עמעזאן האט געשריבן:און סקולענע רבי און באבוב45 געפונען זיך נישט אויף די קול קורא און גיבן נישט זייער הסכמה צום כינוס.... נעקסט פליס.
און נאכאמאל גאלאנטע רב און ר' הילל וויינבערגער זענען ווייט פון בטלנים זיי זענען געזיצן מיט די רבי פון קרית יואל ויועציו פאר 3 שעה! און מיטגעהאלטן די טעלעפון רוף פון ר' יענקל הורוויץ צו מיטטיילען 'די אמת'ע מצב' אין אר''י און א כינוס האט נישט קיין פלאץ יעצט, און מיט דעם אלעס שטיצן די 2 רבנים די כינוס אן קיין פאליטישע חשבונות דאס זאגט אסאך עם מיט האמת!
און ר' מענדל זילבער ר' אברהם הלברשטאם מטארטיקוב קליינע פריינד פאר די זאלי פארטיי פארקערט אנהענגער'ס אין מהר''א און ווינע רב אויך א פריינד פאר ר' אהרן אלעמאל געווען, וואס האט פאסירט דא?
ספינקא 56 ווייסט נישט אז עס איז פאליטיק צווישען ארונים זאלונים וואס מאכט ער זיך בליק?
ר' יענקל מילער ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל ר' מנחם פישער ר' בנימין לאנדוי זיי קען מען נישט פארקויפען לאקשען זיי ווייסען וואס עס טוט זיך אויף די וועלט.
רבונו דעלמא וואס האט זיי באוואויגן צו שטימען א זאלישע פארטייאישע כינוס??
אלא מאי איז די כינוס אויסגעהאלטן 100٪ און נאר זייטיגע חשבונות מאכט אנדערש טראכטן.
אין לעיקוואד פארקויפט מען היבש טיקעטס און ר' מלכיאל כאטש אין די עפענטליכקייט קען ער עס נישט שטיצן מחמת דרוק הייסט ער פריוואט פאר ווער עס פרעגט עם צו גיין צום כינוס.
עמעזאן, סתם לטובתך, זאלסט נישט אריינקומען דא ווי א נער, וואס וואלסטו געטוהן, ווען:
1) ביסט איינגעשטעלט אין א אפיס, דיין וועכענטליכע געהאלט קומט פון די "קאנסעליי" (זעה קינדליין לעצטע וואך בילדער פון די שטויביגע קאנצעליי), מ'לייגט אויף די לחץ צו חתמ'ענען, און אויב דו חתמ'עסט נישט מיינט דאס אז דו שטעלסט דיך ארויס קעגען מהורז"ל... וואלסטו נישט געגעבן א שאקל מיטן קאפ: נו, טו וואס דו ווילסט, לאמיך אפ.
2) ביסט א קליינע רבי מיט קוים 4 מענטשען וואס זענען נייגעריג אין דיין מיינונג, און גרויסע עסקנים געבן דיר די כבוד צו חתמ'ענען....
3) ביסט א חשובע רב, מ'האט דיר געבעטן דיין חתימה און דו האסט געזאגט אז דו וועסט עס איבערטראכטן, שטייסט אויף אינדערפרי און דו זעהסט דיין חתימה... דו האסט א ברירה זיך צו ביליג מאכן, און שרייבן א בריוו "מעולם לא חתמתי...." און זיין בפי כל הבריות ללעג ולקלס. אדער, וואס איך וואלט געטוהן, און אקוראט אזוי האב איך גע'עצה'ט פאר א רב וואס האט מיך געטעקסט נעכטען נאכט! - לאז לויפן.... טו נישט גארנישט, אז איינער פרעגט, מערסטענס וואס דו קענסט זאגן "איך שלאג זיך נישט, ווער, ס'דארף מיין חתימה זאל עס ניצן..."
רוב חתימות גייען אריין אין די כלל, זיי וואלטן עס געטוהן פאר די גרויסע חתימות אויך, אבער דארט איז שוין א פראבלעם ווייל די גרויסע האבן גבאים וואס וועלן מפרסם זיין די שקר.
יעצט גיי איבער די רשימת החותמים.
בד"וו, די וואס קענען ויואל משה ווייסען אז אן א מיטונג איז עס נישט קיין דעת רבים, סאו ר' אהרן און פאפא רבי זענען גערעכט, מ'מאכט נישט קיין עצרת איידער ס'דא אן אסיפת הרבנים.