ויהי ממחרת

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
אחלק_שלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך אחלק_שלל »

איך בין ב"ה פון די נארמאלע, און איך בין אויך א איש חזון, א פילאזאף בין איך נישט ב"ה.
איך בין ב"ה נישט קיין חצוף, ס'איז א מציאות, פרעג יעדן איד אין א"י וועט ער דיר זאגן די זעלבע זאך.
רבי לייבוש האט אים געגעבן אויף ביידע באקן אחת ואחת, און האפענטליך וועט ער זיך שוין נישט אזוי שנעל אריינמישן מער אין עניני השקפה וואס באלאנגען נישט צו אים.

ס'געפעלט מיר נאר, וויאזוי דער כבוד התורה שטייט נאר איין אין בני ברק, און ווי ס'זעהט אויס איז אין ירושלים נישט פארהאן אזא דין. ר' שמואל אויערבאך איז עני טיים נאך אזא תלמיד חכם ווי אים, ער האט געמאכט ספרים אויף אהלות מלא גאונות חריפות און א זעלטענע בקיאות עצומה, ער זיצט טאג טעגליך אגאנצן טאג ביז צוויי דריי ביינאכט אין זיין ישיבה אויפן באנק ווי א בחור און ער לערנט, און איך האב נישט געזעהן די אלע יפי נפש זאלן אויפגעציטערט ווערן ווען מ'רייסט אים ארונטער כאחד הריקים.

אינני מתיירא אלא מן הצבועים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הייסט נאר פאר דער בעלזער\סאטמארער קומט זיך צו זאגען דעות אין ענייני השקפה, און נישט פאר א תלמיד חכם וואס האט פארשווארצט זיין פנים (נישט יענעמ'ס) א גאנץ לעבען. און אזוי וועט מ סתמא זיין. פון היינט גייט ער שווייגען, דער רבי ר' לייביש האט איהם דאך געפראסקעט!!

און פאר דיין וויסענשאפט, קיינער רעדט נישט מיט חוצפה אויף הרב אויערבאך (אחוץ אפשר א פאר קינדער), אפיציעל דערמאנט מען איהם נישט. און טאקע ווייל ער איז א וועלטס תלמיד חכם, נישט קיין קענער פון הקדמות פון ספרים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

עמעזאן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא, אינערהאלב סאטמאר זעלבסט, האט רז"ל געוויזען אז ער איז סאטמארער רבי. די אלע וואס שטעלען זיך צו צו סאטמאר, האבען זיך צוגעשטעלט צו איהם. אבער לגבי די מחאה זעלבסט איז עס א דורכפאל. למעשה האבען קיין שום עכטע פרעמדע זיך נישט צוגעשטעלט, און קיינער האט דער זאך נישט אנגענומען ערנסט.

לדעתי, ווען קיינער קומט נישט און די זאליס זעלבסט פיהלען כאילו ס'איז אן אויסגעשפילטע זאך, וואלט ר' אהרן זיך געפיהלט גרויס. ווען אלע קרייזען קומען אן, וואלט רז"ל געפיהלט גרויס. אזוי איז יעדער אויסגעשפילט. ברוך שעקר......

פארוואס ווען די ליטאים און אגודה שטעלן זיך נישט צו הייסט דאס א דורךפאל?
יעדער ווייסט די סיבה פארוואס דאס מאל האבן זיי זיך נישט צוגעשטעלט מחמת די דרוק פון בני ברק', יעדער האט געזען די היסטארישע בריוו ווי די ראשי ישיבות שרייבען מיט אייפער וועגען די גזירה, און קיין תשובה האבן זיי נישט באקומען, יעדער האט מיטגעהאלטן אויף סאשעל מידיע ווי שטארק מען האט זיכער געמאכט אז די ליטאים זאלן זיך נישט צושטעלן.

און דאס האט מען שוין געוויסט א וואך צוריק אז די פרעמדע שטעלן זיך נישט צו, ממילא צוגייענדיג צום כינוס איז שוין קיין רעדע נישט געווען פון די פרעמדע.

רז''ל האט אינטערגעשאצט זיין כח און געווען באזארגט אז עס זאל זיין א ציבור נאכדעם וואס זיין ברודער האט זיך בשום אופן נישט געוואלט צושטעלן אן קיין געהעריגע סיבה, האט ער זיך געוואנדן צו פאפא און פראבירט דאס מזל למעשה האט ער עם אפגעזאגט זיך נישט וועלנדיג פוגע זיין הכבוד האגודה.

למעשה צוגייענדיג צום כינוס האט יעדער געוויסט אז דאס איז קיבוץ פון איין קהילה בישראל און קיינער האט נישט געהאלטן אז עס גייט זיין א סוקסעס.

למעשה האט ער געהאט א שטויענדע היסטארישע סוקסעס פון אלע עספעקטן. אנגעפאנגן ביי די רבנים וראשי ישיבות היבש קאלירפול ווי ר' אהרן שעכטער הרב לעווין הרב ראבינאוויטש און די בריוו פון ר' אהרן פרלוב שוין יא פון די מעינסטריעם ביי זיי ספעציעל פאר די כינוס.

און די חסידישע רבנים ווי ר' משה מנחם ווייס פאפא דיין כאטש זיין קהילה האט זיך בפירוש נישט צוגעשטעלט כוונות הלב קארלסבורג טענקא ר' בנימין לאנדא וכו'
און די זייטיגע רבנים ווי ר' שלמה רובין ר' חיים שפיגל פון מונסי האבן קיין שייכות מיט סאטמר-זאלוינים דאס ווייזט אויף די ערענסקייט פון די מענדל.

און אדמו''ר מפשעווארסק וואס האט געהאט שטארקע דרוק נישט זיך צו באטייליגן און שמועות האבן קארסירט אז ער דארף אוועקפארן... למעשה זיין ערשיינונג איז געווען א סימבאלישע נצחון פאר רז''ל

און די ציבור איז געווען א זעלטן ערענסטע ציבור באיכות ובכמות נישט די טיפיקל זאלונישער פענימער, מיטל יעריגע אידן זקנים אריבער די שמונים ותשעים זענען געזיצן צוגעשמידט פאר אריבער 3 שעה.
פאר די עלטערע האט דאס דערמאנט פון מעדיסאן סקווער גארדן ביים רבי'ן זכרונו לברכה.
די עולם איז געזיצן מיט אז זעלטערע ערענסקייט בכלל נישט ווי מען איז געוואוינט ביי מחאות... די ריינקייט האט זיך געשפירט אין די אוויר.

אפי' רז''ל וואס די עולם איז נישט געוואוינט צו הערן פון עם שטארקע דרשות איז דאס מאל גאר שטארק ארויסגעקומען מיט שטארקע דברים יוצאים מען הלב.

אויב האבן די אגודה געמיינט אז ענדליך האבן זיי סאטמר רב אין קר''י אלס א שותף און מיט די ריכטיגע צוגאנג קען מען עם פארדרייען מיט דברים של מה בכך.
האבן זיי יעצט איינגעזען אז סאטמר איז חי וקים און די ממלא מקומו וועט זיך נישט לאזן פארפירן און וועט נישט אפטרעטן פון די וועגען פון מרן רבינו זצ''ל.


זייער א שיינע הסבר אז סוכ"ס איז עס נישט אזא דורכפאל

@עמעזאן דערווייל ליידט קיינער נישט דא אויף די זכרון יעדער דענקט מיט וואסערע פלעינער די כנוס האט זיך אנגעהויבן

ווילסט רעדן קינדעריש גערעדט וועל איך דיר זאגן אזוי רז"ל האט געשלעפט א דריטל עולם פונעם געפלאנטן כנוס און ר' אהרן האט אוועק געשלעפט א צוויי דריטל פונעם געפלאנטן כנוס
אחלק_שלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך אחלק_שלל »

ר' לייבוש האט קיינמאל קיינעם נישט געשיקט קיין בריוו בעפאר יענער האט אים נישט אנגעפרעגט זיין דעת תורה, ער מעג גיין אויף מחאות און מוחה זיין אויף זאכן וואס ער האלט אז מ'דארף מוחה זיין

צו ר' דוב לאנדו וועט שווייגן צו נישט ווייס איך נישט, מן הסתם נישט, אבער פאר ר' לייבוש וועט ער מער נישט איינטיילען וואס צו טוהן, ווייל ער האט באקומען דעם מעסעדזש אז ר' לייבוש איז נישט קיין גר צדק אדער בעל תשובה, ער האט געהאט גרויסע עלטערן און גרויסע רבי'ס, און ווייסט פונקטליך וויאזוי זיך צו פירן בעניני השקפה

קיינער רעדט נישט מיט חוצפה אויף הרב אויערבאך, הלואי זאל אזוי זיין

און דו קענסט איבערחזר'ן טויזענט מאל אז ר' לייבוש איז א קענער פון הקדמות פון ספרים, ס'וועט נישט העלפן, די וועלט ווייסט אנדערש, אז ער איז א גרויסער תלמיד חכם און בקי.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'איז א געוואלדיגע זאך צו וואוינען אין די ווייטער אנטווערפען, ווי מ'קען נישט פארהערען. נאר נישט פאר יעדעם איז אנטווערפען אזוי ווייט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אחלק_שלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך אחלק_שלל »

גאנצל, הייסט עס אז ווען ר' אהרן קומט ווען וואלטן זיך באטייליגט זעכציג טויזענט מענטשן ביים כינוס ?
וואש דיך נעגל וואסער גיך.
אחלק_שלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך אחלק_שלל »

כ'פארשטיי אז ר' דוב לאנדו וואס וואוינט אין בני ברק האסטו יא פארהערט, און ער האט טאקע גוט געקענט.
משא"כ ר' לייבוש האט געפינטלט מיט די אויגן און נישט געוויסט וואס צו ענטפערן. רעד נישט ווי א קינד ביטע
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אחלק_שלל האט געשריבן:גאנצל, הייסט עס אז ווען ר' אהרן קומט ווען וואלטן זיך באטייליגט זעכציג טויזענט מענטשן ביים כינוס ?
וואש דיך נעגל וואסער גיך.


אין היסטאריע האט ער עס שוין באוויזן

און נאכדעם רעדט מען נישט מער פון נאך נאנט צו 20000 ווי קומסטו אן צו זעכציג........
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

איים סארי. מיין תגובה צו אחלק שלל איז געוואנדן צו דיר אויך (=עמעזאן). מען קען קלערן צו ער איז אפשר צו פארגלייבט אין זיינע דעות, אבער איז ער עפעס אן אויסווארף וואס טובל'ט זיך אין נגיעות??? איך ווייס אז גאר אסאך האלטן אזוי, אבער לדאבוננו טראכטן זיי נישט נארמאל, נאר מיט נ-ג-י-ע-ו-ת.

אחלק_שלל: ''יעדן איד אין א''י", עד כדי כך האלטן מיר שוין? ואנכי לא ידעתי.
וקרב פזורינו מבין הגויים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גאנצל האט געשריבן:
אחלק_שלל האט געשריבן:גאנצל, הייסט עס אז ווען ר' אהרן קומט ווען וואלטן זיך באטייליגט זעכציג טויזענט מענטשן ביים כינוס ?
וואש דיך נעגל וואסער גיך.


אין היסטאריע האט ער עס שוין באוויזן

און נאכדעם רעדט מען נישט מער פון נאך נאנט צו 20000 ווי קומסטו אן צו זעכציג........

איין ווארט האב איך פאר דיר. נעבעך!! מיט אזא רבי וואלט איך אויך משוגע געווארן
אחלק_שלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך אחלק_שלל »

גאנצל
וואו פונקט האט ער עס שוין באוויזן ? מיט פיר יאר צוריק אין מאנהעטן ? וואו אויך רז"ל איז געקומען, און אויך די ליטוויקעס זענען געקומען ?
ס'זענען געווען נעכטן צוואנציג טויזענט צו דו ווילסט צו נישט, און ס'איז א גרויסער ספק צו ר' אהרן אליין וואלט דאס צוזאמגעברענגט
זיי אויפריכטיג
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אחלק_שלל האט געשריבן:מיינע מסקנות פונעם אומגלויבליכן סוקסעס פונעם כינוס:

1. בתחבולות תעשה לך מלחמה. דער יתד און המבשר האבן געשאסן פון בויך און נישט פון קאפ, זיך צעשפילט און צולאזט קעגן דעם קנאי'שן ציבור, ווען זיי העטן ווען געשוויגן, וואלט די מערכה געווען אסאך שוואכער, די גאזעלין צום פייער האבן זיי געגאסן, און בשפע.

2. העקשן יצליח. די עקשנות פון מהרז"ל'ס מענטשן ביז די לעצטע רגע, מיט א מורא'דיגע אפטימיסטישע מהלך, טראץ די אלע מבית ומבחוץ וואס האבן זיי פרובירט צו אפשוואכן און זאגן אז זיי גייען בלייבן חוזק חזקות.

3. זיי נישט קיין גרויסער צולייגער. דעם בריוו וואס מהר"א האט ארומגעשיקט "אין אנשי שלומינו משתתפים בכינוס" ליגט דערין א טיפשות און זעלטענע אויפרייסערישע פארשטונקענע גאווה, וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א מיאוס'ע טעות, ווייל יעצט איז משמע אז יעדער רב אדער יחיד וואס איז געווען ביים כינוס האט אים אין בוידעם. (כ'האב היינט געהערט קול סאטמאר, ס'איז קאמיש און לעכערליך אבער זיי פארענטפערן זיך דארטן ווי קליינע בעיבי'ס פארוואס דער רבי איז נישט געגאנגען)

4. נאר סייעתא דשמיא און מזל. דער כינוס איז געווען באגלייט מיט אסאך סייעתא דשמיא און מזל, די פאליצייאישע איבערפאל אין מאה שערים האט אויפגעהיצט די געמיטער, דער אגודיסטישער אויסברוך אין יתד המבשר האט אויך צוגעשפילט פאר די ארגאניזירער, און האט זיי געגעבן חיזוק צו פארזעצן ווייל די פיילן האבן געטראפן צום ציהל.

5. חכמים הזהרו בדבריכם. דער גרויסער בני ברק'ער גאון ר' דוב לאנדו (וואס כבודו במקומו מונח) איז ארויס א פורים, ווען ר' לייבוש האט אים אראפגעלאזט א הילכיגן פראסק אויפן פנים, באשיינענדיג דעם כינוס, טראץ זיין שארפע בריוו צו אים.

6. די וועלט איז גענוג גרויס. דער מאיר פורוש האט אוודאי געמיינט אז טאמער ער וועט אפהאלטן די בארא פארקער רבי'ס ווי סקולען, באבוב, ראחמסטריווק, ועוד, פון צו קומען צום כינוס, וועט דער כינוס נישט איבערלאזן קיין רושם. אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די וועלט גרעסער ווי ער האט געמיינט, רז"ל האט אהערגעשטעלט א מחאה מיט א קאלירפולן אויבן אן און רעדנער'ס וועלכע קומען פון א גאר ברייטן ספעקטרום – פארשטייט זיך אלע זענען קנאיש געשטימט, אבער ס'האט זיך נישט געגלייבט ער גייט האבן די אלע וועמען ער האט געהאט.

7. פריי זיך נישט בעפאר דו זעהסט די גאנצע פיקטשער. די אהרונים האבן זיך געפרייט אז דער בי"ד אין ירושלים האט נישט געשיקט קיין בריוו צו גיין, און בריסק האט נישט געהייסן גיין. למעשה צום סוף האט דער ירושלימ'ער רב געשיקט א בריוו און אויך אויפגעטרעטן, און צו לעצט האט אויך הגאון ר' אברהם יצחק אולמאן אויפגעטרעטן ביים כינוס בשם הביד"צ, און הרמ"ד מבריסק האט גערעדט גאר שארף קעגן די וואס לאזן נישט גיין.

8. ווארף זיך נישט ארום מיט דיינע אייגענע רבנים, קיינער איז נישט ביי דיר אין טאש. די אגודיסטישע פאליטיקאנטן דארפן אויך פארשטיין אז די אמעריקאנער רבנים זענען נישט ביי זיי אויף פעיראל, די צוויי גרויסע ראשי ישיבות ר' אהרן פעלדמאן און ר' אהרן משה שעכטער ביידע חברי מועצת גדולי התורה האבן געשטיצט דעם כינוס, איינער איז פערזענליך געקומען און אויך גערעדט און איינער געשיקט א בריוו, און דערמיט האבן זיי ביידע אריינגעווארפן א פלאקן אין די הייליגע הנהגה פון שטיינעמאן.

9. ווען דו האסט פוטער אויפן קאפ גיי נישט אונטער די זון. דער וואס האט געשריבן דעם סקולענער'ס בריוו איז א שוטה וטיפש און אויך נישט קיין קליינער שקרן, דער איז עתיד ליתן את הדין פאר'ן נעמען א איד א צדיק וקדוש אין א שיבה טובה, און אים פאר'חתמ'ען אויף אזא עקל'האפטיגן בריוו. ער פאדערט דארט צו אויפשטעלן נאך מוסדות פאר די אלע נושרים (פארשטייט זיך אויסער די מוסדות חסד לאברהם וועלכע געפינען זיך אין... ספעיס) און דערמיט געט ער ארויס דעם גאנצן סוד פארוואס ער איז נישט געקומען צום כינוס, ווייל אפשר איין מגולח וועט ברענגען צען דאלער ווייניגער קוויטל געלט. גוט האבן געטוהן די קינדער און איידעמער פונעם סקולענער אז זיי זענען געקומען און געזעסן א גאנצן כינוס פון אנהייב ביזן סוף און דערמיט געוויזן אז שמואל מרדכי'לע האלט דעם טאטן פארשפארט אין א תפיסה און לאזט אים נישט קומען.

10. סאטמאר איז זייער גרויס, פיל גרעסער ווי צען יאר צוריק. מהרז"ל אליין און זיינע מענטשן האבן אין חלום נישט געמיינט אז זיי קענען אליין אנפילן די בארקלעיס, און עס איז איצט אויפגעוויזן געווארן אז נאר איין סאטמאר קען אנפילן בארקלעיס, דאס מיינט אז דער ציבור בליע"ה וואקסט אין אן אומגעהויערן שנעלן גאלאפ. אויב האבן דער בעלזער און דער וויזשניצער געמיינט אז די היינטיגע סאטמאר ווערט געפירט דורך זייער'ס א שוואגער, אין די מלחמה מיט די אגודה איז שוין נישט די זעלבע מלחמה ווי ביים סאטמאר רב אדער ביים ברך משה, איז געקומען יעצט בארקלעיס און האט זיי געשיקט א מעסעדזש, אז א קיימא לן פון אריבער צוויי טויזנט מנינים האבן אן אנדערן רבי'ן וועלכער גייט יא אן בדרכי המלחמה אן קיין שום משוא פנים.

11. נישט יעדער וואס פיינטעט מיין פיינט, איז מיין פריינט. דאס איז שוין א טיפ פאר יצחק שטערן'ען, דו האסט געהאט א קליין טעות, דו האסט געמיינט אז ווייל קאטלער און וואכטפויגל האבן פיינט שטיינעמאן זענען זיי שוין ממש סאטמארע חסידים. ניין, ניין, זיי האבן טאקע פיינט שטיינמאן אבער פון סאטמאר ווילן זיי נאך אלץ שטיין ווייט, און זיי האלטן נישט ביים קומען צו יעדע מחאה וואס בליצט דיר אויף אין קאפ.


נומער 12 אז ס'געלונגט דיר נישט צו מאכן א מיליאן זיי צופרידן מיט 100000
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

עמעזאן האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
אחלק_שלל האט געשריבן:גאנצל, הייסט עס אז ווען ר' אהרן קומט ווען וואלטן זיך באטייליגט זעכציג טויזענט מענטשן ביים כינוס ?
וואש דיך נעגל וואסער גיך.


אין היסטאריע האט ער עס שוין באוויזן

און נאכדעם רעדט מען נישט מער פון נאך נאנט צו 20000 ווי קומסטו אן צו זעכציג........

איין ווארט האב איך פאר דיר. נעבעך!! מיט אזא רבי וואלט איך אויך משוגע געווארן


דו דארפסט שוין נישט ווערן..........
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איש חזון האט געשריבן:איים סארי. מיין תגובה צו אחלק שלל איז געוואנדן צו דיר אויך (=עמעזאן). מען קען קלערן צו ער איז אפשר צו פארגלייבט אין זיינע דעות, אבער איז ער עפעס אן אויסווארף וואס טובל'ט זיך אין נגיעות??? איך ווייס אז גאר אסאך האלטן אזוי, אבער לדאבוננו טראכטן זיי נישט נארמאל, נאר מיט נ-ג-י-ע-ו-ת.

אחלק_שלל: ''יעדן איד אין א''י", עד כדי כך האלטן מיר שוין? ואנכי לא ידעתי.

חס מלהזכיר! ר' דוב איז א אדם גדול מאוד לית מאן דפליג, למעשה א מענטש ווערט געפירט נישט באוויסטזיניג פון נגיעות עס איז נישט א סתירה צו גדלות.
(די חזו''א האלט גראדע נישט אזוי והמציאות מכחישו)
אחלק_שלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך אחלק_שלל »

איש חזון, מ'קען זיין דער גרעסטער מענטש, דורכגעווייקט בתורה ועבודה און נקי ומזוכך מכל רבב.
אבער אין דעם ספעציפישן ענין טאר ער נישט דן זיין, ווייל ער האט נגיעות אין דעם ענין, כידוע לכל.
אחלק_שלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך אחלק_שלל »

גאנצל האט געשריבן:נומער 12 אז ס'געלונגט דיר נישט צו מאכן א מיליאן זיי צופרידן מיט 100000


מיר דארפן נישט קיין הונדערט טויזענט אויך נישט, צוואנציג טויזענט איז אונז געווען פונקט גענוג
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אחלק_שלל האט געשריבן:גאנצל
וואו פונקט האט ער עס שוין באוויזן ? מיט פיר יאר צוריק אין מאנהעטן ? וואו אויך רז"ל איז געקומען, און אויך די ליטוויקעס זענען געקומען ?
ס'זענען געווען נעכטן צוואנציג טויזענט צו דו ווילסט צו נישט, און ס'איז א גרויסער ספק צו ר' אהרן אליין וואלט דאס צוזאמגעברענגט
זיי אויפריכטיג


ר' אהרן האט געשיקט איצא גליק זיכער מאכן אז רז"ל זאל קומען און ווען זאלי האט געשטעלט תנאים האט מען אים עס נאכגעגעבן ווייל מ'האט פארשטאנען אז ס'איז וויכטיג ער זאל קומען פאר'ן סוקסעס
איין זאך וואס ער האט באוויזן דעס איז זיין קרעדיט

זיין רבני משמרת חומותיך זענען געזיצען עטליכע וואכן מיט די ליטווישע חדר פאר א צוזאם ארבעט און ער איז דורך געגאנגען פונקט אזויפיל שוועריקייטן אבער ער האט דאס אויך באוויזן דעס איז זיין קרעדיט

ער האט מיט זיין דעת תורה געקוקט אויפ'ן ציל און פארשטאנען דעמאלט אז ס'איז א ריכטיגע צייט ווען מ'קען האבן אלע פראקציעס כמעט דערפאר האט ער עס דעמאלט געמאכט

און ער האט באוויזן צו מאכן א סאטמארע פראטעסט אזוי ווי ס'איז אלס געווען
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אחלק_שלל האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:נומער 12 אז ס'געלונגט דיר נישט צו מאכן א מיליאן זיי צופרידן מיט 100000


מיר דארפן נישט קיין הונדערט טויזענט אויך נישט, צוואנציג טויזענט איז אונז געווען פונקט גענוג


נו פון דעם רעד איך דאך...... זיי צופרידן מיט וואס ס'איז דיר געלונגען צו כאפן און אויף די איבריגע וויש דיך אפ די נאז
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די סבה מ'האט זיך נישט צוגעשטעלט פון די ליטווישע קרייזען איז ווייל מ'זעט איין אז ס'איז בלאף. קיין דרוק איז נישט געקומען

דרוק איז יא געקומען
די ליטווישע ווי ערנסט זיי זאלן נעמען די מצב, איז ביי זיי נישט אזוי גרינג צו איבערווייזען אז ס'איז א דין אזא, צו א חובת חפצא/ גברא דאס ערשיינען אין איין מקום צוזאמען און דורך דעם משמיע זיין די מיינונג ברבים [כמדומה א איד לפ"ב האט עס לעצטענס משמיע געווען אינעם שטיבל]
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

רבותי, ביטע אנהאלטן א ערוואקסענע שמועס אן קיין פערזענליכע אטאקעס.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

"כידוע לכל", פינטל.
וקרב פזורינו מבין הגויים
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

גאנצל האט געשריבן:
אחלק_שלל האט געשריבן:גאנצל
וואו פונקט האט ער עס שוין באוויזן ? מיט פיר יאר צוריק אין מאנהעטן ? וואו אויך רז"ל איז געקומען, און אויך די ליטוויקעס זענען געקומען ?
ס'זענען געווען נעכטן צוואנציג טויזענט צו דו ווילסט צו נישט, און ס'איז א גרויסער ספק צו ר' אהרן אליין וואלט דאס צוזאמגעברענגט
זיי אויפריכטיג


ער האט מיט זיין דעת תורה געקוקט אויפ'ן ציל און פארשטאנען דעמאלט אז ס'איז א ריכטיגע צייט ווען מ'קען האבן אלע פראקציעס כמעט דערפאר האט ער עס דעמאלט געמאכט

און ער האט באוויזן צו מאכן א סאטמארע פראטעסט אזוי ווי ס'איז אלס געווען


ס'איז נאריש צו צושטעלן די איצטיגע סיטואעישען צו 4 יאר צוריק, דעמאלטס האבן אלע געוויינט זייענדיג אינדרויסען פון קאליציע
איצט איז דאך דא וואס שטייען מיט צו די רשעים, דיין אדמו"ר האלט אז אין אזא מצב טאר מען נישט אויף קיין וועג זאגן ווער און וואס שטייען מיט צו די גוזרי גזירה, כ'הער
דאס מיינט אבער אז אין אזא פאל קענסטי נישט נעמען מענטשן וואס קוקן אהן דאס גיין צו א מקום וועגן גיוס ווי פארשעמען די תוה"ק מיטן טון אנדערש ווי די פירער'ס פון די היינטיגע דור וואס זיצן אין ב"ב און זייער נעץ איז פארשפרייט בארבע כנפות הארץ צו וואס יעדער מיז צושטיין.
אחלק_שלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך אחלק_שלל »

גאנצל האט געשריבן:ר' אהרן האט געשיקט איצא גליק זיכער מאכן אז רז"ל זאל קומען און ווען זאלי האט געשטעלט תנאים האט מען אים עס נאכגעגעבן ווייל מ'האט פארשטאנען אז ס'איז וויכטיג ער זאל קומען פאר'ן סוקסעס
איין זאך וואס ער האט באוויזן דעס איז זיין קרעדיט

זיין רבני משמרת חומותיך זענען געזיצען עטליכע וואכן מיט די ליטווישע חדר פאר א צוזאם ארבעט און ער איז דורך געגאנגען פונקט אזויפיל שוועריקייטן אבער ער האט דאס אויך באוויזן דעס איז זיין קרעדיט

ער האט מיט זיין דעת תורה געקוקט אויפ'ן ציל און פארשטאנען דעמאלט אז ס'איז א ריכטיגע צייט ווען מ'קען האבן אלע פראקציעס כמעט דערפאר האט ער עס דעמאלט געמאכט

און ער האט באוויזן צו מאכן א סאטמארע פראטעסט אזוי ווי ס'איז אלס געווען


רז"ל איז מיטגעגאנגען דעמאלט'ס מיט אים ווייל ער האט געוואלט די מטרה, און ס'איז אים נישט אנגעגאנגען אז די אהרונים פירן אן דעם מעמד, און אז יענקל ווייס גייט זיך אויסגעבן. משא"כ איצט האט ר' אהרן געוויזן אז טאמער יצחק שטערן שטייט בראש אינטרעסירט אים דער גאנצער גיוס ווי דער פאראיעריגער שניי, און ער קומט נישט, וועלנדיג דערלאנגען א פויסט פאר יצחק שטערן.

ווידעראום די צוזאמענארבעט מיט די ליטווישע חדר איז אויך נישט געווען זיין קרעדיט, די ליטווישע זענען געווען נאך ווארעמער פון אים.
פארשפארט