שמעון וואלף האט געשריבן:איך בין זייער שוואך אויסגעקאכט אין די גיוס סומאטוכע, אבער פון דאס ביסול וואס כ'האב יא געליינט האט מיר אנגעהויבן שווינדלן ווען יעדע צד ברענגט זייערע "פאקטן" וואס זענען סתירות צו די אנדערע צד'ס "פאקטן".
מיין השערה איז אז די מדינה ארבעט אויף א פלאן צו רעקוטירן ווי מער חרדים און איך שאץ אז זיי וועלן מצליח זיין ווייל די חרדישע געזעלשאפט איז ליידער נישט אזוי שטארק מיט אירע פרינסעפעלס ווי אמאל. ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלען, און אויטאמאטיש איז שווער פאר איינע פון די קלענערע מנהיגים זיך צו שטעלן אויפ'ן פראנט און פירן א מערכה וואס איז קעגן די שיטה פון די מעינסטריעם.
@שמעון וואלף,
ביטע גלייך נישט צו "פאקטן" וואס ראדני עסקנים אין אמעריקע האבן אנגעפירקלט אויף פלאקאטן צו "פאקטן" וואס די וואס לעבן דארטן זאגן... ווילסט וויסן פאקטן? הייב אויף א טעלעפאן צו א ברודער, קאזין, חבר וואס וואוינט אין א"י און פרעג אים צו ער קען בחורים וואס מ'האט געשלעפט בכפי' אין מיליטער. ס'איז אבנארמאל ווי אין די דור פון אינפארמעישאן קען מען פירן א גאנצע ציבור ביים בארד.
דיין צווייטע סברא איז במחכ"ת נאכמער מאדנע. די גרעסערע ראשי ישיבות פון פאנעוויטש, מיר, חברון, סלאבאדקע, גור, צאנז, וויזניץ, בעלז, באיאן, סלאנים זענען אלע גרייט פאר די געלט און פאנדינג פאר זייערע ישיבות צו לאזן טויזנטער חרדיש'ע בחורים פאלן אין מיליטער.... זאג נאר, אויף וועלכע איד אין אמעריקע וואלסטו געגלייבט אזא בלבול ? נאכמער, לויט'ן פלאן וועט ביז דריי יאר כמעט גארנישט בלייבן פון די גרעסערע ישיבות אויך נישט, נו, פאר וועמען וועלן זיי דעמאלטס נעמען פאנדינג ???