פרישע רובריק אין פארווערטס: אונדזער צעבראכענע געזונט-סיסטעם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

פרישע רובריק אין פארווערטס: אונדזער צעבראכענע געזונט-סיסטעם

שליחה דורך שלום בערגער »

ליבער ד"ר בערגער,
פארוואס איז אונזער געזונט-סיסטעם צע­בראכן?
מ. וו., נ"י

טייערע מ. וו,

עס ווענדט זיך צי, און וויאזוי, אונזער געזונט-סיסטעם אין די פאראייניקטע שטאטן איז טאקע "צעבראכן”. פאראן פאליטיקער וואס האלטן, אז אונזער געזונט-אפהיט איז "דאס בעסטע אויף דער וועלט.” די מערסטע דרויסנדיגע פארלאזלכע מקורים האלטן, אז מיר אמעריקאנער לייגן אויס א מאיאנטעק וואס טויג אויף כפרות. די פינקטליכע געזונט-קאסטן פון אונזער סיסטעם באטרעפן א פאר טריליאן (טויזנט ביליאן) דאלאר אלע יאר, נאר אונזער שטא'רבי'קייט און קרענקלעכקייט איז מער ווי אין לענדער, וואס גיבן אויס ווייניגער. (פאראן אנדערע סיבות, פארשטייט זיך, פארוואס אונזער געזונט-סיסטעם איז אומפערפעקט, נאר דער דאזיגער חסרון — מיר גיבן אויס מער און באקומען, רעלאטיוו גערעדט, ווייניגער — איז כאראטעריסטיש פאר אונז.)

פארוואס? פאראן דריי סיבות.

ערשטנס, איז אונזער סיסטעם איבער­גע­לאדן מיט אדמיניסטראטארן, וואס זייער צאל שטייגט אסאך שנעלער ווי די צאל דאקטוירים און אנדערע קליניקער. אפשר איז דאס צוליב דער צאל רעגולאציעס, נאר עס קען אויך האבן צו טון מיט דער איבעריגער ביוראקראטיע ארויס­גערופן פון דער אמעריקאנער געזונט-צע­שפלי­טערונג. ניו-יארק איז אנדערש ווי אלאבאמע, וואס איז אנדערש ווי טענעסי, און אזוי כסדר.

צווייטנס, מעג יעדער שפיטאל רעכענען מער-ווייניגער וואס ער וויל. ס'איז א פרייער מארק וואס איז נאר "פריי” פאר די פארקויפערס. שטעלט זיך פאר אז דו גייסט אריין אין קראם קויפן א שטיקל פיש. אין א דינסטאג צאלסטו 5 דאלאר, און אויף מארגן — 25 דאלאר. אן א פארוואס, אן א פארווען, סתם אזוי. די טאריפן זענען אויסגעזויגן פון פינגער.

דריטנס, און אפשר דער עיקר, מאכט מען אין אונזער געזונט-סיסטעם צו פילע טעסטן, פראצעדורן און אפע­רא­ציעס. דא בין איך נישט אויסן "צו פילע” אין עקאנאמישן זין, נאר אין מעדיצינישן. קוק זיך אום ס'קומעדיגע מאל ווען דו ביסט ביים דאקטער, און פרעג זיך: "וויפיל פון די זאכן בין איך זיכער, אז זיי האבן מיר טאקע געהאלפן, און זענען נישט געווען גלאט אן אופן סתם יוצא צו זיין אויף עפעס א טעארעטישער צי רעגוליר-פאדערונג? דער אמת איז, אז אונזער סיסטעם גלייבט נאכאלץ אינעם פרינציפ "מער איז ווייניקער”, אנשטאט "ווייניגער איז מער.”

נישט אלץ איז פארפאלן. די לעצטע יארן מאכט מען א פעולה אין געוויסע תחומען. דער אויפשטייג פון געזונט-הוצאות ווערט פא­מע­לעכער (אפשר צוליב דעם העכערן צו­טרוי פון דער אמעריקאנער באפעלקערונג צו "אבאמאקער‟). נאכ'ן ארויסגעלאזט ווערן פון שפיטאל ווערן פאציענטן היינט ווייניגער שפי­טאליזירט צום צווייטן מאל. אין טייל שפי­טעלער האט מען כמעט ווי עלימינירט די אינ­פעקציעס אין די קאטעטערס. היינטצוטאג קנעלט מען מער מיט מעדיצין-סטודענטן ווי זיך בעסער אפצוגעבן מיט'ן פאציענט, און ווי צו קאמוניקירן מיטגעפיל, ווי קיינמאל פריער — אסאך בעסער ווי אין מיינע סטודענטישע יארן.

אז מ'שמועסט זיך גוט אויס מיט'ן דאקטער וועגן די מעלות און חסרונות פון זיין צוגאנג צו אייער געזונט, קען מען אפשר מאכן א פעולה אויך פון אייערט טובה וועגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ד"ר. שלום בערגער: איינס פון די הויפט סיבות פארוואס דאקטוירים באשטעללן ..."אומ-נויטיגע"... טעסטס איז, ווייל זיי ווערן אנגעקלאגט אויף מיליאנען דאללערס איבער נארישקייטן. און זיי טוען דאס נאר כדי זיך צו באשיצן. פארקערט. אין א סאך פעללער פארלאנגען גאר די אינשורענס קאמפעניס פון די דאקטוירים אז זיי זאללן מאכן פראצעדורן און טעסטס וועלכע וואלטן געקענט געטון ווערן אין א לאגישן, און פשוט'ן וועג. אלעס נאר כדי זיך צו שיצן פון נארישע און טריוויאלע לאו-סוטס.

אבער אין א סאך פעלער ארבעטן די אינשורענס קאמפעניס יא מיט לאגיק און שכל. אין מיין פערזענליכן פאל, ווען מיין דאקטער האט געארדערט 2 טעסטס. איינס פון זיי האביך אליינס געהאלטן איז אומנויטיג. אבער ווער ביניך זיך מתווכח צו זיין מיט מיין דאקטער. והך קאווע. די אינשורענס קאמפאני האט באשטעטיגט איין טעסט, וועלכער איך האב אויך געהאלטן פאר וויכטיג. און די 2'טע, וועלכע איז געווען איבריג האבן זיי אפגעזאגט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ענדליך א דאקטער וואס מיר גלייכן וואס ער זאגט!

וויאזוי פלעגן אונזערע רביס נאר זאגן? דארט ווי תורה וכו׳.
[tag]שלום בערגער[/tag] איי לאוו איט!
------
שאלה: ליבער ד״ר בערגער, אין אַ פֿריִערדיקער רובריק, האָסטו געזאָגט אַז אַ דאָקטער מוז נישט הײסן אַלע זײַנע (צי אירע) פּאַציענטן פֿאַרלירן װאָג. קענסטו דאָס אױסקלאָרן? עװאַן סערפּיק באַלטימאָר, מ״ד


תשובה: טײַערער עװאַן,
כּדח צו ענטפֿערן די פֿראַגע מוז מען פֿאַרשטײן די ראָלע פֿון אַ דאָקטער. ס׳איז אַ טאָפּלטע ראָלע. פֿון אײן זײַט װיל מען העלפֿן דעם פּאַציענט, צי דער פּאַציענטקע, װאָס זיצט אױפֿן אונטערזוכונג־טיש אין דעם נאַרישן דינעם כאַלאַטל. עפּעס טוט װײ? דאַרפֿן מיר דעם ווייטיק אָפּשוואַכן. אַן אינפֿעקציע? עלימינירט זי. אַ צעבראָכענער בײן פֿאַסט מען אײַן אין אַ גיפּס. אַז מע װערט עובֿר־בטל העלפֿט מען מיט עצות און מעדיקאַמענטן, און אַזױ װײַטער.

נאָר אַזױ לאַנג װי ס׳איז דאָ אַ װיסנשאַפֿט פֿון געזונט איז אױך פֿאַראַן אַ צװײטע ראָלע: דער דאָקטער איז מחויבֿ צו דערקענען די געלעגנהײטן, װען מע קען העכערן דעם געזונט־ניוואָ דורך אַ געוויסן מיטל.

צום באַדױערן זײַנען זיך אָפֿט מאָל סותר די צװײ ראָלעס. אָפֿט מאָל איז נישט קלאָר, צי דער יחיד מוז זיך אױפֿפֿירן לויט די רעקאָמענדאַציעס געצילעװעט אױף אַ גאַנצן פֿאָלק. צום בײַשפּיל, דורכשניטלעך, איז מסתּמא געזינטער נישט צו װעגן צו פֿיל. איבערװאָגיקייט דערפֿירט צו העכערע שאַנסן האַרצקרענק, ראַק און אַנדערע חולאתן.

דאָס מײנט אָבער נישט אַז אַ יחיד װאָס װעגט „צו פֿיל“ קען נישט פֿירן אַ גליקלעך, געזונט לעבן. װיפֿל מאָל האָב איך שוין געזען מענטשן װאָס פֿילן זיך שלעכט װעגן זיך, ווײַל זיי האָבן געהערט אַז איבערװאָגיקייט איז „נישט געזונט“. זאָג איך זײ: „רעקאָמענדאַציעס זײַנען אײן זאַך, און דײַן לעבן איז אַ צווייטע. פֿירט זיך, װי ס׳איז אײַך נאַטירלעך, און אױב שפּעטער וועט איר זיך זאָרגן וועגן די קראַנקייטן וואָס איבערוואָגיקייט קאָן גורם זײַן, וועלן מיר דעמאָלט רעדן.‟

גענומען פון דא
---------
אז מ׳רעדט שוין מיטן דאקטער, וואס איז דיין מיינונג אויף רייכערן? (ביטע אנטויש מיר נישט)
פארשפארט