וואס גייט מען שרייען?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער ליטווישע ציבור ליידט פון א גרויסע פראבלעם. א בחור צו א יונגערמאן האט נישט קיין וועג ארויסצוגעבן זיינע טאלאנטן. בלויז געציילטע פאסטענס עקזיסטירען, און אפילו דאס וואס ער קען יא טוהן איז שטארק באגרעניצט דורך די סביבה. למשל, א חב"דסקע בחור קען ווערען א שליח ערגעץ אין דער וועלט און טוהן וואס ער וויל, עסק'נען, פאליטיק'ן, קירוב'ן, זינגען, פיהרען, שחט'ן, כשר'ן, רעדן מיט מענטשן ועוד ועוד. א חסידישער קען ווייניגער, אבער כאטש עסק'נען קען ער אביסל. א ליטווישער קען גארנישט טוהן. עסק'נען איז בזיונות.

די נייע הפלג פארטיי האט באשאפען א נייעם באוועגונג פון יונגע ראצער עסקנים איז אויפ'ן האריזאנט און פילע יונגעלייט כאפן זיך צו. אין לעיקוואוד טרעפט זיך דאס אויך. א באנדע ראצערס ווערען יעצט אויפגעלעבט און יעדער האט זיין פאזיציע. דער דארף יענעם איינרעדען, דער דארף הענגען צעטליך, איינער דארף מסביר זיין פאר די 'הייסע' יונגעלייט אין ביהמ"ד פארוואס דאס איז דער פלאץ ווי מ'וועט אנערקענען זיין הייסקייט, און נאך איינער דארף קלינגען יונגע ראש ישיבות עט ריסק זיי צו ראטעווען פון דער מיליטער אין די ווייטע מיטל מזרח. אלס אנשטאט שליחות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט