ויהי ממחרת

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]

ויהי ממחרת

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]די מעלה פון קאווע שטיבל איז מ'קען בלייבן אביעקטיוו, אויסדריקן די אייגענע מיינונג, און טראכטן גראד אן ווערן צענזורירט פון די ארום, טראכט איך אז דא איז די פאסיג פלאץ צו לופטערן מיינע מחשבות נאכן בארקלעיס מחאה.

איך בין לכאורה געווען פון די ערשטע דא אין שטיבל אויפצוברענגן מיינע ספיקות איבערן מחאה אויף וואס זיי רופן אן די גזירה פון גיוס בני ישיבות, און מיינע אלע ספיקות איבערן עצם גיוס זענען במקומם עומדת (כאטש כ'בין אביסל מער צעמישט), כ'האב מיר נישט באטייליגט דארט, אבער כ'קען נישט צוקוקן ווי מענטשן האבן נעבעך נישט די מעגליכקייט פון טראכטן נארמאל.

ס'איז קלאר אז ס'איז דא פארשידענע דיעות איבער דעם גאנצן מחאה, ס'איז דא אסאך קרייזן סיי פון סאטמאר און סיי פון ארץ ישראל וואס איז זיי געגאנגען בנפשם דאס זאל זיין א דורכפאל, זיי האבן געטוהן אלעס מעגליך אז דאס זאל נישט צושטאנד קומען, פון די נישט סאטמארע פראקציעס איז געקומען א אפענע מלחמה מיט דעם מחאה, ווער ס'איז אביסל אריינגעטוהן אין די אידישע מידיע וועלט האט באגעגנט יעדן טאג א פרישער ארטיקל אין די היימישע ישראל'דיגע פרעסע מיט ליצנות און מחאות קעגן דעם כינוס, ווי אויך האבן זיי זיכער געמאכט אז די לעיקוואדע ראש ישיבות באטייליגן זיך נישט, די יתד און המבשר זענען נישט געזיצן שטיל קיין רגע פון ווען דער מחאה איז פראקלאמירט געווארן, אין ככר השבת איז דאס געווען אויף די טאפ נייעס פאר ס'לעצטע צוויי וואכן, כמעט יעדן טאג איז געווען א פרישער ארטיקל, טייל טעג אילו צוויי אדער דריי ארטיקלן, מ'האט זיכער געמאכט צו פארטייטשן אז דאס איז א מחאה קעגן רב שטיינמאן אפצוהאלטן מעסיגע מענטשן פון אהין גיין (דער צעדרייטער וועבזייטל וואס רעדאגירט יעדע תגובה צום טיטל 'אלטער ראש ישיבה פון בני ברק' איז ווערט א ארטיקל פאר זיך) און כל מיני תחבולות צו שטערן דעם כינוס.

פון די קרית יואל'ע פראפעגאנדע מאשין וואס איז אגב זיס ווי צוקער איז אויך געקומען יעדע דריי מינוט א פרישע ספין, ש. ווידער האט זיך יעדע דריי מינוט געטוישט די נאמען אויף וואטס אפפ, איינמאל פאר "עי ענד עס פארטי רענטל", איינמאל פאר יעקב בער ועוד ועוד, און געשיקט סקרין שאטס וואס האט געקאסט א לאך ביי יעדעם, זיי האבן אפילו מסכים געווען צוריקצוציען פונעם גאנצן גזירות גיוס וואס זיי האבן נאך פארפירט דערקעגן א וואך בעפאר, זיי האבן פארשפרייט כל מיני שמועות און בריוו'ן, אנגעהויבן פון אהין ברענגן נורסערי קינדער, אנטוהן ווייסע העמעדער, שווארצע ליילעכער, בריוו'ן פון רבנים פארן מחאה צו זיכער מאכן אז ס'קומט א הכחשה, איכה נוסחאות, קינות און פיוטים, מעלדונגן און אנווייזונגען, אויסצוגן פון שמועסן ביי רז"ל אין שטוב, וכל מיני ארטיקלן וואס יעדער וואס טוט אין שרייבעריי און קען צוזאמשטעלן שפראך פון שרייבער ווייסט אז דאס איז בלאט לשון, רוב פון זייערע זאכן איז געווען עכט פאני, איי מאסט הענד איט טו דעם, זיי האבן טעלענט, שוין לאנג נישט געווען אזעלכע געלונגענע ארט אויף וואטס עפפ, אז מ'קען קען מען. ביז די לעצטע מינוט איז דער ליצנות געווען גרויס, ס'איז געקומען ליידיגע בילדער און וואס נישט. אבער ס'קומט אייביג דער ויהי ממחרת, וואס איז יעצט?

מ'דארף קענען בלייבן אביעקטיוו, דער רז"ל האט באוויזן עפעס אומגלויבלעך, ער האט צוזאמגעשלעפט א ערענסטער מאסע אידן, ער האט צוזאמגעשלעפט א מאסיווער נומבער פון סאטמאר געשטימטע רבנים, ער האט באוויזן איבערצוקומען די אלע שטיינער וואס מ'האט אים אונטערגעלייגט, ער האט אנגעפילט דעם זאל וואס ער האט געוואלט אנפילן, אצינד לאכט ער א גוטס. די אלע דזשאוקס ארום איז געלייגט געווארן אין שאטן קעגן דעם איינעם גרויסן דזשאוק וואס ער האט באוויזן, ער איז דער ערשטער און דער איינציגסטער וואס האט צוזאמגעשלעפט אזויפיל אידן און אזויפיל רבנים אין אמעריקא פאר א צוזאמקום וואס ווערט געשטיצט דורך א איינצעלער קרייז און האט א קעגנערשאפט פון פיל צאליגע גרויסע קרייזן.

יעצט הייבט אן קומען די אלע קארני מעסעדזשעס ווי נתניהו געבט אויף די מדינה, מ'האט אהיימגעשיקט אלע היימישע פון צה"ל ועוד, אבער דאס איז געפערליך לוזעריש. בלייבט אביעקטיוו! אלע דזשואקס זענען גוט געווען ביז היינט נאכמיטאג, אצינד זענען זיי אלע א טאטאלע דורכפאל![/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך פיינע קאווע »

אלעס וואס דו שרייבסט איז אמת. איין הערה'לע דער רז"ל האט נישט אהער געשלעפט. זיין פ.ר. קאמפאני האט גענומען טויזענטער פארווייטאגטע אידן. וואס ווייטאגען אין אמת בענין הגיוס און געשלאגן דערמיט קאפיטאל. פרעג צושטיל א באזעסענער רז"ל חסיד צו דער רבי זיינער גיבט א הוט פאר די גיוס דער ענטפער וועט זיין לא מיט א אלף
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פיינע קאווע האט געשריבן:אלעס וואס דו שרייבסט איז אמת. איין הערה'לע דער רז"ל האט נישט אהער געשלעפט. זיין פ.ר. קאמפאני האט גענומען טויזענטער פארווייטאגטע אידן. וואס ווייטאגען אין אמת בענין הגיוס און געשלאגן דערמיט קאפיטאל. פרעג צושטיל א באזעסענער רז"ל חסיד צו דער רבי זיינער גיבט א הוט פאר די גיוס דער ענטפער וועט זיין לא מיט א אלף

ווי זעהסטו ער שרייבט אז רז'''ל האט דאס געמיינט לשם שמים? ער ברענגט ארויס א גאר שטארקע נקודה אז רז'''ל האט באוויזען דאס וואס יעדער האט געהאלטן פאר אוממעגליך.

וואס זיין כוונה איז איז א צווייטע שמועס. ווער טוט דען יא לש''ש? ווער לערנט דען יא תורה לשמה?
דאס וואס זיין מעסיגע חסיד פארציילט דיר איז דערפאר וואס ביי זיי איז די רבי נישט קיין אפגאט ווי רוב אנדערע חסידות.

למעשה איך האלט עס באדערט עם יא ער לעבט מיט די רבי זצ''ל ווי מען האט היינט געהערט אין זיין דרשה, א זעלטן גוטע דרשה דברים יוצאים מן הלב, צו וועלכע ''מעסיגע'' חסיד איך האב גערעדט האט זייער משבח זיין דרשה אלס דברים היוצאים מן הלב.

למעשה ער איז א איש המעש שאפט מיליונען יערליך פאר מוסדות אין אר''י זארגט זיך פאר ילדי פראנקרייך און טוט למעשה, די פילטער וואס רוב חרדישע קהילות אינקלודעט גדר און טעג איז זיין קרעדיט,

דער אייבירשטער העלפט עם און ער האט הצלחה חוץ לדרך הטבע.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

פיינע קאווע האט געשריבן:אלעס וואס דו שרייבסט איז אמת. איין הערה'לע דער רז"ל האט נישט אהער געשלעפט. זיין פ.ר. קאמפאני האט גענומען טויזענטער פארווייטאגטע אידן. וואס ווייטאגען אין אמת בענין הגיוס און געשלאגן דערמיט קאפיטאל.

ס'איז אמת ער האט גיט געניצט אלע אידן וואס ווייטיגן וועגן די גיוס געזעץ
א בושה איז געווען די עטליכע מאל וואס די ציבור האט געשפירט אז מען ניצט זייער ווילן צו אויסדרוקן ווייטאג אויף די גזירה און מען געט דערמיט קרעדיט פאר איין יחיד
די קרעדיט קומט צו יעדן איד וואס לבו ער צו הערן די ווייגעשריי פון אידן בארה"ק.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

האב איך שוין געהערט די זעלבע ביים כנוס כלל ישראל אז ווען נישט רז"ל וואלט גארנישט געווען און ער האט באמת געהאט א גרויס חלק אין די כנוס ער האט אנגעצינדן די פייער ביי סאטמאר און ביי אלע נאנטע צו סאטמאר צו גיין צום כנוס

אויב שוין יא אביעקטיוו געטראכט

רז"ל האט שוין געשלאגן קאפיטאל און מסכים צום מציאות אז אליין קען ער גארנישט און ער מוז זיך אלס סומך זיין אויף א צווייטן און בעיקר רייט ער אויף דעם אז ער נעמט ארויס די באהלטענע נקודה די אהבה מוסתרת צו זיין ברודער

און דאס האט ער נאכאמאל באוויזן
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

גאנצל האט געשריבן:האב איך שוין געהערט די זעלבע ביים כנוס כלל ישראל אז ווען נישט רז"ל וואלט גארנישט געווען און ער האט באמת געהאט א גרויס חלק אין די כנוס ער האט אנגעצינדן די פייער ביי סאטמאר און ביי אלע נאנטע צו סאטמאר צו גיין צום כנוס

אויב שוין יא אביעקטיוו געטראכט

רז"ל האט שוין געשלאגן קאפיטאל און מסכים צום מציאות אז אליין קען ער גארנישט און ער מוז זיך אלס סומך זיין אויף א צווייטן און בעיקר רייט ער אויף דעם אז ער נעמט ארויס די באהלטענע נקודה די אהבה מוסתרת צו זיין ברודער

און דאס האט ער נאכאמאל באוויזן


איך וויל וויסן צו איך האב גוט פארשטאנען, רזל האט יעצט געוויזען אז ער קען נישט אליין ?? די ביסט א דזשיניעס..
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

די פאקט איז אז די לעצטע פאר טאג האבן אלע זיינע פרענדס זיך צוגעשטעלט צו אים

איך האב נישט געמאכט קיין פארפירישע צעטיל פון אדמור מסקולען צו ציען א עולם...........

בלויז קלארער צו מאכן רז"ל האט זיך געשטעלט אויף א ליניע זינט ער איז געווארן רבי אז ער גייט צאםנעמען אלע סאטמארע וואס האבן זיך נישט צוגעשטלעט צום ברך משה און מיט זיי גייט ער פירן א הנהגה דאס האט ער געטון נאכאמאל וואס האט ער דא מחדש געווען ?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ס׳איז קלאר אז רז״ל האט נעכטן געהאט א מורא׳דיגע סוקסעס ער האט איבערגעקומען אלע שטיינער אין זיין וועג, וואס עס האט מיט קוב״ה ווייס איך נישט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא, אינערהאלב סאטמאר זעלבסט, האט רז"ל געוויזען אז ער איז סאטמארער רבי. די אלע וואס שטעלען זיך צו צו סאטמאר, האבען זיך צוגעשטעלט צו איהם. אבער לגבי די מחאה זעלבסט איז עס א דורכפאל. למעשה האבען קיין שום עכטע פרעמדע זיך נישט צוגעשטעלט, און קיינער האט דער זאך נישט אנגענומען ערנסט.

לדעתי, ווען קיינער קומט נישט און די זאליס זעלבסט פיהלען כאילו ס'איז אן אויסגעשפילטע זאך, וואלט ר' אהרן זיך געפיהלט גרויס. ווען אלע קרייזען קומען אן, וואלט רז"ל געפיהלט גרויס. אזוי איז יעדער אויסגעשפילט. ברוך שעקר......
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא, אינערהאלב סאטמאר זעלבסט, האט רז"ל געוויזען אז ער איז סאטמארער רבי. די אלע וואס שטעלען זיך צו צו סאטמאר, האבען זיך צוגעשטעלט צו איהם. אבער לגבי די מחאה זעלבסט איז עס א דורכפאל. למעשה האבען קיין שום עכטע פרעמדע זיך נישט צוגעשטעלט, און קיינער האט דער זאך נישט אנגענומען ערנסט.

לדעתי, ווען קיינער קומט נישט און די זאליס זעלבסט פיהלען כאילו ס'איז אן אויסגעשפילטע זאך, וואלט ר' אהרן זיך געפיהלט גרויס. ווען אלע קרייזען קומען אן, וואלט רז"ל געפיהלט גרויס. אזוי איז יעדער אויסגעשפילט. ברוך שעקר......

פארוואס ווען די ליטאים און אגודה שטעלן זיך נישט צו הייסט דאס א דורךפאל?
יעדער ווייסט די סיבה פארוואס דאס מאל האבן זיי זיך נישט צוגעשטעלט מחמת די דרוק פון בני ברק', יעדער האט געזען די היסטארישע בריוו ווי די ראשי ישיבות שרייבען מיט אייפער וועגען די גזירה, און קיין תשובה האבן זיי נישט באקומען, יעדער האט מיטגעהאלטן אויף סאשעל מידיע ווי שטארק מען האט זיכער געמאכט אז די ליטאים זאלן זיך נישט צושטעלן.

און דאס האט מען שוין געוויסט א וואך צוריק אז די פרעמדע שטעלן זיך נישט צו, ממילא צוגייענדיג צום כינוס איז שוין קיין רעדע נישט געווען פון די פרעמדע.

רז''ל האט אינטערגעשאצט זיין כח און געווען באזארגט אז עס זאל זיין א ציבור נאכדעם וואס זיין ברודער האט זיך בשום אופן נישט געוואלט צושטעלן אן קיין געהעריגע סיבה, האט ער זיך געוואנדן צו פאפא און פראבירט דאס מזל למעשה האט ער עם אפגעזאגט זיך נישט וועלנדיג פוגע זיין הכבוד האגודה.

למעשה צוגייענדיג צום כינוס האט יעדער געוויסט אז דאס איז קיבוץ פון איין קהילה בישראל און קיינער האט נישט געהאלטן אז עס גייט זיין א סוקסעס.

למעשה האט ער געהאט א שטויענדע היסטארישע סוקסעס פון אלע עספעקטן. אנגעפאנגן ביי די רבנים וראשי ישיבות היבש קאלירפול ווי ר' אהרן שעכטער הרב לעווין הרב ראבינאוויטש און די בריוו פון ר' אהרן פרלוב שוין יא פון די מעינסטריעם ביי זיי ספעציעל פאר די כינוס.

און די חסידישע רבנים ווי ר' משה מנחם ווייס פאפא דיין כאטש זיין קהילה האט זיך בפירוש נישט צוגעשטעלט כוונות הלב קארלסבורג טענקא ר' בנימין לאנדא וכו'
און די זייטיגע רבנים ווי ר' שלמה רובין ר' חיים שפיגל פון מונסי האבן קיין שייכות מיט סאטמר-זאלוינים דאס ווייזט אויף די ערענסקייט פון די מענדל.

און אדמו''ר מפשעווארסק וואס האט געהאט שטארקע דרוק נישט זיך צו באטייליגן און שמועות האבן קארסירט אז ער דארף אוועקפארן... למעשה זיין ערשיינונג איז געווען א סימבאלישע נצחון פאר רז''ל

און די ציבור איז געווען א זעלטן ערענסטע ציבור באיכות ובכמות נישט די טיפיקל זאלונישער פענימער, מיטל יעריגע אידן זקנים אריבער די שמונים ותשעים זענען געזיצן צוגעשמידט פאר אריבער 3 שעה.
פאר די עלטערע האט דאס דערמאנט פון מעדיסאן סקווער גארדן ביים רבי'ן זכרונו לברכה.
די עולם איז געזיצן מיט אז זעלטערע ערענסקייט בכלל נישט ווי מען איז געוואוינט ביי מחאות... די ריינקייט האט זיך געשפירט אין די אוויר.

אפי' רז''ל וואס די עולם איז נישט געוואוינט צו הערן פון עם שטארקע דרשות איז דאס מאל גאר שטארק ארויסגעקומען מיט שטארקע דברים יוצאים מען הלב.

אויב האבן די אגודה געמיינט אז ענדליך האבן זיי סאטמר רב אין קר''י אלס א שותף און מיט די ריכטיגע צוגאנג קען מען עם פארדרייען מיט דברים של מה בכך.
האבן זיי יעצט איינגעזען אז סאטמר איז חי וקים און די ממלא מקומו וועט זיך נישט לאזן פארפירן און וועט נישט אפטרעטן פון די וועגען פון מרן רבינו זצ''ל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די סבה מ'האט זיך נישט צוגעשטעלט פון די ליטווישע קרייזען איז ווייל מ'זעט איין אז ס'איז בלאף. קיין דרוק איז נישט געקומען און איך האב פאר דיר נייעס, יהדות החרדית עגזיסטירט נישט אויפ'ן אינטרנט. וואס פארא דרוק מ'וואלט געלייגט אויף הרב מלכיאל מאכט נישט אויס, לעיקוואוד וואלט נישט געקומען, און הרב מלכיאל ווייסט דאס. ער דארף נישט אז מ'זאל עס אויסרופען בריש גלי אז זיין פירערשאפט איז תלוי על בלימה און קיינער קימערט זיך נישט עכט מיט זיין מיינונג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס איז געווען פשט פון די בריוו פון די ראשי ישיבות?
פארוואס לאזט זיך ר' אהרן פעלדמאן פון די בלאף? ער האט גאר געשיקט א מכתב צום כינוס.
פארוואס פארענטפערט זיך נישט די ראשי ישיבות אין בני ברק' אויף די טענות וואס זיי שרייבן?
ר' יענקל הורוויץ איז ווייט פון א בהמה וואס האט עם געמאכט שרייבן די בריוו?

די נאווימינסקער איז ווייט פון א רעכטער ווי לאזט ער זיך פלוצים פון 'סאטמערע' בלאף?
אחלק_שלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

מסקנות - ויהי ממחרת

שליחה דורך אחלק_שלל »

מיינע מסקנות פונעם אומגלויבליכן סוקסעס פונעם כינוס:

1. בתחבולות תעשה לך מלחמה. דער יתד און המבשר האבן געשאסן פון בויך און נישט פון קאפ, זיך צעשפילט און צולאזט קעגן דעם קנאי'שן ציבור, ווען זיי העטן ווען געשוויגן, וואלט די מערכה געווען אסאך שוואכער, די גאזעלין צום פייער האבן זיי געגאסן, און בשפע.

2. העקשן יצליח. די עקשנות פון מהרז"ל'ס מענטשן ביז די לעצטע רגע, מיט א מורא'דיגע אפטימיסטישע מהלך, טראץ די אלע מבית ומבחוץ וואס האבן זיי פרובירט צו אפשוואכן און זאגן אז זיי גייען בלייבן חוזק חזקות.

3. זיי נישט קיין גרויסער צולייגער. דעם בריוו וואס מהר"א האט ארומגעשיקט "אין אנשי שלומינו משתתפים בכינוס" ליגט דערין א טיפשות און זעלטענע אויפרייסערישע פארשטונקענע גאווה, וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א מיאוס'ע טעות, ווייל יעצט איז משמע אז יעדער רב אדער יחיד וואס איז געווען ביים כינוס האט אים אין בוידעם. (כ'האב היינט געהערט קול סאטמאר, ס'איז קאמיש און לעכערליך אבער זיי פארענטפערן זיך דארטן ווי קליינע בעיבי'ס פארוואס דער רבי איז נישט געגאנגען)

4. נאר סייעתא דשמיא און מזל. דער כינוס איז געווען באגלייט מיט אסאך סייעתא דשמיא און מזל, די פאליצייאישע איבערפאל אין מאה שערים האט אויפגעהיצט די געמיטער, דער אגודיסטישער אויסברוך אין יתד המבשר האט אויך צוגעשפילט פאר די ארגאניזירער, און האט זיי געגעבן חיזוק צו פארזעצן ווייל די פיילן האבן געטראפן צום ציהל.

5. חכמים הזהרו בדבריכם. דער גרויסער בני ברק'ער גאון ר' דוב לאנדו (וואס כבודו במקומו מונח) איז ארויס א פורים, ווען ר' לייבוש האט אים אראפגעלאזט א הילכיגן פראסק אויפן פנים, באשיינענדיג דעם כינוס, טראץ זיין שארפע בריוו צו אים.

6. די וועלט איז גענוג גרויס. דער מאיר פורוש האט אוודאי געמיינט אז טאמער ער וועט אפהאלטן די בארא פארקער רבי'ס ווי סקולען, באבוב, ראחמסטריווק, ועוד, פון צו קומען צום כינוס, וועט דער כינוס נישט איבערלאזן קיין רושם. אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די וועלט גרעסער ווי ער האט געמיינט, רז"ל האט אהערגעשטעלט א מחאה מיט א קאלירפולן אויבן אן און רעדנער'ס וועלכע קומען פון א גאר ברייטן ספעקטרום – פארשטייט זיך אלע זענען קנאיש געשטימט, אבער ס'האט זיך נישט געגלייבט ער גייט האבן די אלע וועמען ער האט געהאט.

7. פריי זיך נישט בעפאר דו זעהסט די גאנצע פיקטשער. די אהרונים האבן זיך געפרייט אז דער בי"ד אין ירושלים האט נישט געשיקט קיין בריוו צו גיין, און בריסק האט נישט געהייסן גיין. למעשה צום סוף האט דער ירושלימ'ער רב געשיקט א בריוו און אויך אויפגעטרעטן, און צו לעצט האט אויך הגאון ר' אברהם יצחק אולמאן אויפגעטרעטן ביים כינוס בשם הביד"צ, און הרמ"ד מבריסק האט גערעדט גאר שארף קעגן די וואס לאזן נישט גיין.

8. ווארף זיך נישט ארום מיט דיינע אייגענע רבנים, קיינער איז נישט ביי דיר אין טאש. די אגודיסטישע פאליטיקאנטן דארפן אויך פארשטיין אז די אמעריקאנער רבנים זענען נישט ביי זיי אויף פעיראל, די צוויי גרויסע ראשי ישיבות ר' אהרן פעלדמאן און ר' אהרן משה שעכטער ביידע חברי מועצת גדולי התורה האבן געשטיצט דעם כינוס, איינער איז פערזענליך געקומען און אויך גערעדט און איינער געשיקט א בריוו, און דערמיט האבן זיי ביידע אריינגעווארפן א פלאקן אין די הייליגע הנהגה פון שטיינעמאן.

9. ווען דו האסט פוטער אויפן קאפ גיי נישט אונטער די זון. דער וואס האט געשריבן דעם סקולענער'ס בריוו איז א שוטה וטיפש און אויך נישט קיין קליינער שקרן, דער איז עתיד ליתן את הדין פאר'ן נעמען א איד א צדיק וקדוש אין א שיבה טובה, און אים פאר'חתמ'ען אויף אזא עקל'האפטיגן בריוו. ער פאדערט דארט צו אויפשטעלן נאך מוסדות פאר די אלע נושרים (פארשטייט זיך אויסער די מוסדות חסד לאברהם וועלכע געפינען זיך אין... ספעיס) און דערמיט געט ער ארויס דעם גאנצן סוד פארוואס ער איז נישט געקומען צום כינוס, ווייל אפשר איין מגולח וועט ברענגען צען דאלער ווייניגער קוויטל געלט. גוט האבן געטוהן די קינדער און איידעמער פונעם סקולענער אז זיי זענען געקומען און געזעסן א גאנצן כינוס פון אנהייב ביזן סוף און דערמיט געוויזן אז שמואל מרדכי'לע האלט דעם טאטן פארשפארט אין א תפיסה און לאזט אים נישט קומען.

10. סאטמאר איז זייער גרויס, פיל גרעסער ווי צען יאר צוריק. מהרז"ל אליין און זיינע מענטשן האבן אין חלום נישט געמיינט אז זיי קענען אליין אנפילן די בארקלעיס, און עס איז איצט אויפגעוויזן געווארן אז נאר איין סאטמאר קען אנפילן בארקלעיס, דאס מיינט אז דער ציבור בליע"ה וואקסט אין אן אומגעהויערן שנעלן גאלאפ. אויב האבן דער בעלזער און דער וויזשניצער געמיינט אז די היינטיגע סאטמאר ווערט געפירט דורך זייער'ס א שוואגער, אין די מלחמה מיט די אגודה איז שוין נישט די זעלבע מלחמה ווי ביים סאטמאר רב אדער ביים ברך משה, איז געקומען יעצט בארקלעיס און האט זיי געשיקט א מעסעדזש, אז א קיימא לן פון אריבער צוויי טויזנט מנינים האבן אן אנדערן רבי'ן וועלכער גייט יא אן בדרכי המלחמה אן קיין שום משוא פנים.

11. נישט יעדער וואס פיינטעט מיין פיינט, איז מיין פריינט. דאס איז שוין א טיפ פאר יצחק שטערן'ען, דו האסט געהאט א קליין טעות, דו האסט געמיינט אז ווייל קאטלער און וואכטפויגל האבן פיינט שטיינעמאן זענען זיי שוין ממש סאטמארע חסידים. ניין, ניין, זיי האבן טאקע פיינט שטיינמאן אבער פון סאטמאר ווילן זיי נאך אלץ שטיין ווייט, און זיי האלטן נישט ביים קומען צו יעדע מחאה וואס בליצט דיר אויף אין קאפ.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עמעזאן האט געשריבן:וואס איז געווען פשט פון די בריוו פון די ראשי ישיבות?
פארוואס לאזט זיך ר' אהרן פעלדמאן פון די בלאף? ער האט גאר געשיקט א מכתב צום כינוס.
פארוואס פארענטפערט זיך נישט די ראשי ישיבות אין בני ברק' אויף די טענות וואס זיי שרייבן?
ר' יענקל הורוויץ איז ווייט פון א בהמה וואס האט עם געמאכט שרייבן די בריוו?

די נאווימינסקער איז ווייט פון א רעכטער ווי לאזט ער זיך פלוצים פון 'סאטמערע' בלאף?


די בריוו פון די ראשי ישיבות איז יא אפגע'ענטפערט געווארען. הרב גרשון אידלשטיין מיט הרב דוב לאנדא האבען מסביר געווען במילים ספורות וואס איז דער אמת. מער ווי דעם דארף מען נישט.
הרב אהרן פלדמן האט קיין שום געוויכט נישט אין דער עולם הליטאי אין אמריקה. ער איז מחוץ למחנה, אין דער קאלעדזש ישיבה אין באלטימאר, און ער וואוינט נישט א גאנץ יאר אין אמריקה. לויט ווי איך הער האט ער עפעס א משפחה שייכות מיט דער בלאף אין א"י.

ר' יענקל הורוויץ איז נישט קיין ליטוואק, און רוב ליטוואקעס ווייסען נישט פון איהם צו זאגען. אפילו זיין נאמען איז ווייניג באקאנט. אין ב.פ. איז ער א באקאנטע, בעיקר צוליעב די וואוילע טעטיגקייטען פון זיין זוהן......

און אויפ'ן נאוואמינסקער איז דער שאלה פארקערט. אפילו נאכ'ן חתמנ'ן דער בריוו, איז ער נישט געווען און ער האט נישט געשיקט זיין תלמידים וואס וואלטען איהם געפאלגט. ווייל ער ווייסט אליינס אז זיין מיינונג איז גארנישט אין א זאך וואס ער פארשטייט נישט.

יעדער מיט וועמען איך רעד זאגט מער ווייניגער די זעלבע זאך. די ארץ ישראל'דיגע פיהרען זייער לעבען, און אז מ'קען זייער גדולים נישט טראסטען, קען מען געוויס זייער קטנים נישט טראסטען, און די אלע טומול מאכערס זענען קוים קטנים.

מיין השערה איז, אז אפילו היינט, וואלט נאר א חתימה פון הרב שמואל קמנצקי מיט ר' אליה בער צוזאמען געהאלפען אז די קלענערער ראשי ישיבות וועלען חתמנ'ן און שיקען זייער תלמידים, און פון דעם אפשר אולי די רבנים וואלטען געשיקט זייער בעליבתים. די אלע חתימות פון דער בריוו זענען דברים בטלים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די כוואליע פון נייע ניקס לרגל המאורע איז א דבר האומר דרשני.

אבער [tag]אחלק_שלל[/tag] מעגסט פארשטייען אז ווען א יורש פון א יורש פון גארנישט מיט נישט לאזט איבער א פראסק אויף זיין רבי'ס באקען, נאכמער ווען זיין רבי איז אן אנגעזע'ענע תלמיד חכם, איז דער בזיונות נישט פאר'ן רבי נאר פאר דער תלמיד דער עז פנים, טאקע אן אלטע עז פנים און מחוצף, וואס האט זיך איינגערעדט פון יונגווייז אז ער איז גדול הדור און פון קענען אסאך מעשה ביכער און הקדמות פון ספרים זיך באקרוינט אלס הוגה דעות און רשכבה"ג. זיין נידריגקייט איז שוין א שם דבר אין די וועלט, און בלייבען וועט ער בלייבען די אויסגעשפילטע (עי' משפחתו ודו"ק)
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אחלק_שלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך אחלק_שלל »

קודם ער איז נישט זיין רבי, ער האלט זיך פאר א שטיקל תלמיד, דערפאר דארף ער אים נאכנישט אנפרעגן א מהלך אין השקפה, ווען זיינע עלטערן האבן געהאלטן פונקט דאס פארקערטע.

טראצדעם וואס דו זאגסט אויף אזוינע הייליגע אידן דעם לשון גארנישט מיט נישט, איך וועל אבער נישט עפענען א פיסק אויף לאנדו, אפי' עס איז דא וואס צו זאגן.

און איך וויל נישט ח"ו זאגן אז ער איז נישט קיין אנגעזעהענער ת"ח, נאר ליידער איז ער מלא נגיעות מכף רגל ועד ראש, און יעדער ווייסט עס, אז ער האט געהאט א אלטע פרשה מיט רב שך, און ער איז זיך ביז היינט נוקם אין אים און אים זיינע יורשים, ער וואלט געדארפט אוועקשטיין פון צו דן זיין אינעם גאנצן ענין נאר כדי שלא יאמרו הבריות. און אז ער האט יא זיך אריינגעלייגט אין די בלאטע איז זייער א געוואונטשענע זאך אז ער האט געכאפט א קלינגעדיגן פראסק. שולדיג זענען די וואס האבן אים איינגעטינקען אין די שמוציגע בלאטע.

נידעריג און אויסגעשפילט איז דער וואס רעדט אזוי אויף א איד וואס זיצט און לערנט יומם ולילה, און איז באקאנט פון יונגווייז אן מיט אפגעהיטנקייט און ערליכקייט און עבודת ה'.
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך פיינע קאווע »

[quote="אחלק_שלל"]מיינע מסקנות פונעם אומגלויבליכן סוקסעס פונעם כינוס:



2. העקשן יצליח. די עקשנות פון מהרז"ל'ס מענטשן ביז די לעצטע רגע, מיט א מורא'דיגע אפטימיסטישע מהלך, טראץ די אלע מבית ומבחוץ וואס האבן זיי פרובירט צו אפשוואכן און זאגן אז זיי גייען בלייבן חוזק חזקות.

קיין שום עקשנות. גענומען the right topic in the right time און צונויף געברענגט טויזענטער אידן וואס באדערט זייער שטארק די נושא פון גיוס. רוב אידן זענען געקומען צו די נושא נישט צו אים. און נישט ווייל *ער* האט גערופען. זיי קומען ווען זיין ברידער רופט אדער סיי וועלכע גרויסע אדמו"ר מיט גענוג געלט און p.r דרייט עס אן. ווילסט אים גיבן די קרעדיט כל הכבוד.
ווען ער וועט האבן מער פון 150 אידן ביי זיין שלוש סעודות וועלמיר רעדן ווייטער
אחלק_שלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך אחלק_שלל »

ביי שלש סעודות דארף ער נישט מער ווי 150 אידן סאו קומען פונקט 150, ביי זיינע נעילת החג'ן דארף ער ארום צוויי טויזענט קומען 2000, זיי שטעלן זיך צו לויט וויפיל ער דארף. דא האט ער געדארפט צוואנציג טויזענט זענען זיי געקומען אין די מאסן.

זיי זענען נישט קיין בהמות אין שטאל ווי די אהרונישע קיהען, וואס וואו שמואל ווידער רופט זיי מיט רויטע אויתיות קומען זיי צו לויפן.
אחלק_שלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך אחלק_שלל »

ליטוואק, האסט טאקע נישט גארנישט וואס צו מוסיף זיין אויף די אנדערע סעיפים, נאר דאס האט דיר געבאדערט ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פיינע קאווע האט געשריבן:
אחלק_שלל האט געשריבן:מיינע מסקנות פונעם אומגלויבליכן סוקסעס פונעם כינוס:



2. העקשן יצליח. די עקשנות פון מהרז"ל'ס מענטשן ביז די לעצטע רגע, מיט א מורא'דיגע אפטימיסטישע מהלך, טראץ די אלע מבית ומבחוץ וואס האבן זיי פרובירט צו אפשוואכן און זאגן אז זיי גייען בלייבן חוזק חזקות.

קיין שום עקשנות. גענומען the right topic in the right time און צונויף געברענגט טויזענטער אידן וואס באדערט זייער שטארק די נושא פון גיוס. רוב אידן זענען געקומען צו די נושא נישט צו אים. און נישט ווייל *ער* האט גערופען. זיי קומען ווען זיין ברידער רופט אדער סיי וועלכע גרויסע אדמו"ר מיט גענוג געלט און p.r דרייט עס אן. ווילסט אים גיבן די קרעדיט כל הכבוד.
ווען ער וועט האבן מער פון 150 אידן ביי זיין שלוש סעודות וועלמיר רעדן ווייטער

נישט ריכטיג. קיינער האט נישט פארגעשאצט אזא ציבור און אזא סוקסעס. עס האט זיך אויסגעפעלט גאר א שטארקע עקשנות פון רז''ל אפילו לגבי זיינע נאנטע

און פארוואס די עולם איז געקומען, און צו זיי וואלטן געקומען צום ברודער, דאס דארפסטו מאכן א סורוועי, בפרט ביסט נישט ניטאמאל דארט געווען.
מיין בליק איז אנדערש

יא ר' שלמה רובין מרבני מהר''א וואלט ווען געקומען צום ברודער מן הסתם
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך פארדאם די בזיון תלמיד חכם מגדולי הדור הגאון ר' דוב לאנדא.

דאס אז ר' לייבוש האט זיך גערעכנט מיט עם און ביז די ערשיינונג אין זאל איז די עולם געווען גוט אנגעצויגן צו ער קומט ווייזט וואסערע גדול ער איז.

@ליטוואר און בזיון תלמיד חכם ענטפערט מען נישט צוריק מיט א בזיון פון א אנדערע תלמיד חכם. עס איז קלאר אז ר' לייבוש איז א ת''ח עוסק בתורה יומם ולילה.

און אנדערש ווי @אחלק_שלל איז זיין ערשיינונג בכלל נישט קיין פגיעה אין ר' דוב ווי פארשטענדליך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

אחלק_שלל האט געשריבן:קודם ער איז נישט זיין רבי, ער האלט זיך פאר א שטיקל תלמיד, דערפאר דארף ער אים נאכנישט אנפרעגן א מהלך אין השקפה, ווען זיינע עלטערן האבן געהאלטן פונקט דאס פארקערטע.

טראצדעם וואס דו זאגסט אויף אזוינע הייליגע אידן דעם לשון גארנישט מיט נישט, איך וועל אבער נישט עפענען א פיסק אויף לאנדו, אפי' עס איז דא וואס צו זאגן.

און איך וויל נישט ח"ו זאגן אז ער איז נישט קיין אנגעזעהענער ת"ח, נאר ליידער איז ער מלא נגיעות מכף רגל ועד ראש, און יעדער ווייסט עס, אז ער האט געהאט א אלטע פרשה מיט רב שך, און ער איז זיך ביז היינט נוקם אין אים און אים זיינע יורשים, ער וואלט געדארפט אוועקשטיין פון צו דן זיין אינעם גאנצן ענין נאר כדי שלא יאמרו הבריות. און אז ער האט יא זיך אריינגעלייגט אין די בלאטע איז זייער א געוואונטשענע זאך אז ער האט געכאפט א קלינגעדיגן פראסק. שולדיג זענען די וואס האבן אים איינגעטינקען אין די שמוציגע בלאטע.

נידעריג און אויסגעשפילט איז דער וואס רעדט אזוי אויף א איד וואס זיצט און לערנט יומם ולילה, און איז באקאנט פון יונגווייז אן מיט אפגעהיטנקייט און ערליכקייט און עבודת ה'.

זאגט נאר, איר זענט פון די_נארמאלע?
וקרב פזורינו מבין הגויים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@איש חזון די תגובה וואס דו ציטירסט איז די תוכן אמת ער האט א חשבון מיט הרב שך כידוע
אבער מען רעדט נישט אזוי אויף א גדול.

ממילא נארמאל איז ער נאר א חצוף

איך ווייס דו האסט א חשבון מיט ר' לייבוש וועגען בעלז... אבער אביעקטיוו מעגסטו זיין.
פארשפארט