"דער בלאט"
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 131
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
- געפינט זיך: ביים טעלער
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
אין "דער בלאט" די וואך האבן זיי א גאנצע אפהאנדלונג און עדיטאריעל איבער דעם וואס דער איד האט ברייט געדעקט די קאלאראדא טעאטער שיסעריי.
עס איז טאקע געווען אפשר נאריש אז דער בלאט האט זיך ארויסגעדרייט פון געהעריג ברייט דעקן די שיסעריי און בלויז געשריבן אז "צוליב פרינציפן" האלטן זיי זיך אפ דערפון, אבער דער איד האט דאס געדעקט ממש ווי דער ניו יארק פאוסט, מיט פונקטליכע שילדערונגען.
אינעם "איד" זעלבסט איז געווען א בריוו פאריגע וואך צו פארדאמען די ברייטע דעקונג, און די וואך מאכט דער בלאט צימעס דערפון.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
די קליינקעפיגקייט פון די 2 צייטונגען זיך צו רייסן צווישן זיך ווי 2 בעביס עווערי נאו ענד דהען, איז ממש א גרויל.
איך האב עס שוין געשריבן אין אן אנדער אשכול בשעתו ווען דער בלאט האט חוזק געמאכט פונעם איד פארן אריינלייגן די נייעס פון וויזניצ'ער רבי'ן הייסט נישט גיין צום סיום הש"ס צוליב הרב לאו.
דאס ווייזט ווי די ביידע צייטונגען לייינען אדורך איינס דעם צווייטן מדאשקע לדאשקע, און אויף יעדן ווארט אדער השקפה ווי מען קען קרימען מיט דער נאז, קומט אפיר א "אחד הרבנים" און הייבט אן פירקלען אן ארטיקל.
אך, לאן הגענו. מען טריעט אונז ווי בעביס אין פלעי גרופ.
שעמט אייך!
שעמען ששון מחבריך.
(אריין אין צימעס? ביג טיים)

וירח ה' את ריח הניחוח
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
עס עפעס האט געשריבן:אבער דער איד האט דאס געדעקט ממש ווי דער ניו יארק פאוסט, מיט פונקטליכע שילדערונגען.
איך האלט אז דער איד איז משוגע. ווייסן זיי דען נישט אז קינדער און שוואכע הערצער לייענען עס? פארוואס דארפן זיי זיין אזוי דעטאלירט מיט גוישע רציחות?
דעפ בלאט ליין איך נישט, איך ווייס נישט וואס זיי שרייבן. -- די צייטונג אבער איז נישט קיין סאך בעסער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
קארל דו שרייבסט גוט, און אגב האב איך הנאה פון דיינע אויסדרוקן. איך האב דיר געמוזט געבן א לייק!
ווער געדענקט דען נישט ווען מ'האט אויסגעפירט דעם טויט שטראף אויף טימאטי מעקוועי, דער אקלאהאמע באמבאדירער, ווי "דער בלאט" האט עס אראפגעלייגט ברחל בתך הקטנה מיט אלע קליפערלעך, אזש אנדערע האבן געדארפט מוחה זיין דערויף!!
אפשר האט זייער "וועד הרבנים" זיי באפוילן דאס נישט צו טון מער....
ווער געדענקט דען נישט ווען מ'האט אויסגעפירט דעם טויט שטראף אויף טימאטי מעקוועי, דער אקלאהאמע באמבאדירער, ווי "דער בלאט" האט עס אראפגעלייגט ברחל בתך הקטנה מיט אלע קליפערלעך, אזש אנדערע האבן געדארפט מוחה זיין דערויף!!
אפשר האט זייער "וועד הרבנים" זיי באפוילן דאס נישט צו טון מער....
וירח ה' את ריח הניחוח
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
סאיז א באקאנטער פאקט אז דער בלאט האט אויגעעפענט אינגערע צו פארשטיין וועלטליכע פאליטיק. איך אליין האב עס געגליכן... איך האב ביז די 20 יאר נישט געוואוסט וויאזוי מ'ערוועלט א פרעזידענט אין אמעריקע!
כ'פלעג אפשר נישט אזוי ליגן דערין, אבער ס'איז היינו הך. ווייל ליינענדיג דעם איד'ס אמעריקאנער פאליטיק האב איך נישט געקענט פארשטיין קיין איין ווארט, מילא האט מער עס נישט בכלל אנגעהויבן צו ציען. -- זיי האבן געשריבן פאר סענדס סטריט אידן און אויך נאר אויף יוצא צו זיין.
איז געקומען דער בלאט און מיט ראלניצקי'ס פעדער פונקטליך מסביר געווען וויאזוי די עלעקטארל קאלעדזש ארבעט, געשריבן מיט א 'נארמאלן אידיש' אזוי ווי איין בחור רעדט צום צווייטן... איך האב זיך באלעקט די פינגער, ס'קאפ האט זיך מיר געעפענט, פון דארט געגאנגען צו ראש לימבא...
היינט, ווילן זיי זיך שפארן געלט, זייער נייעס באריכטן זייגן אוועק. איז מען אויפגעקומען מיט א פלאן אז מ'גייט גאר שפילן פרום....!!
זאל זיין אזוי.
איך האלט אבער אז דער איד טוט נישט גוט מיט באריכטן רציחות אזוי זאפטיג. -- מיין שיטה איז בכלל נישט צו באריכטן אזעלכע נייעס! -- אין די היינטיגע אינטערנעט וועלט יעדער וואס דארף וויסן די רציחישע נייעס ווייסט עס ממילא!
הרף!
כ'פלעג אפשר נישט אזוי ליגן דערין, אבער ס'איז היינו הך. ווייל ליינענדיג דעם איד'ס אמעריקאנער פאליטיק האב איך נישט געקענט פארשטיין קיין איין ווארט, מילא האט מער עס נישט בכלל אנגעהויבן צו ציען. -- זיי האבן געשריבן פאר סענדס סטריט אידן און אויך נאר אויף יוצא צו זיין.
איז געקומען דער בלאט און מיט ראלניצקי'ס פעדער פונקטליך מסביר געווען וויאזוי די עלעקטארל קאלעדזש ארבעט, געשריבן מיט א 'נארמאלן אידיש' אזוי ווי איין בחור רעדט צום צווייטן... איך האב זיך באלעקט די פינגער, ס'קאפ האט זיך מיר געעפענט, פון דארט געגאנגען צו ראש לימבא...
היינט, ווילן זיי זיך שפארן געלט, זייער נייעס באריכטן זייגן אוועק. איז מען אויפגעקומען מיט א פלאן אז מ'גייט גאר שפילן פרום....!!
זאל זיין אזוי.
איך האלט אבער אז דער איד טוט נישט גוט מיט באריכטן רציחות אזוי זאפטיג. -- מיין שיטה איז בכלל נישט צו באריכטן אזעלכע נייעס! -- אין די היינטיגע אינטערנעט וועלט יעדער וואס דארף וויסן די רציחישע נייעס ווייסט עס ממילא!
הרף!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
זר. ביי מיר אינדערהיים לאז איך נישט די קינדער ליינען דעם דרויסענדיגן חלק פונעם איד/בלאט. זיי קוקן בלויז די פאמיליע אפטיילונגען, די בילדער, אוצר, און זומער אויסגאבעס. אויב איז די ווייב א שרעקעדיגע טיפ, זאל זי אויך נישט ליינען. אבער די צייטונג זאל באריכטן וואס מען דארף. דאס איז זייער ציל און אויפגאבע. נישט יעדער קען און לייענט אלעס אויף די נעט. דאס איז מיין האמבל אפיניאן.
וויזוי זאגסטו, זר? טשאבעס!
וויזוי זאגסטו, זר? טשאבעס!
וירח ה' את ריח הניחוח
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
קארל האט געשריבן:לאמיר כאפן א בליק אויף וויאזוי די גרויסע נייעס פון די וואך, די לאנדונג פון דעם "קוריאסיטי" ראווער, איז געדעקט געווארן אין "דער בלאט" און אין "דער איד". פאלגנד איז דער באריכט פונעם "בלאט" וואס - אפשר אויך צוליב הרחק מן הכיעור - שרייבט עטליכע קורצע פאראגראפן (וועלכע פארנעמען בערך אזויפיל פלאץ ווי דעם העדליין) און צוויי בילדער אן אפילו געבן צו פארשטיין פאר די לייענער וואס זיי זעען.
איך האב געציילט אין די פאר שורות פונעם בלאט דריי שקרים/אומפונקליכקייטן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
נאך פונעם בלאט, וואס האט מען געטוהן מיט די הודאות?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
אין ש.ב מרגליות' (הרב ש. ש. טעללער) ארטיקל (עדיטאריעל? "השקפה מאמר"?) די פארגאנענע וואך איז דא אן אמעראצישע טעות. ער ברענגט ארויס א נקודה אז די לעצטיגע נייע א.ג. כופרים ואפיקורסים זענען אזוינע טפשים, אזוי נעבעכדיג אז זיי זענען ניטאמאל ראוי צו ווערן באטיטלט אפיקורסים, נאר זיי זענען סתם אפגעריסענע. מרגליות וויל אבער ענדיגן דעם ארטיקל אז מ'דארף די "אפיקורסים" אויסשפייען פון כלל ישראל, מ'דארף זיי מחרים זיין און מיט זיי נישט האבן קיין שייכות, און ער קען נישט גיין פון זאגן אז זיי זענען ניטאמאל ראוי צו זיין אפיקורסים צו זאגן אז מ'דארף זיך פון זיי היטן. דערפאר ניצט ער דעם פאלגענדעם אויסדרוק בשם בריסקער רב ז"ל "נעבעכדיגע אפיקורסים זענען אויך אפיקורסים". און אז די נעבעכדיגע אפיקורסים זענען אויך אפיקורסים איז דאך שוין פארשטענדליך פארוואס מ'דארף אוועקשטיין פון זיי.
די פראבלעם איז נאר אז דאס איז נישט קיין ווארט פון בריסקער רב ז"ל נאר פון זיין טאטע הג"ר חיים סאלאווייטשיק, און ר' חיים האט געזאגט גאר א צווייטע זאך. ר' חיים האט זיך באצויגן צום רמב"ם וואס האלט אז א כופר בשוגג האט אויך דין כופר און ער פארלירט זיין חלק לעוה"ב. אויבענאויף איז דאס אמפארשטענדליך, און דער ראב"ד אויפן פלאץ קריגט זיך טאקע. ר' חיים אבער, איז מסביר דעם רמב"ם'ס שיטה מיטן אויסדרוק "נעבעך אן אפיקורס איז אויך אן אפיקורס". דאס הייסט, דער אפיקורס בשוגג איז טאקע א רחמנות אבער ער איז נאך אלס אן אפיקורס און מ'מוז האבן די ריכטיגע אמונות כדי צו קענען זוכה זיין לחיי עוה"ב. אגב איז כדאי צו באמערקן אז מ'נעמט להלכה אן ווי דער ראב"ד און מ'מעג מצרף זיין אן אפיקורס בשוגג צו מנין און אזוי אויך איז ער נישט מנסך יין וכן הלאה אזוי אז למעשה קומט אויס אז נעבעך אן אפיקורס איז נישט קיין אפיקורס. (פאר צוויי גאר אינטערעסאנטע דיסקוסיעס איבער "נעבעך אפיקורס" זע דא אין עצכ"ח און דא אין ספרים וסופרים).
אייגענטליך איז די מימרא פון ר' חיים אזוי פאפולער און באקאנט אז כ'האב אן ערנסטע חשד אז מרגליות ווייסט אויך וויאזוי די ריכטיגע מאמר גייט און ער האט עס במכוון פארדרייט כדי ער זאל עס קענען ניצן פאר זיין ארטיקל. די טעות פון נאכזאגן בשם בריסקער רב איז מסתמא יא א אויפריכטיגע טעות.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
יידל האט געשריבן:אייגענטליך איז די מימרא פון ר' חיים אזוי פאפולער און באקאנט אז כ'האב אן ערנסטע חשד אז מרגליות ווייסט אויך וויאזוי די ריכטיגע מאמר גייט און ער האט עס במכוון פארדרייט כדי ער זאל עס קענען ניצן פאר זיין ארטיקל. די טעות פון נאכזאגן בשם בריסקער רב איז מסתמא יא א אויפריכטיגע טעות.
איך זע גארנישט ראנג דערמיט אז מען בארגט א ווארט ארויסצוברענגן א פוינט מיט וואס יעדער איז איינשטימיג.
יעדער אגריט אז א אפיקורס דארף מען מרחק זיין, קיינער קריגט נישט דערויף, ש.ב. מרגליות האט נאר געהאט א פראבלעם ווי אזוי עס ארויסצוברענגען ווייל ער האט דאך געשריבן פריער אז די גייען ניטאמאל אריין בגדר אפיקורסים, דערפאר האט ער געבארגט א ווארט פון בריסקער רב און עס משנה געווען, אבער ער איז ווייטער צוגעקומען צו די זעלבע מסקנה צו וואס דער בריסקער רב זצ"ל איך דו און יעדער איינער אגריט אז א אפיקורס דארף מען מרחק זיין.
וואלט ער גענוצט דעם ווארט ארויסצוברענגען א אייגענע חידוש אדער צו זאגן עפעס קאנטיווערסעל וואלט עס נישט געווען אויסגעהאלטן, ער האט עס אבער נישט געטאן.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
טעללער איז א סאטמארער שרייבער איא? טוט ער סך הכול זיין פליכט צו פאלציפירן וואס עס פעלט זיך אויס, זאג נאר גייסט אנהייבן צו האבן טענות יעדע מאל א סאטמארע שרייבער פארדרייט און איז משקר ביודעין? פון ווי וועסטו מאכן פרנסה?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)