נוטראלע בליק פון (פרעמדע) באטייליגטע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]

נוטראלע בליק פון (פרעמדע) באטייליגטע

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזוי ווי ביי יעדע צוזאמקום ווי עס איז דא חילוקי דיעות וועט מען דערנאך הערן קעגנזייטיגע מיינונגען איבער די סוקסעס פון די כינוס, עפען איך דא א אשכול ווי די וואס האבן זיך באטייליגט ביים כינוס אן קיין נגיעות דאס הייסט ער באלאנגט אויסדריקליך נישט צו צד רז''ל און אויך איז ער נישט א שונא פאר מהר''א.

אפשר אזוי וועט מען מצליח זיין צו באקומען א אויפריכטיגע בליק אויף די כינוס.


איך וועל אנהייבן מיט ציטירן די ווערטער פון די באקאנטע ניק 'מיללער' א 'חסיד מהר''א' וואס ער האט זיך באטייליגט ביים כינוס
מיללער האט געשריבן:א גוט מארגן

ויהי ממחרת הכינוס, עס איז א כבוד אריינצוקומען דא אויפן פארום און זעהן וויאזוי חברים און גוטע פריינט שרייבן אראפ זייערע הרגשים און קאמענטארן איבערן כינוס נעכטן אין בארקלעי, און עס קומט באמת א דאנק פאר די אומערמידליכע ארבייט פון די הנהלת אייוועלט ואחראיה פארן זארגן און ארבייטן בלי ליאות אז עס זאל טאקע קענען זיין אזא פלאץ, סיי בשעת מעשה האבן טויזנטער אידן פון איבער די גארער וועלט אריין לאגירט דא אויפן אייוועלט פארום מיטצוהאלטן די 'לייוו אפדעיטס' פונעם כינוס, און אזוי אויך יעצט א טאג דערויף צו הערן און מיטצופילן די שטורמישע הרגשים פון די טויזנטער משתתפים בגוף וברוח אינעם כינוס הרבבות.

יהא חלקי עם מזכי הרבים

-

איך וואלט געוואלט אביסל אראפשרייבן מיינע פערזענליכע געפילן, מיטהאלטנדיג דעם כינוס מוז איך ארויסברענגען מיין איבערראשונג פון די קאלאסאלע הצלחה פונעם מאורע, זייענדיג בטבע פעסעמעסטיש געשטימט בין איך געווען שטארק סורפרייזד סיי פונעם כמות הציבור וועלכע האט בלי ספק דערגרייכט העכער אלע ערווארטונגען און פאראויס שאצונגען (לויט די אפיציעלע ציפערן פונעם זאל איז דא פלאץ פאר 18 טויזנט זיצן, איך קען נישט זאגן אז יעדע זיץ איז פיל געווען אבער עס איז זיכער געווען אריבער 75% פיל, וואס איז גאר א שטארקע סוקסעס פאר אזא סארט פארזאמלונג), סיי באיכות פון א דעמאגראפישער שטאנדפונקט פון משתתפים זקנים עם נערים, ערנסטע עלטערע בעה"ב תלמידי רבינו הק' מסאטמאר זצ"ל, נאך פון בעדפארד עוו. און פון סאנדז סט. ביז אראפ בחורי חמד תלמידי הישיבות הקדושות, אלע מיט א סאטמאר'ן חן, דורכגעווייקטע חסידישע אידן ביי וועם די סאטמארער פלאם טוליעט אין הארץ, און די הייליגע ספרים פון רבינו הק' גייט נישט אראפ פון טיש.

און ועל כולם די שטארקע בימת הכבוד און קאלירפולער אויבן-אן, וועלכע האט אריינגענומען רבנים ורביים פון חסידישע הויפן, ביז ראשי ישיבות פון נאנט און ווייט, מנהיגי עדות קדושות, א שטייגער ווי כ"ק דער פשעווארסקער רבי שליט"א און כ"ק אדמו"ר דער מונקאטשער רב שליט"א, הגה"צ דער קארלסבורגער רב שליט"א, הגאוןן הגדול רבי אהרן שעכטער שליט"א וכו' ובראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א, וואס לויט אלע שאצונגען האט זיך קיינער נישט געראכטן אויף אזא הצלחה אין דעם פרט.

די דרשות נעכטן זענען געווען שטארק, כאטש דער מעסעדזש איז נישט געווען אזוי קלאר, וואס מיר פארלאנגען פון די מדינה הציונות, וואס ווילן מיר אז דער ועד הישיבות זאל פארבעסערן און וואס האפן מיר אז די אסיפה וכינוס זאל דערגרייכן, איז אבער דער "וויי-געשריי" אז חרדישע בחורים און ערליכע אידן קומען אן אין די טמא'נע מיליטער, שטארק דערהערט געווארן, און עס האט ארויסגעברענגט אז א ריזיגע חלק פונעם אמעריקאנער יהדות החרדית איז בשום אופן נישט מסכים דערצו, נישט פון קיין פשרות פון די ועד הישיבות און אוודאי נישט פון קיין גיוס בכפיה מטעם המדינה, וואס וועט האפנטליך דערהערט ווערן ביי די אינטערעסן-געטריבענע פארשטייער אין ארצינו הקדושה, און לויט ווי מען האט נעכטן געהערט האבן אפי' די הכנות צום כינוס שוין געבראכן א גרויסע טייל פונעם 'סטאטוס-קווא' און פאסיווען צוגאנג פון די קרייזן החונים על דגל התורה הולכי הבחירות ומשלחי שלוחי חברי כנסת המינים.

די חידושים פון די דרשות לדעתי זענען געווען די דרשה פונעם ארגענטינער ראש ישיבה שליט"א (כלשעצמי איז מיר דאס זעלבסט געווען א חידוש איז אויסער הרבנים עקשטיין/סופר איז פארהאן נאך חרדישע קהלות און ישיבות אין ארגענטינא... איך בין אביסל ארויס פונעם סאטמארער שאכטל צו זעהן אז עס איז דא נאך א וועלטל אויסער תלמידי רבינו), די ערנסטקייט אין זיין שטימע, דאס קול געשטיקט פון געוויין האט אפגעהילכט און יורד געווען לחדרי בטן, אבער מער פון דעם איז מיר געווען א חידוש די דרשה פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א, דער רבי שליט"א איז באקאנט געווענליך מיט זיין לייכטערן טאן בנעימות, פאר ווער עס איז געוואונט צו הערן דעם רבי'ן שליט"א ביים דאווענען און ביי זיינע דרשות, אנדערש איז געווען נעכטן ווען דער רבי שליט"א איז ארויסגעקומען בקול אדיר וחזק, ווי א ריכטיגער מנהיג וקברניט אין א צייט ווען די שיף וואקלט זיך, האט דער רבי בטיב לשונו געשטורעמט און ליארעמט, געווייטאגט און געיאמערט, ארויסברענגדניג די אמת'ע וויי געשריי וואס ווערט דערשטיקט דורך פארשידענע אגענדע-מאטיווירטע יחידים, און מיט א קול בוכים ובתחנונים פארלאנגט אז דאס ענין דארף אן אויפוואכונג, און א באלדיגע שינוי לטובה איידער עס איז חלילה צו שפעט.

ויהי רצון אז דער כינוס זאל טאקע ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן, וכל המינים כרגע יאבדו, ומלכות הרשעה תעקר בביאת משיח צדקנו בב"א
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

היות איך בין נישט א שונא צו מהר"א פערזענליך [צומאל מאכן זיינע גאר נאנטע אין צירקל שרעקליכע נארישע מאוו'ס] און נישט א ספעציעלער אוהד צו מהרי"י
וועליך זאגן מיין אפשאצונג, דער אפוועזנהייט פון מהר"א איז געווען א ווייטאג צו אסאך נוטראלע מענטשן, און אויך צו פילע שטארקע אנהענגער פון מהר"א, ניצן אזא ריזיגע ערנסטער צוזאמקום פאר פערזענליך רימערייען און לשונות פון גרויס מאכן מהרי"י האט פאר אסאך משתתפים נישט געשמעקט.

דער מעמד איז געווען א מחזה הוד, נאכדערצו ווען הגאון הרב לייזער שליט"א איז ערשינען מיט די בגדי שבת, טראץ וואס זיינע נאנטע בתורה האבן פרובירט אים אפהאלטן פין ערשיינען, האט צוגעגעבן א געוואלד צום דערהויבענקייט פינעם מעמד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין נייטראל

כ'האב נישט קיין געפיל פאר די גאנצע מערכה נאר איך בין געגאנגען פאר נייגעריגקייט. לכאורה די בעסטע נייטראל וואס איז מעגליך.

ס'איז געוועהן א געלונגענע נאכט נישט דא וואס צו רעדן. אבער עס איז נאר געוועהן געלונגען מיט איין פרט: די עולם. חוץ פון דעם איז עס געוועהן א דיזעסטער. די דרשות זענען געוועהן מורא'דיג באררינג, און כמעט יעדע מענטש וואס איך האב געזעהן איז געווען משוגע באררד.

איך האב געזעהן דריי מיני מענטשען. זאליס, נישט זאליס וואס גלייבן אין די מערכה, און רבי ז"ל אידן.

די זאליס זענען געוועהן אין זייער א גוטע מאאד פילענדיג ווי ס'איז א מעכטיגע הכתרה פאר זייער רבי. די רבי ז"ל אידן זענען געוועהן צופרידען ווייל די אלע דרשות זענען געוועהן מוזיק פאר זייערע אויערן. די מענטשען וואס זענען סאטמער (נישט זאלי אדער רבי ז"ל) אדער ליטוויש האבן אויסגעזעהן אנגעצויגען און דיסעפוינטעד.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

זייטיגע צוקוקער

שליחה דורך גאנצל »

אלס זייטיגע צוקוקער דא אין שטיבל זעי איך
1) די פערטע עמערזשנסי אשכול צו פארגלעטן די נעכטיגע מאסיווע דורכפאל פון די ז"ל פארטיי

2) פאר די ז"ל פארטיי איז געווען דער נעכטיגער צוזאםקום ווי וואסער פאר א פארחלשטן

3) א מהר"א איד האט באמת נישט געהאט וואס אריין צו וואקן דארט צווישן די שבעים זאבים זיין פלאץ איז נישט געווען באקוועם דארט בכלל

4) די עצם נאכט -ווי שוין געשריבען אויבן- נישט רעדנדיג יעצט פון די דורכפאל און פון די למעשהדיגע נחמה פון די פארטיי איז עס בעצם געווען א שיינע נאכט ווארימע התעוררות שיינע דרשות און א געלונגענע מעמד
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

גאנצל האט געשריבן:אלס זייטיגע צוקוקער


???????
קוקסט אויס ווי גאר א שטארקע אוהב און אוהד צו מהר"א, וההיפוך למהרי"י
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הגה''ח מגדולי חסידי מהר''א הרב יוסף חיים גרינוואלד ביים כינוס
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איש את רעהו האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:אלס זייטיגע צוקוקער


???????
קוקסט אויס ווי גאר א שטארקע אוהב און אוהד צו מהר"א, וההיפוך למהרי"י


נע איך האב גארנישט מיט די צוויי איך קוק אן די זאך ווי אזוי עס איז
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

עמעזאן האט געשריבן:הגה''ח מגדולי חסידי מהר''א הרב יוסף חיים גרינוואלד ביים כינוס


ער קוקט מיט א נוטראלע בליק ?...........
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

גאנצל האט געשריבן:אלס זייטיגע צוקוקער דא אין שטיבל זעי איך
1) די פערטע עמערזשנסי אשכול צו פארגלעטן די נעכטיגע מאסיווע דורכפאל פון די ז"ל פארטיי

2) פאר די ז"ל פארטיי איז געווען דער נעכטיגער צוזאםקום ווי וואסער פאר א פארחלשטן

3) א מהר"א איד האט באמת נישט געהאט וואס אריין צו וואקן דארט צווישן די שבעים זאבים זיין פלאץ איז נישט געווען באקוועם דארט בכלל

4) די עצם נאכט -ווי שוין געשריבען אויבן- נישט רעדנדיג יעצט פון די דורכפאל און פון די למעשהדיגע נחמה פון די פארטיי איז עס בעצם געווען א שיינע נאכט ווארימע התעוררות שיינע דרשות און א געלונגענע מעמד

הונדערט פראצענט אמת יעדעס ווארט. אט דאס זעלבע האט יעדער דארט אין זאל געטראכט, קוק נאר ווי א פרעמדער טרעפט צו גענוי יעדעמס מחשבות!

דער מעמד איז געווען בכוחו צו פארגלעטן מאסיווע דורכפעלער ווי וואסער פאר פאר'חלש'טע, ווען עס וואלט זיך אויסגעפעלט.
א מהר"א איד וואלט עס טאקע נישט אויסגעהאלטן און נישט געווען באקוועם דארט. (קוים פונדערווייטנס דא אויפן שטיבל קענען זיי עס אראפשלינגען...).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@גאנצל דו שפרינגסט געפערליך מען קען חושד זיין אז עפעס באדערט דיר מיט אומגעלונגענע כינוס נעכטן.
פראביר כאטש זיך צו האלטן קאאל און רוהיג.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

איך בין גאנץ נאטראל. חנוכה הער איך חשוף איין נאכט ביי מהר"א און איין נאכט ביי מהרז"ל. פערצופאל בייזער איך זיך גאר איבער דאס וואס די ציונים טוהן אפ אין ארצינו הקדושה, ממילא גיי איך קיין בארקליס צענטער ווען אימער כ'האב אן איבעריגע פאר מינוט. די ציבור אין די עקסטאז דורכאויס די חדשים איז - וויאזוי שרייבט נאר דער איד היינט - "דיו אילו ימי וכל מי כנישותא, איז נישט שייך, מיט׳ן בעסטן ווילן, צו קענען שילדערן"!
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

א באטייליגטער

שליחה דורך איש את רעהו »

משתתף ב'בארקלעי'ס האט געשריבן:שלום לך ידידי היקר מו''ר המכונה ''איש את רעהו'',


לכתחילה האב איך געטראכט נישט צו גיין, זעענדיג ווי נאר איין קהילה גייט, אבער למעשה האב איך באשלאסן יא צו גיין, היות יעדער מענטש מאכט א חילוק.
אנדערש ווי ביי אנדערע כינוסים און פראטעסטן,אט מען אנגעזען אן ערענסטקייט ביי יעדער וואס האט געשפאנט אינעם ריכטונג פון די סטעדיום. אנקומענדיג בין איך גלייך צוגעגאנגן צו מיין זיץ. עס איז אומבאשרייבליך ווי ערענסט איך האב געפילט. איך האב געזען ווי אפילו בחורימ'לעך זיצן מיט א ערענסטע פנים, ווייזענדיג אז אונז זעמיר דא זיך אנצונעמען פאר אונזערע ברודער אין ארץ ישראל.

דער ערשטע האט צוגעטרויטן צום מייק רבי שלמה אליעזר זז''ג. עס איז ניכר געווען די צער אין זיין ווערטער, ארויסברענגענדיג קורץ און שארף וואס די מטרה איז. הערשט ווען רבי אנשיל אשכנזי האט אנגעהויבן רעדן האב איך אויסגעבראכן אין א הילכיגן געוויין. ס'האט באנומען אלע מיינע גלידער. ער האט מסביר געווען פארוואס מען איז זיך צוזאמגעקומען. דערנאך האמיר געהאט א זכי' צו הערן פון רבי הלל שליט'א. ער האט מיט א צובראכענע שטימע געוויזן וויאזוי מיר וועלן זיי בייקומען.
רבי ראבי האט גערעדט זייער פיין און טיף, און אויך רב שכטר, אבער כאנישט פארשטאנען פונקטליך. רבי יעקב שפירא האט קלאר און דייטליך מסביר געווען דער קירכע פון ציונות. לעווין האט גערעדט זייער הארציג. רבי יחזקאל ראטה האט מיר דערמאנט פון רבי זי''ע, אזש איך.האב גע'בוכה'ט ווי א קינד. ווען ראש גולת אריאל ראש מערכות ישראל דער סאטמארע רבי האט גערעדט, האט זיך געשפירט ווי ביים רבי ז'ל ביי של'''ש. דער עולם האט געבוכהט, און אפילו די שמעק איז געווען ביי של''ש.

ווער רעדט נאך ווען דער קאפישער האט געשריגן, אזש איך האב זיך געשאקלט ווי דער רבי זי''ע'ס רעבעצין אינעם ארון קודש.

עס איז צום האפן אז דער מדינה וועט אונטערגיין בקרוב אמן
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איסר האטלקי האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:אלס זייטיגע צוקוקער דא אין שטיבל זעי איך
1) די פערטע עמערזשנסי אשכול צו פארגלעטן די נעכטיגע מאסיווע דורכפאל פון די ז"ל פארטיי

2) פאר די ז"ל פארטיי איז געווען דער נעכטיגער צוזאםקום ווי וואסער פאר א פארחלשטן

3) א מהר"א איד האט באמת נישט געהאט וואס אריין צו וואקן דארט צווישן די שבעים זאבים זיין פלאץ איז נישט געווען באקוועם דארט בכלל

4) די עצם נאכט -ווי שוין געשריבען אויבן- נישט רעדנדיג יעצט פון די דורכפאל און פון די למעשהדיגע נחמה פון די פארטיי איז עס בעצם געווען א שיינע נאכט ווארימע התעוררות שיינע דרשות און א געלונגענע מעמד

הונדערט פראצענט אמת יעדעס ווארט. אט דאס זעלבע האט יעדער דארט אין זאל געטראכט, קוק נאר ווי א פרעמדער טרעפט צו גענוי יעדעמס מחשבות!

דער מעמד איז געווען בכוחו צו פארגלעטן מאסיווע דורכפעלער ווי וואסער פאר פאר'חלש'טע, ווען עס וואלט זיך אויסגעפעלט.
א מהר"א איד וואלט עס טאקע נישט אויסגעהאלטן און נישט געווען באקוועם דארט. (קוים פונדערווייטנס דא אויפן שטיבל קענען זיי עס אראפשלינגען...).


יאפ שווער פאר א מהרא איד צו קוקן ווי זייערע ברודער פארענטפערן זיך און פארגלעטן זייער דורכפאל

אבער אלע מהרא אידן זענען מודה אז פלען בי איז געווען גענוג וואסער פאר די פארחלישטע
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

עמעזאן האט געשריבן:@גאנצל דו שפרינגסט געפערליך מען קען חושד זיין אז עפעס באדערט דיר מיט אומגעלונגענע כינוס נעכטן.
פראביר כאטש זיך צו האלטן קאאל און רוהיג.


מ'פראבירט ענק בארואיגן דאס טאר איך שוין אויך נישט

איך מיין צייט צו עפענען נאך א אשכול איבער רז"ל'ס הכתרה און ר"א'ס לוי'.............
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גאנצל קאמאן, וועמען ווילסטו איינרעדן אז דו ביסט נייטראל.
וירח ה' את ריח הניחוח
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איינער קען מיר מסביר זיין וואס דא גייט פאר? גאנצל רעדט פון עפעס א דורכפאל וואס א צד שכנגד האט געליטן נעכטן נאכט.
איז ער שוין א פולי זאלי? אויס ארויני אזוי שנעל? נישט געוואוסט ער האט נאך עפעס שכל...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

גאנצל האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:@גאנצל דו שפרינגסט געפערליך מען קען חושד זיין אז עפעס באדערט דיר מיט אומגעלונגענע כינוס נעכטן.
פראביר כאטש זיך צו האלטן קאאל און רוהיג.


מ'פראבירט ענק בארואיגן דאס טאר איך שוין אויך נישט

איך מיין צייט צו עפענען נאך א אשכול איבער רז"ל'ס הכתרה און ר"א'ס לוי'.............

גאנצל, בבקשה: עפן אן אשכול און באשרייב די דורכפאל פון נעכטן נאכט. אבער שוין, דו מאכסט אונז אלע נייגעריג!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איך דארף שוין נישט עפינען דו עפנסט שוין גענוג
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

שמעקעדיג האט געשריבן:גאנצל סארי דו מאכסט מיר נערוועז... דו באלאנגט נישט אין דעם אשכול, וועמען ווילסטו איינרעדן אז דו ביסט נייטראל.


קבלתי

איך האב פראבירט איבערגעבן א דרויסענדע בליק מאכט דיר נערוועז דאס נישט ענטשולדיג
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיין בליק קענט איר טרעפט דא:

viewtopic.php?p=374697#p374697
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עמעזאן, א נקודה. דו ברענגסט אראפ א נייטראלע בליק פון מיללער אויף אייוועלט. לידיעתך, ער איז א שטארקע זאלי, בכלל נישט נוטראל.
וירח ה' את ריח הניחוח
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

שמעקעדיג האט געשריבן:עמעזאן, א נקודה. דו ברענגסט אראפ א נייטראלע בליק פון מיללער אויף אייוועלט. לידיעתך, ער איז א שטארקע זאלי, בכלל נישט נוטראל.

הייבט זיך נישט אן, איך קען אים גוט ער איז אן ארויני.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

יאפ אין אייוועלט ווערט ער אלס באטיטולט ארוני
פארשפארט