כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דאס אז די נעמען זענען פאלש, איז נישט קיין חידוש. מ'זאל דען זאגען אמת'ער נעמען? אבער דאס אז זיי טענה'ן אז קיין בחורים פון יענער ישיבה זענען נישט געגאנגען אין מיליטער, איז עפעס ווערט. נאר מ'דארף ווארטען צו וויסען דער אמת.
דאס איז אבער א נחת טאקע. מסתמא האט דער עולם נישט געקענט שלאפען צוליעב דאס אז מאיר אסולין איז נישט קיין שומר תורה ומצוות. יעצט וואס מ'הערט אז אזא בחור עגזיסטירט בכלל נישט, איז עס א טרייסט טאקע. (אפשר איז דאס פשט אין שיטת ב"ש, נוח לו לאדם שלא נברא משנברא, ועכשיו שנברא יפשפש במעשיו, ער זאל מפשפש זיין צו ער עגזיסטירט טאקע)
איין זאך דארף מען אבער וויסען. דאס אז ער עגזיסטירט נישט שיינט צו זיין א 'פאקט', און דאס איז טאקע א געפארפולע זאך.
דאס איז אבער א נחת טאקע. מסתמא האט דער עולם נישט געקענט שלאפען צוליעב דאס אז מאיר אסולין איז נישט קיין שומר תורה ומצוות. יעצט וואס מ'הערט אז אזא בחור עגזיסטירט בכלל נישט, איז עס א טרייסט טאקע. (אפשר איז דאס פשט אין שיטת ב"ש, נוח לו לאדם שלא נברא משנברא, ועכשיו שנברא יפשפש במעשיו, ער זאל מפשפש זיין צו ער עגזיסטירט טאקע)
איין זאך דארף מען אבער וויסען. דאס אז ער עגזיסטירט נישט שיינט צו זיין א 'פאקט', און דאס איז טאקע א געפארפולע זאך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
גר ותושב האט געשריבן:http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=120350&utm_source=twitter&utm_medium=link&utm_content=im&utm_campaign=article_in_bhol
וואס ס'איז נאר אינטערסאנט איז אז נאכן אראפלייגן ווי קליין דער משגיח איז געבן זיי אזא ענדיג: 'הרב רבי מכהן במקביל לתפקידו כמשגיח קטן בישיבה גם כמנהל בית הספר לבנות שהקים הפלג בשכונת רמות, וממייסדי רשת הגנים של הפלג עליה הוכרז בחדשים האחרונים, שלדבריהם לא תתוקצב ע"י המדינה'. אין אנדערע וווערטער ער האט א שיינע פאר שטעלעס דארט, אבער באמת איז ער נישט גארנישט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
חרדיםבניגוד לטענות ראש הישיבה
המשגיח לא שיקר: תלמידים מ'נחלת משה' התגייסו לצה"ל
http://mobile.kikar.co.il/article/235311
המשגיח לא שיקר: תלמידים מ'נחלת משה' התגייסו לצה"ל
http://mobile.kikar.co.il/article/235311
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
ליפא האט געשריבן:חרדיםבניגוד לטענות ראש הישיבה
המשגיח לא שיקר: תלמידים מ'נחלת משה' התגייסו לצה"ל
http://mobile.kikar.co.il/article/235311
הייסט אז דער ראש ישיבת נחלת משה זאגט פלעין ליגענט? ער טענה'ט אז קיינער פון זיין ישיבה איז נאך נישט ארויס לצבא?
i have no idea what's going on over here
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
cictim האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:i have no idea what's going on over here
you have no idea what they are doing with you over here
קען זיין, אבער מ'דארף מברר זיין ווער ס'זאגט דעם אמת און ווער ס'פיהרט ארום. מ'קען נישט קלויבן א שיטה אדער קרייז מיט וועם מ'אידענטפיצירט זיך, און אננעמען אז יענער זאגט דעם אמת בלויז ווייל דו גלייכסט אים.
מיינע החלטות בנוגע דער גיוס פראבלעם, נעם איך נישט פון די סאטמערע צייטונג שרייבער,איך נעם עס פון די וואס האבן דייקא נישט מיט סאטמער איינגעלייגט וואס זאגט מיר אז יש דברים בגוי. ווידעראום די אלע וואס פאלגן נאך די 'אין גזירה' סלאגאן נעמן זייער אינפארמאציע אדער לעיטעסט ספין פון די זעלבע מקורות וואס די 'מעגליכע' ליגענטס בענעפיטירן
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
יעקב מענטש האט געשריבן:diff האט געשריבן:נישט אמתberlbalaguleh האט געשריבן:די סאטמאר'ע שיטה אז מ'טאר נישט גיין אין מיליטער אלס הכרה בשלטון הציונים. !
איך צו צוריק.
קענסט אראפלייגן די 'סאטמערע' שיטה בנוגע זיך שטעלן אין צה"ל, לו יצוייר ס'זאל זיין כשר? דו זאג מיר
א פאספורט, שקלים, טאבו וכו' איז אויך הכרה בשלטון הציונים
(די שאלה איז נישט נוגע למעשה, ווייל ס'עקזעסטירט נישט דערווייל)
דערפאר הייסט עס תקופת הסתגלות
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פאספורט איז אפשר נישט אזוי שטארק נוגע. ווייל מ'האט דאך אן אמעריקאנער אדער ענגלישן פאספארט. אבער שקלים און טאבו איז שוין איינמאל נוגע. ווייל א גרויסער עולם פון די היימישע קנאים האבן פראפערטי אין ארץ/מדינת ישראל...!איינס פון כמה ראיות איז, אז, בשעת די פאררוקטע, שטינקעדיגע נטורי חרתא זענען געלאפן קיין איראן צו די האלאקאוסט לייקענונג קאנפערענץ פון פרעזידענט אחמאדינעזשאד האט א גרויסער עולם אין קהילתנו הקדושה געארבעט אויף קעסל און כלים צו דערקלערן אויף אלע טרומפייטערס און שופרות קבל עולם ומלואה אז סאטמאר האט גארנישט מיט די נטורי חרתא. מפי השמועה איז עס געקומען אויף די עצה פון לעגאלע עקספערטן אין מדינת ישראל. וועלכע האבן חושש געווען אז די אזוי-גערופענע מלכות הרשעה קען נאך ח"ו קאנפיסקירן די פראפערטיס פון סאטמאר'ע יחידים און מוסדות. כי רבים הם...! ווייל די מלכות של חסד איראן האט דאך דעקלערט קריעג אקעיגן מדינת ישראל. און צוגעזאגט זיי צו פארניכטן (היל"ת). האט א יעדעס פראפאגאנדע מאשינדל פון סאטמאר געשריגן בקולי קולות אז זיי און נטו"ק ענען נישט איינס. איי. א גאנץ יאר שטיצן זיי די נטו"ק און געבן זיי דעם כח. ישראל מ. און ש.ב. האבן פארפיערט און געליארעמט. עד שעבר זעם...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
יעקב מענטש האט געשריבן:ליפא האט געשריבן:חרדיםבניגוד לטענות ראש הישיבה
המשגיח לא שיקר: תלמידים מ'נחלת משה' התגייסו לצה"ל
http://mobile.kikar.co.il/article/235311
הייסט אז דער ראש ישיבת נחלת משה זאגט פלעין ליגענט? ער טענה'ט אז קיינער פון זיין ישיבה איז נאך נישט ארויס לצבא?
i have no idea what's going on over here
דער ראש ישיבה האט זיך באווארנט. ער שרייבט "ואף אחד לא יצא לצבא בעקבות גייסים או פיתויים בלשכת הגיוס".אבער צוליב אנדערע סיבות יא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אונטער חכם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
berlbalaguleh האט געשריבן:. ישראל מ. און ש.ב. האבן פארפיערט און געליארעמט. עד שעבר זעם...!
ווער זענען די מענטשן?
- קפה נמס
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:יעצט, שטייענדיג נאכ'ן כינוס, וועל איך נעמען די פאר מינוט צו באשרייבן מיינע געדאנקען. במשך די לעצטע 2 וואכן האב איך געהערט – ווי רוב אנדערע – אזויפיל שיטות און מהלכים אין די גאנצע מערכה, אז איך בין שיעור געשפרונגען פון התפעלות... מאנכע ניקס האבן מיר געמוטשעט , ברבים און אין אישי, אז איך זאל שרייבן מיינע געדאנקען. איך האב אבער געזען אז קיינער, קיינער! איז נישט אינטרעסירט צו הערן דעם צווייטן צד אז אפשר איז פאראן ביי יענעם אויך א שמץ של אמת, אלזא האב איך געשפירט פאר איבריג צו נעמען די צייט און פעדער אין האנט. כ'האב קלאר געזען אז קיינער גייט נישט איבערצייגן דעם צווייטן. יעדער גייט זיך האלטן מיט זיינע "פאקטן". און איך אויך מיט מיינס (הגם כ'בין מודה אז אויף אפאר מינדערוויכטיגע פרטים האב איך יא געטוישט מיינונג, נאכ'ן אויסהערן דעם צד השני).
@שמעקעדיג טייערער, איך בין געווען באמת נייגעריג וואספארא פאקטן דו ווייסט און וואס דיין מיינונג איז. דו ביסט געווען די איינציגסטע דא וואס איך האב געגלייבט אז דו בעבלסט נישט סתם נאך די ליפלעטן אין ביהמ"ד און עפעס ווייסטו מער. חבל...
ביי מיר איז נישט קיין ספק אז עס עקזיסטירט א גזירה, נאר די מדינה פארטושט עס שטילערהייט אויף כל מיני אופנים, ווי צב"ש נישט נעמען פון די גרויסע עסטאבלישד קהלות, און א גרויסע עולם קויפט עס נעבעך אפ. עס איז דא פאקטן וואס קיינער קען נישט לייקענען – ווי צב"ש ס'איז קלאר אז עס זענען פאראן א געוואלד מיט היימישע בחורים אין מיליטער, צי בכפי' צי ברצון – נאר מען פארענטפערט עס מיט תירוצים ואמתלאות שונות.
עס איז נישטא מער היימישע בחורים אין מיליטער ווי אפגעפארענע היימישע אין ניו יארק. ברענג איין היימישע בחור וואס איז אריין אין מיליטער ווען ער איז נאך געווען ערליך.... איינס
עס איז אויך א פאקט אז די יעצטיגע כנסי-ה אקעגן די מ'כלומר'שטע גזירה האט ארויסגענומען פון די כלים אזויפיל קהלות, הלא דבר הוא! אלמלי די גאנצע עצרת האט נישט קיין שום פשט און די גאנצע גזירה איז בלויז פון פינגער ארויסגעזויגן, וואס איז פשט אז דאס האט אזוי געקרענקט פאר די ישראלישע צייטונגען? פארוואס האט מען אזוי געשימפט און געזידלט? יא איך ווייס, מען מיינט פשוט כבוד התורה, יע יע.
אלא מאי ? ? אז זיי באהאלטן דא עפעס.... יא ! זיי באהאלטן אז זיי לאזן צו בשתיקה מ'זאל נעמען ספרד'ישע מיט גע'גט'ע בחורים אין מיליטער....!
דאס איז טיפיקל סאטמארע דעמאגאגיע. זאג, אויף א איד אין אמעריקע וואלסטו אויך געגלייבט אזא בלבול אז ער איז גרייט שטילערהייט צו לאזן פאלן ערליכע בחורים אין אזא פלאץ ווי צה"ל?
און דו פארשטייסט טאקע נישט פארוואס זיי זענען ארויס פון די כלים ? ! ווילאנג סאטמאר שרייט און האקט גייט זיי עס אהן ווי פאראיעריגע שניי און זיי האבן נישט געגעבן קיין מוק, אבער אז מ'האט מצליח געווען אז די נאוואמינסקער מיט ר' אהרן שעכטער גלייבן אז הגר"ד לאנדאו מיט הגר"ג איידלשטיין לאזן אויפהייבן א גרזן אויף די עולם התורה (ל' המכתב) איז שוין נישט קיין עסק צו שווייגן, יענער רודערט ארום ביי דיינע אייגענע מענטשן.
איך וועל מודה זיין אז אין געוויסע פעלער איז די מערכה געווען איבערגעטריבן, און פארשידענע "פאקטן" זענען מיט א שמוץ אריבער ווי די אמת'ע פאקט, אבער אפילו אזוי איז גאר ביטער די מצב, אויב זאל נאר האלב זיין אמת איז עס גענוג א ווייטאג און מיר מוזן העלפן אונזערע צעבראכענע ברודער.
א גוזמא וואלט געווען ווען מ'מאכט פון 5,000 פאר צוועלף טויזנט, נישט ווען מ'בלאזט אהן א מערכה ווען ס'איז נישטא כרגע אויף וואס און מיט וועמען לוחם צו זיין. די אלע וואס האבן ביוראקראטישע פראבלעמען ווערן זייער גוט קעיר גענומען דורך פילע ארגעניזאציעס וועלכע ארבעטן יד ביד מיט די וועד הישיבות (!) און אפי' אויב ס'איז דא טענות אויף די איינגעשטעלטע אין וועד הישיבות איז עס נישט עפעס וואס פאדערט א מערכה פון אמעריקע.
ביי די וועי, דיינע 'צובראכענע ברודער' פון פלג הירושלמי וואס זענען די ממציאים פון די אלע פאקטן און גזירות, לעבן און אטעמען אויף "גזירת הגיוס". די טאג וואס גזירת הגיוס ענדיגט זיך אדער איז שוין נישט קיין העפטיגע מערכה קען מען פארמאכן דעם "הפלס" און לייגן א שלאס אויף די גאנצע "עץ" פארטיי וואס איר אפיציעלע עקזיסטענץ איז נאר געבויעט צו לוחם זיין אין די גיוס מיט די ריכטיגע השקפה.
איך וועל אויך מיטשטימען מיט די אלע "מיינונגען" (ווי המלוכה והממשלה שרייבט אין אן אנדער אשכול) אז די מצב פון אונזערע בחורים און ישיבות דא אין אמעריקע איז ליידער ווייט פון גוט, און זאל די אמעריקאנע גאווערמענט אנהויבן נעמען אלע OTD בחורים אין מיליטער, אוי וועט מען שוין טרעפן פאר זיי פלאץ אין די ישיבות.... אפשר בשכינות פון די נחמת ישראל בחורים..
אבער מען מוז אויך מודה זיין די די הצלחה פונעם נעכטיגן עצרת איז געווען העכער ווי ערווארטעט! מען דארף געבן קרעדיט ווי קרעדיט איז DUE.
עס בלייבט נאר איין דיפערענץ צווישן די סאטמארע שיטה און די איבריגע – אפילו די וועלכע זענען בשיטה אקעגן די גזירת גיוס. דער דיפערענץ איז, וואס איז בעצם דער פראבלעם פון גיוס? ביטול תורה אדער ציונות? עס כאפט א גרויסע חילוק ביי די בחורים זענען באמת פויגלעך, טראבל מעיקערס, און דער מיליטער נעמט זיי אריין און מענטשלט זיי אויס. לויט רוב קהלות איז עס נאר א טובה פאר זיי, ווייל דער עיקר פראבלעם איז דאך נאר ביטול תורה;
דו מיינסט באמת אז ביי בחורים וואו ס'נישטא קיין פראבלעם פון ביטול תורה זענען וויז'ניץ און סלאנים גרייט זיי צו שיקן אין מיליטער ??
משא"כ לויט סאטמאר טאר מען בשום אופן שבעולם נישט גיין אין מיליטער, אפילו אויב וואלט געווען צוגעשטעלט א מקוה טהרה מיט שיעורי תורה מיט מחיצות צווישן מענער און פרויען.
איך ווייס נישט פונקטליך וואס איז דאס היינט ציונות און צו וועלכע עבירה דו באציהסט זיך? אויב מיינסטו 'כוחי ועוצם ידי', דאכט זיך מיר אז אונז מיט אונזער מעכטיגע "כינוס הרבבות" פארמאגן אין זיך אסאך מער כוחי ועוצם ידי ווי דער נעבעכדיגער סאלדאט וואס שטייט ביים צומת נעבן א ישוב אין דרום...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אונטער חכם האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:. ישראל מ. און ש.ב. האבן פארפיערט און געליארעמט. עד שעבר זעם...!
ווער זענען די מענטשן?
אונטער חכם: ווי ס'זעהט אויס ביסטו נישט מעורה און מעורב אין די היימישע פאליטיק פון די לעצטע עטליכע יאר.
ס'דא 2 מענטשן וועלכע האלטן אז זיי זענען די פאן טרעגער פון די שיטה פון רביה"ק מ'סאטמאר, זי"ע. דער ערשטער איז ר' מנשה פיליפ. א איד א גרויסער תלמיד חכם און בקי במילי דעלמא. אבער מיט שטארק פארקרומטע דיעות. וואס כ'בין זיכער אז ער אליינס האלט אויכעט נישט אזוי. נאר ער זאגט עס לתפארת הדרוש...! זיין פען נאמען איז הרב ישראל מ. סופר...!
דער 2'טער הייסט ר' שמואל שלמה טעללער. ער רופט זיך הרב ש.ב. מרגליות. ער איז דער אפיציעלער היסטאריקער און הוגה דיעות ביי קהילת מהר"א און אין בלאט...! ער שרייבט און רעדט אזוי בעיביש כאילו ער וואלט גערעדט צו א קלאס פון 5 יאריגע יונגלעך...! ער איז אזוי שטארק באורינג און פרעדיקטעבל, אז ווען איך ליין די ערשטע 2 שורות ווייס איך שוין וואו אהין ער ציהלט...! אויך איז ער אייביג ביזי אויפצו ווייזן וואספארא טיפש און שוטה ביבי נתניהו איז. נישט וואספארא שייגעץ ער איז...!
בד"וו. ער איז געווען דער בעל יועץ פאר מהר"א שליט"א ארויסצוקומען מיט א שארפן און עקסטרעם נארישן סטעיטמענט איבער די רציחות פון די 3 ישיבה בחורים דורך די פאלעסטינער רוצחים, ימ"ש. אלעס נאר כדי צו ווייזן אז פונקט אזוי ווי דער פעטער זי"ע איז נישט נתפעל געווארן פון וואס די גאס זאגט. אזוי ווערט ער אויכעט נישט נתפעל...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
א גרויסן ייש"כ ר' בערל .
איך האב שוין גראדע געוואוסט ווער די אידן זענען , איך האב נאר נישט געקענט זייערע פען נעמען ווייל איך קויף נישט קיין צייטונגען, איך הער נאר זייער תורה שבעל פה, אבער עס האט זיך דאך געלוינט צו הערן אזא קלארע אנאליז אויף די צוויי , ממש קולע אל השערה, (ודפח"ח וש"י ודו"ק).
איך האב שוין גראדע געוואוסט ווער די אידן זענען , איך האב נאר נישט געקענט זייערע פען נעמען ווייל איך קויף נישט קיין צייטונגען, איך הער נאר זייער תורה שבעל פה, אבער עס האט זיך דאך געלוינט צו הערן אזא קלארע אנאליז אויף די צוויי , ממש קולע אל השערה, (ודפח"ח וש"י ודו"ק).
עס איז אינטרסאנט ארויסצוברענגן אויף די 2 פארשוינען וואס ר' בערל ברענגט אז אין צייט וואס ר' מנשה פילאפף האט בכלל נישט א ווארט אין די קהילה פון רז'''ל נאר אין די צייטונג דער איד און די רבי קען עם ניטאמאל פרעגט עם קיינמאל זיין מיינונג כאטש רז'''ל פרעגט דירעקט יא ביי האקעלע נושאים נאר פון ערענסט נארמאלע רבנים ווי ר' טודרוס זילבער וכדו'
איז ביי מהר''א פונקט פארקערט דער שמואל שלמה טעללער איז די גאנצע מחנך ביי די בחורים'ליך רעדט צוזאם פאר זיי שטותים והבלים.
און אויך ביים רבי'ן איז ער א גאנצע הוגה דעות און ער פירט עם אין באד אריין ווי ר' בערל ברענגט שוין אויך ארויס.
איז ביי מהר''א פונקט פארקערט דער שמואל שלמה טעללער איז די גאנצע מחנך ביי די בחורים'ליך רעדט צוזאם פאר זיי שטותים והבלים.
און אויך ביים רבי'ן איז ער א גאנצע הוגה דעות און ער פירט עם אין באד אריין ווי ר' בערל ברענגט שוין אויך ארויס.