די פאבינדונג פון נאצי-דייטשלאנד עפאכע און "בארקלעיס סענטער"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

די פאבינדונג פון נאצי-דייטשלאנד עפאכע און "בארקלעיס סענטער"

שליחה דורך ארי נוהם »

איך בין אויפגעוואקסן אלץ קינד מיט א ידיעה ברורה, אז די סאמע ערגסטע אנטיסעמיטיזם איז געווען די עפאכע פון נאצי-דייטשלאנד. די בעסטיאלן און מערדער, ראסיסטן און אנטיסעמיטן, באנדיטן און בלוט-זויגער, האבן געברענגט דעם גרעסטן אלטוועלטליכער חורבן אין היסטאריע, און דער גרעסטער מאסן-מארד אויפן אידישן ראסע.

דאס האט מיטגעברענגט א שווערע פראגע. מיר ווייסן דאך אלע, אז די דייטשן זענען געווען די אממערסט-פארגעשריטענע פאלק אין די וועלט, אין די תקופה בעפאר די וועלט מלחמה. נישט נאר זייער טעכנאלאגיע און ענדליכס זענען געווען אזוי פארגעשריטן, נאר זייערע מאניערן, דעות, און מאראלן, זענען כלומרשט געווען די וועגווייזער פארן וועלט פאר לאנגע יארן. וויאזוי האבן זיי זיך דערנידערט צו אזא שרעקליכע מצב פון שלעכטס און פארניכטונג???!!!

דער חרדישער ענטפער איז פשוט: "הלכה הוא בידוע שעשו שונא ליעקב"! דער דייטש האט פיינט דעם איד ללא סיבה. א פאנאטיקער וועט צולייגן א מימרא פון א גדול בישראל אז די דייטשן זענען די ריכטיגע איינקלעך לעמלק, וואס אין זייער גענע ליגט שנאת ישראל פאר טויזנעטער יארן. א מיהאלאוויצער איד וועט אפילו קענען אנדייטן אז אדאנק די השכלה, רעפארם, און אסימילירונג פון די דויטשע אסט יודע, איז דארט געווארן אזא חורבן. דער בקי בתורה וועט אפילו אנצייגן דעם באקאנטן מראה מקום אין משך חכמה, אויספירנדיג מיט פאטאס איבער א נבואה שנזרקה בו.


אבער ווען דער קשיא איז שווערער פון תירוץ, דארף מען זיכן עפעס בעסערס.

סוף כל סוף איז אומבאגרייפליך וויאזוי די דייטשע העכערע ראסע, די מענטשליכע מאראלישע דייטשן, האבן זיך אזוי צעווילדעוועט. שרייען "איינגעבאקענע שנאת ישראל מדורי דורות" איז א תירוץ פאר א בת היענה, אבער איך גראב זיך דאך נישט אריין אין ערד, און איך וויל יא א נארמאלע הסבר. וויאזוי קען אזא זאך געמאלט זיין? פון וואו נעמט זיך אזא שנאת ישראל?

די פלא ווערט נאר גרעסער, זעענדיג אז דאס ליגט איבערהויפט נישט אין די דייטשע גענעס. א געווענליכער דייטש היינט צוטאגס, שעמט זיך מיט זיין עבר, עקלט זיך פון די קורצע בארבארישע נאצי עפאכע פון זיין היימלאנד, און עס קומט זיי אפט טרערן זעענדיג וואס די אידן האבן מיטגעמאכט פון זייערע עלטערן. הכלל, ברור אצלי אז עס ליגט נישט קיין שנאה איינגעבאקן ביי זיי. אלא מאי, עפעס א שגעון איז אריין אין זיי פונקט יענע יארן???

נאכמער, די אידן אין דייטשלאנד האבן טאקע געלעבט אויסגעמישט מיט די גוישע שכנים, און זענען להדיא נישט געווען לעול ולמשא ביים באפעלקערונג (ווי אין פוילן), און האבן נישט אויסגענארט דעם גוישע שכן (ווי אין אוקראינא), און זענען אפילו געווען שטארק פאפולער אין געוויסע תקופות בעפאר די קריג. היהפך כושי עורו? וויאזוי האבן זיי זיך אזוי שנעל געטוישט צו בלוטיגע רשעות?


דער ענטפער איז גראדע א גרינגע. עס איז באקאנט דער ווארט פונעם רבי ריי"צ מחב"ד, אז "חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם", גראדע האט אים שוין איינער מקדים געווען מיט דעם גאונות. ה"ה להבדיל - הרשע הנודע לשמצה געבעלס שר"י, וואס האט געזאגט דאס זעלביגע ביים איינפעדימען די נאצישע פראפאגאנדע מאשין. געבעלס האט טאקע גענומען די פראפאגאנדע צו א נייע עקסטרעם. ער איז געווען א געניאס אין זיין פעלד, און האט באוויזן צו מאכן די ראדיא און אלע נייע טעכנאלאיגע אין פראפאגאנדע מאשינען פאר נאצציזם.

עס דארף קלאר ארויסגעברענגט ווערן, אז רוב דייטשלאנד האט מתחילה נישט מיטגעהאלטן מיטן נאצישער אידעלאגיע בכלל, און מיטן פיורער היטלער בפרט. די שיטה בכלליות האט געהייסן עקסטרעם, און היטלער בפרט האט געהייסן אומסטאביל (ערדאגאן/טראמפ אלערט). איי וויאזוי האבן זיי עררייכט שטיצע און געווינען מאכט? דא איז נישט די פלאץ פאר א לענגערע שיעור היסטארי', אבער עס זענען געווען פארשידענע פאקטארן וואס האבן צוזאמענגארבעט און געברענגט געווינטשענע (פארשאלטענע) תוצאות.

עס איז געווען א געמיש פון די כלל'ס אנטריסטונג, אסאך אסאך דייטשע וואנאביס קנאקערס וואס האבן זיך געזוכט א נאמען (און עווענטועל געווארן א קאפ קורצער דורך די זעלבע וואס זיי האבן גרויס געמאכט. השווה - סטאלינס רוסלאנד), א גוט ארגאנזירטע פראפאגאנדע מאשין וואס די רוב הדומם האט נישט אפגעענטפערט, און אזוי אויך - די יסוד היסודות אין אזעלכע פעלער: די עקסטרעמיסטן גייען מיט א פייער פאר זייער אידעלגיע, אבער די נארמאלע מענטשן טאקע מטבעם פארן זיין נארמאל, זיצן און קלאצן און שוידערן איבערן דערקייקלונג, אבער האבן נישט די נערוון צו פירן א מערכה נגדית.

דייטשלאנדס עקאנאמיע האט געליטן גאר שטארק, זונות האבן געהאט מער ארבעט ווי אין פאריז, אסאך עקסטרעמע אידעלאגיעס האבן געווילדעוועט איבער דייטשלאנד, און איין היטלער מיט אפאר וואנאביס האבן געמאכט די מערסטע נויז און בעיקר פארשטאנען די כח פון אומערמידליכע פראפאגאנדע.


ווען מענטשן הערן די זעלבע שטות צען מאל, הונדערט מאל, טויזנט מאל, און מיליאן מאל, הייבן זיי אן צו גלייבן אין דעם ללא רצונם. ס'נישט מעגליך אז א מענטש זאל נישט נשפע ווערן פון א דעת הרבים, און אויב די ראדיא מאשין זאגט איבער די זעלבע געדאנק אין אנדערע ווערטער, וועט דער געדאנק סוכ"ס זיך אנקלעבן אין אים, טראץ זיין אריגינאלע אייגענע געדאנקנס גאנג. א ראי'? קוקטס אן אונזערע אדמור"ים, מ'קארמעט זיי א גאנצע טאג "צדיק" און "רבינו", ביז ער גלייבט שוין טאקע אין דעם...



יארן לאנג איז מיר דאס געווען זייער א שווערע ביטערע פיל אראפצושלינגען. אמער, אביסל נארישע פראפאגאנדע זאל זיך אזוי אריינגראבן ביי נארמאלע מענטשן אין הארץ? פון א הויכקלאסישער אינטעלעגענטע "אינטעלעקטואלע" הויכגעשפריצטע אריער ריינער דויטש, זאל ווערן א בעסטיאלישע מערדער? קיין אינערליכע שנאת ישראל בלויז א מח דחוק וואס האט געגלייבט די נאצישע פראפאגאנדע מאשין? איז עס דען מעגליך???


אבער היינט בין איך ענדליך אויפגעקלערט געווארן, און איך קען זאגן מיטן פולסטן רואיגקייט אז יא! מענטשן קענען איבערגעדרייט ווערן אין גאר א קורצע וויילע, און פון נארמאלע דורכשניטלכע און אפילו אינטעליגענטע מענטשן, קען ווערן א צודרייטער עקסטרעמיסט וואס גלייבט סיי וואס דער "פראפאגאנדע מאשין" פארקויפט.

און א חידוש גאר, אז עס פעלט ניטאמאל אויס יארן פראפאגאנדירן. מיט די ריכטיגע פלאקאטן און אומריכטיגע אינפארמאציע, קען מען ברענגען זעכצן טויזנט האלב-נארמאלע מענטשן, צו טון עפעס וואס גייט קעגן דעם סברא ישרה פון יעדער נארמאלער מענטש - וואס באלאנגט נישט צו "איין שיכט פון איין קרייז" (קרעדיט: [tag]געוואלדיג[/tag]), און טראצדעם וואס די ביליגקייט און מאניפילאציעס און אינטריגעס פון די פאר וואנאביס זענען ידוע לכל - אפילו ביי די גלויביגע אין די פראפאגאנדע זעלבסט, דאך האט עס נישט פארמיטן פון די טויזנטער פארשוינען צו קומען עמטליך אנטיילצונעמען אין א מעמד וואס א חוץ א פרישע טוץ פראפאגאנדע האט עס גארנישט געזאגט אדער אפילו געקלערט אויפצוטון.


ייש"כ זאלוינים פארן מיר אויסקלארן די ספקות איינמאל פאר אלעמאל: איר זענט נישט קיין שוטים, און די נאציס זענען מעגליך ניטאמאל געווען קיין עכטע אנטיסטעמיטן. איר זענט אלע א קרבן פון די כח פון פראפאגאנדע.

ווי וואלט קלינטאן (דער זכר) געלאפן היינט צוטאגס?
"איטס די פראפאגאנדע, סטופיד!"
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

ארי נוהם האט געשריבן:אבער היינט בין איך ענדליך אויפגעקלערט געווארן, און איך קען זאגן מיטן פולסטן רואיגקייט אז יא! מענטשן קענען איבערגעדרייט ווערן אין גאר א קורצע וויילע, און פון נארמאלע דורכשניטלכע און אפילו אינטעליגענטע מענטשן, קען ווערן א צודרייטער עקסטרעמיסט וואס גלייבט סיי וואס דער "פראפאגאנדע מאשין" פארקויפט.

די פראפאגאנדע האט שוין די רבי ז"ל אנגעפאנגען ווען ער האט געעפענט זיין ענדלאזן קאמפ מיט ציונית, די רבי האט אנגעפלאנצט אן אנקזייעטי ביי יעדע סאטמערע איד אין הארץ און מ'דארף נאר אונטערצינדן די קנויט פון אויבן און דער הייבט צו פארפירן.
לא באתי לנצח (שולי)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

דברים עמוקים ברומערישער לייב! טראצדעם וואס איך אלץ גלויביגער איד אינעם אלמעכטיגן גאט און אין זיין תורה שפיר יא אז ס'דא עפעס אין דעם הלכה היא בידוע, און כ'וואלט נישט אזוי פארטיידיגט דעם דויטשן הער מיט א איבערפלוס פון אהבת ישראל אין די גענעס. און ניין, איך בין נישט קיין מיהאלעוויצער אפשטאמיגער, גראדע קום איך פון טיפע שרשים אין דייטשלאנד זעלבסט, עם-כל-זה כדי צו-צו-קומען צו דיין מסקנא דארף מען נישט אזוי הייבן די אידן-ליבשאפט פון דאס דייטשע פאלק.

אבער די צווייטע טייל איז אמת לאמתו, און פראפעגאנדע ווירקט אייביג, מ'זאגט און מ'זאגט ביז מ'ווערט אליינס מטושטש צווישן מציאות און דמיון. ווי פלעגט מען זאגן אין רוסלאנד? מ'זאל זאגן ליגנט מיט אזא פעסטקייט אז ווען מ'וועט אמאל זאגן אמת זאל מען רויט ווערן!!!
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

עפעס א מין לחש דאס ווען מ'וויל עפעס מאכן א דערפון א בער און מאכן פון א נישטידע זאך ווי עפעס א ריזיגע איך וויס וואס טוט מעס לינקן צו דייטשלאנד גלייך

#צודרייט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ארי נוהם: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיין אפשאצונג איבער די אהבת ישראל און מענטשליכקייט פון די דייטשן. איך טוה זיי נאכנישט אבסאלווירן פונ'ם אחריות פאר די רציחות פו די זעקס מיליאן אידן. איך וואלט ענדערש געזאגט אז זיי האבן אין זייערע גענעס א מין קאלטבלוטיגע רציחה וואס שטערט זיי בכלל נישט פון הרג'נען און רצחנ'ען מיליאנען אומשולדיגע מענטשן. און זיי קענען ווייטער בלייבן אינטעלעקטואלע און הויך-שטאפלענדיג מענטשן. די גרעסטע דאקטוירים און פראפעסארן ביי די דייטשן האבן זיך דירעקט אדער אומ-דירעקט באטייליגט אין די רציחות. אדרבה. דאס דארף אונז באזארגן. אז די נארמאל-אויסזעהענדע מענטשן קענען פון איין מינוט צו די צווייטע באגיין די גרעסטע און בלוטיגסטע רציחות אן קיין טראפ הארצקלאפעניש אדער געוויסנסביסן. ס'איז דא א סצענע אין די בארימטע פילם ..."שינדלער'ס ליסט":...ווי דער נאצי עס-עס'ניק, בשעת ער האלט אינמיטן פארטרייבן די אידן פון קראקא מיט די גרעסטע מאס אכזריות באגלייט פון בילנדיגע הונט, קען זיך נישט צוריקהאלטן פון אפשפילן א שיין שטיקל פון וואגנער אדער באך, ווען ער באגעגנט א פיאנא אין איינס פון די באראבעוועטע אידישע הייזער...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ר׳ בערל האט געזעהן א מאווי...

אלזא רעכענט ער זיך נישט מיט די ״פאקטן״ און קען זיך נאכאלץ נישט איבערקומען...

די דייטשען זענען די ״איינציגסטע״ פאלק אין ״דער וועלט״ וואס זענען מודה ומתודה אז זיי זענען געוועהן אמאל רוצחים! זיי זענען די איינציגסטע וואס באצאלן נאך היינטיגע טעג ״פארגיטונג געלט״.
די אמעריקאנע פאסט בכלל נישט מודה צוזיין אין זייערע חטאים סיי מיט די שווארצע און סיי מיט די נאטיוו-אמעריקאנער (אינדיאנער) וואס זיי האבן געהארגט אין די צענדליגער מיליאנען...

די היינטיגע דייטשן זענען די גרעסטע שטיצער פאר ״מדינת ישראל״...! די גרעסטע! די גרעסטע אוהבי ישראל היינטיגע צייטן זענען די דייטשן..!


שיין זעהן מיר אויס ווען דו בויעסט דיין גאנצע יסוד אויף א האליוואד מאווי...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

פונקט נעכטן זאגט מיר מיין זוהן אז שבת האט אים זיין מאמע נישט געלאזט גיין שפילן אין פארק ווייל עס זענען דא צופיהל גוים.

איך האב אים געזאגט אז מיר זענען לאקי אז די גוים לאזן אונז נאך אריין אין די פארק ווייל די דייטשן אין גרמניה האבן נישט. איך האב נאכדעם געפרעגט וואס ער טראכט א נישט-אידישע מאמע טראכט צו זיך ווען זי זעט די אידישע מאמעס לאזן זייערע קינדער נישט שפילן מיט זייערע קינדער?

ס'דערמאנט מיר פון יענער וואס מיינט אז ער נעמט נקמה דערמיט אינדעם דייטש.

איך וויל שוין היינט נישט מיינע קינדער זאלן שפילן מיט חסידישע קינדער...

און צו מיר האב איך געטראכט, וואס איז דאס אנדערש פונוואס די דייטשן האבן געטוהן? ביידע טועהן אין התבדלות.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ארי נוהם איז גערעכט, נאר איין הערה, פראפאגאנדע​ גייט אהן יעדעס וואך וואס דער אידישער צייטונג קומט ארויס, פראפאגאנדע פאר די יסודות פין דער חסידות, פראפאגאנדע פאר די אנגייענדיגע אקטיוויטעטן, און די מענטשן וואס ליינען דאס ווילען דאס און זוכען דאס.

אזוי איז עס, אין די גענעס פין מענטשן ליגט א רצון צו זיין בהכנעה, און נישט צו גיין קעגן דער שטראם, נאר מאנכע יחידים וואס זענען יא גרייט, און זיי כאפען זיך געווענליך צו אויף דער לאקאמאטיוו און פירען דער באן למחוז חפצם, און דער גאנצער עולם שרייט היידא היידא.

אוודאי איז די דייטשן געוועהן פראפאגאנדע, אבער נאך די פראפאגאנדע איז געווען נאך עפעס, א רצון מסכים צו זיין און איינטייל נעמען אין די הריגות, מען האט נישט געצווינגן אויף דעם, און דער וואס האט געוואלט שטיין אין דער זייט האט געקענט.

און דער זעלבער איז היינט אין דיין פראפאגאנדע מאשין, ווילסט נישט רעדען קעגען דיין מאשין? רעד נישט, פארפיר נישט, אבער שטופ נישט מיט, זיי נישט קיין נוצבארע אידיאט וואס שאקעלט מיט אויף יעדעס משוגעת וואס אפאר חרטומים קלערען זיך אהן און דריקען אין זייער פראוודא.

און יא, דיינע קינדער זענען פארלוירן אויף אייביג.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: די פאבינדונג פון נאצי-דייטשלאנד עפאכע און "בארקלעיס סענט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קודם א שטיקל מחאה. ס׳איז קולטוריש אנגענומען אז צושטעלונגען צו די נאציס הייסט גרינג געשעצט דער האלאקאוסט. צושטעלען סאטמאר צו זיי איז אביסל איבערגעטריבען.

ס׳דוכט זיך אז די פסיכולוגען האבען פארטייטשט דער ענין פון די דייטשער פאלק אין אן אנדערען אופן. זיי האבען געטענה׳ט אז די דייטשער פאלק איז א פאלגזאמער פאלק, וואס זענען אונטערטעניגט צו אטאריטעט. ווען דער פוהרער הייסט, איז עס א פארברעך און א שלעכטס צו טראכטען אנדערש. דעריבער האבען זיי געלאזט זייער מענטשליכקייט גייען וטען דער פוהרער האט זיי אזוי געהייסען. (דאס איז אפשר דא אויך א צושטעל)

טאמבל סאס - ווען דו פארשטייסט נישט דער חילןק צווישען אן אויסדערוויילטע פאלק, וואס איז געוויילט צו געוועלדיגען אויף יענעם, און אן אויסדערוויילטע פאלק וואס איז געוויילט צו דינען דער באשעפער, האב איך רחמנות אויף דער אומשולדיג קינד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ס׳דוכט זיך אז די פסיכולוגען האבען פארטייטשט דער ענין פון די דייטשער פאלק אין אן אנדערען אופן. זיי האבען געטענה׳ט אז די דייטשער פאלק איז א פאלגזאמער פאלק, וואס זענען אונטערטעניגט צו אטאריטעט. ווען דער פוהרער הייסט, איז עס א פארברעך און א שלעכטס צו טראכטען אנדערש. דעריבער האבען זיי געלאזט זייער מענטשליכקייט גייען וטען דער פוהרער האט זיי אזוי געהייסען. (דאס איז אפשר דא אויך א צושטעל)


Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אין רוסלאנד איז דאס זיכער געווען אמת, אין דייטשלאנד אויך? א חלק פון זיין געלערנט מיינט אז נישט אייביג איז די אוטאריטעט גערעכט...!
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: די פאבינדונג פון נאצי-דייטשלאנד עפאכע און "בארקלעיס סענט

שליחה דורך אונטער חכם »

דער צושטעל דא איז לענ"ד זייער נאריש. אויב דו פארשטייסט אז פראפאגאנדע קען ברענגען מענטשן צו אוועקגעבן אפאר שעה און פארן צו א סטעדיום (צוזאמען מיט די פאן וכו') פארשטייסטו שוין אויך וויאזוי פראפאגאנדע קען ברענגען מענטשן צו הרג'ענען מיליאנען אומשולדיגע מענטשן?
עס איז נישט גוט אפילו פאר א ווערטל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אונטער חכם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

די פארבינדונג פון נאצי-דייטשלאנד עפאכע און די "מאה שערים" פא

שליחה דורך shem-tov »

יעצט זאלן די נאציס מזרע עמלק די ציונים ימ"ש שרייען נאצי דייטשלאנד אויף די ארימע געמיינדע יודן וואס קומען זיך פרידלעך צאם אין א זאל ערגעץ אין גלות און שרייען אויס זייער ווייטאג זיי שלאגן נישט זיי כאפן נישט קיינעם זיי שרייען בלויז שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד נעמט אראפ אייערע גוישע הענט פון עם ישראל רובא דרובא פון כלל ישראל זענען שוין ליידער פריי וואס נאך ווילסטו. לאז אפ די הייפעלע יודן אין ארץ ישראל וואס ווילן בלייבן געטריי צום באשעפער און צו זיין תורה פונקט ווי זייערע עלטערן האבן זיך געהאלטן אין אלע שווערע גלות פאר טויזענטער יארן און זיך געלאזט מוסר נפש זיין אסאך פאר די "יודישע" מדינה איז נולד געווארן. וואס איז געשען האסט נישט גענוג סאלדאטן פונעם פרייען עולם ווייל זיי זענען אויפגעקלערט און האלטן נישט ביים האבן קיין זרש"ק קומסטו כאפן אונזערע קינדער גיי קראך אריין אין ים סוף און גיי דיר צוזאמן מיט די נאציס אבער נעם די אראפ די לאפעס פון אונזערע קינדער דאס איז אונזער פאזישען שוין פאר טויזענטער יאר מיר ברויכען נישט קיין ברעינוואשערס עס האט זיך גארנישט געטוישט

Here is your Nazi Germany connection you idiot
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלעס פיין און וואויל, אבער נישט קיין נאציס פליז
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שםטוב

און למשל מען וואלט געוועהן אין א קליינער באנגאלא קאלאניע, און עס קומען כוליגאנעס כסדר אטאקירן, און מען מוז שטיין שמירה, פארשטייסט די אויך אז דער צדיקלעך הם ובניהם ותלמידיהם זענען אויך פטור פין זיין שמירה? נאר די "פשוט'ע" המון עם, זיי מוזען זיך מוסר נפש זיין?

טאמער יא, איז עס ווייל די האפסט צו זיין דער פין די צדיקלעך.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שבת אחים האט געשריבן:ר׳ בערל האט געזעהן א מאווי...

אלזא רעכענט ער זיך נישט מיט די ״פאקטן״ און קען זיך נאכאלץ נישט איבערקומען...

די דייטשען זענען די ״איינציגסטע״ פאלק אין ״דער וועלט״ וואס זענען מודה ומתודה אז זיי זענען געוועהן אמאל רוצחים! זיי זענען די איינציגסטע וואס באצאלן נאך היינטיגע טעג ״פארגיטונג געלט״.


די דייטשן זענען אויך די "איינצוגסטע" פאלק אין "דער וועלט" וואס האבן פארטיליגט 6 מיליון יודן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאצקע ציקער: ייש"כ. דער שבת אחים באטשי איז אזא נאאיווער גוטער און זיסער יודעלע אז ווען ער וואלט געלעבט אין די תקופה פון די נאציס ימ"ש וואלט ער אליינס ארויפגעגאנגען אויף די טרעינס מיט א גרויס התלהבות און ער וואלט נתפעל געווארן פון זייער העפליכקייט ביים טיילן זייף און א האנטוך לעבן דעם טויער וואו ס'שטייט אויפגעשריבן ...,זה השער לה' צדיקים יבואו בו"... ער וואלט געזאגט. אזעלכע פיינע און העפליכע מענטשן די דייטשן. זיי געבן אפילו זייף און א האנטוך מיט א שמייכל. א זאך וואס מיין מקוה איד טוט אפילו נישט. מסתמא געבן זיי טועמיה מיט פיינע קאלטע סעלצער אויף די אנדערע זייט. נאכ'ן גיין אין מקוה...!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איך פארשטיי אז ס'געווען פראפאגאנדא אבער פראפאגאנדא מאכט אז מען זאל הארגענען מיט מיתות משונות אן א געוויסן ביסן? איך פארשטיי אז מען האט געפלאדערט א גאנצן טאג אויפן ראדיא ווי מענטל יודן זענען אבער דאס וואלט געווען א תוצאה אז זיי זאלן פיינט האבן אבער נישט צו הארגענען.

לדעתי קימט די רציחות פון א געוויסע "פארמאכקייט" וואס די דייטשן האבן דעמאלטס געהאט ענדליך צו די צפון קאריע מענטשן
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

אונטער חכם האט געשריבן:דער צושטעל דא איז לענ"ד זייער נאריש. אויב דו פארשטייסט אז פראפאגאנדע קען ברענגען מענטשן צו אוועקגעבן אפאר שעה און פארן צו א סטעדיום (צוזאמען מיט די פאן וכו') פארשטייסטו שוין אויך וויאזוי פראפאגאנדע קען ברענגען מענטשן צו הרג'ענען מיליאנען אומשולדיגע מענטשן?


גראדע דער צושטעל פארשטייט איך יא, [tag]ארי נוהם[/tag] וויל סך הכול ארויסברענגן א "קאנסעפט" וואס קען גילטיגן ביי ביידע פעלער און קען זיין דער גורם וואס האט באאיינפלוסט מענטשן צו גלייבן און צו טון זאכן וואס האבן נישט קיין שום גרונט. אבער בארעכטיגן די דייטשן און זיי נוצן אלס א משל, על זה אנו דנים. וכבר אמרו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של בשר, ווארשיינליך איז דער נעכטיגער כינוס געווען א קופה של בשר אין די אויגן פונעם לייב אז ער האט מנהם געווען אזא נהימה גדולה, ארי' יירא, מי לא שאג?
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

שבת אחים האט געשריבן:ר׳ בערל האט געזעהן א מאווי...

אלזא רעכענט ער זיך נישט מיט די ״פאקטן״ און קען זיך נאכאלץ נישט איבערקומען...

די דייטשען זענען די ״איינציגסטע״ פאלק אין ״דער וועלט״ וואס זענען מודה ומתודה אז זיי זענען געוועהן אמאל רוצחים! זיי זענען די איינציגסטע וואס באצאלן נאך היינטיגע טעג ״פארגיטונג געלט״.
די אמעריקאנע פאסט בכלל נישט מודה צוזיין אין זייערע חטאים סיי מיט די שווארצע און סיי מיט די נאטיוו-אמעריקאנער (אינדיאנער) וואס זיי האבן געהארגט אין די צענדליגער מיליאנען...

די היינטיגע דייטשן זענען די גרעסטע שטיצער פאר ״מדינת ישראל״...! די גרעסטע! די גרעסטע אוהבי ישראל היינטיגע צייטן זענען די דייטשן..!


שיין זעהן מיר אויס ווען דו בויעסט דיין גאנצע יסוד אויף א האליוואד מאווי...

דייטשלאנד איז אן אוהב ישראל? געב מיך א ברעיק.

http://www.foxnews.com/opinion/2017/05/ ... opped.html

http://m.jpost.com/app/article/408201

http://www.haaretz.com/israel-news/.pre ... B528593C36

https://spectator.com.au/2017/05/german ... on-israel/

דארפסט נאך?
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: די פאבינדונג פון נאצי-דייטשלאנד עפאכע און "בארקלעיס סענט

שליחה דורך החוקר »

14 אידן? 14 אידן??? האבן געזען א צושטעל פון ערליכע אידן אן עדה קדושה, צו נאציס און געטראכט, יא איך גלייך דאס לאמיר געבן א לייק.

איך שטוין!

איך טוה נישט מחולק זיין מיט די קראפט און שטארקייט וואס פראפעגאנדע פארמאגט, אמת, מ'קען פירן טויזענטער, מיליאנען מענטשן ביי די נאז, אבער דאס צו פארגלייכן צו די נאציס???

איך געב דיר אויך גערעכט אז קען אפשר זיין די דייטשן זענען בעצם נישט געווען קיין אנטיסעמיטן, אבער זיי צו פארגלייכן צו די תמימות'דיגע סאטמורים? זאג דו האלטסט אז א סאטמארער איד, בעסער, א רעבעזיכרוינעלעבוכע איד, וואלט אזוי גרינג פארגאזט סתם עמך ציונים (איך רעד נישט פון קיין גרויסע שישקע ווי ביבי וכדו'), ווי דער דייטש האט געטון פאר אונזערע ברודער, מענער פרויען און קינדער.

לשיטתך, ווילסטו אויך פארגליכן די טויזענטער אידן, וואס האבן מנדב געווען, צוויי וואכן צוריק, איבער א האלב מיליאן דאלער צו ראטעווען א ווייבל'ס לעבן, אלס א צושטעלן צו די נאציס און א ראיה אויף די כח פון פראפעגאנדע? וואס דו הייבסט אויגן? האסט א הו"א אז אן פראפעגאנדע וואלט זיי נישט געמאכט anywhere near די געלטער?

מיין הארץ שטורעמט ווי א איד (און נאך 14) קוקן אן -די טראנפארמאציע פון א "מאראלישער, פארגעשריטענער אינטעליגענטער פאלק", צו בעסטיאלישע בלוט-דורשטיגע רוצחים, און אפאר טויזענט אידן וואס האבן אוועקגעגעבן א קארגע פאר שעה אין א גרינעם זונטאג אויף אביסל שטותים- און קלערט יע סעים שיט.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

העלאו, איינער האט דא צוגעשטעלט סאטמאר צו נאציס? מען האט געמאכט א ציפעדיגע (און לדעתי) א ריכטיגע צושטעל לגבי די פאוער פון פראפעגאנדע, וזהו.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געוואלדיג: אבער ווען איינער איז תולה די סיבה פאר די מאסן רציחות און השפלות וואס דאס אידישע פאלק איז אדורך דורך די דייטשן, ימ"ש בלויז אין פראפאגאנדע טוט ער אבסאלווירן דאס גאנצע עמלק'ישע פאלק פון פערזענליכן אחריות...! און כל שכן וק"ו אויב מ'טוט צו גלייכן די הצלחה פון א כינוס וועלכער האט יא, אדער נישט אויסגעפעהלט צו די אויפפיהרונג פון א מערדעריש פאלק אלס א פועל יוצא פון פראפאגאנדע. דאס איז די העכסטע מאס פון אבסורד...!

דער כינוס אין בארקלעי'ס צענטער האט קיינעם נישט געטשעפעט (אויסער די ציונים וועלכע עקזיסטירן נישט, פארשטייצעך.) ס'האט געגעבן א געלעגנהייט פאר דעם אנגעשטרענגטן עולם זיך א ביסל אויס צו לופטערן אין א שיינעם זונטיג נאכמיטאג. קיין איין נברא וועלכער איז דארט געווען נעכטן נאכמיטאג רעדט זיך איין אז די פארזאמלונג גייט עפעס טוישן אין די פאליסיס פון מדינת ישראל...! ס'האט סך הכול געשטופט די אגענדא פון איין צודרייטן פארשוין, וועלכער פיהלט יעצט אז ער איז ארויף אויף די פאליטישע מאפע....האללו... וואו ביסטו געווען (מיט דיינע בחורים און יונגעלייט) ביז היינט....?! ער האט נהנה געווען משולחן איזבל פונקט אזוי ווי א יעדער איינער. און דא קומט ער פלוצלינג שפילן קנאות...! וואו איז ער געווען ביי אלע מערכות קדשי ישראל וואס סאטמאר און די עדה החרדית און תולדות אהרן האבן געפיהרט די אלע יארן...?!
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: די פאבינדונג פון נאצי-דייטשלאנד עפאכע און "בארקלעיס סענט

שליחה דורך גר ותושב »

צו די אלע וואס זענען זייער אנגעווייטאגט אויף די נאצי צושטעל וויל איך פרעיגן א קשיא זענט עטס אמאל געוועין ביי א פראטעסט אין מאה שערים?
האט עטס אמאל געזעין וואס געשעט ווען א אגד באס פארט אדורך מאה שערים?
ווייסט עטס וויפיל צעקות "נאצים" קומען פאר טאג טעיגליך אין מאה שערים?
און קום מיר נישט זאגן אז עס קומט זיך זיי ווייל די וואס כאפן די פעטש וואלטן שוין לאנג דערשאסן געווארן דא אין אמעריקע ווען זיי טוהן דא דאס וואס זיי טוהן דארט און נישט נאר מיט א קויל נאר דורך געלעכערט ככברה.
פארשפארט