א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

ליפא האט געשריבן:5:05 איז געווען באלד 14 טויזענט טיקעטס געסקענט


דעי בילדער זענען פיינע פאטאשאפ
דאס מענטשעלע שפילט........
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גר ותושב האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:מישאן אקאמפלישד נאך פארן עפענען די טויערן פונעם סטעידיום

פארשטייט זיך ווייל פון נאכן עפענען די טוערן וועט זיין בושות אקאמפלישד.

@גר ותושב אודאי בושות, ווענדט זיך נאר פאר וועם...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אשכול איבערבליק: לייוו אפדעיטס פונעם כינוס
סדר המעמד
תגובה דורך איך הער נישט » זונטאג יוני 11, 2017 10:17 pm

יו"ר ר׳ שלמה אליעזר מייזעלס שליט"א

הרה"ג ר׳ אשר אנשל אשכנזי שליט"א אב"ד חוות דעת סיגעיט

הרה"ג ר׳ הלל וויינבערגער: שליט"א דומ"ץ נייטרא ואב"ד סערדעהעילי

הגאון יודל ראבי שליט"א ר"י מאור התורה

הגאון הגדול ר׳ ישראל יצחק קאלמענאוויץ שליט"א

העסקן ר׳ יעקב שפירא ענגליש

בריוו פון הגאון ר׳ אהרן פעלדמאן שליט"א ר"י נר ישראל באלטומער וחבר מועצגדה"ת

הגאון ר׳ שמיאל ארי לעווין שליט"א ראש ישיבת חפץ חיים

כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א

כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א

הגאון הגדול ר׳ אהרן שכטר שליט"א ר"י ר׳ חיים בערלין וחבר מועצגדה"ת

אדמו"ר מהר"יי מסאטמאר

הגאון ר׳ יעקב מאיר שכטר שליט"א

אבינו מלכינו: אבד"ק קפיש שליט"א

העסקן ר׳ יוסף דוד שכטר שליט"א

קבלת עול מלכות שמים: ראב"ד סאטמאר שליט"א

בשם העדה החרדית באה"ק
חבד"ץ הגאון ר׳ אברהם יצחק אולמאן שליט"א

ווען דער מעמד איז פארענדיגט געווארן איז זיך דער עולם צוגאנגען אין א טאנץ אויפן באקאנטן ניגון ה׳ הוא מלכינו ..... בתיפים ובמחולות
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

חיים'ס ישיבה האט געשריבן:שבת פרשת נשא בין איך געווען אין וואדרידש ובתוך שיחה מיט הגאון המופלג מוואדרידש וועגן די כינוס האט ער געזאגט א שארפע אויסדריג "שקץ תשקצנו" שקץ ר"ת שטערן. קלאר. צימערמאן.
די 3 מאכן חרוב די דור


איך בין מסכים אז די קליקע מאכן א חורבן אבער פאר די וואס קענען וואדריזשע רב ווייסן אז דאס איז בכלל נישט זיין שפראך.
ובכלל איז ער זייער נזהר נישט צו אטאקירן קיינעם פערזענדליך און אודאי נישט ביים נאמען
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

למעשה איז יעדער ארויס א לוזער:
זלונים: זיי האבן נישט געקענט צאמברענגן אנדערע קרייזן
ארונים: מ'האט זיך אן עצה געגעבן אן זיי
אגודה/דגל: האבן באקומען קאפוויי און דארפן זיך מיטשן צו ספינען מיט זייער עולם מסביר צו זיין פארוואס ס'נישטא קיין גיוס
נטורי קרתא: ביים פראטעסט איז למעשה נישט געווען קיין התחברות לרשעים
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מ׳דארף מאכן א וויי געשריי אז דא אין אמעריקא איז נישטא ווי צושיקן די קינדער און בחורים, א עוורידזש בחור אויב קומט ער נישט פון גאר א ״שיינע משפחה״ און דער טאטע האט נישט קיין געלט ווארפט מען דאך צו די הונט...! די זעלבע רבנים וואס שרייען אויף די טמנע ציונים אז נעמען נעבעך בחורים און שמדן זיי אפ טוהן דאך אקאורט די זעלבע זאך...

פון ווי איך ווייס? ווייל איך האב יעצט א פערצן יעריגע בחור וואס כוואלט געשאצט פאר עוורידזש און מ׳נעמט אים נישט אן אין קיין איינציגע מוסד, מיין עקס פלאגט זיך אים אריינצושרייבן אין א נארמאלע ישיבה און פארשטייט זיך קיינער גייט אים נישט אננעמען, מיין זוהן אליינס האט מיר געזאגט ״קיין איין נארמאלע ישיבה גייט מיך נישט אננעמען״!!!


ער איז נאך פרום דערווייל!

פירטס ענק ווייטער אויף אזוי! סאיז בעסער פאר מיר!

מיט די ציונים זענען זיי ביזי? סאיז א דיסטרעקשאן! זיי זענען די גרעסטע ״בלוט צאפערס״ און ״גזלנים״ די אנפירערס פון די ״נערישע כינוס״-
סתם ארויסגעווארפן געלט און געבן עטענטשאון פאר די רע-בנים וואס זענען ביזי מיט פראבלעמען פון ״בני ישיבות״ פינף טויזנט מייל אוועק פון זייערע פאלאצן בשעת זיי אליינס ווארפן זיך מיט זייערע אייגענע בחורים....
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שבת אחים האט געשריבן:מ׳דארף מאכן א וויי געשריי אז דא אין אמעריקא איז נישטא ווי צושיקן די קינדער און בחורים, א עוורידזש בחור אויב קומט ער נישט פון גאר א ״שיינע משפחה״ און דער טאטע האט נישט קיין געלט ווארפט מען דאך צו די הונט...! די זעלבע רבנים וואס שרייען אויף די טמנע ציונים אז נעמען נעבעך בחורים און שמדן זיי אפ טוהן דאך אקאורט די זעלבע זאך...

פון ווי איך ווייס? ווייל איך האב יעצט א פערצן יעריגע בחור וואס כוואלט געשאצט פאר עוורידזש און מ׳נעמט אים נישט אן אין קיין איינציגע מוסד, מיין עקס פלאגט זיך אים אריינצושרייבן אין א נארמאלע ישיבה און פארשטייט זיך קיינער גייט אים נישט אננעמען, מיין זוהן אליינס האט מיר געזאגט ״קיין איין נארמאלע ישיבה גייט מיך נישט אננעמען״!!!


ער איז נאך פרום דערווייל!

פירטס ענק ווייטער אויף אזוי! סאיז בעסער פאר מיר!

מיט די ציונים זענען זיי ביזי? סאיז א דיסטרעקשאן! זיי זענען די גרעסטע ״בלוט צאפערס״ און ״גזלנים״ די אנפירערס פון די ״נערישע כינוס״-
סתם ארויסגעווארפן געלט און געבן עטענטשאון פאר די רע-בנים וואס זענען ביזי מיט פראבלעמען פון ״בני ישיבות״ פינף טויזנט מייל אוועק פון זייערע פאלאצן בשעת זיי אליינס ווארפן זיך מיט זייערע אייגענע בחורים....


יא יא. דאס שרייט דאך וואדריזשע רב זז"ג. ס'איז אלץ גרינגער צו טרעפן עבירות ביי יענעם און אנווייזן וואס מ'דארף פאררעכטן מעבר לים בעת ווען ביי אונז ווארפט מען זיך ארום מיט אידישע נשמות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@שמעון וואלף איך פלעג זיך אויך בייזערן דערויף שפעטער האב איך עומד געווען אז דאס איז שוין געווען די מהלך פון סאטמר רב די רבי זצ''ל ער האט זיך וויציג געזארגט אויף זיינע יחידים די עיקר האט ער קעיר גענומען פון די וועלט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

נישט ריכטיג. דאס וואס דו האסט "עומד געווען" קומט פון אזעלכע וואס ווילן זאגן שלום עלי נפשי און מוחה זיין אויף יענעמ'ס עבירה און אלץ בעקינג פאר זייערע פארקרימטע שיטה זענען זיי תולי בוקי סרוקא אויפ'ן סאטמאר רב כאילו ער האט זיך אזוי געפירט. אמת, סאטמאר רב האט זיך אסאך אריינגעמישט אין ענינים וואס האט נישט געהאט מיט אים, אבער דאס איז געווען א טפל צו דאס וואס ער האט געטון פאר זיינע אייגענע מענטשן. אנגעהויבן מיט חינוך הבנים ובנות, כשרות, פרנסות, צניעות, שטעטל.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

[tag]גאלד[/tag] איר זענט זיך טועה, ווי ליטוואק שרייבט שוין וועט ביי די ליטווישע וכו' קיינמאל נישט אין אזא סיטועישאן געלונגען צו אהערשטעלן א מעין דמעין פין א מעמד סיום הש"ס איר קענט דערפון פארגעסן
דאס מאקסימום וואס ס'שייך צו ברענגן ביי זיי אויפמערקזאמקייט, און אז טייל פון זייערע רבנים האבן געקענט בפועל קומען אדער שיקן שטיצע בריוו/ שיקן בריוו קיין ארץ ישראל דאס איז ב"ה געשעהן,

פון די הויעכפונקטן ביים כינוס פון עטליכע טויזענט אידן ווי מען האט איבערגעשמועסט די שרעקליכע גזירה, איז בלי ספק געווען בעת ווען מרן הגאון מ'פשעווארסק איז ערשינען מלובש בבגדי שב"ק, טראץ די דרוק וואס מען האט פון דגה"ת געשיקט אין זיין ריכטונג בריוו, און די גערע המודיע חברה זענען אויך נישט געזעצן פארלייגט מיט די הענט בעת וואס זייער מנהיג איז נאנט צום גאון שליט"א, וברוך השם לא עלתה בידם אפצוהאלטן דעם גאון שליט"א פון קומען ארויסווייזען שטיצע פאר די וואס שטעלן זיך ארויס נגד הגזירה.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

דער בריוו פון ר' אהרן וואס זענען קילורין לעינים
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@גאלד ר' אהרן שעכטער פארטרעט א מער מאדערנע קרייז נישט די וואס מען האט גערעדט זיך צוזאמשטעלן מיט זיי.

און ר' אהרן זעהסטו איז געקומען צום כינוס צו מהר''יי טא וואס זאל מען ווארטן 2 וואכן?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

נאך א גאר שטארקע געווינס פינעם נעכטיגן כינוס

שליחה דורך איש את רעהו »

אגרת.png
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

קודם א יישר כח פאר מייסטער שריבער הרב גאלד זייער שיין אראפגעלייגט דעם ענין דבר דבור על אופניו

און צום סוף האסטו זייער שיין ארויסגעברענגט ווי די גאנצע זאך איז פארוואנדעלט געווארן צוריק איבער די אור אלטע מחלוקה פון סאטמאר

למעשה שטעלט זיך ארויס אז נאנט צו פיר פינף טויזנט טיקעטס זענען נישט פארקויפט געווארן

וויפיל יא איז א מחלוקה די גרעסטע נומער וואס מ'געט ארויס איז צווישן 14 און 15 טויזענט טיקעטס

צווישן זיי בחורים און יונגלעך ווי איך האב דאס געזען לייוו אויפ'ן אפיציעלן 'מראות קודש' פונעם כינוס הרבבות

דאס מיינט אז מערסטענס האט מען צוזאםגעקלאפט עטוואס מער פון א רבבה פון בעלי בתים -קומט אויס בערך א פערטל פון וואס מ'האט צוזאםגענומען א' חקת- און דאס איז שוין נאך אלע פארפירינישען מיט אלע דרוקערי אויף אלע רבנים און בעיקר נאכדעים וואס עס איז פארוואנדעלט געווארן אין די סאטמארע חאזעריי און ווען ס'קומט קעגן אאאאאאאררררררןןן איז דאך שוין ארגער ווי שטיינמאן

למעשה וואס מ'האט געוואלט מיט דעם כנוס ווייסט נאך קיינער צוזאםגענומען א עולם און געהאלטן שיינע דרשות פארדעם האט מען געברויכט ארויסשלעפן דעם עולם צו א סטעדיום ר' הלל וויינבערגער מיט ר' אנשיל אשכנזי קענען עפעס נישט רעדן אין א געהעריגע גרויסע זאל

ווי עס זעיט אויס איז געווען זייער א שיינע געלונגענע מעמד
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

גאנצעלע אנטשולדיקט מיר זייער, אבער דו ביזט זייער מיסאינפארמירט מיט נומערן.. די בארקלי מיט 14 טויזענט, איז נישט קיין פערטל פון א' חוקת, ווי לויט די פאליציי האבן זיך באטייליגט איבער 100 טויזענט אידן, ווי באריכטעט דעמאלטס אין דער בלאט, ס'איז קרוב צי א זיבעטל..

די געווינס פון די נאכט גייט פאר די ארוינים וואס מ'זעהט יעצט קלאר למפרע אז די איבריגע 84 טויזענט געהערט קלאר פאר זיי!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

100000 איז א גוזמאותדיגע צייטונג געשרייבעכץ אבער נאנט צו א דרייסיגער איז געווען דארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גאנצל: און אז א קיבוץ אידן בליעה"ר האט געהאט כשר'ע ענטערטעינמענט. פיין פארברענגט אין אן עיר קאנדישאנ'ד סטאדיום מיט פרעטצלס און סאודע. און נאכדערצו געהערט דרשות פון די חכמי וגדולי ישראל אשטייגער ווי ר' הילל וויינבערגער און הרב ראב"י שליט"א אין לשון הקודש בהברה האשכנזית/הונגרית...! וואס איז שלעכט מיט דעם. איך פארגין זיי עס מיט'ן גאנצן הארץ...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עמעזאן האט געשריבן:@שמעון וואלף איך פלעג זיך אויך בייזערן דערויף שפעטער האב איך עומד געווען אז דאס איז שוין געווען די מהלך פון סאטמר רב די רבי זצ''ל ער האט זיך וויציג געזארגט אויף זיינע יחידים די עיקר האט ער קעיר גענומען פון די וועלט

לדאבונינו, ווייס איך נישט צו דו מיינסט עס ערנסט צו בבדיחותא.
דאס איז דען מעגליך? ביסט א גר צדק? האסט געהערט פון א שקאצעריי, א נידריגע פאסקודנאציע פון פטר׳ן די אייגענע פראבלעמען דורך זיך זיין פארנומען מיט יענעמ׳ס, אבער ווען מ׳איז מתבונן אז א צווייטע האט עס שוין געטוהן אין היסטוריא, איז אלץ פארענטפערט און וואויל?! מ׳האט קיין שום ווירדעס נישט, גארנישט. א מעשה פון א רבי זכרוינעלברוכע און שוין נישט דא קיין מענטשליכקייט, קיין וואוילקייט, קיין גלאטקייט, קיין אחריות, קיין אמת, גארנישט!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

כזעה מאיז דא מער אונטערסירט צו דיסקאסן מיינע לעצטע פונקטן איבער די סאטמאר פאליטיק חלק.
which proves my point
בכלל כ'דריי זיך ארום אין סאשעל מידיע, די וואטסעפפ און טעלעגרעם גרופס אלעס דרייט זיך איבער איין זאך אהרן וזל קיין מוק איבער די גיוס, קיין שום מידיע לינק וכדומה,
which again proves my point

איך בין נישטא צו קומען מיט "תירוצים" איך בין דא צו פארציילן דברים כהוויתן, אז איינער האט קשיות, איז עס א קשיא אויף א מעשה
און אויב זענט איר זיך מחולק זענט איר מכובד צו פארציילן אייער ווערסיע און זאל יעדער גלייבן וועם מוויל
כגיי מיך לגמרי נישט איינבעטן מיך צו גלייבן

אגב אויב איינער איז נייגעריק אין פונקטליכע ציפערן דער פלאץ ענהאלט בערך 18,000 פלעצער און מהאט נאר צוגעגרייט בערך
14,000 אין די בעק פון די סטעידש האט מען אפגעשפארט אסאך זיצן.
דאס ווייס איך פון א מקור. נישט קיין השערות. און כעל לגמרי נישט ברוגז זיין אז איינער העט עס נישט מקבל זיין.
סאדאם חוסעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך סאדאם חוסעין »

א אי מעיל וואס איינער האט מיר אריין געשיקט

א תערובות פון גזירות
און א גזירה פון תערובות...

דער חילוק פון "גזירת גיוס" און "גזירת הסתגלות" - דער שענדליכער פארראט פון די אגודי'סטישע פארטייען אין מדינת ישראל - הונדערטער בחורים און יונגעלייט שומרי תומ"צ פאלן קרבנות רח"ל - וואס איז די עכטע לאנג טערמיניגע לעזונג צו "גיוס בני הישיבות"? - דאס שענדליכע תערובות פון פאליטישע אינטערעסן אין די איצטיגע מלחמה קעגן די איצטיגע און צוקונפטיגע גזירות, און די גרויזאמע לאנג-טערמיניגע חורבנות פונעם א.ג. 'כינוס ההצלה'

ס'איז באקאנט דאס ווארט פון הייליגן קאצקער זי"ע אויפ'ן פסוק "צדק צדק תרדוף", אז אויך דעם צדק דארף מען נאכלויפן מיט צדק, און נישט נוצן שקר נאכצולויפן דעם צדק. און ס'איז ידוע אז דאס איז אלעמאל געווען נר לרגלם פון רבוה"ק זי"ע לדורותיהם, אויך ווען מ'איז געווען געצווינגען צו פירן מערכות אלקים חיים האט מען אלעמאל זיכער געמאכט אז דאס זאל זיין געבויט אויף געזונטע און אויסגעהאלטענע יסודות, סיי מצד התורה און סיי מצד המציאות, והדברים עתיקין.

למעשה דער ווינט אין די גאס אין די לעצטע האלבע יאר איז אין דירעקטן קעגנזאץ צו דעם פאקט. די אלארמען וועלכע ווערן געפיטערט און געמוטיגט מהכא ומהתם שרייען איבער שרעקליכע גזירות. מ'פארדרייט דעם מציאות און מ'נעמט עפעס וואס איז באמת א געוואלדיגער פראבלעם (זע באלד) און מ'מאכט דערפון א "גזירת הגיוס" און "גזירת השמד", מ'מאכט א קוגל און מ'פארקאכט א קאשע, און מיט האלבע אמת'ן און גאנצע ליגנטס דרייט מען איבער די וועלט. איינער שרייט און עולם גולם זינגט נאך, יעדער האט מורא צו זאגן א ווארט אז מ'זאל אים נישט חלילה באשייגעצן אלס "פרא-גיוס", און אזוי האט מען גענומען עפעס וואס דארף ווען באהאנדלט ווערן מיט השכל ודעת, אבער אדאנק די געשאפענע היסטעריע האט מען גורם געווען שרעקליכע חורבנות, אשר תוצאותיו מי ישורנה.

אשר על כן על של עתה באתי, איך בין נישט דער שופר פון כלל ישראל אבער ההכרח לא יגונה ולא ישובח, פאר אלעם מוז קלאר און דייטליך געזאגט ווערן, לויט ווי דער מצב האלט מאמענטאל איז נישט פאראן קיין גזירת גיוס חובה! יא, פאר 3-4 יאר צוריק איז געווען א גזירת גיוס חובה וואס האט געדארפט אריינגיין אין קראפט היי יאר. און יא, ס'איז העכסט ווארשיינליך אז אין 6-7 יאר ארום, ווען די פארשאלטענע ציונים ימ"ש וועלן זיך ארומזען אז די ישיבות האבן זיך נאך אלץ נישט אויסגעליידיגט, וועט דאן ארויסקומען א נייער אורטייל פונעם טמא'נעם בג"ץ פונקט ווי אין יאר תשע"ב, וואס וועט דאן פריש אריינווארפן דעם גאנצן יהדות החרדית אין ארה"ק אין א נייע גזירת הגיוס מיט אומפאראויסגעזעענע קאנסעקווענצן, אבער ווי מ'האלט יעצט איז נישטא קיין גזירת גיוס חובה.

כמעט יעדער איינציגער בחור וואס "וויל" באקומען א דיחוי אלס תורתו אומנתו קען באקומען אזא דיחוי. מ'דארף אמאל דורכגיין שוועריקייטן, אבער מ'קען עס באקומען. דעם פארלאפענעם יאר האבן 43,000 בחורים און אברכים באקומען דעם דיחוי פון "תורתו אומנתו", וואס קומט אויס צו רוב מנין און רוב בנין פון די חרדי'שע יוגנט אין ארץ הקודש [ידעתי גם ידעתי אז לויט דעם א.ג. "חוק הגיוס המתוקן" דארף אין אפאר יאר ארום אריינגיין אין קראפט א פרישע גזירת גיוס בכפי', אבער איין קליינע שורה אינעם חוק 'המתוקן' וואס זאגט אז דער באשלוס וועט ליגן אין די הענט פונעם שר הבטחון מיינט אז בדרך הטבע איז נישטא קיין מציאות וואס צענדליגער טויזנטער בחורים וועלן ווערן געשלעפט בכפי' אין צה"ל. (ס'וועט העכסטנס זיין די זעלבע בחינה ווי מיט די אמעריקאנער אמבאסאדע אין מדינת ישראל, וואס דארף לויט'ן אמעריקאנער געזעץ שוין פאר 30 יאר אריבערגיין קיין ירושלים, אבער יעדער איינציגער פרעזידענט שרייבט יעדעס איינציגע יאר אונטער א "וועיווער", און מפטירין כדאתמול ווען די אמבאסאדע פארבלייבט אין תל אביב). דער שר הבטחון דארף 40,000 חרדים אין מיליטער ווי א לאך אין קאפ (און דאס איז גאנץ זיכער אפילו אויב די חרדי'שע פארטייען וועלן נישט זיין אין די קאאליציע].

הגע בעצמך, די לעצטע ציפערן (וואס טוישן זיך ממש פון וואך צו וואך) אלארמירן אז ס'זענען פאראן "זעקס טויזנט חרדים" אין מיליטער! רח"ל. א שרעקליכער ציפער אויב ס'איז אמת, אבער טראכט נאר איין רגע, אויב איז אמת'דיג דא 6,000 חרדים אין מיליטער וואלטן זיי זיך געדארפט משוגע מאכן מיט אריינשיקן אפאר צודרייטע חרדקי"ם אין די היימישע געגנטער צו מאכן פראוואקאציעס? אזא ריזיגער ציפער פון זעקס טויזנט בחורים מיינט מער ווי 10% פון די חרדי'שע יוגנט אין מיליטער עלטער אין ארץ ישראל, דאס וואלט נישט נאר געמיינט אז אסאך גרויסע ישיבות וואלטן זיך געדארפט ממש אויסליידיגן, עפעס וואס וואלט איבערגעדרייט גאנץ ארץ ישראל, (שטעלט זיך פאר ווען 100 בחורים פון סאטמאר-קווינס שרייבן זיך איין אין וועסט פוינט צום מיליטער, וואלט דאס נישט געווען ניכר אויף טריט און שריט? וואלט נישט די וועלט זיך איבערגעדרייט? וואלט מען געדארפט ווארטן אויף א בריוו פון ראשי ישיבות אין בעלגיע צו אלארמירן דערוועגן?!).

נאכמער, די מדינה וואלט מער נישט געדארפט מאכן קיין שום פראפאגאנדע און קיין שום חרד"ק פראוואקאציעס, זיי וואלטן פשוט געדארפט פארשפרייטן בילדער פון א ריזיגע "מחנה אימונים" מיט טויזנטער און טויזנטער בחורים, מיט בארד און פיאות, ווי זיי זענען אנגעטון אין מונדירן און גייען אדורך די מיליטערישע טרענירונגען! מ'וואלט נישט געדארפט ווארטן אויף א כינוס און א קאמפיין וואס פארשפרייט עטליכע (שוידערליכע און הארצרייסנדע) בילדער פון בחורים מיט פיאות און מיליטער. זיי אליין וואלטן עס אויסגעווארפן אויף אלע גאסן און צושפרייט אין אלע צייטונגען מיט די גרעסטע מאס נצחון און פאראדע!

וואס יא?

דאס יהדות החרדית אין אר"י שטייט אונטער א שרעקליכע "גזירת הסתגלות". די רעגירונג ארבעט אויף אלע פראנטן צו 'עפענען' די מוחות און שווענקען דאס חרדי'שע יוגנט בפרט און חרדי'שער ציבור בכלל, זיי איינצופרעגלען אז גיין אין מיליטער איז 'נישט אזוי געפערליך'. מ'קען זיין א פיינער איד אפילו אויב מ'פאלט אריין אין דעם שוידערליכן שמעלץ טאפ. זיי האבן טאקע געמאכט "יעדים" און "מכסות" איבער וויפיל חרדים זיי דארפן אריינשלעפן אין מיליטער יעדעס יאר אבער דאס איז בעיקר א צירקוס שפיל פאר'ן בג"ץ און די פרייע גאס, (און זיי שפילן זיך גוט ארום מיט די ציפערן, וואס כ'וועל נישט יעצט אריינקריכן אין די גאנצע "מיהו חרדי" סוגיא, דער געפעכט וואס איז אנגעגאנגען צווישן יאיר לפיד און משה גפני נאך מיט 4 יאר צוריק, און וואס די מיליטער נוצט היינט אנצובלאזן די ציפערן פון וויפיל 'חרדים' זיי האבן אריינגעשלעפט, ואכמ"ל).

די וויכטיגסטע זאך פאר זיי איז יעצט צו מאכן 'נארמאל' ביי די חרדים צו גיין אין מיליטער, און אויך צו 'ארומשניידן די עקן', ד.ה. גאר שטארק איינצוימען די געגנטער און קרייזן וואו מ'גייט נישט אין מיליטער (ווי צב"ש ביי די ספרדים, וואס ווער ס'קען היסטאריע ווייסט אז אמאל איז געווען זייער נארמאל ביי די ספרדי'שע, אפילו 'חרדים', צו גיין אין מיליטער, און טייל פון די העכסטע ש"ס פירער היינט האבן אמאל געדינט האלב אדער אינגאנצן אין מיליטער, נאר אין די לעצטע יארן האבן זיי אויך אנגעהויבן אסאך שטארקער צו נוצן דעם תורתו אומנתו דיחוי, און דאס וויל דער מיליטער צוריק אפשטעלן).

א וויכטיגער טייל פון די "גזירת הסתגלות" איז טאקע דאס ווערן גאר שטרענג מיט אלע זאכן וואס זענען ביז לעצטנס פארקוקט אדער פאררוקט געווארן. סיי דורך בעצם שווערער מאכן די קריטעריעס וואו מ'קען קריגן א דיחוי, און סיי דורך נעמען גאר שטרענג יעדע מינדסטע פארלעצונג פון די "רולס און רעגולאציעס". מינדערוויכטיגע זאכן וואס מ'האט אמאל נישט גענומען צו שטרענג ווערן יעצט דורכגעקוקט אונטער א פארגרעסערונג'ס גלאז.

אין די זעלבע צייט ארבעטן זיי אויך בפה-רך, מיט ארויסשיקן פארשאלטענע "כאפערס", פונקט ווי אין צארישן רוסלאנד. נאר אויב דארט האט מען געכאפט קליינע קינדערלעך מיט שטעקענעס און קייטן, גייט מען היינט כאפן נארישע בחורימ'לעך מיט די זיסטע ריידעלעך. הבטחות פון געלט און 'דו ביזט דאך עניוועי נישט קיין עכטער ישיבה בחור', 'עס וועט דיר זיין אזויפיל בעסער און באקוועמער אין מיליטער', 'וועסט קענען ארויסגיין ארבעטן, זיך לערנען א פאך'. ועוד כהנה וכהנה.

ליידער ליידער, טאקע אדאנק דאס התקרבות פון די חרדי'שע פארטייען צו די שלטונות המדינה, בפרט זינט תשל"ז ווען די חרדים זענען פאניע בראט מיט די רעכטע פארטייען אין די מדינה, וואס האט אויסטערליש פארשטארקט דעם ציוני'סטישן גייסט אינערהאלב די חרדי'שע קרייזן, וואו זייער אסאך באטראכטן זיך זאגאר אין גייסט אלס איינס מיט די מזרחי'סטישע מתנחלים רח"ל, און דאס האט געברענגט אז דער עצם געדאנק פון גיין אין מיליטער איז נישט אפגעפרעגט ביי זיי, ס'איז נאר דא דער 'קליינער' פראבלעם אז דער צה"ל איז א שמד-שמעלץ-טאפ, און זיי געבן זיך מיט דעם אן עצה דורכ'ן זיך איינרעדן אז מ'גייט אין א נחל חרדי אדער מסלול חרדי, אזוי אז דאס איז אויך נישט קיין פראבלעם.

אזוי האט מען זיך געטראפן ביי א מציאות אז עטליכע הונדערט בחורים שומרי תורה ומצוות זענען אין די לעצטע 2-3 יאר אריינגעפאלן אין די נעגל פונעם טריפה'נעם מיליטער רח"ל, ביי פילע פון זיי דערקענט מען שוין דעם חילוק אויך אין די חיצוניות, ווען זיי האבן צוביסלעך אראפגעווארפן פון זיך אלע סימנים פון אן ערליכן איד, אבער ביי אנדערע איז עס דערווייל נאכנישט געגאנגען אזוי ווייט, און זיי דרייען זיך נאך ארום מיט דעם חרדי'שן אויסזען, וואס דאס נוצט די מדינה גוט אויס אין זייער פראפאגאנדע, סיי דורך פארשפרייטן בילדער פון בחורים מיט לאנגע פיאות און נאך לענגערע ביקסן ה"י, און דורך זיי אריינשיקן אין די היימישע געגנטער אנצודרייען פראוואקאציעס און צוביסלעך האפן זיי אז ס'וועט ווערן 'נארמאל' און א געהעריגע ערשיינונג פון חרדי'שע בחורים אין מיליטער, אזוי אז עווענטועל וועלן זיי קענען פאנגען א גרעסערע צאל ערליכע בחורים אין זייער נעץ.

לדאבונינו ארבעטן די חרדי'שע פארטייען פולקאם מיט מיט דעם פלאן. זיי נעמען אן א פול מויל מיט וואסער און פרובירן צו דערשטיקן און פארשווייגן די מערכת הסברה פון ערליכע געטרייע עסקנים לשם שמים [וועלכע ארבעטן סיי אויפצוקלערן די בחורים פון שוואכערע שטיבער אדער דרויסנדיגע געגנטער אז זיי זאלן זיך נישט לאזן ארייננארן אינעם נעץ פון די נשמה כאפערס רח"ל, און סיי דורך ארויסהעלפן מיט לעגאלע און אנדערע ראט פאר די בחורים וועלכע טרעפן זיך פארכאפט אינעם נעץ פון די פארצווייגטע און פארשטייפטע צה"ל ביוראקראטיע, וועלכע האט פלוצלונג, פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, זיך גענומען מאכן גאר שווערע פראבלעמען פאר יעדע מינדסטע פארלעצונג, ווי צב"ש ווען איינער איז ארויסגעפארן קיין חו"ל און צוריקגעקומען אפאר וואכן שפעטער ווי ער האט געמעגט זיין אינדרויסן, עפעס וואס זיי פלעגן אמאל פארקוקן, וכדו']. די חרדי'שע פארטייען, סיי דורכ'ן ועד הישיבות און סיי דורך זייערע אנדערע פאליטישע נעצן, ארבעטן גאר שווער צו האלטן דעם גאנצן פראבלעם פון די גזירת הסתגלות פאררוקט אונטער'ן טעפיך אז קיינער זאל נישט רעדן און קיינער זאל נישט וויסן דערפון.

שטילערהייט, מפה לאוזן, זאגן זיי פאר די יראים אין זייער מחנה א תירוץ אז זיי האבן נישט קיין ברירה, דער בג"ץ שטייט העכער זיי מיט א זודיג קעסל פון הייסע בליי, און אויב ס'וועלן דורכגיין עטליכע יאר און דער צאל חרדים אין מיליטער וועט נישט וואקסן, וועט דער בג"ץ עווענטועל צוריק אויפוועקן די אלטע גזירת הגיוס פונקט ווי עס האט פאסירט אין תשע"ב, נאך וואס דער "חוק טל" האט נישט באוויזן ערנסט צו הייבן דעם צאל חרדים אין מיליטער, און מ'וועט נאכאמאל מוזן דורכגיין די פיינליכע גזירת הגיוס פון תשע"ג ווען ס'איז שיעור צושטאנד געקומען אז מ'זאל זיך נעמען ארעסטירן צענדליגער טויזנטער בחורים פאר'ן זיך נישט שטעלן צום מיליטער. זיי זאגן, מיט א קול דממה דקה פארשטייט זיך, אז ס'איז נישטא קיין ברירה. מ'מוז מקריב זיין די שוואכערע בחורים כדי אזוי צו 'ראטעווען דעם עולם התורה'.

באמת איז עס אבער א שרעקליכער פארראט שאין כדוגמתו. קודם כל איז עס אקוראט ווי אין די תקופה פון די קאנטאניסטן, ווען די רייכע אנגעפרעסענע ראשי הקהלה האבן געשיקט די כאפערס צו די ארימע קינדער כדי צו ראטעווען זייערע אייגענע קינדער פונעם פארשאלטענעם צאר. קיינער האט זיי נישט געגעבן די רעכט צו דן זיין דיני נפשות ומה חזית דדמא דידך סומק טפי.

והשנית, והוא העיקר, איז דער גאנצער תירוץ א פאלשער. ווייל באמת לאמיתו איז דער ענטפער צום "גזירת גיוס בני הישיבות" א גאר פשוט'ער. זיי דארפן פשוט זיך אויפשטעלן זאגן "אין לנו חלק ונחלה במדינת ישראל". פונקט ווי די מיידלעך נעמט מען נישט אין מיליטער אויב זיי זענען שומרי תורה ומצוות "מטעמי מצפון", דארפן זיי ווען זיך נעמען זינגען דעם זעלבן ניגון אז אן ערליכער בחור וויל נישט גיין אין מיליטער "מטעמי דת", מ'קען נישט זיין דארט קיין ערליכער איד, און אונז האמיר נישט דארט וואס צו זוכן. ס'וואלט געדארפט ווערן אויסגעארבעט אז יעדער בחור וואס זאגט אז ער וויל נישט דינען אין מיליטער צוליב רעליגיעזע אורזאכן זאל פאר דעם אליין באקומען א געהעריגן פטור, אן צו דארפן נוצן דעם פאלשן תירוץ פון "תורתו אומנתו" וואס גיבט די מעגליכקייט פאר'ן מיליטער צו זאגן אז מ'דארף נישט האבן אזויפיל בחורים אין ישיבה וכו'.

נאר וואס דען, אויב וואלטן זיי זיך אויפגעשטעלט זאגן אז חרדי'שע אידן "ווילן נישט גיין אין מיליטער", וואלט דער באלדיגער ענטפער פון די מדינה געווען "אויב אזוי, אויב איר זענט נישט קיין חלק פון די מדינה, דאן וועט איר מער נישט קענען באקומען קיין געלט פון די רעגירונג קאסע", אפשר וועלן זיי אפילו מאכן א געזעץ אז ווער ס'גייט נישט אין מיליטער קען אויך נישט גיין צו די בחירות, וואס וועט זאפארט קאסטן פאר די חרדי'שע חברי הכנסת זייערע באקוועמע און טייערע בענקלעך, און דאס קען מען דאך שוין נישט זאגן. וואספארא פנים וועט משה גפני האבן אלס פשוט'ער כולל אינגערמאן אדער כלל עסקן?!

מוז טאקע גאנץ כלל ישראל ליידן פונעם בג"ץ, פון די כסדר'דיגע דראאונג איבער'ן גזירת הגיוס, אבי נישט חלילה אפצושפארן די ריזיגע געלט קראנען פון וואו ס'גיסן זיך הונדערטער מיליאנען יעדעס איינציגע יאר!

וואס נאך?!

ס'האט פאסירט נאך עפעס, אין וואס כ'האב נישט עכט קיין חשק מאריך צו זיין. א געוויסע פראקציע האט פארלוירן איר עווענטועלע בענקל אין כנסת (ווען די פראקציע פון הרב שטיינמאן האט ארויסגעווארפן מנחם כרמל פון די ליסטע צו ווערן א חבר הכנסת, וויבאלד כרמל איז א מקורב צו הרב אויערבאך שליט"א, און די אומגעהויערע שתדלנות און פארהאנדלונגען פונעם אויערבאך לאגער אז מ'זאל צוריקשטעלן כרמל אויפ'ן פלאץ פונעם נייעם חבר הכנסת יעקב אשר האבן זיך נישט אויסגעארבעט), און דעריבער האט מען אנגענומען דארט א גאר שטארק קנאות'דיגן צוגאנג.

באמת האט הרב אויערבאך אלעמאל געהערט צו די פראקציע פון ליטווישע ראשי הישיבות וועלכע האבן פארפירט אז שיקן א בחור אין מיליטער, יהי' מי שיהי', איז בגדר "יהרג ואל יעבור" [אזוי האבן אויך געהאלטן הגרמ"ש שפירא זצ"ל און אנדערע, קעגן די מיינונג פון הרב שך און הרב שטיינמאן וועלכע האבן געהאלטן אז שוואכע בחורים זאלן יא גיין אין מיליטער - און למען האמת האט רביה"ק זי"ע קיינמאל נישט געזאגט אז גיין אין ציוני'סטישן מיליטער איז ביהרג ואל יעבור. פאקטיש, אין ביידע סאטמארס געפינען זיך היינט צו טאגס קינדער און אייניקלעך פון חשוב'ע אידן וועלכע האבן צוליב פארשידענע סיבות געדינט אין מיליטער אין די בראשית יארן פון די מדינה, און פילע געדענקען נאך וויאזוי אין די יום כיפור מלחמה איז מען געקומען רופן מערערע ערליכע אידן פון די סאטמארע און אנדערע קנאות'דיגע שולן צו קומען עמערזשענסי זיך אנשליסן אין די מילואים סאלדאטן, והדברים עתיקין. ס'איז מעגליך אז דער רבי זי"ע וואלט אנדערש גע'פסק'עט מיט 3-4 יאר צוריק אויב ער וואלט עס באטראכט אלס "שעת הגזירה", אבער מי כמוהו מורה און מיר קענען זיך נישט טרויען אריינצורעדן דערין].

אבער אפילו הרב אויערבאך שליט"א האט אויך נאר לעצטנס אנגענומען דעם נייעם צוגאנג, אז בחורים זאלן זיך בכלל נישט שטעלן אין לשכת הגיוס אפילו צו באקומען א פטור אדער א דיחוי, עפעס וואס איז קיינמאל נישט געווען דער אנגענומענער מהלך אפילו נישט ביי די קנאי'שע קרייזן, און דער רבי זי"ע איז נאך געווען אזויפיל קנאי און אזוי ערליך ווי סיי וועלכע היינטיגע מנהיגים, און ער האט ברוחב בינתו פארשטאנען אז מ'טאר נישט איבערציען די שטריק, און זיך נישט רייצן צופיל מיט'ן ס"מ. ס'האט נישט קיין שום נארמאלן צוגאנג דאס נעמען הונדערטער אדער גאר טויזנטער בחורים און זיי אריינשטעלן אין סכנה סתם 'פאר טריץ', און 'צו ווייזן'.

בכלל, דער מיטל פון זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס איז עפעס וואס איך וואלט גערופן די "נוקלעארע אפציע", דאס דארף זיין דער סאמע לעצטער מיטל אויב עס קומט אמאל ווידער ארויס א ברייטער "גזירת הגיוס" אזויווי דאס וואס איז דורכגעפירט געווארן אין תשע"ג און האט געדארפט אריין אין קראפט היי יאר, תשע"ז. אין אזא פאל קען טאקע זיין אז דער ענטפער וועט זיין אז מיר שטעלן זיך נישטאמאל צום לשכת הגיוס, און לאז זיך ארויס ארעסטירן צענדליגער טויזנטער בחורים... אבער דאס איז עפעס וואס דארף זיין דער לעצטער קויל. מ'שיסט נישט אויס דעם לעצטן קויל ביים אנהייב פון א מלחמה.

און אגב, דער פאקט אז אויך הרב אויערבאך קומט נישט ארויס אפן מיט דעם פארלאנג ווי פריער דערמאנט, אז די מדינה זאל בכלל מבטל זיין דעם גיוס חובה פון חרדי'שע בחורים און אז ווער עס וויל זאל קענען באקומען א פטור "מטעמי דת", צייגט אויך דעם אמת אז די 'בני תורה' פראקציע איז בכלל נישט גרייט אפצוהאקן גענצליך מיט די מדינה, און אפילו אויב מאמענטאל גייען זיי נישט צו די בחירות און טייל פון זייערע מוסדות נעמען נישט קיין געלט, האבן זיי נאך אלץ חלומות אז ביום מן הימים וועלן זיי קענען צוריק אריינגיין, און פאר דעם זאגן זיי נישט אז זיי ווילן גענצליך אפהאקן פון די מדינה ואין לנו חלק ונחלה במדינת ישראל!

נאך א שטיק צייט האט יענע פראקציע אנגעטראפן אן אוזן קשבת ביי אן אנדערע פראקציע פון א געוויסע חסידות אין ברוקלין, וואו קנאות איז א גאנגבאר ארטיקל און ספעציעל קנאות וואס 'גייט מיט די קאפ אין די וואנט'. ישוב הדעת איז קיינמאל נישט געווען עפעס מיט וואס זיי האבן זיך 'אויסגעצייכנט'... זיי זענען אפשטאמיגע פון די זעלבע וועלכע האבן אמאליגע צייטן געווארפן פאשקעווילן "רבינו סר מן הדרך" און קעגן וועמען דער רבי זי"ע האט געשטורעמט אין די הייליגע נשא תורה אז "זיי צוברעכן און פארדארבן" נאכמער ווי די ציונים זעלבסט.

און פון די דאזיגע נייע שותפות איז יצא העגל הזה. מ'פירט מערכות אן קיין שום חשבון, אן קיין שיקול הדעת, אן די ריכטיגע הנהגה פון גדולי ישראל (אפילו דער יעצטיגער כינוס איז נישט געווען א באשלוס פון גדולי ישראל וואס האבן גערופן די עסקנים, נאר פארקערט, די עסקנים האבן באשלאסן און די 'גדולי ישראל' האבן זיך מיטגעכאפט אויפ'ן גאלאפירנדן וואגן').

דאס האט געברענגט דעם שרעקליכן אלארם איבער דעם "גזירת הגיוס" און די "גזירת השמד", וואס האט באמת געמיינט צו צילן בעיקר ארונטערצורייסן די פראקציע פון הרב שטיינמאן און דגל התורה, וועלכע קאנטראלירט אצינד דעם ועד הישיבות. מ'האט געזאגט די הגדה און געמיינט די קניידלעך.

פאר דעם זעלבן צוועק האט מען למשל נישט געקענט נאכקומען דעם פשוט'ן פארלאנג צו ווארטן אפילו נאך איין וואך מיט'ן כינוס צו זען וואס דער ועד הישיבות איז גרייט צו פארריכטן, טראץ וואס דאס וואלט געהאט דעם פאטענציעל צו ברענגען א פאראייניגטן פראנט און א 'עכטע' קידוש שם שמים מיט ווייטגרייכנדע רעזולטאטן (און וואס ארגינעל האט דער סערדאהעלער רב מסכים געווען עס אפצושטופן, נאר שפעטער האט ער צוריקגעצויגן נאכ'ן זיך דורכרעדן מיט די עסקנים), אבער אין דעם פאל וואלט עס דאך טאקע פארלוירן דעם כח פון זיין א פראטעסט קעגן הרב שטיינמאן, און "דאס" איז דאך געווען דער עכטער ציל פונעם כינוס.

ווי מ'האט עס טאקע געזען ווען א היפשער טייל פונעם כינוס איז געווען געווידמעט צו מחזק זיין דעם נייעם מהלך פון זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס, בפרט צום סוף מיט דעם מאדנעם ספעקטאקל פון איבערזינגען "ה' עמכם גבורי החיל" און די קינדערישע קלאטשערייען וועלכע האבן נאכגעפאלגט (מסתמא קעגן דעם רצון פון איינעם פון די אנוועזנדע גדולים, וועלכער האט זיך אמאל זייער שארף אויסגעדרוקט קעגן דעם גוי'אישן מנהג פון קלאטשערייען), עפעס וואס האט קלאר געדינט ארויסצוברענגען דעם קאנטראסט און מחזק זיין די אויערבאך פראקציע קעגן די שטיינמאן פראקציע.

איז וואס איז דער פראבלעם?

א חורבן נורא!

פון איין זייט האט דער כינוס טאקע באמת געמאכט א שטארקע התעוררות איבער די שווערע פראבלעמען און איבער די "גזירת הסתגלות" וואס הערשט יעצט אין מדינת ישראל, אבער פון די אנדערע זייט, דאס פארפירן כאילו ס'איז דא יעצט א פולקאמער גזירת הגיוס - וואס איז קלאר נישט אמת - און דורך פארוואנדלען דעם כינוס אין א פאליטישע פארמעסט קעגן א געוויסע פראקציע אינערהאלב דגל התורה, האט מען צושפאלטן דעם קריטישן אחדות וואס האט אנגעהאלטן אין די לעצטע יארן ביי כלל ישראל איבער דעם גזירת הגיוס.

יעדער פארשטייט אז דער פראטעסט האט נישט געצילט צו שטארקן דאס קנאות אינערהאלב סאטמאר. פאר כמעט יעדן וואס איז געווען אין בארקלעיס צענטער דעם זונטאג האט מען נישט געדארפט צופיל מחזק זיין, און זיכער נישט ארויסשלעפן אין א הייסן זומערדיגן זונטאג קיין מאנהעטן און שיקן יעדן, טויזנטער בחורים און קינדער, מיט די טרעינס זיך אנצוזאפן מיט 'יראת שמים' וד"ל. דער עיקר צוועק פון אזא כינוס האט געדארפט זיין צו מחזק זיין אחינו בני ארץ ישראל הנתונים בצרה ובשביה, דורך צייגן א געמיינזאמען כח און א מאסיוון רוקנביין פון שטיצע וואס שטייט גרייט זיי צו העלפן מיט אלעם, און לכל הפחות שאפן גרויסע געלטער פאר'ן מרכז עזרה וייעוץ און אנדערע הילפס ארגאניזאציעס, ארויסצוהעלפן בגוף ובממון ובנפש די אלע וועלכע זענען אין געפאר פארכאפט צו ווערן, און עיקר שבעיקרים צו שיקן א מעסעדזש פאר די עומדים בראש המדינה, אז זיי זאלן וויסן דאס איז א שפיל מיט פייער.

אין די לעצטע 4 יאר איז געווען 4 גרויסע כינוסים איבער דעם גזירת הגיוס. דערפון 2 גאר גרויסע (איינס אין אמעריקע און איינס אין ארץ ישראל) וועלכע האבן צוזאמגענומען "גאנץ" כלל ישראל, אלע שיכטן און קרייזן, און די דאזיגע כינוסים האבן געשיקט דעם הילכיגסטן מעסעדזש אז דער יהדות החרדית וועט שטיין פאראייניגט קעגן די פרואוון פון די מדינה דורכצוברעכן דעם חומה בצורה פון די הייליגע ישיבות, און דאס האט געהאט א גאר טיפן אפקלאנג אין די קארידארן פון די מדינה קעפ, וואו מ'האלט פונקטליך חשבון כסדר צו 'טאפן דעם דופק' ווי ווייט מ'קען גיין מיט די חרדים.

אצינד, ווען מ'שטייט דוקא ביי די שווערסטע חלק פון די מערכה, די "פה רך" פאזע פונעם תקופת ההסתגלות, וואלט א פאראייניגטער כינוס געקענט האבן א מורא'דיגע השפעה, סיי פון חיזוק אינערהאלב דעם מחנה היראים זעלבסט, און בעיקר צו שיקן דעם מעסעדזש פאר די מדינה אז מיר 'האבן געכאפט דעם פארטל'. זייערע שטיקעס וועלן נישט ארבעטן, און די הסתגלות וועט זיך זיי נישט איינגעבן חלילה וחלילה.

אנשטאט דעם איז דער מעסעדזש ארויס אויף די האר פארקערט!

ווען מ'ליינט למשל דעם "מעריב" ארטיקל (כ'האב נאך נישט געזען די אנדערע צייטונגען) איז דער מעסעדזש ארויסגעקומען אז ס'איז דא א פייט צווישן די חרדים צי מ'זאל יא אדער נישט לאזן בחורים גיין אין מיליטער! אין אנדערע ווערטער, מ'דארף נאר אביסל מער לייגן דרוק, און איין גרויסע פראקציע פונעם חרדי'שן לאגער וועט לאזן בחורים גיין אין מיליטער!

ווען מ'הערט אין היימישע קרייזן רעדן א שפראך כאילו ס'איז דא אין ארץ ישראל א "אנטי-גיוס" לאגער און א "פרא-גיוס" לאגער, איז עס א חורבן נורא! די 'בני תורה' פראקציע פון הרב אויערבאך און זיינע מענטשן שפירט זיך אפשר גוט אויף די מינוט, זיי האבן 'געסקאורט' פאליטישע 'פוינטס'. זיי האבן מאמענטאל גוט 'צוגעפאכעט' די הרב שטיינמאן פראקציע וואס דארף שטיין און זיך פארענטפערן אז זיי זענען נישט עכט פרא-גיוס. 'אוי האט מען זיי צוגעפיקסט'. מ'האט צוזאמגעשלעפט טויזנטער מענטשן, פארקויפט א מעשה אז די שטיינמאן פראקציע שטיצט א "גזירת הגיוס" רח"ל, און מ'האט זיי פארשווארצט דאס פנים. גוט געלונגען!

אבער דער שפאלט וואס דער זונטאג כינוס האט געשאפן און דעם ריס וואס זי האט פארשארפט אין די מערכה קעגן גיוס בני הישיבות איז עפעס וואס וועט פארבלייבן א בכי' לדורות! די "אבינו מלכינו'ס" וועלן יעצט דארפן ארבעטן אווערטיים 100 מאל צו קענען ראטעווען די יושבי ארץ ישראל פון די גזירות וואס ערווארט זיי נאך, ווייל ווען ס'וועט חלילה אנקומען דער ריכטיגער גזירת הגיוס אין עטליכע יאר ארום, הי' לא תהי', וועט מען שוין האבן א פערמאנענטן שפאלט צווישן די יהדות החרדית, און ס'וועט נישט זיין קיין געמיינזאמע תכסיסי מלחמה און כח פון אחדות.

ותוצאותיו מי ישורנה!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די גזירות הסתגלות איז פארמירט אין א פארום פון גיוס ממילא דארף מען לוחם זיין מיט גיוס.

אפשטיפען א וואך וואלט נישט געברענגט קיין גינסטיגע רעזולטאטן דאס איז נאר געווען א טריק צו ציברעכן די שוואונג צו א כינוס.

די 'פרעמדע' האבן זיך בשום אופן געקענט צושטעלן מחמת דרוק פון אר''י.

די סיבה פארוואס אין תשע''ב האט זיך 'גאנץ' כלל ישראל צוגעשטעלט צום פראטעסט איז געווען ווייל דעמאלטס זענען זיי געווען אויסגעשפילט פון קאליציע און מען האט זיי געשניטן די געלד ממילא זענען זיי געווען אנגעווייטאגט 'אויף די מדינה'ס

משא''כ היינט זיצן זיי על סיר הבשר אלעס איז פיין די ישיבות גייען אן און וועגען בקצה המחנה'דיגע בחורים האלטן זיי זיך נישט ביים צוקריגען מיט די מדינה און אפשר קאליע לייגען זייער גוטע צייט יעצט.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

איך ליין דא איינער שרייבט א מגילה אז אדמו"ר מפארשעי שליט"א האט צום סוף יא מסכים געווען צום כינוס ב"ה נאך א מזל ער האט זעך צוגעשטעלט נאך אזא לאנגע אינוועסטיגעישאן (ברוך הטוב והמטיב ווי רבי אהרן זאגט) אבער סתם פאר נייגעריגקייט האט אים איינער געזעהן ביים כינוס?
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ער האט געטוהן ווי ר׳ אהרן און געשיקט זיין ברודער דער הילקרעסטער, און דרך אגב איז דאס די עכטע סיבה פארוואס סקווירא האט זיך נישט באטייליגט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט