שבועות אבזערוואציעס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שבועות אבזערוואציעס

שליחה דורך משה געציל »

ב"ה דער יו"ט המשולשת והמורבעת (עי' עורך אלפיינ"ס שבועות ותמצא כדברינו) איז אריבער מיט גרויס דערהויבענקייט. איך האב אויסגע'נער'ט גאנץ פראג ווען איך האב געלערענט אפאר בלאט גמרא בשעת דער עולם האט געמיינט אז איך זאג תיקון. א טיש ארויפציער זענען געזיצען אפאר יונגעלייט וואס למען הקרעפעל האבן זיי געשפירט פאר וויכטיג צו זיין אויף און האקן קאלא סאדע מיט פאטעטא טשיפס. איי, מיר זענען דאך דא אויף א תיקון מיסיע? הא קעירס, דער עיקר איז אז דאס ווייב און קינדער זעהן נישט אז ער איז שלאפט.

אזוי פירענדיג דעם וויכטיגן דיסקוסיע האט זיך אהינגעשארט א בחור'ל פון איינער פון די באטייליגטע, איך האב שנעל מפסיק געווען ווייל איך האב געוואלט הערן וואס עס קומט נעקסט. ב"ה דער איד האט מיר נישט אנטוישט, זיין זאכליכער רעאקציע איז געקומען זאפארט; משה'לע, פארוואס רעדסטו? מען האט געשמוסט אז דו גייסט נישט רעדן ביז נאך כתר?! איר פארשטייט וואס גייט דא פאר? דער טאטע קען זיצן און פלוידערן קאטשעטעס מיט לאפעטס א גאנצער נאכט, אבער מיין זון? ח"ו! זיך האלטן דעם מויל שלאס פארמאכט! ווען דער בחור'ל גייט גרויס ווערן און ער גייט שמועסן אינמיטן כתר וועט דער טאטע זיך ברעכן קאפ פארוואס זיין תכשיט'ל איז אזוי פארפארן.

שוין, עס ווערט שוין באלד לעכטיג אינדרויסן, דער אינגערמאן וואס האט זיך געאייסערט אז צוויי אזייגער ווען זיין ווייב און קינדער שלאפן שוין, פוצט ער אהיים, האט זיך אזוי אומבאמערקט געטראפן אין ביהמ"ד האלב פינעף. א פארמאטעטער גיי איך אהיים מען כאפט א דרימל, ח"ו נישט געדאווענט קיין ותיקין ווי עס לויטעט די קאנסטעטאציע ביי אונז חסידים; "מען שלאפט אויף צו דאווענען נישט דאס פארקערטע" ודפח"ח, דאס פרי געדאווענאכטס איז נאר פאר די מאדערענע ארטאדקסן געגעבען געווארן. איי, ביי אונז ווייס מיר דאך אז בשעת'ן ליינען קבלת התורה קומט דאך צו שוועבן די השפעות וואס איז געווען א קנאפער פאר טויזענט יאר צוריק ווען מען האט מקבל געווען די תורה, קראנקע חסידים זענען אויסגעהיילט געווארן הערענדיג דעם רבי'ן ליינען, חסידים זענען געפאלן אויף די ערד פאר'חלש'ט הערענדיג די קולות וברקים, נא אויב אזוי איז דאך נישט מער ווי רעכט מתקן צו זיין דער פגם און דירעקט ליינען די עשרת הדיברות פארטאגס עם דמדומי החמה? איך ווייס נישט, "ואנכי בער ולא אדע", כך קבלני, ענדערשט זיין א נער און גלייבן ווי א חכם און פרעגן.

אומגעפער זייגער צען טרעף איך זיך אין א טויט שטילער ביהמ"ד, הגם מען וואלט שוין יעצט געדארפט אנהייבן הודו, קוקט אויס ווי די באגאזשן שלאף וואס האט גענידערט אויפ'ן וועלט בימים ההם חזר'ט זיך איבער בזמן הזה. ענדליך האלב עלף רוקט זיך דער האלב פארשלאפענער עד העולמ'ר אריין, מען שטעלט זיך ברכות, הודו, ביי אהבה רבה זיצן שוין די אלע פארשלאפענע מיט די טליתים איבערן קאפ ווי כאילו זיי זענען שוין געזיצן און געלערענט א שעה פאר'ן דאווענען, הגם פאר פופצען מינוט האט ער נאך געהאלטן אינמיטן טרינקן קאווע, ער קרעכצט שוין דעם אהבה רבה ווי ער מיט'ן תורה זענען מער ווייניגער איינס.

א שטילקייט נעמט אריבער דאס ביהמ"ד ווען דער בעל קורא נעמט זיך פארליינען די שורות פון אקדמות. איך האב א פרעג געטאן איינער פון מיינע נאנטע וואס איז די גרויס התעורורת וואס הערשט בשעת אקדמות האט ער מיר געפרעגט צו איך האב נאכקיינמאל נישט געהערט פון די מעשה פון רבי מאיר ש"ץ מיט'ן גלח. איך בין נישט געווען אין דער מוט פון קיין ויכחים ממילא האב איך מיטגעשאקלט מיט'ן קאפ ווי יעצט פארשטיי איך שוין אלעס, הגם די גאנצע סיפור שטייט אויף הינער פוס, ואפילו את"ל אז די בריוול און דעם סיפור ארום איר איז שרי וקיים, איז וואס? עס איז גרעסער ווי שירת האזינו אדער ברכת יעקב?

מען גייט שוין ליינען די צען געבאטן, וואס איך בין געווען אויף א גאנצער נאכט צוליב איר, אינטערעסאנט אז מען האט נאכנישט אביסל רעפארמירט די דיברות אז עס זאל זיין מער אין איינקלאנג מיט'ן היינטיגען יוגענט, ווי ציונות, אינטערנעט, ובפרט אז א גרויס טייל פון די דיברות זענען שוין נישט אקטועל היינט ווי ערקלערט אינעם עשרת הדיברות שיר. "לא תענה ברעך עד שקר", בשעת'ן ליינען די ווערטער האט מיר נאכאמאל אריינגעבליצט אין קאפ די שוועריקייט וואס איך האב געהאט ביים זאגן די יוצרות זיך פארפלאנטערענדיג אויף די ווערטער פונעם בעל היוצר "מדנים בין אחים מנצים, שנואים לקל ומשקצים", אין אידיש: "פארפיינטעט און פאר'מיאוס'ט זענען ביי גאט, די וואס קריגערייען צווישן ברידער טוהן אנרייצן". ווי איך פארשטיי אוודאי אז לא במלחמת המצוה הכתוב מדבר. איז ווען טרעפט זיך אזא מלחמת הרשות וואס אנדערע טוהן אנרייצן צווישן צוויי ברידער?

אפגעדאווענט, מען גייט שוין צום שוויגער עסן דאס שטיקל טשיז קעיק, הגם געפלאנט האב איך מיט מיין ווייב צו עסן דעם מיליכיגן סעודה אינדערהיים, בפרט אז מיין שוויגער איז פון די וואס טוהן זיך כסדר אויף אז זי לאזט אירע חתונה געהאטע טוהן וואס זיי ווילן, און מישט זיך קיינמאל נישט אריין, דאך האט א יעדער כלל א יוצא מן הכלל, אפילו במקום שנאמר חוץ, און פארשטייט זיך איינמאל מען ברעכט א גדר ווערט עס שוין אינגאנצען אויפגעריסן מיט דער צייט, ביז עס דערקענט זיך אינגאנצען נישט אז דא איז אמאל געווען א גדר. אויב ווען חז"ל האבן אונז לערנען געטאן אז "בזכות נשים צדקניות נגאלו" האבן זיי מכון געווען די שוויגערס בימים ההם, איז ברור לי אז בזמן הזה וואלטן זיי ווען געזאגט "בזכות נשים צדקניות משעובדים אנו". ממילא בין איך ווי א טאטע'לע ארויפגעגאנגען עסן אירע טשיז קעיק און הערן מיין שווערס קרעפלעך פשטלך. לולא דמוסתפנא וואלט איך געזאגט אז די פשטלך ווערן דייקא אנגערופן מיטן צו נאמען קרעפל פשטל משום קרעפל קרעפל לגז"ש, נאמר כאן קרעפל ונאמר בפורים קרעפל מה קרעפל האמור בפורים תורת לאקשן עמו אף קרעפל האמור בשבועות תל"ע. (ועכ"ח צ"ל דהגז"ש מופנה דאל"כ איכא למופרך מה לקרעפל האמור בפורים, שכן בשר עמו תאמר בקרעפל האמור בשבועות שאין בשר עמו, ואכמ"ל).

דער קלימאקס פונעם יו"ט איז לכאורה די גרויסע באגלייטענס וואס ווערן געפראוועט אין די רבי'שע חצירות מוצאי שבועות. לדעתי איז מוצאי שבועות די באגלייטן דאס וויכטיגסטע פון אלע אנדערע ימים טובים, פשוט ווייל מען ברויך באגלייטן דעם רבי פון זיין ניי געשאפענע כלה וואס ביז איבער א יאר שבועות וועט ער איר לכאורה נישט אנקוקען נאכאמאל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דער קלימאקס פונעם ארטיקל...
דער קלימאקס פונעם יו"ט איז לכאורה די גרויסע באגלייטענס וואס ווערן געפראוועט אין די רבי'שע חצירות מוצאי שבועות. לדעתי איז מוצאי שבועות די באגלייטן דאס וויכטיגסטע פון אלע אנדערע ימים טובים, פשוט ווייל מען ברויך באגלייטן דעם רבי פון זיין ניי געשאפענע כלה וואס ביז איבער א יאר שבועות וועט ער איר לכאורה נישט אנקוקען נאכאמאל.
Under influence
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

קאווע טרינקער האט געשריבן:דער קלימאקס פונעם ארטיקל...
דער קלימאקס פונעם יו"ט איז לכאורה די גרויסע באגלייטענס וואס ווערן געפראוועט אין די רבי'שע חצירות מוצאי שבועות. לדעתי איז מוצאי שבועות די באגלייטן דאס וויכטיגסטע פון אלע אנדערע ימים טובים, פשוט ווייל מען ברויך באגלייטן דעם רבי פון זיין ניי געשאפענע כלה וואס ביז איבער א יאר שבועות וועט ער איר לכאורה נישט אנקוקען נאכאמאל.


פריערדיגע צדיקים וואלטן זיך מחיה געווען מיט אזא ווארט..
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

משה געציל האט געשריבן: לולא דמוסתפנא וואלט איך געזאגט אז די פשטלך ווערן דייקא אנגערופן מיטן צו נאמען קרעפל פשטל משום קרעפל קרעפל לגז"ש, נאמר כאן קרעפל ונאמר בפורים קרעפל מה קרעפל האמור בפורים תורת לאקשן עמו אף קרעפל האמור בשבועות תל"ע. (ועכ"ח צ"ל דהגז"ש מופנה דאל"כ איכא למופרך מה לקרעפל האמור בפורים, שכן בשר עמו תאמר בקרעפל האמור בשבועות שאין בשר עמו, ואכמ"ל).

:like :like :like
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אהה... משה געציל, וואונדערבאר.... פון יעדן פאראגראף האב איך געקוואלן, ווי שטענדיג ווען איך לייען מעשי ידך להתפאר, שיין ארויסגעברענגט און צולייגט, געפלאכטן מיט הומאר... 20 לייקס!!!

:לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק

א ווארט איבער די "אקדמות". איך ווייס אויך נישט ווי ווייט די ערציילונגען זענען אמת, אבער ס'איז מיר נישט נוגע. די "אקדמות" איז יאר-איין יאר-אויס פאר מיר א "אינדזשעקשאן" פאר א לענגערע צייט, און ס'איז נישט נאר דער ווארימער נוסח, וואס דאס האט אויך א חלק אין די געפיל, אבער בעיקר דער תוכן הדברים וועלכע איז מיך מעורר יאר נאך יאר אום שבועות.

א גאנץ יאר וויין איך. איך האב שוין גענוג ארויסגעברענגט דא אין שטיבל אויף וועלכע נוסח מיר זענען אויפגעוואקסן (און וואקסן נאך היינט). בכל יום ובכל עת ובכל שעה מוסר'ט מען אונז ווי נידריג אונזער דור איז, הגם מען פארלאנגט פון אונז מדריגות ווי אין אר"י הק' צייטן, און חדשים לבקרים טרעפט מען אויס פרישע "אכשר דרא" פראדוקטן, עכ"ז ענדיגט מען נישט קלאגן און קרעכצן אויפן נידריגקייט פונעם דור, אפגערעדט פון די שבת שובה דרשות און של"ש תורות, נאר כל מקום שיש בו עשרה דונערט מען בחצוצרות און מען מוסר'ט אונז נאכאנאנד, בשעת איך לעכץ פאר אביסעלע פאזיטיווע חיזוק, צו הערן אביסל מער פון די מעלות און בענעפיטן וואס איך פארדין זייענדיג א איד, דער שה אחת בין שבעים זאבים, וואס איז נישט גרינג אין די וועלט פון נסיונות. נישט אז כ'ווייס נישט די מעלות, אבער דאך איז דאס פון די דברים הצריכים חיזוק, אין א וועלט ווי גשמיות דאמינירט, דרך רשעים צלחה, דארף יעדער ערליכער איד די חיזוק ווי לופט צו אטעמען, און מיין האפענונג ווערט פארלוירן אין די ימ'ען נעגאטיווע מוסר שמועסן וועלכע מאכט מיר כסדר פילן גילטי. ווער רעדט נאך פון דעם פחד ליום הדין... לא מצאתי ידי ורגלי...

קומט דער אקדמות, און שיינט אריין הויפענס מיט פאזעטיווע געדאנקען: א לעכטיגער עתיד ערווארט אונז, און טראץ וואס די אומות העולם בעטן זיך ביי אונז מיר זאלן זיך אויסמישן מיט זיי און "מאכן א לעבן", ווארפט מען זיי צוריק זייערע טובות און מען מאכט זיי צונאר און צושפאט, און מען ברענגט ארויס די מעלות און געהויבענקייט פון א אידיש קינד, ווי דער גרויסער באשעפער ווארט אויף אונזערע תפלות, און פרייט זיך ווי מיר פלאגן זיך אין די תורה, און וואספארא גליקליכער צוקונפט עס ערווארט אונז לחיי העולם הבא ולימות המשיח, א שיינקייט וואס מען קען נישט באשרייבן און ארויסזאגן מיטן מויל, עין לא ראתה אלקים זולתך! אה... שענער ווי מען קען זיך אויסמאלען אין די זיסטע פאנטאזיע... וואס קען זיין בעסער?

לאמיר נישט אריינגיין צו דער שור הבר מיטן לויתן מיט די אלטע חמר מבראשית איז א פאקטישע נבואה אדער סתם א משל צו אילוסטרירן די בעסטע תענוגים וועלכע זענען געווען בימים ההם, איז אבער דער מעסעדזש קלאר, מיר זענען שטאלץ און גליקליך צו געהערן צום אידישן פאלק, און דער באשעפער איז גליקליך מיט אונז, אפילו יעצט אינעם ביטערן חשכות הגלות, און בנוסף לזה גייט נאך קומען אזעלכע גוטע צייטן וואס אלע פעלקער וועלן זיך נישט וויסן ווי אהינצוטוהן פאר קנאה, ואז ימלא שחוק פינו, ולשוננו רנה.... אשרינו מה טוב חלקינו!

און מיט די געהויבענע הרגשים קומט מען אהיים צו א שיין-געדעקטן טיש מיט א הערליכע מילכיגע סעודה (ניין, איך גיי נישט צו די שוויגער...) און איך גיב איבער מיינע שטורעמישע געפילן פאר מיינע קינדער ביים טיש, מען פארטייטשט דעם אקדמות, עס מאכט יעדן שפירן דעם ויגבה לבו בדרכי ה', מען זאל נישט ווערן פארשלעפט פאר די פאלשע תאוות עוה"ז... דאס איז די בעסטע חינוך!!

הלואי וואלט מען דעם אקדמות איבערגע'חזר'ט אין אלע ת"ת, ישיבות, כוללים, און שיעורים פאר בעלי בתים און עלטערע אידן יעדן איינציגן חודש............. עס וואלט געווען ווייניגער OTD שאוס, גאראנטירט!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בדחן האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:דער קלימאקס פונעם ארטיקל...
דער קלימאקס פונעם יו"ט איז לכאורה די גרויסע באגלייטענס וואס ווערן געפראוועט אין די רבי'שע חצירות מוצאי שבועות. לדעתי איז מוצאי שבועות די באגלייטן דאס וויכטיגסטע פון אלע אנדערע ימים טובים, פשוט ווייל מען ברויך באגלייטן דעם רבי פון זיין ניי געשאפענע כלה וואס ביז איבער א יאר שבועות וועט ער איר לכאורה נישט אנקוקען נאכאמאל.


פריערדיגע צדיקים וואלטן זיך מחיה געווען מיט אזא ווארט..

ס'איז נאך היינט צו טאג אויך דא צדיקים, גאונים קדושים וטהורים החיים איתנו לאורך ימים ושנים וואס זענען זיך מחי' מיט אזא ווארט, ואכמ"ל. און איך מיין נישט קיינעם. אפילו וועים מ'מיינט אז כ'האב צו איהם מכוון געווען.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

הערליך שיין שמעקעדיג! ווען מען זינגט ווען אידישקייט א גאנץ יאר מיט אזא זיסער אקדמות ניגון וואלט ווען אידישקייט געווען פיל געשמאקער!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן: לולא דמוסתפנא וואלט איך געזאגט אז די פשטלך ווערן דייקא אנגערופן מיטן צו נאמען קרעפל פשטל משום קרעפל קרעפל לגז"ש, נאמר כאן קרעפל ונאמר בפורים קרעפל מה קרעפל האמור בפורים תורת לאקשן עמו אף קרעפל האמור בשבועות תל"ע. (ועכ"ח צ"ל דהגז"ש מופנה דאל"כ איכא למופרך מה לקרעפל האמור בפורים, שכן בשר עמו תאמר בקרעפל האמור בשבועות שאין בשר עמו, ואכמ"ל).

:like :like :like

------------------
שמעקעדיג, זעהט אויס אז לשנה האחרת האסטו עס טאקע מקבל געווען ברצון, פונקט א יאהר צוריק האסטו זיך נאך געמוטשעט ווי אזוי מען מאכט א זיסע אידישקייט, (נו יידל, פארשטייסט שוין די יחוד פון חנוכה און פורים?)...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

דעם שבת וואלט מיט רעכט געקענט אנגערופן ווערן "שבת נאך קאנטרי"...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן: לולא דמוסתפנא וואלט איך געזאגט אז די פשטלך ווערן דייקא אנגערופן מיטן צו נאמען קרעפל פשטל משום קרעפל קרעפל לגז"ש, נאמר כאן קרעפל ונאמר בפורים קרעפל מה קרעפל האמור בפורים תורת לאקשן עמו אף קרעפל האמור בשבועות תל"ע. (ועכ"ח צ"ל דהגז"ש מופנה דאל"כ איכא למופרך מה לקרעפל האמור בפורים, שכן בשר עמו תאמר בקרעפל האמור בשבועות שאין בשר עמו, ואכמ"ל).

:like :like :like

עס קומט שוין נאכאמאל דער הייליגער יו"ט שבועות, דעם יום טוב וואס מען "שניידט די קרעפלעך", ברענגען מיר ארויף דעם אשכול.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

שמעקעדיג האט געשריבן:עס קומט שוין נאכאמאל דער הייליגער יו"ט שבועות, דעם יום טוב וואס מען "שניידט די קרעפלעך", ברענגען מיר ארויף דעם אשכול.

:like
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך אשכולות אויפוועקער »

שמעקעדיג האט געשריבן:עס קומט שוין נאכאמאל דער הייליגער יו"ט שבועות, דעם יום טוב וואס מען "שניידט די קרעפלעך", ברענגען מיר ארויף דעם אשכול.

זאג מיר די ווילסט מיר געהעריג איבערנעמען
וואס גייט פאר זיץ רוהיג ווארט אפאר טעג אין די אשכול וועט ווערן אויפגעוועקט
וואס כאפסטו הייסע לאקשען?.....
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

למדן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:עס קומט שוין נאכאמאל דער הייליגער יו"ט שבועות, דעם יום טוב וואס מען "שניידט די קרעפלעך", ברענגען מיר ארויף דעם אשכול.

:like
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

צום פערטן יארצייט:
שמעקעדיג האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן: לולא דמוסתפנא וואלט איך געזאגט אז די פשטלך ווערן דייקא אנגערופן מיטן צו נאמען קרעפל פשטל משום קרעפל קרעפל לגז"ש, נאמר כאן קרעפל ונאמר בפורים קרעפל מה קרעפל האמור בפורים תורת לאקשן עמו אף קרעפל האמור בשבועות תל"ע. (ועכ"ח צ"ל דהגז"ש מופנה דאל"כ איכא למופרך מה לקרעפל האמור בפורים, שכן בשר עמו תאמר בקרעפל האמור בשבועות שאין בשר עמו, ואכמ"ל).

:like :like :like

עס קומט שוין נאכאמאל דער הייליגער יו"ט שבועות, דעם יום טוב וואס מען "שניידט די קרעפלעך", ברענגען מיר ארויף דעם אשכול.
וירח ה' את ריח הניחוח
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

מ׳זעט דא נעמען וואס זענען שוין אויף די (ווירטואלע) עולם האמת!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לכבוד יו"ט, חוזר וניעור...

האטס אלע א לעכטיגן יו"ט!
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט