א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ליטוואק, זעהט אויס ביסט נישט אזוי באהאווענט אין אונזער געזעלשאפט. מ'מאכט נישט קיין כינוסים סתם ווייל ס'איז בייגעפאלן פאר אפאר עסקנים אז מ'דארף עקשאן. דא איז געקומען א ספעציעלע בקשה פון די עדה"ח צו התאחדות. די מזכיר העדה האט טעלעפאנירט צום מזכיר התאחדות און געבעטן הילף אין די מערכה. נאך לאנגע קווענקלענישן און אסיפת הרבנים האט התאחדות זיך אינטערגענומען צו אנפירן די מערכה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איסר האטלקי האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:האדמו''ר מפעשעווארקס ר' לייבוש לייזער וועט וויילען אין ניו יארק די וואך פון שלח לרגל די חתונה פון א אייניקל. און וועט זיך פארשטייט זיך באטייליגען און זאגן דברי ברכה, וואס וועט ציען א געוויסע פרישע קלייענטל.

וועלכע קלייענטעל? אפשר די האלבע זאליס, אבער פאר זיי איז גענוג ר' חיים הערש פון ארץ ישראל, וואס ווי די רעדע איז וועט ער אויפטרעטן ביים עצרת...

די אויפגעקלערטע זאליס וואס האבן קיין ריספעקט פאר רח''צ פון ירושלים 5בער פאר ר' לייבוש גייען זיי נאטס... און אויך גענוג אויפגעקלערטע ארוינים וואס מיט ר' לייבוש האבן זיי א תירוץ צו גיין.

איינער ווייסט די ציל פון די כינוס? וואס גייט זיין ווען די אמעריקאנע אידן וועלן פארשטיין די גזירה וואס הערשט אויף אחינו בני ישראל?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

@עמעזאן
אויב א אנגעפילטער סטאדיום הערט און דערהערט אינזער ברידער'ס און שוועסטער'ס פיין אין הייליג לאנד
איז דערמיט א גרויס טייל פינעם צרה לייכטער
ווען די רשעים וואס געוועלטיגן אויף אינזערע ברידער דארט זעהן אז מען קען נישט מסתגל זיין דעם עולם צו מצב פון מגייס זיין אידן אין מיליטער
וועלן זיי זיכען אנדערע עסקים, זיי וועלן זעהן אז דער פרימער ציבור לאזט נישט דאס קאלטקייט און זיין פאסיוו צום מצב שולט זיין
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שמעון וואלף האט געשריבן:ליטוואק, זעהט אויס ביסט נישט אזוי באהאווענט אין אונזער געזעלשאפט. מ'מאכט נישט קיין כינוסים סתם ווייל ס'איז בייגעפאלן פאר אפאר עסקנים אז מ'דארף עקשאן. דא איז געקומען א ספעציעלע בקשה פון די עדה"ח צו התאחדות. די מזכיר העדה האט טעלעפאנירט צום מזכיר התאחדות און געבעטן הילף אין די מערכה. נאך לאנגע קווענקלענישן און אסיפת הרבנים האט התאחדות זיך אינטערגענומען צו אנפירן די מערכה

די צוויי סעקרעטארען זענען צוויי ערליי מענטשען? צו גאר איינס און די זעלבע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די צוויי סעקרעטארען זענען צוויי ערליי מענטשען? צו גאר איינס און די זעלבע?


די זעלבע נשמה זעכער, נאר מיט אנדערע fonts...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

שמעון וואלף האט געשריבן:ליטוואק, זעהט אויס ביסט נישט אזוי באהאווענט אין אונזער געזעלשאפט. מ'מאכט נישט קיין כינוסים סתם ווייל ס'איז בייגעפאלן פאר אפאר עסקנים אז מ'דארף עקשאן. דא איז געקומען א ספעציעלע בקשה פון די עדה"ח צו התאחדות. די מזכיר העדה האט טעלעפאנירט צום מזכיר התאחדות און געבעטן הילף אין די מערכה. נאך לאנגע קווענקלענישן און אסיפת הרבנים האט התאחדות זיך אינטערגענומען צו אנפירן די מערכה

וואס איז פשט אז דער מזכיר התאחדות האט געווענקעלט? :lol:
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'האט מיר יעצט פארציילט, אז די מאמר וואס מ'האט פריער דערמאנט פון הרב אהרן שעכטער, וואס האט ערשיינט אין דער אומזיסטע צייטונג FJJ האט מען פראבירט פאר דעם אריינצולייגען אין דער יתד נאמן פון פנחס ליפשיץ, וואס לויפט נארמאל מיט דער פילאדעלפיא ישיבה מהלך און הרב שמואל קמנצקי. ער האט נישט מסכים געווען דאס צו דרוקען. אין פלעטבוש איז געבליבען א מאנגעל פון FJJ צייטונגען. איך באקום עס געווענדליך נישט, ממילא ווייס איך נישט מער ווי דעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נאך א שטיקל נייעס
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

פארוואס באטיטלט עס [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] קעגן ב"ב, הרב שלעזינגער איז דען דא לוחם קעגן דער רב שטיינמאן פון ב"ב
ער זאגט אז די מטרת הציונים איז להשמיד הכל
___________

גראדע הרב שלעזינגער זאגט פאר אידן אז שוין זינט ער קען הראי"ל פון שווייץ קען ער אים אלץ איינער וואס פעלט אים אמונה אין די עיקרים, אבער דאס האט קיין שייכות צום איצטיגן גזירה
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

-
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום סארווירער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: טראל ולופט
.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

unnamed (7).jpg


מעלדונג איבער די דאטום און פלאץ
"כינוס הרבבות" קעגן גזירת גיוס וועט זיין אין "בארקלעיס צענטער"

פארגאנגענעם ערב שבת קודש איז אין ניו יארק געמאלדן געווארן, אז דער כינוס הרבבות און ריזיגע עצרת מחאה - וואס ווערט שוין צוגעגרייט א שטיק צייט אין ניו יארק, מיט'ן ציל צונויפצוברענגען צענדליגער טויזנטער אידן און אינאיינעם אויסשרייען דעם וויי-געשריי קעגן דער ביטערער גזירת גיוס אין ארץ ישראל און אויסדריקן סאלידאריטעט מיט די אחים לדעה וואס ווערן געפירט אין די תפיסות צוליב'ן קעמפן קעגן דער גזירת שמד פון גיין אין ציוניסטישן מיליטער - וועט פארקומען אינעם ריזיגן סטאדיום "בארקלעיס צענטער" אין ברוקלין, און וועט אי"ה אפגעהאלטן ווערן אין צוויי וואכן ארום, זונטאג פרשת שלח, אין שפיץ פון גדולי וצדיקי הדור וראשי ישיבות שליט"א, באגלייט מיט פייערדיגע דרשות איבער חובת השעה.
היו נכונים!
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איש את רעהו האט געשריבן:

מעלדונג איבער די דאטום און פלאץ
"כינוס הרבבות" קעגן גזירת גיוס וועט זיין אין "בארקלעיס צענטער"

פארגאנגענעם ערב שבת קודש איז אין ניו יארק געמאלדן געווארן, אז דער כינוס הרבבות און ריזיגע עצרת מחאה - וואס ווערט שוין צוגעגרייט א שטיק צייט אין ניו יארק, מיט'ן ציל צונויפצוברענגען צענדליגער טויזנטער אידן און אינאיינעם אויסשרייען דעם וויי-געשריי קעגן דער ביטערער גזירת גיוס אין ארץ ישראל און אויסדריקן סאלידאריטעט מיט די אחים לדעה וואס ווערן געפירט אין די תפיסות צוליב'ן קעמפן קעגן דער גזירת שמד פון גיין אין ציוניסטישן מיליטער - וועט פארקומען אינעם ריזיגן סטאדיום "בארקלעיס צענטער" אין ברוקלין, און וועט אי"ה אפגעהאלטן ווערן אין צוויי וואכן ארום, זונטאג פרשת שלח, אין שפיץ פון גדולי וצדיקי הדור וראשי ישיבות שליט"א, באגלייט מיט פייערדיגע דרשות איבער חובת השעה.
היו נכונים!


אדמורי"ם קומען נישט?
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

-
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סארווירער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: טראלל
.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איש את רעהו האט געשריבן:@עמעזאן
אויב א אנגעפילטער סטאדיום הערט און דערהערט אינזער ברידער'ס און שוועסטער'ס פיין אין הייליג לאנד
איז דערמיט א גרויס טייל פינעם צרה לייכטער
ווען די רשעים וואס געוועלטיגן אויף אינזערע ברידער דארט זעהן אז מען קען נישט מסתגל זיין דעם עולם צו מצב פון מגייס זיין אידן אין מיליטער
וועלן זיי זיכען אנדערע עסקים, זיי וועלן זעהן אז דער פרימער ציבור לאזט נישט דאס קאלטקייט און זיין פאסיוו צום מצב שולט זיין

ריכטיג, איך געדענק טאקע עטליכע יאר צוריק ווען לפיד איז געווען אין די רעגירונג און דאן איז געווען א עכטע גזירת גיוס האט די ממשלה זיך געבראכן גלייך נאכן כינוס אויף די ערליכע ריינע מנהטענער גאסן בראשות האחים האדמורי״ם מסאטמאר וואס האבן געמוזט זיצן אויף צווי עקסטערע זייטן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

נע וואדע האבן זיי זיך געבראכן
זעהסט דען נישט ווי היינט איז מער קיין גזירה נישטא
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

איש את רעהו האט געשריבן:נע וואדע האבן זיי זיך געבראכן
זעהסט דען נישט ווי היינט איז מער קיין גזירה נישטא


איז וואס מויכעט מען?
.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

דאס איז צו פארדאנקען די פרומע חברי הכנסת וואס האבן דאס געמאכט א תנאי צו אריין קומען אין די קאאליציע
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'האט מיר יעצט פארציילט, אז די מאמר וואס מ'האט פריער דערמאנט פון הרב אהרן שעכטער, וואס האט ערשיינט אין דער אומזיסטע צייטונג FJJ האט מען פראבירט פאר דעם אריינצולייגען אין דער יתד נאמן פון פנחס ליפשיץ


דער יתד וועט נישט לייגן מאמרים וואס אין אר"י וואלט די יתד נישט אריינגעלאזט.

דער עד אין FJJ
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

געוואלדיג האט געשריבן:דאס איז צו פארדאנקען די פרומע חברי הכנסת וואס האבן דאס געמאכט א תנאי צו אריין קומען אין די קאאליציע

נעע
חוץ חורבנות מאכן זיי גארנישט, זיי קענען מפשר זיין וזהו
קוק יעצט ווי די ליבאוויטשע ישיבות זענען אפיציעל אינעם ליסטע פון ישיבות המעודדים לגיוס, דאס הייסט עפעס דערגרייכט ?
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

-
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סארווירער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: טראלל
.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין אינגאנצען צומישט. די חברי כנסת טוהן גארנישט אויף, אני מאמין כן באמונה שלמה. אלזא, קיין מיליטער האלטען זיי נישט אפ. נאר מחאות אין אמעריקא העלפן. מ'האט מוחה געווען אויף די מיליטער, און ס'איז פלוצלונג פארשוואנדען געווארען. יעצט דארף מען מוחה זיין ווייל די חברי כנסת טוהן גארנישט? נישט דאס האט הרב שכטר גע'חתמ'ט? איז נישט בעסער אז זיי טוהן גארנישט? האט מען דען נישט מוחה געווען אויפ'ן עקזיסטענץ פון די מדינה, און אזוי איז קיין מדינה שוין נישט דא?
איך דארף א שטארקן טרינק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין אינגאנצן צומישט. די חברי כנסת טוען גארנישט אויף, אני מאמין כן באמונה שלמה.
אלזא, קיין מיליטער האלטן זיי נישט אפ. נאר מחאות אין אמעריקע העלפן.
מ'האט מוחה געווען אויף די מיליטער, און ס'איז פלוצלונג פארשוואונדען געווארן.
יעצט דארף מען מוחה זיין ווייל די חברי כנסת טוהן גארנישט? וואס?
נישט דאס האט הרב שכטר גע'חתמ'עט? איז נישט בעסער אז זיי טוען גארנישט? וואס?
האט מען דען נישט מוחה געווען אויפ'ן עקזיסטענץ פון די מדינה, און אזוי איז קיין מדינה שוין נישט דא?וואס?

קלעבט נישט איינס צו 2טען
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

בנוגע די וואס קענען אלץ דילדען, נאר נישט די וואס זענען מנגד צו די מינים.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
פארשפארט