ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען ער איז אן אדמו"ר דארף מען יא גייען? ער איז נישט זייער אדמו"ר?
נאר דער ענין איז, אז די אלע אויבענדערמאנטע קרייזען שפילען כאילו זיי פיהרען זיך עפ"י תורה, און ווען די תורה איז נישט אזא סתירה צו זייער באקוועמליכקייט, זענען זיי גרייט צו טוהן ווי די תורה הייסט. און די תורה איז שטארק מכבד א ת"ח, און דעריבער בלייבט עס א קשיא אויף זיי. וואס פארא סתירה צו זייער באקוועמליכקייט איז די לויה געווען?
אל ארך אפיים וכו' וכו' ושם נאמר ויעבור וכו' וכו' (מתוך הפזמון ליום ט' של סליחות נוסח ליטא)
ניין, נישטא קיין חיוב צו גיין צו יעדן דיין אדער פוסק. דא רעדט מען אבער פון א גדול בענקים, וואס איז לכל הדעות געווען דער גרעסטער פוסק אין שטאט, כאטש וואס ביים עירוב איז ער אפגעפרעגט געווארן ביי מאנכע. אויף דעם איז אויסדרוקליך יא דא א חיוב פון גיין צו זיין לויה. פונקט ווי אין בני ברק ביי הרב וואזנער און אין ירושלים ביי הרב אלישב.
(איי, אין ארץ ישראל ארבעט מען נישט? די לויה איז געווען אויף זונטאג ווען מען ארבעט אויך נישט).
אזוינע שטותים צו רעדן האב איך שוין אזאנס שוין לאנג נישט געהערט אין געזעהן צו זאגן אז אין קלויזנבורג איז ער געוועהן ללעג וקלס איז א שיקרא דמוכחא
איך בין בכלל נישט קיין קלויזנבורגער איך בין א דרויסענדיגע אבער משפחה האב איך דארט, כ'בין אסאך אריינגעפאלן ביי זייערע בית המדרש אין די אלע יארן איז ממש געוועהן פונקט פארקערט אלע האבן געוויסט אין גערעד אז גייט דא פאר זיי א ריז אין תורה אין יר''ש אין מידות טובות אלע האבן געהאט משונה'דיגע דרך ארץ פאר איהם, מען האט זיך אפי' מזכיר געוועהן ביי איהם,
אבער צו זאגן אז אז מען האט געלאכט איז נישט דא קיין גרעסערע ווערטל ווי דעם.
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:דאס מאל וועל איך נישט זיין שטיל אין זיך אנרופען
אזוינע שטותים צו רעדן האב איך שוין אזאנס שוין לאנג נישט געהערט אין געזעהן צו זאגן אז אין קלויזנבורג איז ער געוועהן ללעג וקלס איז א שיקרא דמוכחא
איך בין בכלל נישט קיין קלויזנבורגער איך בין א דרויסענדיגע אבער משפחה האב איך דארט, כ'בין אסאך אריינגעפאלן ביי זייערע בית המדרש אין די אלע יארן איז ממש געוועהן פונקט פארקערט אלע האבן געוויסט אין גערעד אז גייט דא פאר זיי א ריז אין תורה אין יר''ש אין מידות טובות אלע האבן געהאט משונה'דיגע דרך ארץ פאר איהם, מען האט זיך אפי' מזכיר געוועהן ביי איהם,
אבער צו זאגן אז אז מען האט געלאכט איז נישט דא קיין גרעסערע ווערטל ווי דעם.
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:גראדע אויף די בילדער זעט דאס אויס ווי א גרויסע לוי׳
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:זעט מיר אויס אז די וואס פארגינען נישט פאפא ווען זיי מאכן עפעס א איווענט. אט די זענען די זעלבע וואס פארגינען נישט דא ווען איינער האט זיך דערוואגט צו מאכן עפעס ביים פריץ אין שטאט.
די בילדער איז סתם ליצנות געמאכט פונ'ם עולם. נעם למשל די בילד
IMG-20170528-WA0156.jpg
דא האט מען גענומען די אינטערסעקשאן פון לי/היוז און עס אויסגעצויגן ס'זאל אויסקוקן ווי א גאנצע בלאק. די בילדער פון ביהמ"ד אינעווייניג האט קוקט אויס ווי די לענג איז לערך זיבן מאל אזוי גרויס ווי די ברייט. איך בין דארט געווען און מיטאמאל איין גאס איז געווען פיל (און דאס רעכענט שוין אריין די פרויען וואס זענען געשטאנען קעגן איבער די שול.) אמת, אסאך מענטשן זענען נישט געבליבן די גאנצע צייט און אוועק אינדערמיט בפרט ווען די קלויזענבערגע רב האט מאריך געווען בדרוש אבער עכ"ז איז געווען סאך א קלענערע עולם ווי איך האב מיך געראכטן. בפרט אז די וועטער איז געווען גאר איינגענעם צו זיין אינדרויסן און ס'איז אפילו געווען צוגעשטעלט בענקלעך אויף די גאס צו זיצן (וואס אסאך זענען געווען ליידיג.) ס'האט מיר זייער געבאדערט ווייל איך האב געהאלטן אז היינט צו טאגס איז שוין דער עולם מער אויפגעקלערט און מ'איז שוין אויפגעוואקסן די אמאליגע בעבישע מחלוקת'ן. איך האב נישט עקספעקטעט סאטמאר זאל פארמאכן די ישיבה און שיקן די עולם) אפשר די ארונים יא) אבער פאפא, סקווירא, וויזניץ, צעהלים, וויען, ווי זענען זייערע בחורים און קינדער געווען?
א שאד צו איבערקייען אזוופיל תגובות מיט די זעלבע אינהאלט, די ווילסט ס''ה געקינצעלטערהייט ארויסברענגן מ'זאל וויסן אז ס'געווען א קליינע עולם ביי די לוי' - האמיר שוין געהערט, לייג פאפא אין סקווירא אין א זייט פינקט ווי מהרז''ל האט נישט פארמאכט זיין ישיבה אזווי ביי יענקל כהנא אדער עזריאל גליק'ס לוי' {אויב דענק איך גיט ביי איינס פין די 2 אדער ביידע האט מען אפגעשפארט} האט פאפא אויך נישט
די סייז פונעם ציבור ביי א לויה איז נישט תלוי ווי גרויס יענער איז אין תורה, ס'האט צוטאן מיט וויפיל מענטשען דער באטרעפענדער האט אפעקטירט זייער לעבן.
הרב וואזנער ז"ל איז געווען מן הסתם פון די מערסטע אנגענומענע פוסקים (אויב נישט "די" גרעסטע פוסק) ביי אידן פאר ער איז אוועק, ער פלעגט זיך האלטן פארווע/נייטראל ביי די 'הייסע' נושאים, און אזוי ארום פלעגט ער אפעלירן צום ברייטן עולם, יעדער האט אים געקענט און געוואוסט צו זאגן פון אים.
ר' פישהלע ז"ל פלעגט זיצן אין זיין ווינקל, און נישט פארנומען קיין ארט אין די הנהגה פון דעם כלל, אוודאי קען זיין אז דיינים פלעגן שיקן אלע 'שווערע שאלות' צו אים, אבער ביי דעם המון עם איז ער געווען 'קלויזנבורגער דיין' נישט וויליאמסבורגער, ניו יארקער, אמעריקע'ס דיין.
אני בעצמי האב ביז די עירוב פרשה נישט געוואוסט פון אזא נאמען, איך האב יא געוואוסט ווער סאטמערע דיין איז, אויך האב איך געוואוסט ווער פאפא דיין איז (איך פלעג לייענען די אירגון שיעורי תורה פלאקאטן) איך האב קיינמאל פארדעם נישט געהאט קיין געלעגענהייט אויסצוגעפונען פון אזא איד ווי ר' פישל הערשקוביץ ז"ל, ער איז זיך געזיצן אין זיין ווינקל און קיינעם געבאדערט
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:גראדע אויף די בילדער זעט דאס אויס ווי א גרויסע לוי׳
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:זעט מיר אויס אז די וואס פארגינען נישט פאפא ווען זיי מאכן עפעס א איווענט. אט די זענען די זעלבע וואס פארגינען נישט דא ווען איינער האט זיך דערוואגט צו מאכן עפעס ביים פריץ אין שטאט.
די בילדער איז סתם ליצנות געמאכט פונ'ם עולם. נעם למשל די בילד
IMG-20170528-WA0156.jpg
דא האט מען גענומען די אינטערסעקשאן פון לי/היוז און עס אויסגעצויגן ס'זאל אויסקוקן ווי א גאנצע בלאק. די בילדער פון ביהמ"ד אינעווייניג האט קוקט אויס ווי די לענג איז לערך זיבן מאל אזוי גרויס ווי די ברייט. איך בין דארט געווען און מיטאמאל איין גאס איז געווען פיל (און דאס רעכענט שוין אריין די פרויען וואס זענען געשטאנען קעגן איבער די שול.) אמת, אסאך מענטשן זענען נישט געבליבן די גאנצע צייט און אוועק אינדערמיט בפרט ווען די קלויזענבערגע רב האט מאריך געווען בדרוש אבער עכ"ז איז געווען סאך א קלענערע עולם ווי איך האב מיך געראכטן. בפרט אז די וועטער איז געווען גאר איינגענעם צו זיין אינדרויסן און ס'איז אפילו געווען צוגעשטעלט בענקלעך אויף די גאס צו זיצן (וואס אסאך זענען געווען ליידיג.) ס'האט מיר זייער געבאדערט ווייל איך האב געהאלטן אז היינט צו טאגס איז שוין דער עולם מער אויפגעקלערט און מ'איז שוין אויפגעוואקסן די אמאליגע בעבישע מחלוקת'ן. איך האב נישט עקספעקטעט סאטמאר זאל פארמאכן די ישיבה און שיקן די עולם) אפשר די ארונים יא) אבער פאפא, סקווירא, וויזניץ, צעהלים, וויען, ווי זענען זייערע בחורים און קינדער געווען?
לפי ידיעתי, זענען די תלמידי ישיבות קטנות פון פאפא און סקווירא געווען ביי די גאנצע לוי'.
יעקב מענטש האט געשריבן:אויב איך מעג אפפערן מיין מיינונג.
די סייז פונעם ציבור ביי א לויה איז נישט תלוי ווי גרויס יענער איז אין תורה, ס'האט צוטאן מיט וויפיל מענטשען דער באטרעפענדער האט אפעקטירט זייער לעבן.
הרב וואזנער ז"ל איז געווען מן הסתם פון די מערסטע אנגענומענע פוסקים (אויב נישט "די" גרעסטע פוסק) ביי אידן פאר ער איז אוועק, ער פלעגט זיך האלטן פארווע/נייטראל ביי די 'הייסע' נושאים, און אזוי ארום פלעגט ער אפעלירן צום ברייטן עולם, יעדער האט אים געקענט און געוואוסט צו זאגן פון אים.
ר' פישהלע ז"ל פלעגט זיצן אין זיין ווינקל, און נישט פארנומען קיין ארט אין די הנהגה פון דעם כלל, אוודאי קען זיין אז דיינים פלעגן שיקן אלע 'שווערע שאלות' צו אים, אבער ביי דעם המון עם איז ער געווען 'קלויזנבורגער דיין' נישט וויליאמסבורגער, ניו יארקער, אמעריקע'ס דיין.
אני בעצמי האב ביז די עירוב פרשה נישט געוואוסט פון אזא נאמען, איך האב יא געוואוסט ווער סאטמערע דיין איז, אויך האב איך געוואוסט ווער פאפא דיין איז (איך פלעג לייענען די אירגון שיעורי תורה פלאקאטן) איך האב קיינמאל פארדעם נישט געהאט קיין געלעגענהייט אויסצוגעפונען פון אזא איד ווי ר' פישל הערשקוביץ ז"ל, ער איז זיך געזיצן אין זיין ווינקל און קיינעם געבאדערט
טאמער האסטי נישט געוויסט פון אים ביז די עירוב פרשה, ביסטי לכאורה געווען א אינגל ביז דעמאלטס. מסתמה הינדרעטע ספרים האבן זיין הסכמה, און יעדע יודע ספר האט געוויסט פון אים. אבער אין וויליאמסבורג בפרט האט יעדער געוויסט פון אים און מחשיב געווען, חוץ סאטמאר, און ס'זענען דא טויזענטער נישט סאטמאר איינוואינער אין וומ"ס. אבער אפילו אין סאטמאר האט ער געהאט אסאך מעריצים ווי ס'האט זיך טאקע אנגעזעהן ביים לוי' אז אסאך סאטמארע זענען דארט געווען.
@שמעון וואלף ביסט נישט גערעכט רובו ככולו סאטמערע אידען אין וויליאמסבורג האבן געהאט א שטארקע הערצה צו ר' פישעלע און זיין האבן געוויסט אז ער איז א גברא רבה. איך האב גערעדט צו די גאר עקסטערמע סאטמורים.