איסר האטלקי האט געשריבן:ער שרייבט אז מען זאל זיך צושטעלן צום גרויסן מחאה וואס מען פלאנט אפצורעכטן. וואס נאך זאל ער שרייבן? אפשר קען ער נישט ספעלן בארקלעיס, ער ווייסט נישט אויב בארקלעיס אדער בארקלעי
ווי שרייבט ער דאס?
מקבלים שכר על הפּרישה"
אויב ביז קומענדיגן זונטאָג פרשת שלח וועט נישט אַנשטיין אַ שינוי אינעם ענין בהוראת גדולי ומנהיגי היהדות החרדית אין אמעריקע, וועלן צענדליגער טויזנטער חרדישע אידן פון ניו יאָרק, ניו דזשערסי און פון אנדערע מקומות, צווישן זיי יוצאי אונגאַרן, יוצאי גאַליציע ופּוילן און יוצאי ליטא, ווינטשן – פונדערהיים – אַ ברכת צלח ורכב פאַר די טויזנטער אידן וואָס וועלן זיך פאַרזאַמלען אין אַ ריזן ברוקלינער סטאַדיום אַרויסצוברענגען אויף זייער שטייגער דעם וויי-געשריי קעגן גזירת הגיוס בארה"ק.
פאַרוואָס פונדערהיים? ווייל די צענדליגער טויזנטער ווינטשער האָבן דערווייל קיין הוראה פון זייערע רביים און גדולים אַנטיילצונעמען ביים "כינוס הרבבות" אין ברוקלין, און ס'איז זיכער אז די צענדליגער טויזנטער וועלן באַקומען מן השמים שכר על הפּרישה, כשם שמקבלים שכר על הדרישה.
רבבות אלפי ישראל פון אלע טיילן פונעם יהדות החרדית בארה"ב בראשות די גדולי ישראל האמיתיים שליט"א, וואָס די הנהגות און יסודות המלחמה פון די פריערדיגע גדולי ישראל מדור הקדום זענען נר לרגלם – געדענקען גוט די אַלע מחאות און דעמאָנסטראַציעס בחוצות ניו יארק, צי דאָס איז געווען אויף די גאַס ברחובה של עיר, צי דאָס איז געווען אינעווייניג אין אַ גרויסער זאל אדער סטאדיום, וויאַזוי די אמאליגע דעמאָנסטראַציעס זענען געקרוינט געוואָרן מיט אַ זעלטענעם סוקסעס, הן דורכ'ן השתתפות פון אַלע סאָרט קרייזן, ווי פריער-דערמאַנט אריינגערעכנט יוצאי אונגארן, גאַליציע, פוילן און ליטא, און הן מיט'ן הופעות פּאר פון די גדולי ישראל, אדמורי"ם רבנים וראשי ישיבות פון די אלע קהילות און קרייזן.
ביי גדולי דורינו שליט"א ליגט פאַר די אויגן די מחאות ווען אויפ'ן אויבנאָן ווערן געזען אויף די רעכטע זייט פונעם בעל דרשן (וועלכער איז געשטאַנען אין צענטער פון בימת הכבוד): רביה"ק הדברי יואל מסאַטמאַר זי"ע, רביה"ק הברך משה מסאַטמאַר זי"ע, הגה"ק בעל מגדלות מרקחים מצעהלים זצוק"ל, הגה"ק בעל ויחי יוסף מפּאפּא זצוק"ל וכו', הגה"צ משאפראן זצ"ל, הגה"צ משארמאש זצ"ל, הגה"צ מוואוידיסלאוו זצ"ל, הגה"צ מקאשוי זצ"ל, הגה"צ מפריימאן זצ"ל, הגה"צ מפאלטישאן זצ"ל, הגה"צ מסאמבאטהעלי זצ"ל – און אויף די לינקע זייט פונעם רעדנער: הגאון האדיר רבי משה פיינשטיין זצ"ל ראש ישיבת תפארת ירושלים ובעל אגרות משה, הגאון האדיר רבי יעקב קאַמינעצקי זצ"ל ראש ישיבת תורה ודעת, הגאון הגדול רבי יעקב יצחק רודערמאַן זצ"ל ראש ישיבת נר ישראל-באלטימאר, הגאון רבי פּנחס טייץ זצ"ל אבד"ק עליזאבעט, ניו דזשערזי וחבר נשיאות אגודת הרבנים דארה"ב וקאנאדא. (הרב טייץ ז"ל איז מער ווי איינמאל געווען פון די ראשי המדברים ביי די פאראייניגטע דעמאנסטראציעס, אין די אנוועזנהייט פון רביה"ק הדברי יואל מסאטמאר זי"ע.)
טראָץ וואס די צדיקים וגדולי ישראל אויף די רעכטע זייט פונעם בימת הכבוד האבן געהאַט פאַרשידענע חילוקי דעות בעניני תורה ואמונה והשקפות הזמן מיט די גדולי ומנהיגי יהדות ליטא אויף די לינקע זייט פונעם בימת הכבוד, אַריינגערעכנט השתתפות בבחירות האסורות, שטיצן דעם חינוך-עצמאי נעץ, אַנערקענען די ציוניסטישע רעגירונג אלס דע-פאַקטא, לערנען אין די חדרים און שולעס אויף די טריפה'נע העברעאישע שפּראַך און נאך – דאָך ווען עס איז געקומען אָפּצושרייען אַ גזירה פון די ציונים, איז געווען אָנגענומען "הלכה וכן מורין כן" אַז מען טוט זיך לשעה פאַראייניגן און מ'לייגט אינדערזייט די חילוקי דעות.
ביי די סאַמע ערשטע ריזיגע דעמאָנסטראַציע קעגן מדינת ישראל, וואָס איז פאָרגעקומען אין יאר תשי"ד אין מאַנהעטן קעגן גזירת גיוס בנות, זענען אָנוועזנד געווען אלע אָרטאָדאָקסישע, חסידישע און ליטווישע, קהילות און קרייזן פונעם חרדישן אידנטום אין ניו יארק (מיט'ן אויסנאַם פון חב"ד). באזונדער געדענקט מען פון יענע דעמאנסטראציע דאס השתתפות פונעם סקווירא רבי'ן מהרי"י טווערסקי זצוק"ל און השתתפות פונעם וויזניצער רבי'ן מהרח"מ האגער זצוק"ל וועלכער האָט זיך דאַן געפונען אין אמעריקע.
במשך קרוב צו די לעצטע זיבעציג יאָר זינט'ן אנטשטייאונג פון די ציוניסטישע מדינה, זענען פאָרגעקומען מערערע דעמאָנסטראַציעס, פאַררופן דורך "התאחדות הרבנים" בפקודת הקודש פון די נשיאים מרן רביה"ק הדברי יואל זי"ע און מרן רביה"ק הברך משה זי"ע, און יעדע דעמאָנסטראַציע פאַר זיך איז געווען א קידוש ה' צוזעענדיג די פאַראייניגונג, אויף לשעה, פונעם אָרטאָדאָקסישן אידנטום אין אמעריקע.
ווי געלונגען זענען געווען די הכנות צו די דעמאָנסטראַציעס ווען מ'האָט געהערט אז בבית מדרשו פון הגה"ק מהר"ש מבאבוב זצוק"ל האָט מען שבת קודש פריער אויסגערופן אַז מ'זאָל גיין צו די דעמאָנסטראַציע פון די התאחדות הרבנים, און ביים דעמאנסטראציע זעלבסט, האָט מען געזען די לעכטיגע צורה פון הגה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל בשליחות אביו הגה"ק מבאבוב זצוק"ל, וועלכער האָט מיט זיך מיטגעברענגט הונדערטער באבובער חסידים.
אַ מחזה הוד איז געווען צו זען ווי דער אויבנאָן ווערט באשיינט דורך דעם גאון וצדיק רבי משה ניישלאס זצ"ל אבדק"ק שיכון סקווירא, וועלכער איז געקומען בשליחות הקודש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ואתו עמו בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און הונדערטער אידן פון עדת חסידי סקווירא, די עדה הקדושה וואס איז זיך שוין היינט צעוואקסן אין די פילע טויזנטער בליעה"ר.
טויזנטער און טויזנטער אידן, בעיקר אידן פון די מיטעלע יארן, וועלן קיינמאָל נישט פארגעסן דאס השתתפות פון הרה"ק מריבניץ זי"ע, הרה"ק מסקולען זי"ע, יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א און נאך גדולים וצדיקים, ביים מאַסן דעמאנסטראציע אין מעדיסאן סקווער גארדען אין יאר תשל"ט אום חודש אדר.
(במאמר המוסגר: טראץ וואס די דעמאנסטראציעס קעגן די מדינה זענען שוין פארגעקומען בלויז ברחובה של עיר, אנגעהויבן פון די מיטעלע כ' יארן ביז תשל"ט, מיטן איינזעעניש אז א דעמאנסטראציע אויף די גאס האט א פילפאכיג-שטארקערע אפקלאנג בקרב אומות העולם – איז אבער די דעמאנסטראציע קעגן די ציוניסטישע מדינה בכלל און אירע גזירות פון חיטוטי שכבי ביי די קברים פון אביי ורבא, חילול שבת מיטן בויען דעם שאסיי אינעם רמות געגנט, באקאנט אלס "כביש רמות", און נאך אנדערע איבלען, יא פארגעקומען אום חודש אדר תשל"ט אינעם גיגאנטישן סטאדיום "מעדיסאן סקווער גארדען", ווייל מ'האט געוואלט אז אויך דער נשיא פון התאחדות הרבנים, מרן רביה"ק הדברי יואל מסאטמאר זי"ע זאל זיך משתתף זיין, און די דרויסנדיגע ציפעדיגע קעלט זאלן נישט זיין קיין עיכוב פאר'ן רבינ'ס ערשיינונג. דאס האט מען אבער זיכער געמאכט, אז אויב מ'מאכט יא אינעווייניג, זאל דאס זיין אין מאנהעטן, די הויפטשטאט פון דער וועלט, ווייל א געשעעניש אין אירע גרעניצן הילכט אפ פיל בעסער און שטערקער ווי אין אנדערע געגנטער אין ניו יארק.)
כהנה וכהנה קען מען אויסרעכענען פילצאליגע דעמאָנסטראַציעס פון די י' יאָרן, כ' יאָרן, ל' יאָרן, מ' יאָרן, נ' יאָרן, ע' יאָרן, וואָס מ'האט געוואוסט אַז דאָס זענען נישט קיין "סאַטמאַרער" דעמאָנסטראַציעס. מען האָט אַלע יאָרן געצילט צו שיקן א מעסעדזש פאַר די אלגעמיינע וועלט, הן פאַר די גויאישע און הן פאַר די פרייע, אַז צענדליגער און צענדליגער טויזנטער אידן פון אַלע שיכטן און קרייזן דערקלערן אַז די ציוניסטישע מדינה רעדט נישט אין נאָמען פון כלל ישראל; געבן חיזוק און מוט פאַר אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק וועלכע שטייען אויפ'ן פראָנט נישט נאכצולאָזן פון די קאַמפן קעגן די רשעי ישראל, ועל כולם אַוועקצונעמען דעם חרון אף וואָס די רשעי הציונים שאַפן ליידער מיט זייער כפירה און גזירות נגד הדת ומרידה במלכות שמים.
ועתה על של עתה באנו: אין די לעצטערע טעג איז געשען אַן ערדציטערניש אין די אידישע גאס, ווען אַמעריקאַנער ראשי ישיבות, טייל פון זיי שטאַרקע אָנהענגער פון די ראשי ומנהיגי דגל התורה פּאַרטיי אין מדינת ישראל, האָבן געבראָכן זייער שטילשווייגעניש און געשיקט אַ וויי-געשריי בריוו צו די ראשי ומנהיגי דגל התורה, מיט טענות היתכן מ'פאַרשווייגט און מ'פאַרלייקנט אַז עס עקזיסטירט אַ גזירה פון גיוס חרדים בארה"ק.
דער בריוו פון 5 אמעריקאנער ראשי ישיבות ובתוכם נאוואמינסקער רבי שליט"א, וואס אלע צייטונגען אין ארץ ישראל, פרייע און פרומע, האָבן באצייכנט ווי אַן אַטאָם באָמבע – צייגט אַז עס דאָ אַ דורכברוך אינעם חומת השתיקה קעגן די גזירה, און וואָס אַ טאָג מער עס וועט פאַרביי גיין, וועט דער דורכברוך פיל ברייטער ווערן בעז"ה.
ביי אַ באזוך היינטיגע וואָך פונעם גאלאנטער רבי'ן שליט"א און פונעם מאונט-קיסקא-נייטרא דיין שליט"א בביתו נאוה קודש פון מרן הגה"ק מסאַטמאַר שליט"א, וואו ס'איז אויפגעברענגט געווארן די געפלאנטע דעמאנסטראציע אינעם ברוקלינער סטאדיום און דער אטאם באמבע-בריוו פון די אמעריקאנער ראשי ישיבות, ווי אויך די בקשה פון די ראשי ישיבות אז לעת עתה זאל "סאטמאר" נישט מאכן א דעמאנסטראציע און לאזן די אטאם-באמבע "מאכן דעם דזשאב" אויך צווישן אנדערע בלינדע אנהענגער פון די דגל התורה מנהיגים – האָט דער סאטמארער רבי דערציילט אַ "בעיני ראיתי" עובדא.
אין יאָר תשכ"ז איז געווען פאַררופן אַ מעכטיגע דעמאָנסטראַציע קעגן די גזירה פון ניתוחי מתים. די הכנות צום פּראָטעסט זענען שוין געווען אין פולן שוואונג; מיט באַריכטן אין די צייטונגען, פּלאַקאַטן אין אלע גאַסן, אין די באַנען, אין די בתי מדרשים און מ'האָט אינוועסטירט צענדליגער טויזנטער דאָלאַרן מיט טייערע אַנאָנסן אינעם פּרעסטיזשפולן "ניו יארק טיימס" א.ד.ג.
דערציילט דער רבי שליט"א: איך בין דעמאָלט געווען מיט'ן טאַטן זכרונו לברכה ביים פעטער זכרונו לברכה אין שטוב ווען עס איז אָנגעקומען אַ דעלעגאציע פון פינף מזרחיסטישע רבנים (אנע בערד) פון ניו יאָרק; זיי האָבן געבעטן דעם פעטער זכרונו לברכה מען זאָל נישט איצט מאַכן דעם פּראָטעסט, און זיי נעמען אויף זיך צו פאָרן קיין מדינת ישראל און זיך טרעפן מיט'ן פּריים מיניסטער (לוי אשכול) און וועלן משתדל זיי ביי אים מבטל צו זיין די גזירה.
האָט דער פעטער זכרונו לברכה געפרעגט, וויפיל צייט דאַרפט איר? זיי האָבן געגעבן אַ צייט און דער רבי האָט מסכים געווען. ער האָט אָפּגערופן די דעמאָנסטראַציע.
ווען זיי האָבן פאַרלאָזט – דערציילט דער סאַטמאַרער רבי שליט"א וועלכער איז דערביי געווען – האָט דער פעטער זכרונו לברכה געזאָגט, "וואָס קען איך דען טון קעגן די אַלע גזירות? איין זאַך, שרייען! נו, זאָל איך אויסנוצן מיין לעצטן קויל? לאָמיר זיי געבן אַ שאַנס און אויב דאָס וועט דורכפאַלן – אַ דעמאָנסטראַציע קען מען מאַכן שפּעטער אויך."
דער רבי שליט"א האט דאס דערציילט פאר די 2 דערמאנטע רבנים שליט"א, פון די היינטיגע מנהיגים פון "התאחדות הרבנים", ביים באזוך בביתו נאוה, כלפי דעם פרישן פאל ווען ממש אין די לעצטע טעג זענען עטליכע חשוב'ע ראשי ישיבות פון אַמעריקע, נישט פון די מזרחי קרייזן, נאר דייקא פון די קרייזן וואס מיט זיי האט מען זיך אלעמאל משדך געווען ביי די דעמאנסטראציעס, געקומען מיט אַ בקשה אז מ'זאל לעת עתה אפשיבן די געפלאנטע דעמאנסטראציע, טראץ וואס מ'האט שוין אויסגעגעבן גרויסע געלטער און כוחות. זיי בעטן מען זאָל זיי געבן אַ שאַנס און זאָגן אַז אויב וועט זיין שטיל אין אַמעריקע אויף א שטיק צייט, און זיכער שטיל פון א "סאטמארער" דעמאנסטראציע, איז דאָ האָפענונג אויפצוטאן גדולות ונצורות.
דער סאַטמאַרער רבי שליט"א האָט פארענדיגט חות דעת קדשו, אַז אין אַזאַ פאַל דאַרף מען זיך געוויס פירן לויט די מעשה רב וואָס ער האָט אַליין צוגעזען ביי מרן דודו רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע. גלייכצייטיג איז דער געשפרעך אין די אידישע גאס אז אויך אַנדערע גדולי ישראל, רבנים ואדמורי"ם שליט"א האבן מחליט געווען צו געבן אַ שאַנס פאַר די אמעריקאנער ראשי ישיבות פאָרצוזעצן מיט זייער דרך המלחמה קעגן די גזירה און נישט יעצט דורכפירן א גרויסע דעמאנסטראציע.
סוף כל סוף, אויב די דעמאנסטראציע וועט יא פארקומען אום א' שלח י"ז סיון, וועט דאס זיין אזויפיל ווי פופציג טעג נאכדעם וואס דער בי"ד הגדול שבירושלים האט געבעטן אויפצורודערן דאס יהדות החרדית בגולה דורכ'ן מכתב זעקה וואס זיי האבן געשריבן קיין אמעריקע אום כ"ז ניסן העעל"ט.
נו, אויב האט מען געקענט ווארטן פופציג טעג לקיים דברי חכמים פונעם בית דין הגדול שבירושלים, קען מען ווארטן נאך א צען-פופצן טעג.
וכשם שמקבלים שכר על הדרישה כך מקבלים שכר על הפרישה.
איש את רעהו האט געשריבן:אין א בריוושמעון_ברוך האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:ער שרייבט אז מען זאל זיך צושטעלן צום גרויסן מחאה וואס מען פלאנט אפצורעכטן. וואס נאך זאל ער שרייבן? אפשר קען ער נישט ספעלן בארקלעיס, ער ווייסט נישט אויב בארקלעיס אדער בארקלעי
ווי שרייבט ער דאס?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וויל צולייגען. א חבר האט יעצט גערעדט מיט איהם דאהי אין אמעריקא, און ער האט געזאגט "מצוה גדולה נישט צו גייען צום עצרת. ס'איז נערישקייטען, ס'איז א שטות, ס'גייט גארנישט ווערען פון דעם און דאס איז א פגיעה אין די כבוד התורה פון די תלמידי חכמים אין א"י"
א קלארען פסק.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער נסיעה פון הרב משה הלל איז אן אלטע פלאן, און ער קומט בכלל נישט צום ניו יארק אומגעגענט. זיין פליגע האט געלאנדעט אין נ.י. און ער גייט גלייך ווייטער קיין טשיקאגא פאר'ן אלט געפלאנטע געלט אקציע פאר זיין ישיבה. פאר צופאל האט איהם איינער געפרעגט, האט ער גע'ענטפערט.
ונפסק בשו״ע שעל כיוצא בזה מצוה לשום לדרך פעמיו להשתדל בהצלה אף בשבת"