וואס וואונדערט מיר איז וויאזוי מענטשן קענען האלטן אז די טיילונג איז געווען א סוקסעס. איך ווייס אז אזוי לערנט מען אויס אין חדר, אבער דו ביזט דאך שוין נישט אין חדר! די סוף פונעם טיילונג איז געווען אז אין די פלעצער איז אידישקייט געגאנגען פון בערך 90% שותומ"צ צו בערך 10-15%! נישט נאר דאס, נאר ס'רוב פונעם נישט פרומען עולם האט אויפגעהערט זיך צו אינדענטיפיצירן אלס אידן בכלל. וואספארא סוקסעס איז דאס??? פארגלייך דאס צו קהילות ווי דער מושג פון א טיילונג צווישן ארטדאקס און נישט ארטאדאקס עקזיסטירט נישט. נישט נאר האבן זיי כאטשיג 10-15% פולע שותו"מ ווי אונז, נאר אפילו די אנדערע 85% אינדענטיפיצירן זיך אלס אידן און היטן מצוות למחצה לשליש ולרביע.
דאס איינציגסטע וואס די טיילונג האט אויפגעטאן איז אז עס האט געמאכט ביידע זייטן מער עקסטרעם. איך גלייב אז א נייע טיילונג וועט טאקע האבן גענוי די זעלבע "סוקסעס" ווי די אלטע.
ר' דאט, שכוח פארן ברענגן דעם חת"ס, כ'האב זיך אויפגעהויבן פון מיין געלעגער, און כ'בין געגאנגען נאכקוקען דעם חת"ס, אינאיינוועגס האבעך שוין מקיים געווען דאס וואס צדיקים זאגן, אז מ'זאל זיך לייגן שלאפן מתוך לימוד.
אבער לענ"ד, דער תמצית בסוף דבריך האסטו נישט ריכטיג ארויסגענומען פונעם שטיקל חת"ס, אויב מ'איז גוט מדייק אין זיינע ווערטער זאגט ער, אז "ס'פאלט" איינעם אן א קשיא, דאן מוז ער גיין פרעגן. פשט: זאלסט נישט מיינען ווייל ס'איז דיר איינגעפאלן די קשיא, איז משמע אז די האסט א חסרון אין אמונה, א סך האבן גאר מורא צו פרעגן, ווייל מ'עט אים אנקוקען ווי איינער וואס האט חסרון אמונה, וועגן דעם זאגט דער חת"ס, ניין, נאר פארקערט, פון הימל האט מען דיר צוגעשיקט דעם קשיא אדער ספק, כדאי דו זאלסט "פרעגן", און אזוי וועט דיין אמונה נאך ווערן שטערקער.
דוגמת "חולי הגוף", ווער זוכט דען קראנק צו ווערן?, אז מ'איז קראנק געווארן גייט מען צום דר.
כ'על געבן א קליינע דוגמא, וויפיל פון אונז, זענען אלץ קליין קינד געזעסן ביים סדר, און זיך צוגעהערט מיט אזא מין תמומית, דעם סיפור יצי"מ, אויפאמאל מ'ווערט עלטער, און ס'פאנגט אן צו מאטערן, העי, דער רבוש"ע האט אונז ארויסגעצויגן פון מצרים?, כביכול האט דאך אונז אריינגעלייגט אויך?, דער אמת איז אבער אז די ספרים הקדושים זענען פיל דערפון, און מיין טאטע זז"ג, ווען מיר זענען טאקע עלטער געווארן פארשטייטצעך, האט דאס כסדר ארויסגעברענגט אז דאס איז טאקע געווען די נס, דער רבוש"ע האט אונז אריינגעלייגט אין מצרים, כדי אידישע קינדער זאלן מיטמאכן דעם שועבד, ווייל כך גזרה חכמתו יתברך, און צום סוף זאלן אידישע קינדער אנערקענען, אז מ'דארף אנקומען צום רבוש"ע בגשמיות דורך רוחניות, ד.מ. כ'וועל ענק ארויסציען פון מצרים, אבער עטץ זאלטס מקבל זיין די תורה, "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגו קדוש", אין די וואס האבן נישט געוואלט ארויסגיין, זענען טאקע געשטארבן. און כביכול האט אונז טאקע ארויסגעצויגן, פון די שטארקסטע פלאץ, וואס איז געווען שטארק הן פיזיש, והן מיט זייער כח הטומאה, עד כדי כך אז, די אידן האבן נישט געקאנט בלייבן איין "רגע" מער, און ס'איז טאקען געוועזן א גאולת הנפש , מתן תורה-פסקה זוהמתן, וגאולת הגוף, פון שעובד מצרים, און אלע אידן זענען געווארן אויסגעהיילט פון זייערע מומין. און אז עמעצין ווערט נולד נאך קשיות אדער ספיקות דארף ער דאס פרעגן, און אין "די" נושא דארף מען אפי' נישט אנקומען צו די ספרי חקירה, ווייל די ספה"ק, ספרי תלמידי בעל שם עד זמננו אלה, זענען פיל דערמיט.
ס'זעלבע אויב "ס'מאכט זיך" אז איינעם "פאלט" אמאל איין א קושיא וועגן אמונה, אדער ספיקות, אפי' גאר שטארקע ספיקות, איז דא אידן "אויסגעהארוועטע תלמידי חכמים", וואס "יראתם קודמת לחכמתם", וואס בעפאר זיי האבן אנגעהויבן לערנען, האבן זיי געוואוסט אז זיי זענען גענוג שטארק בייזוך, אזעלעכע אידן האבן סיעתד"ש, (א סך מאל קענען זיי אפי' ענטפערן מיט וואס זיי האבן געלערנט אין גמ', אפי' נישט פון ספרי חקירה) און זיי קען מען פרעגן, זיי זענען די אמונה דאקטורים, און דער חת"ס זאגט אז "מ'מוז" זיי פרעגן.
נישט אז איך קריג זיך אויף דיינע אנדערע ווערטער, נאר אויף די טענה אז מיר האבן בכלל נישט א דאנט עסק דאנט טעלל פאליסי א שטיקל, אויף דעם איז ש.ב. מרגליות' מאמר אין בלאט פון די פארגאנגענע וואך א ראיה אויף פארקערט.
משכיל האט געשריבן:די האסט אין היינטיגען דור אזא מין אמונה דאקטאר דא אין אמעריקע ?י
קוק דיך ארום, יגעת ומצאת, ס'איז ב"ה לא אלמן ישראל, ס'איז נאך דא גענוג ערליכע אידן יר"ש, ריזיגע תלמידי חכמים, וואס זענען לן בעומקן של הלכה. מ'דארף נאר האבן אביסל קאראזש צו-צוגיין. אין טאמער יענער וויל זיך נישט אריינלאזן אין די דיסוקסיעס, וועט ער דיך זיכער רעקאמענדן א צווייטן, כ'ווייס פון פעלער וואס אזעלעכעס האט שוין פאסירט נאר כ'קען נישט שרייבן קיין פרטים, סאו חזק ואמץ.
איך האב געהערט אז ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א האט דעם שב"ק אין זיין ביהמ"ד געהאלטן עטליכע פייערדיגע דרשות בעניני אמונה, געפינט זיך דא איינער וואס איז דארט געווען וואס קען עפעס איבערגעבן
די גאנצע אידיי פון רעדען פון א טיילונג זעט מיר אויס שרעקלעך קוימיש און אפילו קינדעריש. אין א וועלט פאר גלאבאליזאציע און מאסען קאמיוניקיישנס און אין א וועלט וואו עס איז געווען איין קהלה, איין רב, איין שיל וכדומה ווי אין אונגארן בשעתן פירוד האט מען זיך געקענט אפטיילען. היינט ווער גייט זיך טיילען פון וועם? חסידים פון עקסטרעמע חסידים? פוק חזי ווי עס האט אויסגעזען ביי דף היומי וואו 90 טויזנט מענטשן שומרי תו"מ האבן פארברענגט לכבודה של תורה און וואו חסידים האבן שוואך געשפילט א ראלע. רוב רובם פון זיי האבן מן הסתם אינטערנעט אין דער היים און זיכער ביים ארבעט און א גרויסער חלק האבן לכאורה אויך סמארטפאוינס וכדומה. זיי וועלן זיך אפטיילען? מען וועט זיך פון זיי אפטיילען? חסידים האבן כמעט אויף זיי נישט קיין שום השפעה אויסער אפאר נארישע בילדער אין המודיע. די פרומע לייקוואדער זענען אויך א מיעוט שבמיעוט.
איז רעדט מען אז די עקסטרעמסטע חסידים אין אמעריקא ווי סאטמאר וואס שפילען גאנץ א שוואכע ראלע אין כלל לעבען וועלען זיך אפטיילען פון זיך אליין. און די אן אינטערנעט וועלען זיין אדער די ליגנערס אדער די גאר פרומע (אז איר האלט נישט דאס איז היינו הך) וואס פארדינען קוים. הגע בעצמך צי דאס איז שייך. סאטמאר איז שוין איינמאל צוטיילט סייווי וועט מען יעצט האבן א דריטע סארט, אינטערוינים. זייערע כוח קען מען זען פון דעם אז ליפא טאנצט ארום אין צה"ל מונדירען און איך גלייב נישט ער האט געהאט אפילו איין קאנצעליישן.
דער בעל דרשן ביים סיטיפילד אסיפה האט גערעדט פון א פילוג און ער איז געווען איין גרויסער דזאק און איך פארשטיי נישט ווי עמעצער קען דאס נעמען ערנסט.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
וחלופיהן האט געשריבן:די גאנצע אידיי פון רעדען פון א טיילונג זעט מיר אויס שרעקלעך קוימיש און אפילו קינדעריש. אין א וועלט פאר גלאבאליזאציע און מאסען קאמיוניקיישנס און אין א וועלט וואו עס איז געווען איין קהלה, איין רב, איין שיל וכדומה ווי אין אונגארן בשעתן פירוד האט מען זיך געקענט אפטיילען. היינט ווער גייט זיך טיילען פון וועם? חסידים פון עקסטרעמע חסידים? פוק חזי ווי עס האט אויסגעזען ביי דף היומי וואו 90 טויזנט מענטשן שומרי תו"מ האבן פארברענגט לכבודה של תורה און וואו חסידים האבן שוואך געשפילט א ראלע. רוב רובם פון זיי האבן מן הסתם אינטערנעט אין דער היים און זיכער ביים ארבעט און א גרויסער חלק האבן לכאורה אויך סמארטפאוינס וכדומה. זיי וועלן זיך אפטיילען? מען וועט זיך פון זיי אפטיילען? חסידים האבן כמעט אויף זיי נישט קיין שום השפעה אויסער אפאר נארישע בילדער אין המודיע. די פרומע לייקוואדער זענען אויך א מיעוט שבמיעוט.
איז רעדט מען אז די עקסטרעמסטע חסידים אין אמעריקא ווי סאטמאר וואס שפילען גאנץ א שוואכע ראלע אין כלל לעבען וועלען זיך אפטיילען פון זיך אליין. און די אן אינטערנעט וועלען זיין אדער די ליגנערס אדער די גאר פרומע (אז איר האלט נישט דאס איז היינו הך) וואס פארדינען קוים. הגע בעצמך צי דאס איז שייך. סאטמאר איז שוין איינמאל צוטיילט סייווי וועט מען יעצט האבן א דריטע סארט, אינטערוינים. זייערע כוח קען מען זען פון דעם אז ליפא טאנצט ארום אין צה"ל מונדירען און איך גלייב נישט ער האט געהאט אפילו איין קאנצעליישן.
דער בעל דרשן ביים סיטיפילד אסיפה האט גערעדט פון א פילוג און ער איז געווען איין גרויסער דזאק און איך פארשטיי נישט ווי עמעצער קען דאס נעמען ערנסט.
איין קאמענטארער שרייבט דארט ווי פאלגנד: I always come back to the same thing. If your faith is so weak that exposure to things make you waver, then how strong was your faith to begin with?
Which speaks to the very dictatorial nature of the very religious. They are terrified their flocks will wander and so clamp down on information and propagate only their worldview. Somebody who truly had faith would say "I think my way is best, but here is what the world is, if you choose to follow this religion then I will be here for you".
Not surprising at all that when people are exposed to the real world, they choose it over a life of ignorance.
מען טענה’ט זיך, צו איז דער שרייבער גלויביג צו נישט, און צו מען מעג/זאל איהם צוריקענטפערן.
צום הייליגען בארדיטשובער האט א חסיד זיינער זיך דערקלערט אז ער גלייבט נישט אין גאט! האט אים דער רבי גענטפערט: בארואיגט אייך, אין דעם גאט וואס דו גלויבסט נישט, גלייב איך אויך נישט.
עס קומט פאר פון די וויכוחים, אז די טאטאלע נושא פון טרוקען אמונה, יא גלייבן צו נישט גלייבן, איז מער ווייניגער נישט רעלעוואנט, נאר כלפי די מצוות מעשיות פון דעם פריוואטען מענטש. לדוגמא: אויב וואלט דער שרייבער געזאגט אז נאך זיין קלארע הכרה אז לית מנהיג לבירה, איז איהם דאך גרינגער און פראקטישער צו מקיים זייו אלע מצוות בגלוי ובסתר. דאן וואלטן רוב טענות פון די שרייערס נעלם געווארן, און עס וואלט זיך קלאר געשטעלט אז בנוגע די פארעם פון אידישקייט וואס מיר פראקטיצירן היינט, זענען די מיינונגען פונעם מאמין און כופר אקוראט גלייך. און זאל זיך אמנון יצחק אויס'טענה'ן מיט ריטשארד דאקינס אז ער וויל, אבער צום היימישען שבת שמועס וועט עס קיינמאל נישט אריינקומען.
דער שרייבער האט געקענט שרייבן נאך 10 בלעטער פון לאגיק און זיינע אבזערוואציעס, און עס וואלט נישט ארויסגערינען צו ער גלויבט צו נישט. זיין איינציגסטע וועג אייך צו מודיע זיין אז ער איז א כופר, איז זיך אליינס דערקלערען אלס איינס. עפעס שמעקט נישט בסדר מיט א מצב, ווען "אין משיבין לאפיקורס" איז פשוט ווייל אלע זענען מסכים צו כמעט אלעס וואס ער האלט.
יאנקל מזל טוב צום 1000 לייקס. און אז דער בעל שמחה בעהט מען זאל זיך זעצן גיי איך נישט קיין ערגעץ.
אנטשולדיגט אז איך בין אנטשלאפן געווארן. אבער היינט ביי סליחות האב איך ביי יעדען אשמנו אינזינען געהאט אן אנדערע עוולה וואס איך בין דאס יאהר באגאנגען. און ערגעץ-וואו צווישן תעבנו-תעתענו בין איך אויסגעלאפן פון עבירות, ביז איך האב מיר דערמאנט דעם עוולה פון ממעט זיין ב'וויזיטס אין קאווע שטיבעל, און מקבל געווען צו זיין אן אפטער גאסט. איז אויב וועט דאס נישט האבן דעם זעלבן סוף ווי מיינע פאריעריגע קבלות, איים היער טא סטעי