די פאבינדונג פון נאצי-דייטשלאנד עפאכע און "בארקלעיס סענטער"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

שליחה דורך החוקר »

@געוואלדיג, קען זיין איך לייען נישט גוט, אדער האסטו מיר נישט פארשטאנען

פון די ווערטער האב איך פארשטאנען אז "דער איד'ס" פראפעגאנדע און געבלס ימ"ש זענען די זעלבע.
אבער היינט בין איך ענדליך אויפגעקלערט געווארן, און איך קען זאגן מיטן פולסטן רואיגקייט אז יא! מענטשן קענען איבערגעדרייט ווערן אין גאר א קורצע וויילע, און פון נארמאלע דורכשניטלכע און אפילו אינטעליגענטע מענטשן, קען ווערן א צודרייטער עקסטרעמיסט וואס גלייבט סיי וואס דער "פראפאגאנדע מאשין" פארקויפט.

לשיטתו דער וואס קויפט אפ א פארריקטע כינוס פון "דער איד" וואלט אויך געקויפט רציחה און מאסן מארד!
פראפעגאנדע איז א גוטע תירוץ וויאזוי עס האט פאסירט, אבער, דאס איז אמאל זיכער אז איינער וואס קויפט אפ וואס די דייטשן האבן אפגעקויפט פאר גוט געלט, פארמאגט א צובראכענע מאראל קאמפוס. משא"כ איינער וואס גייט צו א כינוס.

און א חידוש גאר, אז עס פעלט ניטאמאל אויס יארן פראפאגאנדירן. מיט די ריכטיגע פלאקאטן און אומריכטיגע אינפארמאציע, קען מען ברענגען זעכצן טויזנט האלב-נארמאלע מענטשן, צו טון עפעס וואס גייט קעגן דעם סברא ישרה פון יעדער נארמאלער מענטש.
ער פארשטייט אז גיין צו א כינוס איז פונקט אזוי קעגן שכל הישר ווי אויסמארדן א פאלק.

איר זענט נישט קיין שוטים, און די נאציס זענען מעגליך ניטאמאל געווען קיין עכטע אנטיסטעמיטן. איר זענט אלע א קרבן פון די כח פון פראפאגאנדע.
דו זעסט טאקע נישט ווי ער מאכט א קוגל פון ביידע?
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

ווען איך האב געשריבן די אשכול איז מיר אריין א ווערימעל אין הארץ, אז אפשר וועלן געוויסע נישט אננעמען ריכטיג מיין כוונה, און אז געוויסע וועלן מעגליך נישט וועלן פארשטיין מיין כוונה כדי נישט צו ציען מסקנות וואס זענען א פראסק אין פנים, ועת אשר יגורנו בא. פארט ליגט אויף מיר א פליכט זיך אויסצוקלארן מיין כוונה.


1. איך האב ח"ו נישט געמיינט צו פארגלייכן נאצי דייטשלאנד צו סאטמאר, בשום אופן שיהיה. איך קום אויך נישט פארענטפערן און בארעכטיגן די נאציס אדער די וואס זענען נאכגעשלעפט געווארן נאך זיי. איך קום נאר ארויסברענגען איין נקודה, אז דאס איז דער כח פון פראפאגאנדע. נאצי פראפאגאנדע אדער גיוס פראפגאנדע, די פוינט איז אז טיפשות פון שקר קען ווערן א גאנגבארע זאך מיט די נויטיגע מאס פראפאגאנדע דערצו. דא ענדיגט זיך אבער דער צושטעל.


2. פארט אבער דארף מען וויסן, אז די וואס זענען זיך טומן ידם בצלחת און חלומ'ן אז די היימישע פראפאגאנדע ענדיגט זיך ביי א פארשטינקענע מחאת זעם והכתרת נועם המידות אין בארקלעיס, זענען נישט גערעכט און אין עברית זאגט מען דערויף "היד על ההדק". מיר האלטן שוין יעצט אין א מצב וואס היימישע פראפאגאנדע גייט פיל ווייטער, הגם ביז רציחה איז פאלג מיר א גאנג.

די מושחתים וואס פירן די קאמפיין קעגן סמארטפאונס, גייט זייער פראפאגאנדע (שומרים קארטלעך ודומיהם) א שטאפל ווייטער, חוצפה פון קינדער קעגן אייגענע עלטערן, נאכשרייען מענטשן און מבזה זיין, און אפילו צוברעכן פרעמדע מענטשנס כלים. די מאה שערים'ניקעס פראפאגאנדע (חרדקי"ם) גייט ווייטער: אנשמייסען מענטשן די ביינער עד זוב דם און ביזן צוברעכן ביינער ועד בכלל. ווידער די צעווילדעוועטע פאריקטע פלג ירושלמי האט זיך שוין עטליכע מאל אויסגעדריקט בעבר מיט לשונות וואס וואלטן נישט פארשעמט די אייסיס פירער. כ'וואלט זיי ערנסט נישט פארטרויעט מיט א ביקס אין האנט. דאס איז די כח פון פראפאגאנדע, וואס איז א צויבער ראד וואס שטעלט זיך נישט אפ ביי משוגעים אין א סטעדיום.


3. האמת אגיד, ווען איך האב אנגעהויבן שרייבן די ווארט נאציס, האט עס מיר זעלבסט געגריצלט אין די אויערן. כ'בין זעלבסט אויך שטארק עמפינדליך צו סיי וואספארא צושטעל וואס זעט אויס ווי א קשר מיט נאציזם ([tag]אבטולמוס[/tag] האט עס די בעסטע ארויסגעברענגט אין זיינע געציילטע אבער געמאסטענע ווערטער. קוקט איבער און זעט א מוסטער פון א "חכם לב"). כ'האב עס פארט געטון טראץ מיין ווידערווילן, פשוט כדי ארויסצוברענגען די וויכטיגע פוינט וועגן פראפאגאנדע, וואס נאר ווען עס קומט באגלייט מיט א שארפע דמיון - מעגליך א סענזאציע - כאפט עס דעם אויג.

אבער השקט לא אוכל צו זען ווי געוויסע קנאים זענען אויפגעשפרינגען אויף דעם כמוצא שלל רב. זיי קענען באשיינפערליך נישט הערן די ווארט נאצי, מרוב עמפינדליכקייט צו נושא. די צביעות איז אומגלויבליך, ווען אין פאקט זענען די קנאים למיניהם די ערגסטע אין דעם פעלד, ווען יעדע פיצעלע זאך ווערט גלייך פארוואנדלט אין נאצי דייטשלאנד. א גזירה אין ארץ ישראל איז נאצי דייטשלאנד, אפאר פאליציאנטן לויפן אריין אין א קנאישע שול ארויסנעמען עטליכע אומצעוויליזירטע מוחים, איז עס קריסטאלנאכט, און בכלל איז יעדע פאליציאנט זוכה צום שיינעם טיטל "נאצי"! נע, זיי שרייען נישט רוצח, פושע, רשע, זיי לויפן גלייך צו... "נאצי!" (און ווער געדענקט נאך די קינדער אין געשטרייפטע קליידער אין געלע לאטעס וואס האט אויפגעשוידערט די אידן וואס זענען זעלבסט אדורך די מארד לאגערן אונטערן דייטש?)

אבער אצינד, פלוצים, זענען זיי שטארק עמפינדליך צו סיי וואספארא פארגלייך מיט נאצי דייטשלאנד, זאל דער פארגלייך נישט זיין זיי - נאר דער פאקטאר פון פראפאגאנדע. "הזהרו מן הצבועים".


איך כשלעצמי, האלט אויך נישט אז די פארגלייך איז פאסיג, און אז מ'זאל בכלל דערמאנען נאצי דייטשלאנד פאר אזעלכע צוועקן. איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען מיין פוינט. איינמאל די נקודה איבער פראפאגאנדע איז קלאר, צי איך זעלבסט צוריק דערפון...
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
פארשפארט