ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
איך אויך
חבר ותיק
הודעות: 6351 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
שליחה
דורך איך אויך » דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:07 pm
קאווע טרינקער האט געשריבן: בד"וו, דער ראש המשגיחים פון די אזוי גערופענע עירוב פון די אזוי גערופענע בארא פארק, הרב אונסדארפער, האט די וואך שבת גע'עפנט א נייע שוהל אין בארא פארק, מיטן נאמען זאלאשיץ.
וואסידאס? א שטייגער ווי דער אזוי גערופענע קאווע טרינקער פון אזוי גערופענע קאווע שטיבל?
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301 זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל
שליחה
דורך אביגדור » דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:41 pm
ניין.
איך אויך
חבר ותיק
הודעות: 6351 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
שליחה
דורך איך אויך » דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:45 pm
האט ער שוין קאמפעטישן וואס איז כידוע גוט פאר די קאנסומערס.
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491 זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
שליחה
דורך הדד בן בדד » זונטאג יוני 09, 2013 2:05 am
יא, צוריק צום ענין פון דעם אשכול, יא, ר' פישל'ע לעבט נאך, און ווער עס קען זאל טאקע אריינכאפן. דאכצעך מיר אז ר' פישל'ע איז דער איינציגסטער גדול אין די לעצטערע יארן, וועלכער איז געווארן אנערקעט ביי די גאנצע תורה וועלט אלס גאר אן ערנסטער תורה אויטאריטעט, און דאס אלעס אן א פארטיי און פאליטיק וועלכע זאל אים שטופן און בעקן און בויען. ער האט דאס ערווארבן בלויז דורך זיין לימוד התורה בהתמדה אינאיינעם מיט זיין יראת שמים און גאלדענע מידות.
אברעימל
מאנשי שלומינו
הודעות: 78 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל
שליחה
דורך אברעימל » דינסטאג פעברואר 07, 2017 5:17 pm
פונקט געהערט א שיין מעשה אויף רבי פישעלע זז"ג, ביי א סעודה צוזאמען מיט זיינע אייניקלעך האט מען צום סוף אריינגעברענגט אייז קרים כנהוג, האט ער געזאגט אז מ'זאל אים נישט געבן ווייל ער עסט נישט קיין אייז קרים. האט אים זיין אייניקל געפרעגט, זיידי כ'האב דיך הערשט לעצטנס געזען עסן אייז קרים ביי א חתונה. האט רבי פישעלע געענטפערט, לעולם עס איך טאקע נישט קיין אייז קרים, נאר דא איז אזוי געווען די מעשה. זיצנדיג אויבן-אן האט מען דאך נישט וואס צו טון איז בשעת'ן טיילן די אייז קרים האב איך מיך געשפילט מיט'ן לעפל, ווי נאר איך האב אויפגעהויבן מיין לעפל זעה איך פלוצלינג ווי אלע רבנים אויפן אויבן-אן הייבן אויך אויף זייערע לעפלעך. אזוי שפילנדיג דערמיט האב איך עס אריינגעשטעקט אין מיין אייז קרים, זעה איך ווי זיי אלע שטעקן אויך אריין זייערע לעפלעך אינ'ם אייז קרים. זעענדיג ווי זיי אלע ווארטן אז איך זאל זיין דער ערשטער, האב איך מחליט געווען אז איך קען מער נישט צוקוקן זייער צער האב איך גענומען א לעפל אייז קרים אין מויל, ווי נאר זיי האבן באמערקט, האבן אלע רבנים אויך אנגעהויבן עסן.... אבער סתם אזוי עס איך נישט אייז קרים.
אישתישבי
חבר ותיק
הודעות: 3541 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
שליחה
דורך אישתישבי » דינסטאג פעברואר 07, 2017 8:46 pm
מאכט נישט אזויפיל סענס. אבער א שיינע מוסר השכל, מען דארף עסען אייס קרים פאר יענעם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20420 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 07, 2017 10:12 pm
ס'איז דא א באקאנטע מעשה. (איך מיין אז איך האב עס שוין איינמאל געברענגט.)..
מ'האט אמאל געזעהן א איד א תלמיד חכם און א ניש מכובד עסן פלייש אין די ניין טעג. ווען מ'האט איהם געפרעגט. היתכן, איהר עסט פלייש אין די 9 טעג. און איהר האט אפילו נישט געמאכט קיין סיום...? האט ער געענטפערט לאמור. אזוי צו זאגן...עטץ ווייסט דאך אלע אז איך בין בטבע זייער א קארגער. און א יעדעס שטיקל פון דעם סטעיק איז ביי מיר א סיגוף...!
האבן אים די מענטשן געפרעגט...אויב אזוי, טורינקט שוין צו א גלעזל וויין אויך...! אויף דעם האט ער געענטפערט..."אינגאנצן הרג'נען מיך ביניך נישט מחויב...
...!
נ.ב.: כבודו של הגה"צ ר' פיש'לע הערשקאוויטש במקומו מונח...!
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » מוצ"ש מאי 27, 2017 10:04 pm
בד''ה
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » מוצ"ש מאי 27, 2017 11:21 pm
מיר האבן געהאט די זכי' עם משמש צו זיין
יהודי פשוט
ידיד ותיק
הודעות: 703 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
שליחה
דורך יהודי פשוט » מיטוואך יוני 07, 2017 3:11 am
די מנחת אלעזר זי״ע האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף ר׳ פישל׳ע און אויף זיין ברודער דוד אז דאס זענען צוויי ספרי תורות, מען מוז אנמערקן אז ר׳ פישל׳ע איז געוועהן בלוז 14 יאר אלט ווען דער מונקאטש׳ער רב איז אוועק. דער מונקאטש׳ער רב זצ״ל האט אויך אמאל געזאגט אויפן חקל יצחק אז אין די תורה הקדושה שטייט לא תחמוד ממילא וויל ער איהם נישט מקנא זיין אבער אזעלכע צוויי תלמידים - מיינענדיג ר׳ פישל׳ע מיט זיין ברודער - וואלט ער אויך געקענט באשטיין צו האבן (אינטערעסאנט אז ר׳ פישל׳ע מיט׳ן מונקאטש׳ער רב האבן דעם זעלבן יארצייט). ר׳ פישל׳ע איז געוועהן פון די איינציגסטע 5 אידן פון שטאט מונקאטש וואס האבן מיט געמאכט די מלחמה און נישט געגעסן קיין טריפות. ר׳ יהושע׳לע (דזיגעלע) יאקאבאוויטש דערציילט אז ווען ר׳ פישל׳ע איז געוועהן 9 יאר אלט איז ער געוועהן אין נירעדהאז אויף א חתונה פון א פעטער און דזיגעלע׳ס טאטע האט געזאגט פאר ר׳ פישל׳ע איך הער זאגן אויף דיר אז דיר אז די ביסט אן עילוי, איז עס אמת? האט ר׳ פישל׳ע נישט גע׳ענפערט האט ער איהם געפרעגט וועלכע מסכת לערנסטו יעצט האט ער גע׳ענפערט חולין, האט ער איהם פארהערט גאנץ מסכת חולין אויסנווייניג און ער האט גע׳יכול׳ט... (דזיגעלע ענדיגסט צו די מעשה אז ער האט דערנאך געכאפט פון זיין טאטן ווי עס דארף צו זיין, אז דער יונגל קען ביי די 9 מסכת חולין, און ער האלט נישט ביים לערנען) זכר צדיק לברכה!
איך בין א נער און איך גלייב!!!
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » מיטוואך יוני 07, 2017 11:02 am
יהודי פשוט האט געשריבן: ר׳ פישל׳ע איז געוועהן פון די איינציגסטע 5 אידן פון שטאט מונקאטש וואס האבן מיט געמאכט די מלחמה און נישט געגעסן קיין טריפות.
ווער האט געמאכט דעם סערוועי אויף אלע מונקאטשע אידן?
יהודי פשוט
ידיד ותיק
הודעות: 703 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
שליחה
דורך יהודי פשוט » דאנערשטאג יוני 08, 2017 4:01 am
ריכטיג האט געשריבן: יהודי פשוט האט געשריבן: ר׳ פישל׳ע איז געוועהן פון די איינציגסטע 5 אידן פון שטאט מונקאטש וואס האבן מיט געמאכט די מלחמה און נישט געגעסן קיין טריפות.
ווער האט געמאכט דעם סערוועי אויף אלע מונקאטשע אידן?
וואס א נפקא מינה ווער עס האט עס געמאכט ???
איך בין א נער און איך גלייב!!!
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » דאנערשטאג יוני 08, 2017 9:27 am
ווייל מיין זיידן מיט זיינע פיר געשוויסטער האט ער נישט געפרעגט.
יהודי פשוט
ידיד ותיק
הודעות: 703 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
שליחה
דורך יהודי פשוט » דאנערשטאג יוני 08, 2017 2:59 pm
ער האט יא!!
איך בין א נער און איך גלייב!!!
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » דאנערשטאג יוני 08, 2017 11:40 pm
דאן איז ר' פישעלע געווען איינער פון לכה"פ 6.
יהודי פשוט
ידיד ותיק
הודעות: 703 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
שליחה
דורך יהודי פשוט » פרייטאג יוני 09, 2017 12:10 am
זעהט אויס אז פאר דיר האט די זיידע געמוזט אזוי פארקויפן
איך בין א נער און איך גלייב!!!
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » פרייטאג יוני 09, 2017 7:41 am
קענסט ביטע אויפהערן צו דרייען מיט די צינג און מיר ביטע זאגן ווער עס האט געמאכט דעם סורוועי? רוח הקודש מדברת מתוך גרונך אז דו ווייסט אז ער האט געפרעגט מיין משפחה? מיין זיידע לעבט שוין נישט אבער טייל פון די געשוויסטער לעבן נאך און זענען ביים זינען, איך וועל תיכף פעסטשטעלן צו דו ווייסט וואס דו רעדסט.
יהודי פשוט
ידיד ותיק
הודעות: 703 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
שליחה
דורך יהודי פשוט » פרייטאג יוני 09, 2017 7:55 am
נו נו איך ווארט אז די זאלסט פעסט שטעלן
איך בין א נער און איך גלייב!!!
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » פרייטאג יוני 09, 2017 8:48 am
פעסטשטעלן וואס? קודם שטעל פעסט אז ס'איז דא אזא סורוועי, מונקאטש איז א שטאט מיט הונדערטע איבערלעבער, דו זאגסט זייער א מאדנע זאך אז איינער האט זיך אוועקגעזעצט און אנגערופן, נישט מער און נישט ווייניגער נאר "אלע" איבערלעבער און געפרעגט א פערזענליכע אינטימישע פראגע, דו ווייסט זיכער אז ער האט קיינעם נישט אויסגעלאזט, דו ווייסט זיכער אז מיין זיידע האט מיר פארקויפט מעשה'ס (אינטרעסאנט אז מיין זיידע האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיר צו זאגן אן אנדערע איסור אכילה וואס ער האט געמוזט עובר זיין). סליחה, דו קומסט אריין מאדנע דא.
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » פרייטאג יוני 09, 2017 9:13 am
בד"וו רבי פישעלע הערשקאוויטש זצ"ל און זיין חבר דער לינזער רב זענען אויך געקומען פון מונקאטש. כ'האב געהערט אז זיי האבן נאך געקענט פארשידענע היימישע אידן פון מונקאטש.
יהודי פשוט
ידיד ותיק
הודעות: 703 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
שליחה
דורך יהודי פשוט » פרייטאג יוני 09, 2017 9:17 am
איך האב עס געהערט פון א גאר קראנטן מקור און איך האב נישט קיין אינטערעסע צו באאיינפלוסן אנדערע אז מען זאל מיך גלייבן, נאר אזויפיל יא איך האב געשריבן טריפות און עס קען זיין אז יענער האט גערעדט פון מאכלות אסורות בכלל
איך בין א נער און איך גלייב!!!
קל וחומר
חבר ותיק
הודעות: 2056 זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
שליחה
דורך קל וחומר » פרייטאג יוני 09, 2017 10:44 am
אינטערסאנט, ווייל יואל אשר לאבין אין זיין אינטערוויו אינעם מאמענט פרעגט ער אים צו מ'האט מקפיד געווען אויף כשר'ס, האט ר' פישעלע געענטפערט אז מ'האט געגעסן וואס אימער די נאצי'ס האבן געגעבן. האב איך שוין דריי שיטות דא.