעקליכע אומערצויגנקייט און א פרעכע אומ'מענטשליכקייט, פוי וויאזוי זיי האבן זיך אויפגעפירט.

די ווייב איז ביי זיי געווען א עבד כנעני און די קינדער נאך ערגער פון דעם, זייערע שלעכטע נאטורן און דיסארדער האט זיך איבעראל ארויסגעוויזן. די מלמדים האמיר אלע געקענט, זיי זענען שוין געווען די וואס זענען אויסגעקליבן געווארן פאר מלמדים, ס'דערמאנט זיך צוריק ווי זיי האבן פשוט גערודפט די קינדער, געב א קוק מיט די היינטיגע מלמדים, די קינדער היינט האבן באמת ליעב צו גיין אין חדר, אונז האמיר געציטערט פון דאס ווארט חדר. דאס איז נאר א קליינער דוגמא פון זייער שווערע נאטור וואס אונז האמיר אלע מיטגעהאלטן. נעם אפילו וויאזוי זיי האבן זיך אויפגעפירט אין בית מדרש צווישן מענטשן, געשטויסן און געקאפעט אויב עפעס איז נישט געגאנגן זייער וועג, זיי האבן קיינמאל נישט פארשטאנען א צווייטן און געמיינט אז זיי זענען די איינציגסטע אויף די וועלט, די עירקאנדישאן, מקוה, בעל תפילה, אלעס האט געדארפט זיין פונקטליך וויאזוי זיי האבן געוואלט, אפילו דער גאנצער שול האט געוואלט אנדערשט. היינט וואלט אזא איינער געפירט געווארן אין א המספיק ווען, דעמאלטס איז אבער געווען נארמאל, אדער איז נאכנישט געווען קיין המספיק. (פארשטייט זיך אז פון יעדע כלל איז דא א יוצא מן הכלל)

בכלל זענען זיי נישט געווען האלב אזוי געלונגן ווי די היינטיגע דור אין קיין שום הינזיכט, דאס עשירות וואס ס'איז היינט דא ביי אינגעלייט וואס זענען אליין אריין אין ביזנעס אן קיין שום משפחה הילף/אינוועסטמענט איז דאן נישט געווען אפילו למחצה ולשליש, דאס לערנען איז היינט אויף סך א טיפערן אויפן ווי דאן, און אפילו די קענטעניסן וואס ס'איז היינט דא אין טיעפע ספרי חסידות, חקירה, מוסר, הלכה וכו', איז דעמאלטס אויך נישט געווען. דאס עמי הארצות וואס איז פארגעגאנגן אמאל זעהט מען שוין אויך נישט היינט, די אמאליגע בעלי בתים כאטש זיי האבן געלערנט חק און זיך געדרייעט אין בית מדרש ווען אימער, איז געווען צווישן זיי א גרויס חלק וואס האבן ניטאמאל געקענט געהעריג עברי, זייער צוגאנג צו הלכות חומרות און מנהגים איז געווען פארדרייעט ווי א ציצית. היינט האט יעדער או טי די בעסערע קענטעניסן פון זיי. ניטאמאל אין ביזנעס איז דאן געווען פערצענטועל אזויפיל מוצלחים ווי היינט, זיי זענען געווען שווערע פיזישע ארבעטער ווי דער ספאנישער היינט צו טאגס, בעסערס האבן זיי נישט געוואסט, דאס רוב פון זיי איז געווען ארימע שלעפערס וואס האבן געלעבט אויף די רעגירונג. יא! פרומע עקסטרעמיסטן האבן זיי געהאט לרחצה, אבער דאס איז נישט געקומען פון חכמה אדער תורה, ענדערשט פון שלעכטכע נאטורן און דיסארדערס, דעריבער קום איך צו א קלארע אויספיר, נעבעך דער אלטער דור!, אשרינו אז מיר האבן אריבערגעמישט דעם בלעטל

כאטש איך קען דא אסאך מאריך זיין האב איך עס נאר אויסגשמועסט אויפן שפיץ פינגער, (און איך ווייס אז זיי זענען געווען מלחמה געליטענע אדער קינדער פון מלחמה געליטענע, ס'איז א גוטע תירוץ אבער פרעגט נישט אפ די פאקטן. און נאכאמאל, יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל)[/justify]
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: .
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום שטיסל: דו ביסט 100 % גערעכט. נאר איין קליינעם קאמענט האביך. די מלמדים וועלכע זענען געווען אכזרים און סאדיסטן זענען דאס געווען. און דאס איז געווען זייער נאטור נאך בעפאר. און אהן די קאנצענטראציע לאגערן וואס זיי זענען אדורך. ווייל איך האב געהאט עטליכע רבי'ס זייער נארמאלע מענטשן. אבער א סאבסטיטוט רבי האביך געהאט טאקע אן אכזר און א סאדיסט. ווען יונגלעך האבן נישט געטון פונקטליך אזוי ווי ער האט געוואלט, איז ער צוגעקומען צו די פלאץ וואו דער יונגל איז געזיצן און געשטויסן מיט זיינע שפיציגע שיך...! אני הקטן בין געווען א גוטער קאנדידאט צו כאפן זיינע שטויסן. און ווען מיין מאמע האט מיר געהאלפן נעמען א באד/שויער און זי האט געזעהן מיינע בלעק ענד בלו מארקס, האטצי געפרעגט ווער ס'האט עס געמאכט פאר מיר. ווען איך האב געזאגט אז מיין רבי. האט זי געזאגט מיט א שמייכל. אז מסתמא האביך עס פארדינט...! און זי איז נישט געגאנגען אין אפיס פון ישיבה/חדר סטראשען מיט פאליציי אדע טשיילד עביוז...אזוי ווי די היינטיגע מאמעס פון זייערע תכשיטים...!
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

גוט ארויסגעברענגט א ווייטאגליכע פונקט. מיר קרעכצן אונטער כאילו די מצב קען גאר ערגער נישט ווערן, ווען פאקטיש שטייען מיר פילפאכיג בעסער פון צוויי דורות צוריק, אין נארמאלקייט, מענטשליכקייט, ביזנעס, פאטערליכע געפילן, ערוואקסנקייט, ידיעות התורה, ידיעות הוויות העולם, א.א.וו.

מיר קענען ענדליך זאגן מיט א שמחה גדולה: "אכשר דרא"...
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

הרב שטיסל איז קליג ווי שלמה המלך:
אל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה . (קהלת)
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:ווען איך האב געזאגט אז מיין רבי. האט זי געזאגט מיט א שמייכל. אז מסתמא האביך עס פארדינט...! און זי איז נישט געגאנגען אין אפיס פון ישיבה/חדר סטראשען מיט פאליציי אדע טשיילד עביוז...אזוי ווי די היינטיגע מאמעס פון זייערע תכשיטים...!

דאס איז געווען די נארמאלע ענטפער בימים ההם, מ'איז געווען צו פויל, און די קינדער האט מען געהאט אין די לינקע פיאה זיך וויסנדיג צו מאכן, ס'איז קיינען נישט בייגעפאלן אז דער מלמד איז אפשר סתם געווען אין א שלעכטע גיסטע אדער האט ער פשוט געמאכט קיין טעות, ווי קען דען א מלמד מאכן א טעות. דענק ווי א בחורל אין אזא מצב האט אמאל געפרעגט, די מגי"ש קען קיין טעות נישט מאכן, נאר בעלזא רב מיט טשעבינע רב האבן זיך געקענט טועה זיין.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איטערסאנטער און אמת'ע פערספעקטיו.
ס'איז מעגליך אז געדויערט אפאר דורות ביז מאיז ריין פון די פארדארבנקייט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום שטיסל: איך בין נישט מסכים מיט דיר. דאס נישט לויפן צו די אפיס פון די ישיבה און מאכן אן איבערקערעניש איז נישט געווען מחמת פוילקייט און נישט זארגן פאר די וואוילזיין פון די קינדער. נאר די זאכן זענען נישט פאררעכנט געווען אין יענע צייט פאר קריטישע, לעבנסוויכטיגע פראבלעמען. והא ראיה. איך האב עס ב"ה אדורכגעלעבט...! ווייל איך ווייס פון אן אנדער פאלל וואו די רבי האט טאקע אנגעמקל'ט א יונגל מיט גרויס אכזריות. און ער איז געווען צוקלאפט אויף זיין גאנצן גוף, איז די מאמע מיט דעם טאטע יא אראפגעקומען צו די חדר און געמאכט א ויצעקו. און זיי האבן טאקע יא געסטראשעט מיט פאליציי. יענער רבי איז טאקע אויכעט געווען א סאבסטיטוט. און מ'האט איהם טאקע יא מעביר געווען...! ס'איז נישט געווען קיין הפקר וועלט דאמאלס אויכעט. נאר מ'האטציך נישט געמאכט צו טון פון אזעלכע קלייניגקייטן, אזוי ווי היינט...! איך בין ב"ה נישט געווארן צוקלאפט פון די שטויסן פון מיין משוגע'נע רבי נישט פיזיש און נישט גייסטיג...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אל תאמר... שהימים הראשונים היו טובים מאלה!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער היינטיגע דור האט פיהל מעלות איבער׳ן אלטי דור. אבער נישט אלע. דער וואודרידזשע רב האלט אין איין רעדען פון די דור פון מבקשים וואס ס׳איז דא היינט. דאס אז מ׳שפעט שוין אין די פאלשע אוטאריטעט אז ׳דער מלמד איז אייביג גערעכט׳ וואס ווערט שפעטער פארוואנדעלט אין ׳די עסקנים זענען אייביג גערעכט׳ איז גאר א פאזיטיווע ערשיינונג.

אבער מושגים אין ארבעטען פאר פרנסה, אנשטאטס די היינטיגע לויפען נאך עשירות אדער זייטיגע ארבעט, האבען זיי גענאט. הגע בעצמך, וויפיהל חברים האסטו אונטער פערציג וואס ארבעטען אין אן אופן פון עוסקים בישובו של עולם? נישט פאנדרעיזערס, צו סתם צדקה באאמטע, נישט מענטשען וואס פליפען בילדינגס צו סקעמען אינשוארנס, נישט מאכען ארבעט כדי צו באקומען רעגירונגס געלט, נישט סלאם לורדס צו ׳מענטשען וואס פארשטייען צו בחורים\שלום בית\געזעצען׳ וכדו׳, נאר ארבעטען א טאגס ארבעט וואס מאכט דער לעבען פון א צווייטען בעסער? איך וואלט געזאגט אז די פערצענט איז פיהל ווייניגער

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שלום איז גערעכט מיט זיינע באהויפטינגען , אבער איין זאך איז יא דער אלטע דור געווען בעסער און דאס איז ערענסקייט ערליכקייט תמימות אמונה בטחון ווארימקייט
א-נשמה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 4:37 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל

שליחה דורך א-נשמה »

נולד מאוחר האט געשריבן:איטערסאנטער און אמת'ע פערספעקטיו.
ס'איז מעגליך אז געדויערט אפאר דורות ביז מאיז ריין פון די פארדארבנקייט.


היינט איז מען ריין פון די פארדארבנקייט???
פון old fashion פארדארבנקייט יא!!!
פארשפארט