crock pot

הילף, עצות און טיפס
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

crock pot

שליחה דורך gehlungen »

Can I make a chiken soup on a CROCK POT ? If yes how long does it have to cook to be a geshmokeh chicken soup??
שלמה_דיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:05 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך שלמה_דיין »

gehlungen האט געשריבן:Can I make a chiken soup on a CROCK POT ? If yes how long does it have to cook to be a geshmokeh chicken soup??


פלייש איז דאך מצטמק ויפה לו, ממילא אויב דיין כוונה איז אויף די פלייש איז זיכער ווי לענגער אלץ בעסער. ווייטער אויב איז דיין כוונה נאר אויף די זופּ, ווענדט זיך שוין אין דיין פערזענליכע פרעפרענס.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

קאך עס פונקט ווי טשולענט, דאס הייסט קודם - פאר שבת - אויף א הויכע גראדע, זאל זיך שטארק קאכן, זופ און טשולענט איז בעסער אז מ'קאכט עס אפ אויף א הויכע גראד, נאך א 40 מינוט צי אראפ די גראד אויף בלויז וויפיל ס'פעלט זיך אויס זאל זיך האלטן הייס,
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

גאלד האט געשריבן:קאך עס פונקט ווי טשולענט, דאס הייסט קודם - פאר שבת - אויף א הויכע גראדע, זאל זיך שטארק קאכן, זופ און טשולענט איז בעסער אז מ'קאכט עס אפ אויף א הויכע גראד, נאך א 40 מינוט צי אראפ די גראד אויף בלויז וויפיל ס'פעלט זיך אויס זאל זיך האלטן הייס,

Sorry but don't understand how you can say its like CHULLENT. Chullent I sort of don't need the water. But chickensoup I only need the water ??
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געשלאגן, פאר בעסערע אינפארמאציע קענסטו פרעגן דיין ווייב אדער מאמע (אדער שוועסטער, שכנה, וכו').

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? ער זאגט דאך דברים של טעם.
ער זאגט זאלסט עס קאכן פונקט ווי א טשולענט. אנהויב שטארק, ס'זאל זיך אויפקאכן, און דערנאך אויף א קלענערע פלאם/גראד נאר כדי עס צו האלטן הייס. נישט עס אויסצוקאכן.
אויב דו ביסט זיך נוהג צו לאזן די טשולענט אויסקאכן גענצליך, דאן איז טאקע נישט פונקט ווי טשולענט נאר אביסל אנדערש.
פאקוס נישט אויף די משל. דער עיקר איז, קאך עס אויף א הויכע נומבער, און דערנאך מאך עס נידריגער. פשוט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איז א קראק פאט בעסער פאר א טשולענט ווי א טאפ אויפן פייער?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

זר זהב האט געשריבן:איז א קראק פאט בעסער פאר א טשולענט ווי א טאפ אויפן פייער?

א טאפ אויפן בלעך מיינסטו זיכער.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

לגבי די וואסער האסטו דאך נישט געפרעגט, אבער איך וועל דיר הארצן גערן זאגן, איז אזוי,

גערעכט טשולענט איז טאקע אנדערש ווי זופ, ווייל מ'דארף וויסן איין זאך, בונדלעך זאפט אריין אסאך וואסער, ממילא אפי' פארן קאכן קוקט אפשר אויס די וואסער אסאך איז עס נישט קיין פעלער ווייל 2 אמאל אזוי פיל ווי די גרויסקייט פון די רויע בונדלעך ווערט נבלע אין די בונדלעך, אויסער דעם וועפט אויך אויס אביסל וואסער ווען מ'קאכט אויף א שטארקע פלאם,

משא"כ הינער איז פונקט פארקערט, עס זאפט נישט איין קיין וואסער, אדרבא ס'לאזט ארויס א זאפט, ממילא וויפיל וואסער מ'לייגט אריין א פלייש זופ טאפ געווענליך דאס בלייבט (אפשר אביסל ווייניגער, געוואנדן וואספארא ירקות מ'לייגט אריין וואס דאס איז א מסכת פאר זיך).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאלד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

זר זהב האט געשריבן:איז א קראק פאט בעסער פאר א טשולענט ווי א טאפ אויפן פייער?


פרעגסט גוט מיין קינד,

די קראק פאט האט א שטארקע מעלה

its hard to mess up

האסט א פונקטליכע גראד נומער, דארפסט נישט זארגן ווי ווייט פון פלאם וכדומה,

אבער איינער וואס קען די חכמה ואינה מלאכה פון שטעלן א טשולנט אויפן בלעך איז עס בעסער,
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

איך מיין. די אמת איז אז א טשולענט אויפן פייער פאקט איין א טשולענט אויפן קראקפאט נאר וואס דען ס'האט פשוט א ברענד נעים "קראקפאט" רעדן זיך מענטשן איין אז ס'בעסער אבער ס'הייבט זיך נישט אן!!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

שקויעך גאלד פאר די ענטפער. אבער א ביסעלע רעספעקט פליז.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

גערעכט, זרח, אבער א ציגעברענטע טשולענט אדער א וואסעריגע טשולענט אויפן בלעך איז זיכער נישט בעסער, ממילא רוב המון וויל די סעיף און קאנסיסטענט מהלך גייט מען מיט א קראק-פאט, אבער אני הצעיר בין זיך נוהג נאר א טאפ, און איך גלייך עס בעסער,

איין שטארק חסרון פון די קראק פאט איז אז די (עלעקטראנישע) פייער איז סיי אונטן ביים גרינד און סיי ביי די ווענט, כאילו די פייער זאל זיין פון אלע זייטן, והא ראי' ווען ס'ברענט צו קלעבט עס ביי די ווענט אויבן פונקט ווי אונטן, דאס איז חסרון, ווייל א געקעכטס איז נאטורליך בעסער ווען די פייער איז בלויז אונטן
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איך בין אייך מפייס זר,
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

גאלד האט געשריבן:גערעכט, זרח, אבער א ציגעברענטע טשולענט אדער א וואסעריגע טשולענט אויפן בלעך איז זיכער נישט בעסער, ממילא רוב המון וויל די סעיף און קאנסיסטענט מהלך גייט מען מיט א קראק-פאט, אבער אני הצעיר בין זיך נוהג נאר א טאפ, און איך גלייך עס בעסער,

איין שטארק חסרון פון די קראק פאט איז אז די (עלעקטראנישע) פייער איז סיי אונטן ביים גרינד און סיי ביי די ווענט, כאילו די פייער זאל זיין פון אלע זייטן, והא ראי' ווען ס'ברענט צו קלעבט עס ביי די ווענט אויבן פונקט ווי אונטן, דאס איז חסרון, ווייל א געקעכטס איז נאטורליך בעסער ווען די פייער איז בלויז אונטן

יא יא ווען מען קאכט א טשולנט אין א קראק פאט זאל מען עס רופן א געבאקענע טשולנט נישט קיין געקאכטע !!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

בדיוק,
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

גאלד האט געשריבן:לגבי די וואסער האסטו דאך נישט געפרעגט, אבער איך וועל דיר הארצן גערן זאגן, איז אזוי,

גערעכט טשולענט איז טאקע אנדערש ווי זופ, ווייל מ'דארף וויסן איין זאך, בונדלעך זאפט אריין אסאך וואסער, ממילא אפי' פארן קאכן קוקט אפשר אויס די וואסער אסאך איז עס נישט קיין פעלער ווייל 2 אמאל אזוי פיל ווי די גרויסקייט פון די רויע בונדלעך ווערט נבלע אין די בונדלעך, אויסער דעם וועפט אויך אויס אביסל וואסער ווען מ'קאכט אויף א שטארקע פלאם,

משא"כ הינער איז פונקט פארקערט, עס זאפט נישט איין קיין וואסער, אדרבא ס'לאזט ארויס א זאפט, ממילא וויפיל וואסער מ'לייגט אריין א פלייש זופ טאפ געווענליך דאס בלייבט (אפשר אביסל ווייניגער, געוואנדן וואספארא ירקות מ'לייגט אריין וואס דאס איז א מסכת פאר זיך).

I don't understand. I asked about CHICKEN SOUP & we are talking about CHULLENT lol
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אשכנ »

גאלד האט געשריבן:גערעכט, זרח, אבער א ציגעברענטע טשולענט אדער א וואסעריגע טשולענט אויפן בלעך איז זיכער נישט בעסער, ממילא רוב המון וויל די סעיף און קאנסיסטענט מהלך גייט מען מיט א קראק-פאט, אבער אני הצעיר בין זיך נוהג נאר א טאפ, און איך גלייך עס בעסער,

איין שטארק חסרון פון די קראק פאט איז אז די (עלעקטראנישע) פייער איז סיי אונטן ביים גרינד און סיי ביי די ווענט, כאילו די פייער זאל זיין פון אלע זייטן, והא ראי' ווען ס'ברענט צו קלעבט עס ביי די ווענט אויבן פונקט ווי אונטן, דאס איז חסרון, ווייל א געקעכטס איז נאטורליך בעסער ווען די פייער איז בלויז אונטן


מ'קען היינט באקומען א סארט crock pot וואס איז א טאפ אויף א קליינע hot plate ווי אלעס איז נאר געקאכט פון אונטען.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך וויל נאר מעורר זיין אז מען דארף איבערדעקן דעם קנעפל פון די קראק-פאט מיט זילבער פעיפר (אזוי ווי די בלעך דארף צודעקן די קנעפלך פונעם גאז-רענטש) אז נישט הייסט עס נישט גרופה וקטומה און עס איז אסור צו נוטצן שבת, לשיטת ר' שלמה זלמן אויערבאך דארף מען אויך אריינלייגן זילבער פעיפר אינעוויניג ארום די טאפ.

די זעלבע איז שייך ביי די הייס וואסער קעסל וואס האט א 'ריווארם' קנעפל (אין די היימישע געשעפטן פארקויפט מען היינט מהאי טעמא בעיקר די קעסל וואס האט נישט דעם קנעפל אבער געוויסע האבן נאך די אלטע אדער קויפן זיי ביי א גוי) דארף מען אויך צודעקן דעם קנעפל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אשכנ »

איך אויך האט געשריבן:איך וויל נאר מעורר זיין אז מען דארף איבערדעקן דעם קנעפל פון די קראק-פאט מיט זילבער פעיפר (אזוי ווי די בלעך דארף צודעקן די קנעפלך פונעם גאז-רענטש) אז נישט הייסט עס נישט גרופה וקטומה און עס איז אסור צו נוטצן שבת, לשיטת ר' שלמה זלמן אויערבאך דארף מען אויך אריינלייגן זילבער פעיפר אינעוויניג ארום די טאפ.

די זעלבע איז שייך ביי די הייס וואסער קעסל וואס האט א 'ריווארם' קנעפל (אין די היימישע געשעפטן פארקויפט מען היינט מהאי טעמא בעיקר די קעסל וואס האט נישט דעם קנעפל אבער געוויסע האבן נאך די אלטע אדער קויפן זיי ביי א גוי) דארף מען אויך צודעקן דעם קנעפל.


אסאך גדולי הרבנים האבן געהאלטען אז מדארף א בלעך אינעווייניג. אנדערע האבן אפילו מחמיר געווען אז עס הייסט הטמנה (ובתוכם רש"ז הנ"ל בסוף ימיו), יעדער זאל פרעגען א מורה הוראה (אויב ער האט נאכנישט).
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

אשכנ האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:איך וויל נאר מעורר זיין אז מען דארף איבערדעקן דעם קנעפל פון די קראק-פאט מיט זילבער פעיפר (אזוי ווי די בלעך דארף צודעקן די קנעפלך פונעם גאז-רענטש) אז נישט הייסט עס נישט גרופה וקטומה און עס איז אסור צו נוטצן שבת, לשיטת ר' שלמה זלמן אויערבאך דארף מען אויך אריינלייגן זילבער פעיפר אינעוויניג ארום די טאפ.

די זעלבע איז שייך ביי די הייס וואסער קעסל וואס האט א 'ריווארם' קנעפל (אין די היימישע געשעפטן פארקויפט מען היינט מהאי טעמא בעיקר די קעסל וואס האט נישט דעם קנעפל אבער געוויסע האבן נאך די אלטע אדער קויפן זיי ביי א גוי) דארף מען אויך צודעקן דעם קנעפל.


אסאך גדולי הרבנים האבן געהאלטען אז מדארף א בלעך אינעווייניג. אנדערע האבן אפילו מחמיר געווען אז עס הייסט הטמנה (ובתוכם רש"ז הנ"ל בסוף ימיו), יעדער זאל פרעגען א מורה הוראה (אויב ער האט נאכנישט).

What means a blech inside. Where???
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

צווישען די טעפל און די וואנט ארום דעם.

עכ"פ די קנעפל מוז לכל הדיעות זיין איבערגעדעקט כדין גרופה וקטומה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

פאר דע ואס ווייסען
קימט נישט צו אין טעם א טשאלענט אין קראקפעט צו א טשאלענט אין א טאפ אויפען בלעך
סאיז 10000000 מאל בעסער
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

אמאל געטרייט צו מאכן א קראק פאט טשולענט קוים וואס ס' אשת חבר האט באשטאנען ס' נישט געגאנגען געטרייט א דעקל מיט א ראבבער נאכדעם אראפ אראפ גענומען די ראבבער מיט א בעג און אהן א בעג הויך און נידריג ס' נישט געגאנגען כ' האב צוריק געטוישט ענדערש אמאל וואסעריג און צוגעברענט ווי נישט האבן א טשולענט בטבע האב איך מורא אז די טשולענט וועט צוברענען פלעג איך עס אנשטעלן נידריג און ס'האט ווייטער נשיט געטויגט מאך איך עס העכער כאפט אייביג צו אביסל אז ס צרות פארלאז איך מיך אויף די הלכה אז מ' מעג עס אראפרוקן פון פלאםאון צוריק ארויף רוקן ווילאנג ס' יד סולדות בו
פארשפארט