איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

פון איין צד שטייען גרויסע רויטע פלאקאטן מיט שרייעדיגע ווערטער איבער די גזירות גיוס און פון די אנדערע זייט שטייען אסאך יודן און קוקן צו מיט ווינדער ווי מען מאכט אן אישו פון ליפט.
די שאלה איז פשוט וואס איז דער אמת איז דען דא א געפערליכע גזירה דעמאלט פארוואס שרייען נישט גאנץ כלל ישראל איך גלייב נישט אז די חסידים וואס גייען צו די בחירות און נעמען געלט פון די מדינה זענען גרייט צו צומאכן זייער מבצר התורה און אויב איז טאקע נישט דא קיין גזירה אז מה כל הרעש?
כדי צו וויסן די אמת האב איך איבער געבליקט די בריוו פון הרב אהרן שעכטער און איך בין אויפגעקומען מיט א שטוענענדיגע תירוץ.
הא לן והא להו!!
הערט און שטוינט ער ברעינגט אראפ אלע חלקים פונעם גזירה לאמיר דאס אביסל צונעמען בקיצור די צייט איז שוין יעצט 1:13 am.
א גרויס חלק פון די "גזירה" איז זאכן וואס זענען נאך נישט שייך היינט נאר זאכן וואס גייט נאכקומען איז ווער עס קען די פאליטיק און ארץ ישראל ווייסט אז עס גייט קיינמאל נישט געשעין ופשוט הוא.
נאכדעים איז דא די חלק וואס איז היינט שווערער צו באקומען א דיחוי מדארף לערנען און ספעציפישע ישיבות און לערנען א סכום שעות דבר פשוט הוא אז איינער וואס וויל זיך נישט זעין אין די גרינע מונדירן וועט זיך א עצה געיבן דערמיט ודי לחכימא ברמיזה.
אבער און דא ביי דער אבער ליגט די תירוץ באהאלטן א חלק פון די גזירה איז אז נאר ישיבות וואס נעמען פאנדינג פון די גאווערמענט קענען זייער תלמידים האבן א דיחוי און פארשטייט זיך אז די אויבערחכמים אויערבאכס סאטמורים נעמען דאך נישט (אויף זייער אייגענע נאמען) קיין פאנדינג איז און אנדערע ווערטער קענען זיי נישט באקומען דיין דיחוי אבער אלע אנדערע מוסדות האבן נישט קיין שום פראבלעים מיט גארנישט.
און דאס איז די תירוץ הא לן והא להו פאר מוסדות התורה געשטיצט דורך די מדינה איז "נישט דא קיין גזירת גיוס" אבער פאר די וואס נעמען נישט די געלט פאר זיי איז "יא דא א גזירות גיוס" איז פארשטייט זיך אוי לאותה בושה ואוי ואותה כלימה אויב אלע חסידותן גייען זיך ארויס דרייען און נאר די פלאטשיגע היטן (און די אויערבאכס פלאטשיגע קעפ) גייען זיך מיזן אנטוהן די לבוש ירוק ועל זה יצא הקצף מיט די אדום האדום הזה פלאקאטן. ודוק כי קצרתי.

- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
גר ותושב האט געשריבן:פון איין צד שטייען גרויסע רויטע פלאקאטן מיט שרייעדיגע ווערטער איבער די גזירות גיוס און פון די אנדערע זייט שטייען אסאך יודן און קוקן צו מיט ווינדער ווי מען מאכט אן אישו פון ליפט.
די שאלה איז פשוט וואס איז דער אמת איז דען דא א געפערליכע גזירה דעמאלט פארוואס שרייען נישט גאנץ כלל ישראל איך גלייב נישט אז די חסידים וואס גייען צו די בחירות און נעמען געלט פון די מדינה זענען גרייט צו צומאכן זייער מבצר התורה און אויב איז טאקע נישט דא קיין גזירה אז מה כל הרעש?
כדי צו וויסן די אמת האב איך איבער געבליקט די בריוו פון הרב אהרן שעכטער און איך בין אויפגעקומען מיט א שטוענענדיגע תירוץ.
הא לן והא להו!!
הערט און שטוינט ער ברעינגט אראפ אלע חלקים פונעם גזירה לאמיר דאס אביסל צונעמען בקיצור די צייט איז שוין יעצט 1:13 am.
א גרויס חלק פון די "גזירה" איז זאכן וואס זענען נאך נישט שייך היינט נאר זאכן וואס גייט נאכקומען איז ווער עס קען די פאליטיק און ארץ ישראל ווייסט אז עס גייט קיינמאל נישט געשעין ופשוט הוא.
נאכדעים איז דא די חלק וואס איז היינט שווערער צו באקומען א דיחוי מדארף לערנען און ספעציפישע ישיבות און לערנען א סכום שעות דבר פשוט הוא אז איינער וואס וויל זיך נישט זעין אין די גרינע מונדירן וועט זיך א עצה געיבן דערמיט ודי לחכימא ברמיזה.
אבער און דא ביי דער אבער ליגט די תירוץ באהאלטן א חלק פון די גזירה איז אז נאר ישיבות וואס נעמען פאנדינג פון די גאווערמענט קענען זייער תלמידים האבן א דיחוי און פארשטייט זיך אז די אויבערחכמים אויערבאכס סאטמורים נעמען דאך נישט (אויף זייער אייגענע נאמען) קיין פאנדינג איז און אנדערע ווערטער קענען זיי נישט באקומען דיין דיחוי אבער אלע אנדערע מוסדות האבן נישט קיין שום פראבלעים מיט גארנישט.
און דאס איז די תירוץ הא לן והא להו פאר מוסדות התורה געשטיצט דורך די מדינה איז "נישט דא קיין גזירת גיוס" אבער פאר די וואס נעמען נישט די געלט פאר זיי איז "יא דא א גזירות גיוס" איז פארשטייט זיך אוי לאותה בושה ואוי ואותה כלימה אויב אלע חסידותן גייען זיך ארויס דרייען און נאר די פלאטשיגע היטן (און די אויערבאכס פלאטשיגע קעפ) גייען זיך מיזן אנטוהן די לבוש ירוק ועל זה יצא הקצף מיט די אדום האדום הזה פלאקאטן. ודוק כי קצרתי.
אזוי ליינענדיג דיין תגובה, האלט איך אינמיטן מלוה מלכה זאגענדיג די פסוק "נפת תטפנה שפתותיך כלה דבש וחלב תחת לשונך..." פיין געזאגט, טאקע בקיצור, אבער אז ס'איז שוין יא אזוי גוט, דאן פארוואס בקיצור??
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
איך בין זייער שוואך אויסגעקאכט אין די גיוס סומאטוכע, אבער פון דאס ביסול וואס כ'האב יא געליינט האט מיר אנגעהויבן שווינדלן ווען יעדע צד ברענגט זייערע "פאקטן" וואס זענען סתירות צו די אנדערע צד'ס "פאקטן".
מיין השערה איז אז די מדינה ארבעט אויף א פלאן צו רעקוטירן ווי מער חרדים און איך שאץ אז זיי וועלן מצליח זיין ווייל די חרדישע געזעלשאפט איז ליידער נישט אזוי שטארק מיט אירע פרינסעפעלס ווי אמאל. ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלען, און אויטאמאטיש איז שווער פאר איינע פון די קלענערע מנהיגים זיך צו שטעלן אויפ'ן פראנט און פירן א מערכה וואס איז קעגן די שיטה פון די מעינסטריעם.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 142
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן:איך בין זייער שוואך אויסגעקאכט אין די גיוס סומאטוכע, אבער פון דאס ביסול וואס כ'האב יא געליינט האט מיר אנגעהויבן שווינדלן ווען יעדע צד ברענגט זייערע "פאקטן" וואס זענען סתירות צו די אנדערע צד'ס "פאקטן".
מיין השערה איז אז די מדינה ארבעט אויף א פלאן צו רעקוטירן ווי מער חרדים און איך שאץ אז זיי וועלן מצליח זיין ווייל די חרדישע געזעלשאפט איז ליידער נישט אזוי שטארק מיט אירע פרינסעפעלס ווי אמאל. ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלען, און אויטאמאטיש איז שווער פאר איינע פון די קלענערע מנהיגים זיך צו שטעלן אויפ'ן פראנט און פירן א מערכה וואס איז קעגן די שיטה פון די מעינסטריעם.
יא, אבער אויף דעם ארויף איז נישט שייך צו שרייען גזירת גיוס ווייל ס'זעהט זיך נישט ארויס בפועל אין ערגעץ.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
דאס אז די גזירה איז אין דער צוקונפט איז א קנאפע טרייסט. מ׳דארף עפעס טוהן דאס אפצושטעלען.
נאר למעשה די זעלבע וואס האבען געטוהן אלע יארען טוהן ווייטער און די פראפאגאנדא איז הוילע לופט. זיי טענה׳ן הן אז די וואס שטעלען זיך, גייען נישט און הן אז זיי העלפען די וואס שטעלען זיך נישט, לויט׳ן מעגליכקייט.
אז אן עסקן מיט א נאמען קומט מיר זאגען אז ער האט מטפל געווען, און א וואנאבי עסקן זאגט מיר אז סנאיז נישט אמת און מ׳דארף איהם שטיצען, וואס טוהן אונז אמעריקאנער אומוויסענדע?
משל למה"ד, איינער קומט און מאכט א ריזיגע קאמפיין, מ׳דארף גרינדען אן ארגאניזאציע ׳מצילים׳ פאר אידען וואס זענען קראנק. מ׳קען זיך נישט פארלאזען אויף די אמבולאנסען, זיי קומען שפעט צו אפשר בכלל נישט. זאגט איינער "ס׳איז שוין דא הצלה, וואס דארף מען נאך איינס?"
"הצלה?! זיי קומען נישט פאר ארוינעם\זאלוינעם\48׳גער\45׳גער\ליטווישער\ספרדים וכו׳. מ׳דארף עפעס טוהן פאר זיי"
וואס טוט מען יעצט? וועמען זאל מען גלויבען? לכאורה פון דעם אליינס אז מ׳זעט וי אידען לעבען און בליען, ווי הצלה דרייען זיך ווייטער מיט די לעלאס און דער אנדערע הענגען בלויז צעטלעך, ומה גם נאר אין ווייטער געגענטער, דארף מען אליינס וויסען וואס טוט זיך.
והנמשל מובן מאליו.
פאנאוועזש שטייט פעסט און מ׳לערנט מיט גרויס התמדה. איך דארף גלויבען אז עפעס א גזירה הויערט ערגעץ? איינער בעט מיר צו קומען צו א כנס הסברה מאנטאג נאכט ווי מ׳וועט מיר ערקלערען דער ענין. מ׳וועט מיר ווייזען די געזעץ אינעווייניג. איך בין עפעס אן אדוואקאט? איך דארף קענען פארשטייען ווי א געזעץ אויף עברית (מיין פערטער שפראך) פיהרט זיך אויס לפועל? מ׳פאדערט פון יעדער חדר אינגעל צו האבען א דעה אויף זאכען וואס מ׳האט נישט די מידנעסטע השגה.
איך פארשטיי עטוואס די שיטה"ק פון הרב שמואל אויערבאך (איך האב א ליטווישע חולשה, ער האט אייביג געשמ׳ט אלס אן אויסנאמליכע ריז אין לערנען). די פראבלעם איז אבער אז דאס איז א פארטיי פון א צייטונג מיט הרב שמואל׳ס שטיצע. ער פיהרט נישט טעגליך, און ער קען נישט און פארשטייט נישט צו טעגליכע פיהרונג. דאס איז אין די הענט פון ליידיגייערס און קינדער, אונגארישער פלאטשיגע קעפ וואס האבען זיך פארליטווישט אין די לעצטע פאר יאר.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
שמעון וואלף האט געשריבן: ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלעןם.
וואס האט מען פון געלט אויב האט מכן נישט קיין מוסדות עס צו ניצן פאר לויט ווי די קנאים לייגן עס אראפ גייען זיך אלע ישיבות צומאכן ביז יאר 2023 איר האלט טאקע אז בעלז צאנז וויזניץ ועוד ועוד זענען גרייט צו צושפארן זייער שווער אויסגעהארוועטע ישיבת על מנעול ובריח?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
אז מ׳פארט קיין ארץ ישראל זעט מען א שיינע עולם התורה. ויז'ניץ בעלזא צאנז גור און נאך. מ׳זעט יונגערלייט וואס זענען אויסגעטוהן פון גשמיות זיי זיצען און לערנען מיט יראת שמים. אן עוורעדש יונגערמאן פון א קרייז וואס נעמט יא געלט פון די מדינה ברויך זיך גארנישט שעמען פון די ווילאמסבורג קאקאש קעיק אנגעפראסענער יונגערלייט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
די בריוו פון רב שעכטער פאנגט זיך אן מיט די גרויסע שעת צרה וואס אידן אין ארץ ישראל געפונען זיך. סבוני חבלי מות. מ'שטייט פאר א ריזיגע געפאר. איראן. אייסיס. נארט קארעא. די טעראר און היים לאנד.
גלייך נאך די ערשטע פאראגראף און וואסארא געהאקטע סכנות ארץ ישראל איז, לאזט ער זיך אריין אין א לאנגע טיירעד וואסארא סכנה אידן און ארץ ישראל געפונען זיך. הלמאי מ'צווינגט זיי אריין אין מיליטער.
נאר א למדן ווערט נישט געבאדערט פון אזוי oxy moron פון א בריוו.

הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 142
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן: ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלען, און אויטאמאטיש איז שווער פאר איינע פון די קלענערע מנהיגים זיך צו שטעלן אויפ'ן פראנט און פירן א מערכה וואס איז קעגן די שיטה פון די מעינסטריעם.
און אפשר פארקערט?
אז די סאטמאר'ער געלטער איז משפיע אויף די עדה-אויערבאך קרייז יא צו טומלען און צו פירן א מערכה?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
דער בריסקער ראש ישיבה זצ"ל פלעגט זאגען "מה לי מדינה געלט פון מדינת ישראל, ומה לי מדינה געלט פון קרן הצלה?", ודפח"ח.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
יאסל ראקאווער האט געשריבן:די בריוו פון רב שעכטער פאנגט זיך אן מיט די גרויסע שעת צרה וואס אידן אין ארץ ישראל געפונען זיך. סבוני חבלי מות. מ'שטייט פאר א ריזיגע געפאר. איראן. אייסיס. נארט קארעא. די טעראר און היים לאנד.
גלייך נאך די ערשטע פאראגראף און וואסארא געהאקטע סכנות ארץ ישראל איז, לאזט ער זיך אריין אין א לאנגע טיירעד וואסארא סכנה אידן און ארץ ישראל געפונען זיך. הלמאי מ'צווינגט זיי אריין אין מיליטער.
נאר א למדן ווערט נישט געבאדערט פון אזוי oxy moron פון א בריוו.
ועוד אפשר להוסיף ער פירט אויס צום סוף אז די סכנה פון איראן איז ערשט און יארן ארום מה שאין כן סכנת גיות איז ממש אין די יעצטיגע מינוט ווען איך האב דאס געליינט האב איך געטראכט אדער איז נעבעך נשתבש דעתו מרוב צרות און סכנת עד שלא ידע בין ימינו לשמאלו אדער פשוט ווייסט ער נישט די מציות און מקען עים פארקויפן וואס מען וויל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
מאנכע האבן טענות פארוואס איך האב געפענט א נייע אשכול ווען עס זענען שוין דא צוויי אנדערע וואס רעדן שוין דערפון.
איך וויל מסביר זיין די אשכול איז מיוחד צו באהאנדלען איין זאך צו ביי די מערכה איז דא א וודאי רמאי אדער קען זיין אז ביידע זענען גערעכט.
איך וויל נישט אריין גיין און די פראפעגאנדע און פאקטן ווייל די זאכן זענען נאר א תוצאה פונען יסוד המחלוקה.

הגאונים - ר''מ קוטלער - ר''מ הערשקוויץ - ר''א פלדמן - נאוואמינסק - ר''י הורוויץ
שרייבען אז עס איז יא פארהאן א גזירה.
ווי עס קוקט אויס לאז די מדינה צורי די גרויסע ישיבות און זיי פארארבייטן מעשים ביי די בקצה המחנה ספרדישע ישיבות.
וואס פשט פון די מלחמה וואס די מדינה האט אויסגערופען קעגן מאה שערים?
מען זעהט קלאר אויף די קליפ ווי די חרדק''ס קומען ספעציאל זיך רייצען מיט די קנאים.
די פאליציי און די יס''מניקעס זענען בשעת מעשה באהאלטן אנדערקאווערט מיט ווייסט העמעדער.

- ידיד ותיק
- הודעות: 833
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
- האט שוין געלייקט: 2105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל
עמעזאן האט געשריבן:וואס פשט פון די מלחמה וואס די מדינה האט אויסגערופען קעגן מאה שערים?
נישט קיין מלחמה. זיי ווילן פשוט אז מען זאל זיך צושטעלן צו די געזעץ פונעם מדינה, פונקט ווי דער אמעריקאנע רעגירונג ביים וויעטנאם מלחמה.
מען זעהט קלאר אויף די קליפ ווי די חרדק''ס קומען ספעציאל זיך רייצען מיט די קנאים.
אזוי אויך רייצן זיך די פאליציי אין ניו יארק, זיך אוועקשטעלנדיג זיך אויף הייוועיס, צו טיילן טיקעטס... אמת?
די פאליציי און די יס''מניקעס זענען בשעת מעשה באהאלטן אנדערקאווערט מיט ווייסט העמעדער.
.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
עמעזאן האט געשריבן:הגאונים - ר''מ קוטלער - ר''מ הערשקוויץ - ר''א פלדמן - נאוואמינסק - ר''י הורוויץ
שרייבען אז עס איז יא פארהאן א גזירה.
ווי עס קוקט אויס לאז די מדינה צורי די גרויסע ישיבות און זיי פארארבייטן מעשים ביי די בקצה המחנה ספרדישע ישיבות.
וואס פשט פון די מלחמה וואס די מדינה האט אויסגערופען קעגן מאה שערים?
מען זעהט קלאר אויף די קליפ ווי די חרדק''ס קומען ספעציאל זיך רייצען מיט די קנאים.
די פאליציי און די יס''מניקעס זענען בשעת מעשה באהאלטן אנדערקאווערט מיט ווייסט העמעדער.
דא האט איר א לינק צו די מכתב
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=33965
נישט געשריבן דורך הערשל קלאר, נאר דורך ליטווישע ראשי ישיבות, @ליטוואק זענען זייערע נקודות אמת?
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
I'm back האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:מען זעהט קלאר אויף די קליפ ווי די חרדק''ס קומען ספעציאל זיך רייצען מיט די קנאים.
אזוי אויך רייצן זיך די פאליציי אין ניו יארק, זיך אוועקשטעלנדיג זיך אויף הייוועיס, צו טיילן טיקעטס... אמת?
די פאליציי און די יס''מניקעס זענען בשעת מעשה באהאלטן אנדערקאווערט מיט ווייסט העמעדער.
עס איז נישט ממש גלייך, אז פאליציי וועט אריינשיקן נאקעטע פרויען אין וויליאמסבורג, און ווען מען וועט פראטעסטירן וועלן זיי נעמען האקן קעפ, סיי ווער עס פראטעסירט, און אויך ווער נישט, דעמאלטס קענסטו מדמה זיין.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 833
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
- האט שוין געלייקט: 2105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל
נאקעטע פרויען איז עפעס וואס איז אומדערהערט.
סאלדאטן זענען א חלק פון דער מדינה, און זיי זענען געשטעלט פון דער ממשלה. טאמער געפעלט עס נישט איינעם, קען יענער מופן קיין חו''ל.
איך האב געזען שטיין אז הר' דוד סולאוויטשיק האט געזאגט אז מען קען נישט דארט וואוינען מער, אבער ער האט נישט קיין כח צו גיין פון דארט, היות ער איז אלט.
איך וואונדער מיר, איך פארשטיי עם, אבער ווי קען ער מפקיר זיין זיין קינדער, אייניקלעך און תלמידים?
לאמיר זען אז ער זאל זיי שיקן קיין חו''ל, און ער זאל פארמאכן זיין ישיבה!
דעמאלס וועל איך וויסן אז ער מיינט עס ערענסט.
סאלדאטן זענען א חלק פון דער מדינה, און זיי זענען געשטעלט פון דער ממשלה. טאמער געפעלט עס נישט איינעם, קען יענער מופן קיין חו''ל.
איך האב געזען שטיין אז הר' דוד סולאוויטשיק האט געזאגט אז מען קען נישט דארט וואוינען מער, אבער ער האט נישט קיין כח צו גיין פון דארט, היות ער איז אלט.
איך וואונדער מיר, איך פארשטיי עם, אבער ווי קען ער מפקיר זיין זיין קינדער, אייניקלעך און תלמידים?
לאמיר זען אז ער זאל זיי שיקן קיין חו''ל, און ער זאל פארמאכן זיין ישיבה!
דעמאלס וועל איך וויסן אז ער מיינט עס ערענסט.
.
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
אבער פארוואס קומען זיי אריין אין מאה שערים, זיך צו רייצן?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 833
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
- האט שוין געלייקט: 2105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל
אבטולמוס האט געשריבן:אין דעם בראשור וואס איז ארויסגעקומען יו"ט וועגן דעם "גזירת הגיוס" איז געשטאנען אז די מדינה וויל מאדערניזירן די חרדים, ווייל ביז א פאר צענדליג יארן וועט רוב מדינה זיין חרדים. איך גלייב אז ס'איז יש דברים בגוי.
אבער איך האב א צווייטע פראגע: וואס גייען די חרדים טון איבער דעם? אויב רוב מדינה גייט עווענטועל באשטיין פון חרדים וואס ארבעטן נישט, דינען נישט אין מיליטער, צאלן נישט קיין שטייערן, וכו', וויאזוי וועט אזא מדינה האבן א קיום, און וויאזוי וועט עס קענען ביישטיין די קאמפן מיט די ארומיגע אראבישע שכנים אויב די רעגירונג האט א שוואכער מיליטער און ווייניג געלט? אויב דער חרדישער תירוץ איז "דער אויבערשטער וועט שוין העלפן," מעגן זיי פארשטיין אז א מדינה קען זיך נישט פירן נאר מיט בטחון, און מ'דארף מאכן זאכליכע פלענער פאר'ן עתיד. איז וואספארא טענה קען מען האבן אז די מדינה זעט זיך אין אן ערנסטן פראבלעם פאר דער קיום און סעקיוריטי פון דער מדינה?
אגב, איך קען עטליכע 65-70 יעריגע וואס האבן געדינט אין צה''ל פאר 40-50 יאר צוריק, און זיי זעען נישט אויס ווייניגער פרום ווי דער דורכשניטלעכן איד פון בארא פארק אדער מאנסי. איז דא עפעס היינט, וואס טריגערט אז מען זאל אפ-פארן, אדער איז עס טאקע שטותים וואס דער סיקריקים האבן פארשפרייט?
.