שמעקעדיג האט געשריבן:עמעזאן, א נקודה. דו ברענגסט אראפ א נייטראלע בליק פון מיללער אויף אייוועלט. לידיעתך, ער איז א שטארקע זאלי, בכלל נישט נוטראל.
ווואאא !!
איך ליין אים שוין יארן
מיר נישט בייגעפאלען אז ער איז נישט א שטארקע חסיד מהר"א
איש את רעהו האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:עמעזאן, א נקודה. דו ברענגסט אראפ א נייטראלע בליק פון מיללער אויף אייוועלט. לידיעתך, ער איז א שטארקע זאלי, בכלל נישט נוטראל.
ווואאא !!
איך ליין אים שוין יארן
מיר נישט בייגעפאלען אז ער איז נישט א שטארקע חסיד מהר"א
גאלד האט געשריבן:כקען וויסן פארוואס די טשעפעסט מיך פערזענליך איך זאל איינעמען טאבלעטן וכדומה, האב איך דיר אמאל געטשעפעט.
גאלד האט געשריבן:וואס שפילט מען דא תם???!!!
הטרם תדע אז שוין פאר 17 יאר ל"ע
באיקאטירט ר' אהרן אלע שמחות פון 3 זיינע געשוויסטער!!!!!
הטרם תדע אז שוין פאר 17 יאר ל"ע
באיקאטירט ר' זלמן לייב אלע שמחות פון 3 זיינע געשוויסטער!!!!!
איז דאס יא נארמאל?
האט דאס יא א הסבר?
רבונא דעלמא כולא!! זיבצן יאר??
קיין איין איינציגער שמחה?
אייגענע ברודער און שוועסטער!!
קיין חתונה, בר מצוה, ברית גארנישט,
לא עלינו ולא עליכם
קלערט דען איינער אז דאס איז ווייל זיי פארגינען זיך נישט איינעם דעם אנדערן שמחות
ס'נעבעך אזוי געווארן די אומשטענדן אז אלס פראקטישקייט איז דאס אזוי געווארן,
איך בין בטוח אז ביידע ברודער בלוטיגן איבער דעם,
האט מען נאך דא גרויסע קשיות עצומות פארוואס ר' אהרן איז נישט געקומען צו עפעס א אסיפה ווי דער ברודער איז דער מחותן, נישט נאר מחותן נאר דאס איז פארוואנדעלט געווארן און א פאליטשע חאזעריי געציעלט צו טריצן קעגן איהם פערזענליך
וואס ווילט עטס ר' אהרן זאל טאן נעקסט? אנטון הערנער?
גאלד האט געשריבן:צווייטנס
ער האט קיינמאל נישט פארלאנגט קיין פאליטישע סימבאלישע זאכן
ער האט נאר פארלאנגט צו מאכן א אסיפה און אפשטיפן
מווייס מיר דאך דאס
ווי נאר ער האט דאס פארלאנגט איז עס שוין געווארן א טריץ צו דוקא נישט אפשטיפן ווייל אהרן האט געזאגט. פון דארט איז עס שוין ארויס אינגאצן אוט אוו קאנטראל.
גאלד האט געשריבן:צווייטנס
ער האט קיינמאל נישט פארלאנגט קיין פאליטישע סימבאלישע זאכן
ער האט נאר פארלאנגט צו מאכן א אסיפה און אפשטיפן
מווייס מיר דאך דאס
ווי נאר ער האט דאס פארלאנגט איז עס שוין געווארן א טריץ צו דוקא נישט אפשטיפן ווייל אהרן האט געזאגט. פון דארט איז עס שוין ארויס אינגאצן אוט אוו קאנטראל.
יעקב מענטש האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:עמעזאן, א נקודה. דו ברענגסט אראפ א נייטראלע בליק פון מיללער אויף אייוועלט. לידיעתך, ער איז א שטארקע זאלי, בכלל נישט נוטראל.
ווואאא !!
איך ליין אים שוין יארן
מיר נישט בייגעפאלען אז ער איז נישט א שטארקע חסיד מהר"א
ער זאגט עס קלאר, ווען ער קען נאר, פרובירט ער צו שרייבן 'ממלא מקום' אויף מהר"א.
אלץ איינער וואס באלאנגט אפיציעל צו די זאלי פארטיי, אבער האט למעשה גארנישט איינגעלייגט מיט מעשה, האט מיר געבאדערט פארוואס די ארונים האבן זיך למעשה נישט צוגעשטעלט, און איך גלייב אז רוב באטייליגטע האט עס געבאדערט, מ'האט נישט דא געזוכט צו מאכן א פאליטישע מאוו.
איסר האטלקי האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:אלס זייטיגע צוקוקער דא אין שטיבל זעי איך
1) די פערטע עמערזשנסי אשכול צו פארגלעטן די נעכטיגע מאסיווע דורכפאל פון די ז"ל פארטיי
2) פאר די ז"ל פארטיי איז געווען דער נעכטיגער צוזאםקום ווי וואסער פאר א פארחלשטן
3) א מהר"א איד האט באמת נישט געהאט וואס אריין צו וואקן דארט צווישן די שבעים זאבים זיין פלאץ איז נישט געווען באקוועם דארט בכלל
4) די עצם נאכט -ווי שוין געשריבען אויבן- נישט רעדנדיג יעצט פון די דורכפאל און פון די למעשהדיגע נחמה פון די פארטיי איז עס בעצם געווען א שיינע נאכט ווארימע התעוררות שיינע דרשות און א געלונגענע מעמד
הונדערט פראצענט אמת יעדעס ווארט. אט דאס זעלבע האט יעדער דארט אין זאל געטראכט, קוק נאר ווי א פרעמדער טרעפט צו גענוי יעדעמס מחשבות!
דער מעמד איז געווען בכוחו צו פארגלעטן מאסיווע דורכפעלער ווי וואסער פאר פאר'חלש'טע, ווען עס וואלט זיך אויסגעפעלט.
א מהר"א איד וואלט עס טאקע נישט אויסגעהאלטן און נישט געווען באקוועם דארט. (קוים פונדערווייטנס דא אויפן שטיבל קענען זיי עס אראפשלינגען...).
קודם להקדמה: איך באלאנג נישט אין סאטמאר, נאר פון א גרויסע קרייז אין מאנסי
איך בין אנגעקומען 3:00 פונקטליך, קודם בין איך געבליבן שטיין אינדרויסן זיך אומקוקנדיג אויפן שטראם וואס איז געווען א מחזה הוד צו קוקן
איך האב געהאט זייער א באקוועמע פלאץ נעבן א דורכגאנג, סאו איך האב געקענט גרינגערהייט אויפשטעלן און ארומסערקעלען דעם זאל און בעאבאכטן דעם זאל
עס איז באמת נישטא קיין ווערטער, מען זעהט נישט יעדן טאג אזא ציבור פון אזויפיל טויזענטער אידן, נאכדערצו ווען רובו דרובו זענען געווען פון די קרייזן וואס הייסן תלמידי הרה"ק מסאטמאר זצ"ל
מיין שאצונג איז געווען אז די זאל איז געווען לכה"פ 70 פראצענט פיל
קיין איין דרשה איז נישט געווען קיין דורכפאל, אבער איז געווען צופיל און צולאנג
די דרשה פון הרב לעווין איז געווען זייער אינספירירנד, עכט יוצא מן הלב באמת
אויך הרב שפירא האט אראפגעלייגט א מייסטערהאפטע ארבעט
איך האב נאך אויספיעט צו הערן א א חלק דרשה פון האדמו"ר מהר"יי ווען איך בין דערנאך אהיים
די מייקס זענען געווען אויסערגעווענליך
די עירראנדישאן געוואלדיג
רוב רבנים אויפן אויבן אן האבעך נישט געקענט אבער האט אויסגעקוט מלא חן
איין זאך אבער נאר די איין זאך האט מיר זייער ווייגעטוהן און איך האב הנאה געהאט צו זעהן אז נאך אידן טוט דאס וויי, עס קומען זיך צוזאם אזויפיל פרומע אידן אויף א קנאות מיסיע און מען צינדט אן לייוו ווידיאו פונעם גאנצן מעמד און מען האט נאך געזומט די גאנצע צייט די אויבנאן און די עולם, עס האט היבש מגשם געווען דעם מעמד, און איך האב מיר נישט געראכטן דערויף
אבער חוץ מזה איז עס געווען גאר א הייליגע מעמד
איך בין נישט קיין גרויסע פראטעסטירער, איך גלייך נישט נעגעטיוועטי, איך גליין צו זעהן דעם חלק הטוב אין יעדן גדול בישראל פון סיי וועלכען קרייז, סיז סך הכל א נאטור מיינס אין איך שלאג מיך נישט מיט מיינע נאטורן...
איך בין שוין נישט געווען ביי קיין עצרת (ווי מען רופט עס) שוין מסתם א צוואנציג יאר זייט אלץ יונגעל מן הסתם, אבער נעכטן האט מיך א חבר צוויי יא געשלעפט א קאר מיט א פּארקינג האב איך געקלערט וואס קען איך שוין דערלייגן, גיין זעהן עפעס גדולי ישראל...
בין איך געגאנגן אזוי די לעצטע רגע.
וואס זאל איך אייך זאגן, סיז געווען א מעמד מרומם, מיטן גאנצן ערענסטקייט, סיי זקנים און סיי נערים יעדער איז געווען ערענסט און נייגעריג צו טרינקן יעדעס ווארט פון די חשובע דרשנים, פון אן עולם ווער איך גראדע נישט ענטציקט, ווייל א גרויסען ציבור האב איך שוין אסאך געזהן ביי אנדערע פארשידענארטיגע געלעגענהייטן וואס איז נישט דער מקום צו דערמאנען אין דעם אשכול.. ...
אבער דאס ערענסקייט המעמד מוז איך מודה זיין האט מיך יא איבערגענומען, איך בין געגאנגן לכתחילה נישט מיט קיין ערענסטן מינע בכלל, נאר אז איך גיי צו א חסידישע פארזאמלונג פון חרדים לדבר ה׳, אבער דער עטיטוד מיט וואס איך בין געגאנגען האט זיך בליץ שנעל פארטוישט אין איך בין אריין אין געפרוירענע מינע אז עוד ערענסטקייט חי....!
דאס מערסטע האט מיך איבערגענומען דער רב לאוי פון חפץ חיים ארגענטינע, איך ווייס נישט ווער דאס איז קיינמאל ביפאר פון דעם חשובען ראש ישיבה נישט געהערט, אבער זיינע ווערטער האבן קלאר געהערט אז סקומט פון א גאר ריין הארץ!! גערעד אינסטינקטיוו נישט פראפעסינאל פון א צעטיל וכדומה, גאר גאר ווארעם...
דערנאך האט מיך שטארק געכאפט דאס לעכטיגע בחנטע ערשיינונג פון הגאון הגדול הגאב״ד קארלסבורג שליט״א, זיין בחנטער ענוותדיגער טעגליכן צוגאנג, האט ארויסגעשיינט מיט פיל מער חן אין א סטעדיום פון רבבות.... זיינע דברות קודש מיטן טעם העליון- זיין אייגענאראטיגן ניגונד׳ל האט שטארק יורד געווען לעמקי נפשי. אין איבערהויפט אז פאליטיק פון אנדערע מערכות איז געלייגט געווארן אין די זייט, וואס דאס האט מיר געגעבן דעם איבערצייגונג אז מעמיינט דאס ערענסט.
די הייליגע פלאם פייערדיגע דיבורים פונעם זקן ראשי ישיבה ארה״ב הגאון הגדול מהר״א שכטער שליט״א, האט געגעבן דעם בליק פון א פארצייטישן גדול בתורה וואס ברענט אין אים דער אש התורה אפי׳ מיט שוואכע כוחות וואס דאס נעמט איבער יעדן אידיש קינד.
די דברות קודש פון האדמו״ר מהרז"ל מסאטמאר שליט״א איז געווען שטארק געמאסטן און נישט קיין איין איבריג ווארט, אבער אין די זעלבע צייט זייער ווארים, צום פונקט,....
דער רב שפירא מטשענסטכאב האט גערעד דברים של טעם געוואלדיג, זייער א קלארן שטאנד וואס מעקן עפעס נישט אפווענדן, סערשטע מאל איך הער אים, מהאט מיר געזאגט אז ער איז גוט, אין איך מוז דערינען מודה זיין, דארף גוט קענען אפלערנען א שטיקל גמרא אויב ער לערענט....
אפשר וועט דער מעמד מאכן אז איך זאל מיך אפשר יא באטיילגען עפטער...
berlbalaguleh האט געשריבן:איסר האיטלקי: איך בין א שטיקל מהר"א איד. און איך שמייכל פון צופרידנהייט אז דער כינוס איז געווען א געוואלדיגע סוקסעס, אין נאמבערס. אבער אין די זעלבע צייט פארשטיי איך, און איך האלט אז מהר"א שליט"א איז 100% גערעכט מיט נישט באטייליגן זיך אין דעם כינוס. ווייל ער שפיעלט נישט מיט מיט די גאנצע טרייב קראפט פאר דעם כינוס. אלס מנהיג פון זיין עדה הקדושה האט ער פעסטגעשטעלט, אזוי ווי פאפא רב שליט"א און אנדערע גדולי הרבנים אז ס'איז נישט מער ווי א פאליטישער שפיעל. פונקט אזוי ווי ביי דעם כינוס עולמי אקעיגן אינטערנעט, וואס איז בעצם א גוטע זאך. האט ער אבער פארשטאנען אז ס'איז געטריבן פון די אגענדא פון עטליכע יחידים. ממילא האט ער זיך נישט באטייליגט. אז הרב שמואל אויערבאך שליט"א האטציך פארגלוסט אויף די עלעטערע יארן צו ווערן א גרויסער פאליטישער מנהיג, פארגינט עס איהם א יעדער איינער.נאר מ'פרעגט די זעלבע קשיא וואס אספסיינוס האט געפרעגט פון ר' יוחנן בן זכאי..."אי איברא, מלכא אנא. אמאי לא אתית קמאי?"...אויב דאס פייער פון קנאות ברענט ביי איהם. אוואו איז ער געווען די אלע יארן, ווען סאטמאר און די עדה החרדית און תולדות אהרן האבן געפיהרט די אלע מערכות קדשי ישראל...?! אונז אלע ווייסן דעם ענטפער...! נהנה געווען משולחן איזבל מיט ביידע הענט...סאו, די אלע רבנים וגדולי ישראל וועלכע זענען אווערקגעשטאנען פונ'ם כינוס האבן נישט געוואלט מאניפולירט ווערן דורך עטליכע יחידים, פאליטיקאנטן...!
גאנצל האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:@גאנצל דו שפרינגסט געפערליך מען קען חושד זיין אז עפעס באדערט דיר מיט אומגעלונגענע כינוס נעכטן.
פראביר כאטש זיך צו האלטן קאאל און רוהיג.
מ'פראבירט ענק בארואיגן דאס טאר איך שוין אויך נישט
איך מיין צייט צו עפענען נאך א אשכול איבער רז"ל'ס הכתרה און ר"א'ס לוי'.............
איש את רעהו האט געשריבן:היות איך בין נישט א שונא צו מהר"א פערזענליך [צומאל מאכן זיינע גאר נאנטע אין צירקל שרעקליכע נארישע מאוו'ס] און נישט א ספעציעלער אוהד צו מהרי"י
וועליך זאגן מיין אפשאצונג, דער אפוועזנהייט פון מהר"א איז געווען א ווייטאג צו אסאך נוטראלע מענטשן, און אויך צו פילע שטארקע אנהענגער פון מהר"א, ניצן אזא ריזיגע ערנסטער צוזאמקום פאר פערזענליך רימערייען און לשונות פון גרויס מאכן מהרי"י האט פאר אסאך משתתפים נישט געשמעקט.
דער מעמד איז געווען א מחזה הוד, נאכדערצו ווען הגאון הרב לייזער שליט"א איז ערשינען מיט די בגדי שבת, טראץ וואס זיינע נאנטע בתורה האבן פרובירט אים אפהאלטן פין ערשיינען, האט צוגעגעבן א געוואלד צום דערהויבענקייט פינעם מעמד.