ישיבת "טייד" פאר בחורים אן קיין ישיבה
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
ישיבת "טייד" פאר בחורים אן קיין ישיבה
אין די מאמענט איז די וואך געווען באשריבן א ישיבה מיטן נאמען טייד (Torah Im Derech Eretz) די ישיבה איז געגרינדעט געווארן דורך יואשי (יוסף ברוך) וואלהענדלער פון סיגעיט - א יוד א בעל פרנסה וואס שוין יארן איז ער פארנימען מיט העלפן בחורים אין מיידלעך (א יוד מיט א bluetooth אין די אויער אין גייט אייביג מיט crocks) - צוזאמען מיט ר' יושע לעפקאוויטש אין מענדי ריינער פון די באקאנטע רינועל ארגענעזאציע.
די ישיבה איז געמאכט פאר יונגע בחורים וואס זענען שוין נישט אין ישיבה פאר א לאנגע צייט, יואשי צוזאמען מיט די אנדערע עסקנים האבן געקויפט א אלטע ביהמ"ד קאמפלעקס אין ליבערטי - קאנג. אהבת ישראל -אין זיצן דארט מיט די בחורים 24 שעה א טאג אין מאכן זיכער אז די בחורים גייען קיינמאל נישט ליידיג.
די ישיבה איז ספעציעל אויסגעשטעלט פאר די סארט בחורים מען לערנט נישט צולאנג אויף איינמאל יעדע 15 20 מינוט איז דא א הפסקה אין מ'לערנט מער לאכטערע לימודים ווי חומש רש"י תרי"ג מצוות אין אביסל גמרא ווי אויך לערנט יואשי מיט די בחורים אינטערסאנטע ביכלעך.
די ישיבה האט אסאך אינטערסאנטע זאכן (הלוואי וואלטן אנדערע ישיבות אויך צוגעשטעלט ענליכע זאכן פאר די 'נארמאלע בחורים'...) ווי למשל יעדן טאג גייט מען צו די Gym מיט א special trainer אין ביינאכט גייט מען צו א פלאץ ווי מען לערנט קראטי אין פארשטייט זיך אז מען שפילט sports אין ישיבה, די בחורים מאכן אליינס פרישטאג אין לאנטש אין מ'טיילט זיך איין מיט'ן אויפרוימען.
דער ציהל פון דער ישיבה ווי יואשי זאגט איז אז ס'זייער שווער צו נעמען עלטערע בחורים אין זיי צוריק זעצן אין ישיבה אבער יונגערע בחורים קען מען נאך יא, איי וועלן מענטשן זאגן שיק זיי ארבעטן אבער יעדער ווייסט אז דער גאס היינט איז זייער נישט מסוגל פאר בחורים ספעציעל די יונגערע, אז ער גייט ארבעטען, וואס גייט ער טוהן ביינאכט? מיט וועם גייט ער זיך דרייען? וואס גייט ער טוהן אין די טעג וואס מען ארבעט נישט?
ממילא נעמט מען זיי אוועק פון די גאס אין מען זיצט מיט זיי אגאנצע וואך, מ'מאכט זיי פוהלן באקוועם אין בעיקר מ'מאכט זיי פוהלן accomplished.
אויף שבת נעמט זיי יואשי צו זיך אינדערהיים אין סיגעיט אדער אין זיין באנגעלאו אין לעיק פארעסט אדער גייען זיי אהיים.
בנוגע סעלפאונס זאגט ער אז די בחורים האבן סעל פאון'ס אבער עס ליגט פארשפארט ביי די הנהלה אגאנצע טאג אין מען האט עס נאר א האלבע שעה ביי מיטאג אין א שעה ביינאכט, די ישיבה ארבעט שטארק מיט דיסיפלין אין 11:30 לעשט מען אויס די לעקטער 7:30 איז יעדער אויף.
אין מיינט נישט אז די בחורים געבן אזוי אוועק די פאון'ס בחינם....מען גייט זיי באלוינען מיט א טריפ, וועסטי פרעגן פארדעם זענען זיי מסכים אוועקצולייגן די פאון'ס וואס זיי זענען שוין צוגעבינדען דערצו פאר באלד 2 יאר? אבער איין מינוט די האסט נאכנישט געהערט וואס דער טריפ איז ווי מען פארט...ישיבת טייד גייט נעמען אלע בחורים פאר צוויי וואכן צו...ארץ ישראל!
דאס איז נאר געשריבן בקיצור הדברים וואס איך האב געזעהן אין דעם ארטיקל.
זאל די אייבישטער העלפן די עסקנים וואס טוהען אזא געוואלדיגע שריט אז זיי זאלן זעהן הצלחה אין אלע זייערע מעשים ומהם ילמדו וכן יעשו!

דוד בן ישי עבדך משיחך
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
דא האט איר א קורצע ווידיא פון די ישיבה ווי די בחורים אין הנהלה זענען אביסל מסביר די הלוך ילך אין ישיבה
https://www.youtube.com/watch?v=fbzEHqbXHXA
https://www.youtube.com/watch?v=fbzEHqbXHXA
דוד בן ישי עבדך משיחך
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
אין דא איז די ישיבה website ווי מען קען אויך נעמען א חלק אין דעם זכות פון הצלת נפשות ממש אין מנדב זיין כל מה שלבו חפץ.
https://www.yeshtide.com/
https://www.yeshtide.com/
דוד בן ישי עבדך משיחך
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: ישיבת "טייד" פאר בחורים אן קיין ישיבה
איך האב געהאט געזען א קליפ פון די ישיבה, און איך בין גאר מורגש געווארן.
דער הרב וואלהענדלער, איז א זעלטען הארטער כאראקטער, אוןפארמאגט א גאר ווארעם הארץ, איך וואונש זיי פיל הצלחה, און ווי די קליפ זאגט האבן זיי טאקע הצלחה.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 24, 2016 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 75 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
וואוו.
דאָס איז מוראדיג.
וויפיל בחורים לערנען דארט?
דאָס איז מוראדיג.
וויפיל בחורים לערנען דארט?
לאמיר זינגען ציזאמען.
אוי אין
אין גדולה כגדולתך
אין גדולה כגדולתך
אין רחמים רחמים רחמים
כרחמנותך.
זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז
ווי גרויס ווי גרויס דיינע צרות איז,
זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז
ווי גרויס ווי גרויס דער באשעפער איז.
שקויח פארן מיט זינגען

- ידיד השטיבל
- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
אבטולמוס האט געשריבן:געוואלדיג. הלוואי זאל יעדע ישיבה אזוי אויסזען.
אוודאי איז דא גיטע חלקים וואס מ'קען נאכמאכן דעיע ישיבה , ווי למשל די אנשטרענגטע סדר היום וואס ס'איז דא היינט און ישיבות וכד' , אבער די יונגע יארן ווען מ'האט נאך נישט קיין מניעות פון אונדרויסן איז די בעסטע צייט א בחור זאל קונה זיין א חשק און טעם און לערנען וואס עס בלייבט אויף שפעטער , מ'דארף נישט אוועקנעמען די חלק פון לערנען מיט זיי תורה אויף א הויכע סטאנדארט , מ'דארף עס יא טוען אויף די ריכטיגע וועג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בן ישי. און אלע אנדערע מגיבים: ייש"כ. און אונז גיי מיר זוכן ל"ו צדיקים און אונז פרעגן נאך אויב ס'איז דא ל"ו צדיקים אין אונזער דור. די אנפיהרערס פון ישיבת טייד און ר' יואל ראטה שליט"א (פארשטייצעך, ס'דא נאך. ווי הרה"צ ר' שמעלקא לייפער שליט"א.) און נאך אנדערע אידן וואס האבן דערהערט דעם קול ה' במדבר. אין דעם מדבר פון די אויסגעפאשעטע רבי'ליך און בנש"ק'ליך וואס באקומען זייערע פאזיציעס אין ישיבות און מוסדות התורה נישט צוליעב זייער קענעטניס אדער אהבת ישראל. נאר ווייל דער נאמען פון שטעטל אין אונגארן אדער ראמעניע קלינגט זייער שיין און האט הויעכע רעיטינגס. און די נארישע (אונגערישע) מאמע האט נאך געזאגט אויף יואלי ראטה..."מאח שעמוי"...!
קומזיץ: דו האסט א גוטע נקודה. נאר דו האסט פארזעהן איין וויכטיגן פרט אין די ערקלעהרונג וואס ר' יאושי וואהלהענדלער שליט"א האט געגעבן. אז זיין ישיבה איז נישט געמאכט פאר א סטענדערד בחור'ל וועלכער קען זיך גרינג אריינפאסן אין דעם סדר היום פון א ישיבה. נאר איז געמאכט פאר בחורים וועלכע האבן מאיזה סיבה שהיא שוועריגקייטן מיט די געוויינליכע סקעדזשול און סדר הלימודים פון א ישיבה. אויך. וויאזוי זאלל א רבי/מגיד שיעור קענען מאכן אינטרעסאנט א בלאט גמרא אדער א סוגיא ווען ער אליינס פארשטייט עס נישט גרונטליך. נאר ער פאנפעט נאך וויאזוי ער האט עס געלערנט אין ישיבה. דאס וואלט מען זיכער געדארפט טוישן אין אלע ישיבות לטובה. אז די רבי'ס און מגידי שיעור זאללן אליין קענען איבערגעבן אינטרעסאנטע שיעורים פאר די בחורים. נישט סתם אפדאווענען די גמרא מיט די רש"י...!
קומזיץ: דו האסט א גוטע נקודה. נאר דו האסט פארזעהן איין וויכטיגן פרט אין די ערקלעהרונג וואס ר' יאושי וואהלהענדלער שליט"א האט געגעבן. אז זיין ישיבה איז נישט געמאכט פאר א סטענדערד בחור'ל וועלכער קען זיך גרינג אריינפאסן אין דעם סדר היום פון א ישיבה. נאר איז געמאכט פאר בחורים וועלכע האבן מאיזה סיבה שהיא שוועריגקייטן מיט די געוויינליכע סקעדזשול און סדר הלימודים פון א ישיבה. אויך. וויאזוי זאלל א רבי/מגיד שיעור קענען מאכן אינטרעסאנט א בלאט גמרא אדער א סוגיא ווען ער אליינס פארשטייט עס נישט גרונטליך. נאר ער פאנפעט נאך וויאזוי ער האט עס געלערנט אין ישיבה. דאס וואלט מען זיכער געדארפט טוישן אין אלע ישיבות לטובה. אז די רבי'ס און מגידי שיעור זאללן אליין קענען איבערגעבן אינטרעסאנטע שיעורים פאר די בחורים. נישט סתם אפדאווענען די גמרא מיט די רש"י...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:בן ישי. און אלע אנדערע מגיבים: ייש"כ. און אונז גיי מיר זוכן ל"ו צדיקים און אונז פרעגן נאך אויב ס'איז דא ל"ו צדיקים אין אונזער דור. די אנפיהרערס פון ישיבת טייד און ר' יואל ראטה שליט"א (פארשטייצעך, ס'דא נאך. ווי הרה"צ ר' שמעלקא לייפער שליט"א.) און נאך אנדערע אידן וואס האבן דערהערט דעם קול ה' במדבר. אין דעם מדבר פון די אויסגעפאשעטע רבי'ליך און בנש"ק'ליך וואס באקומען זייערע פאזיציעס אין ישיבות און מוסדות התורה נישט צוליעב זייער קענעטניס אדער אהבת ישראל. נאר ווייל דער נאמען פון שטעטל אין אונגארן אדער ראמעניע קלינגט זייער שיין און האט הויעכע רעיטינגס. און די נארישע (אונגערישע) מאמע האט נאך געזאגט אויף יואלי ראטה..."מאח שעמוי"...!
קומזיץ: דו האסט א גוטע נקודה. נאר דו האסט פארזעהן איין וויכטיגן פרט אין די ערקלעהרונג וואס ר' יאושי וואהלהענדלער שליט"א האט געגעבן. אז זיין ישיבה איז נישט געמאכט פאר א סטענדערד בחור'ל וועלכער קען זיך גרינג אריינפאסן אין דעם סדר היום פון א ישיבה. נאר איז געמאכט פאר בחורים וועלכע האבן מאיזה סיבה שהיא שוועריגקייטן מיט די געוויינליכע סקעדזשול און סדר הלימודים פון א ישיבה. אויך. וויאזוי זאלל א רבי/מגיד שיעור קענען מאכן אינטרעסאנט א בלאט גמרא אדער א סוגיא ווען ער אליינס פארשטייט עס נישט גרונטליך. נאר ער פאנפעט נאך וויאזוי ער האט עס געלערנט אין ישיבה. דאס וואלט מען זיכער געדארפט טוישן אין אלע ישיבות לטובה. אז די רבי'ס און מגידי שיעור זאללן אליין קענען איבערגעבן אינטרעסאנטע שיעורים פאר די בחורים. נישט סתם אפדאווענען די גמרא מיט די רש"י...!
יא אין ס'איז אינטערסאנט אז ער זאגט אז ווי קאמיש עס הערט זיך אבער דער ישיבה פאר בחורים אן קיין ישיבה נעמט נישט אן אלע בחורים...א בחור וואס זיכט א גרינגערע סיסטעם ווערט נישט אנגענומען ס'נאר פאר די נשמה'לעך וואס זענען נעבעך פארלוירן אויפן גאס שוין א שטיק צייט וויבאלד מ'האט זיי קיינמאל נישט אנגענומען אין ישיבה
דוד בן ישי עבדך משיחך
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
בן ישי האט געשריבן:ס'לערנען נישט דארט צופיל בחורים אין ער זאגט אז ער קען נישט פארנעמען צופיל.פעינטער האט געשריבן:וואוו.
דאָס איז מוראדיג.
וויפיל בחורים לערנען דארט?
ווי אויך זאגט ער אז זיין האפענונג איז נישט גרויס צו מאכן די ישיבה, נאר ער האפט ער זאל עס קענען פארמאכן...
פארוואס פארמאכן? ס'וועט אייביג זיין בחורים מיט א short attention span וואס קענען נישט זיך צושטעלן צו א נארמאלע סדר הלימוד פון היינטיגע ישיבות.
דעס פעלט אויס פונקט ווי אלע אנדערע "חסד ארגענעזאציעס" ביי היימישע אידן, גענוג און נאך אידישע הייזער קענען געניסן פון אזא ארט, פארקערט מ'דארף דעס פארגרעסערן און נישט פארמינערן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
ס'איז 2 באזונדערע זאכן, ס'איז שוין דא ישיבות וואס זענען געמאכט פאר בחורים וואס זענען נישט געמאכט צו זיצן אין לערנען 14 שעה א טאג אין ירבו כמותם בישראל מ'דארף נאך פון די ישיבות,
נאכדעם איז דא טייד וואס איז געמאכט פאר בחורים וואס זענען ליידער אויפן גאס ווייל קיין ישיבה האט זיי נעבעך נישט אנגענימען (און ווי ר' יושע לעפקאוויטש זאגט אז ליידער איז א חלק פון די בחורים אויפן גאס ווייל די טאטע קען נישט שלום מאכן מיט די פאקט אז זיין זוהן באלאנגט נישט אין א "מצוינים ישיבה" און ער לאזט די זוהן אויפן גאס איידער עם לייגן אין די ישיבה ווי ער באלאנגט, ווייל ער האפט נאך צו טרעפן א "מצוינים ישיבה" וואס וועט אנעמען זיין זוהן... אבער דאס איז א באזונדערע נושא)
ממילא הלוואי ווען מ'דארף נישט צוקומען צו ישיבת טייד.
נאכדעם איז דא טייד וואס איז געמאכט פאר בחורים וואס זענען ליידער אויפן גאס ווייל קיין ישיבה האט זיי נעבעך נישט אנגענימען (און ווי ר' יושע לעפקאוויטש זאגט אז ליידער איז א חלק פון די בחורים אויפן גאס ווייל די טאטע קען נישט שלום מאכן מיט די פאקט אז זיין זוהן באלאנגט נישט אין א "מצוינים ישיבה" און ער לאזט די זוהן אויפן גאס איידער עם לייגן אין די ישיבה ווי ער באלאנגט, ווייל ער האפט נאך צו טרעפן א "מצוינים ישיבה" וואס וועט אנעמען זיין זוהן... אבער דאס איז א באזונדערע נושא)
ממילא הלוואי ווען מ'דארף נישט צוקומען צו ישיבת טייד.
דוד בן ישי עבדך משיחך
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איין זייטיגע עצה און הצעה וואלט איך געהאט פאר די חשוב'ע אנפיהרערס פון ישיבת טייד. כדי אנצוהאלטן די הצלחה און עוענטועל פארגרעסערן די מעגליכקייטן פון דעם הייליגן מוסד, זאלן זיי פארגרעסערן דעם סטעף און אויפנעמען מענטשן וועלכע האבן בדומה להם דערהערט דעם רוף פון דעם בת קול היוצאת מהר חורב. נאר פארשטייצעך אז די מענטשן דארפן זיין געקליבענע מענטשן אשר רוח אלוקים בהם, נישט סתם מענטשן פון די גאס וועלכע דארפן א דזשאב.
איך אליינס קען פערזענליך 2 אזעלכע "יונגעלייט"... וועלכע האבן אין פארשידענע אנדערע פארמאטן פרובירט, אדער זענען געווען אן אינטעגראלער חלק פון אזעלכע אינסטיטוציעס וועלכע האבן מקרב געווען אידישע קינדער, צובראכענע נפשות לאביהם שבשמים, און די הויפט סיבה פון זייער אויפהערן צו טון די מלאכת הקודש איז געווען פינאנציעל...! די מוסדות ארום וועלכע זיי האבן געארבעט זענען אויסגעלאפן פון פאנדס.
אויך דארף די ישיבת טייד אויפשטעלן א פעסטן פאנד רעיזינג אפאראט, אן אפיס וואס זאל זיך אפגעבן מיט פארשאפן פאנדן פון אלע מקורות מעגליך, אריינגערעכנט רעגירונגס פראגראמען, און גיין זאמלען געלט אין אלע אמעריקאנער שטעט.

- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: ישיבת "טייד" פאר בחורים אן קיין ישיבה
chosen people האט געשריבן:די ישיבה קלינגט אביסל ווי תלפיות.
יא, נאר תלפיות איז אויף א גרעסערע פארנעם
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
Re: ישיבת "טייד" פאר בחורים אן קיין ישיבה
נייס! העמיר זיך זעהן דארט. איך האב אויך א געלעקסי 8 (שווארצע קעיס).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
די ניע זמן האט זיך שוין אנגעהויבן אין רוב ישיבות אבער ליידער פארמערט זיך די נאמבערס פון בחורים אויפן גאס.
אויב ווייסט איר פון א בחור וואס דריידט זיך ליידיג אויפן גאס פרובירט צו רעדן מיט זיינע עלטערן וועגן די טייערע ישיבה.
ראטעוועט דעם בחור'ס לעבן ברחניות ובגשמיות שיקט עם צו דעם ישיבה ווי ער וועט הנאה האבן פון די געשמאקע קורצע לימודים אין וועט זיך אויסלערנען אסאך וויכטיגע זאכן פארן לעבן.
די ישיבה איז אינטער א 24/7 אויפזיכט געפירט דורך געשמאקע בעלי בתים אין די בחורים זענען זיך מחי'!