אחלק_שלל האט געשריבן: איצט האט ר' אהרן געוויזן אז טאמער יצחק שטערן שטייט בראש אינטרעסירט אים דער גאנצער גיוס ווי דער פאראיעריגער שניי, און ער קומט נישט, וועלנדיג דערלאנגען א פויסט פאר יצחק שטערן.
דאס איז פאלש דורך און דורך רבי אהרן האט א אישו אויב א צוזאמקום איבער גיוס ווערט א חיזוק ארט פאר רבי שמואל לדעתו דארפן ביידע חזו"א5 און רבי שמואל אייניג בענעפיטירען און פארלירען פון אינזער א צוזאמקום נגד גיוס. [געהערט ערשטהאנטיג פון די וואס האבן היבש געהאנדעלט מיט מהר"א צו זיין א טייל פינעם כינוס]
נו פון דעם רעד איך דאך...... זיי צופרידן מיט וואס ס'איז דיר געלונגען צו כאפן און אויף די איבריגע וויש דיך אפ די נאז
ווער ס'ברויך זיך דא ווישן די נאז זענט איר, איר האלט נאך נישט ביים מודה זיין אינעם מיאוס'ן דורכפאל, ביז נעכטן נאכט האט איר געמיינט אז רז"ל איז געבליבן אליין א בודד במערכה, און היינט אינדערפריה זעהנדיג די בילדער און הערנדיג דעם אפקלאנג זענט איר געוואויר געווארן אז איר זענט נעבעך געבליבן אליין. סאטמאר איז ארויס אין א פראטעסט קעגן גיוס ווי אין אירע שענסטע צייטן און איר זענט געבליבן אינדערהיים צוליב נארישע כבוד חשבונות.
די בילדער האב איך נעכטן געזען לייוו די פארדעקטע פלעצער האב איך אויך געזען לייוו און דערפאר האב איך נישט וואס מודה צו זיין אין קיין דורכפאל עס איז געווען א שיינע כינוס התעוררות פון אנהענגער פון רז"ל
דער אמת איז איך האב עס נישט געוואטשט לייוו, אבער ווי נאר כ'האב געזעהן דעם עקל'דיגן אויסברוך אינעם שכינות'דיגן אשכול פון טאמבל-קאווע-ליטוואק האב איך פארשטאנען אז ס'איז ב"ה א גרויסע סוקסעס, כ'האב שוין נישט געדארפט זעהן קיין שום פיקטשער'ס, אוי האב איך הנאה געהאט, כ'האב זיך באלעקט די פינגער.
עמעזאן האט געשריבן:וואס איז געווען פשט פון די בריוו פון די ראשי ישיבות? פארוואס לאזט זיך ר' אהרן פעלדמאן פון די בלאף? ער האט גאר געשיקט א מכתב צום כינוס. פארוואס פארענטפערט זיך נישט די ראשי ישיבות אין בני ברק' אויף די טענות וואס זיי שרייבן? ר' יענקל הורוויץ איז ווייט פון א בהמה וואס האט עם געמאכט שרייבן די בריוו?
די נאווימינסקער איז ווייט פון א רעכטער ווי לאזט ער זיך פלוצים פון 'סאטמערע' בלאף?
די בריוו פון די ראשי ישיבות איז יא אפגע'ענטפערט געווארען. הרב גרשון אידלשטיין מיט הרב דוב לאנדא האבען מסביר געווען במילים ספורות וואס איז דער אמת. מער ווי דעם דארף מען נישט.
הוצאת לעז אויף פילע ערליכע אידן, אז זייערע מוחות זענען גענצליך פארשפארט שווער צו מקבל זיין אזא גראבע לשון הרע.
זאגט מיר איינער אז בשעת דער ניקלשבורגער איז געזיצען אויבן אן און פארלאזט טרערן איבער די שרעקליכע גזירה איז פלוצים אריננגעקומען דער גבאי פון ר' לייביש אין אים אנפארטרויערט אז ר' לייביש קומט נישט אריין ווי לאנג ער זיצט דארט, דער ניקעלשבורגער האט זיך זאפארט אויפגעשטעלט און ארויס. איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת, אבער אויב דאס איז אמת איז דאס ממש א בר קמצא מעשה פון די גמרא און מען ברויך דעם ר' לייביש מחרים זיין. (ווער עס האט געליינט מיינע תגובות אויפ'ן ניקעלשבורגער ווייסט אז איך בין א קנאפע חסיד זיינער, אבער טרינקן איינעם'ס בלוט ברבים לאז איך איבער פאר די נאציס).
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו האט געשריבן:זאגט מיר איינער אז בשעת דער ניקלשבורגער איז געזיצען אויבן אן און פארלאזט טרערן איבער די שרעקליכע גזירה איז פלוצים אריננגעקומען דער גבאי פון ר' לייביש אין אים אנפארטרויערט אז ר' לייביש קומט נישט אריין ווי לאנג ער זיצט דארט, דער ניקעלשבורגער האט זיך זאפארט אויפגעשטעלט און ארויס. איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת, אבער אויב דאס איז אמת איז דאס ממש א בר קמצא מעשה פון די גמרא און מען ברויך דעם ר' לייביש מחרים זיין. (ווער עס האט געליינט מיינע תגובות אויפ'ן ניקעלשבורגער ווייסט אז איך בין א קנאפע חסיד זיינער, אבער טרינקן איינעם'ס בלוט ברבים לאז איך איבער פאר די נאציס).
אזא מעשה מוז ווערן באשטעטיגט איידער ס'ווערט געליפטערט. אויב ס'איז יא אמת, שלאג איך פאר אז ער זאל זיין די הויפט רעדנער ביים צענטראלע כינוס הבא עלינו לטובה.
2. העקשן יצליח. די עקשנות פון מהרז"ל'ס מענטשן ביז די לעצטע רגע, מיט א מורא'דיגע אפטימיסטישע מהלך, טראץ די אלע מבית ומבחוץ וואס האבן זיי פרובירט צו אפשוואכן און זאגן אז זיי גייען בלייבן חוזק חזקות.
קיין שום עקשנות. גענומען the right topic in the right time און צונויף געברענגט טויזענטער אידן וואס באדערט זייער שטארק די נושא פון גיוס. רוב אידן זענען געקומען צו די נושא נישט צו אים. און נישט ווייל *ער* האט גערופען. זיי קומען ווען זיין ברידער רופט אדער סיי וועלכע גרויסע אדמו"ר מיט גענוג געלט און p.r דרייט עס אן. ווילסט אים גיבן די קרעדיט כל הכבוד. ווען ער וועט האבן מער פון 150 אידן ביי זיין שלוש סעודות וועלמיר רעדן ווייטער
נישט ריכטיג. קיינער האט נישט פארגעשאצט אזא ציבור און אזא סוקסעס. עס האט זיך אויסגעפעלט גאר א שטארקע עקשנות פון רז''ל אפילו לגבי זיינע נאנטע
און פארוואס די עולם איז געקומען, און צו זיי וואלטן געקומען צום ברודער, דאס דארפסטו מאכן א סורוועי, בפרט ביסט נישט ניטאמאל דארט געווען. מיין בליק איז אנדערש
יא ר' שלמה רובין מרבני מהר''א וואלט ווען געקומען צום ברודער מן הסתם
ר' שלמה רובין איז נישט געווען אן קיין בילד, פין יעדע רביש אייניקל איז דא א בילד חוץ פין ר' שלמה...
רז"ל איז מיטגעגאנגען דעמאלט'ס מיט אים ווייל ער האט געוואלט די מטרה, און ס'איז אים נישט אנגעגאנגען אז די אהרונים פירן אן דעם מעמד, און אז יענקל ווייס גייט זיך אויסגעבן. משא"כ איצט האט ר' אהרן געוויזן אז טאמער יצחק שטערן שטייט בראש אינטרעסירט אים דער גאנצער גיוס ווי דער פאראיעריגער שניי, און ער קומט נישט, וועלנדיג דערלאנגען א פויסט פאר יצחק שטערן.
ווידעראום די צוזאמענארבעט מיט די ליטווישע חדר איז אויך נישט געווען זיין קרעדיט, די ליטווישע זענען געווען נאך ווארעמער פון אים.
דערמאן דיך די מעסעזש א שקרן דארף האבען א זיכרון "@SatmarHQ: Update: As of now isn't R'Aron Teitelbaum ready to go with Hisachdus Hurabonim for a protest, so there's no date yet. DTF" דאס איז געווען נאך וואס מ'האט אים געזאגט אז ער באקומט וויפיל דרשות ער וויל אבער בעפאר ר' יענקל האראוויץ האט אים מסביר געווען אז ער פירט זיך אויף ווי א קינד
7. פריי זיך נישט בעפאר דו זעהסט די גאנצע פיקטשער. די אהרונים האבן זיך געפרייט אז דער בי"ד אין ירושלים האט נישט געשיקט קיין בריוו צו גיין, און בריסק האט נישט געהייסן גיין. למעשה צום סוף האט דער ירושלימ'ער רב געשיקט א בריוו און אויך אויפגעטרעטן, און צו לעצט האט אויך הגאון ר' אברהם יצחק אולמאן אויפגעטרעטן ביים כינוס בשם הביד"צ, און הרמ"ד מבריסק האט גערעדט גאר שארף קעגן די וואס לאזן נישט גיין.
.
די פאקט אז דער גאב''ד'ס בריוו איז געווען אליין אן די גאנצע בי''ד ווי אייביג, זאגט קלאר די אפווזענהייט פין גאנצען בי''ד צום ערשטן מאל פין אזא פראטעסט, הרב אולמאן פארטערעט זיך אין זיין שקל הטהור פין אפרים שטערן, נישט אלע רבנים פין בי''ד זענען משובד פאר מהרז''ל