אכשר דרא - כבר היה לעולמים (גיוס בני הישיבות)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
און אנדערע זאגן עס איז סתם שטותים ,אויב עפעס האט ער צוגעהאלפן [ביינאכט] מיט די ביצורים להגנת העורף אזוי ווי כמעט אלע בחורי הישיבות פון יענע יארן. עס הייסט נאכנישט אז מען האט משרת געווען אין צה''ל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
ס'איז זייער אן אינטערעסאנטער אשכול. איך בין מסכים מיט לעיקוואד ודעימיה בנוגע דעם אונטערשייד פון אמאל און היינט. איינע פון מיינע נאנטסטע מענטשן אלס קינד איז געווען א היימישער איד מיט אפיציעלע מונדירן (צווישן נאך אנדערע וואס כ'האב אזוי געקענט). יענער האט נישט איבערגעלעבט, און כ'בין געווען צוטרייסלט ביים הערן די בשורה... ער ליגט מיר נאך טיף אין הארצן מיט בענקשאפט!...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:39 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
איין זאך איז זיכער, עכ"פ בעיני, אז די פרומע קהילות, ווי סאטמאר, בריסק, תולדות אהרן, א.א.וו. זענען דעמאלטס אויך געווען להשמיד אקעגן גיוס "בנים", און עס איז נישט שייך צו פרעגן וואס איז יעצט אנדערש, ווייל עס איז טאקע נישט אנדערש, עס איז געווען אסור אמאל, און עס איז אסור היינט.
בנוגע די אגודה קהילות, איז ווי איינער האט שוין פריער ערווענט, אז עס איז יעצט א גזירות שמד, (אפגעזען צו איך און דו האלטן אזוי, האבן אבער זייערע רבנים באשלאסן אזוי, און אויף דעם באציט זיך זייער פסק) נישט ווי אמאל וואס מ'האט גערופן אין מיליטער ווייל מ'האט געדארפט סאלדאטן.
ודו"ק.
ודלא כ'לעקוואד.
בנוגע די אגודה קהילות, איז ווי איינער האט שוין פריער ערווענט, אז עס איז יעצט א גזירות שמד, (אפגעזען צו איך און דו האלטן אזוי, האבן אבער זייערע רבנים באשלאסן אזוי, און אויף דעם באציט זיך זייער פסק) נישט ווי אמאל וואס מ'האט גערופן אין מיליטער ווייל מ'האט געדארפט סאלדאטן.
ודו"ק.
ודלא כ'לעקוואד.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
שמן זית טשעק יור סארסעס. מען האט קיינעם נישט געפרעגט ביים מגייס זיין צו ער איז א סאטמארע אדער בריסקער. (העק ביים מלחמת השחרור האט מען אפילו גענומען טויזענטער בחורים מלחמה איבערלעבער גלייך אראפ פון די שיף זיי געגעבן א ביקס אין האנט און גלייך געפירט צו די בעטלגראונדס ,כמובן אז די בחורים האבען קיינמאל פארדעם נישט געהאלטן א ביקס און זענען זיכער נישט געווען א מעטש אקעגן די געשולטע ירדענישע ליגיאנערן און מצרישע קאמאנדאס ,פאר א גרויסע חלק פון זיי איז דאס געווען זייער ערשטע און לעצטע טאג על אדמת א''י הי''ד.)
בן גוריון האט מסכים געווען צו געבן א פטור פאר גאנצע 1400 בני ישיבות אין דעם זענען אריינגערעכנט אלע ישיבות און כוללים הכל בכול מכול פון ירושלים ביז צפת און אלעס אינדערמיט.
דאס האט אזוי אנגעהאלטן פאר איבער 30 יאר ביז בעגין איז געווארן ראש ממשלה און ער האט געהעכערט די נומער אבער אויך נאר ביז עטליכע טויזענט. סאו אויב א אלטער איד שעמט זיך היינט און פארציילט דיר אז ער איז נישט געווען אין צבא (באיזה אופן שהוא) איז ער סתם א שקרן.
בן גוריון האט מסכים געווען צו געבן א פטור פאר גאנצע 1400 בני ישיבות אין דעם זענען אריינגערעכנט אלע ישיבות און כוללים הכל בכול מכול פון ירושלים ביז צפת און אלעס אינדערמיט.
דאס האט אזוי אנגעהאלטן פאר איבער 30 יאר ביז בעגין איז געווארן ראש ממשלה און ער האט געהעכערט די נומער אבער אויך נאר ביז עטליכע טויזענט. סאו אויב א אלטער איד שעמט זיך היינט און פארציילט דיר אז ער איז נישט געווען אין צבא (באיזה אופן שהוא) איז ער סתם א שקרן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 141
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל
סאטמאר מהרז"ל גיבט ארויס א קונטרס "בלשון חסידים", יעדעס יאר לכבוד כ" א כסליו, דאס איז א קלייבעניש פון אינטערוויוס פון עלטערע יודען, וואס פארציילען איבער די בראשית יארען
הכלל אין, איינע פון די אויסגאבעס פארציילט דארט אן עלטערער ארץ ישראל יוד, אויפן אנפראגע פונעם אינטערוויוער, פארוואס ביי זיין נאמען איז געמעקט דער "לא" און צוגעשריבען "כן"?
ס'איז דארט געדריקט א קאפי פון א דאקומענט מיטן דרוקסארט פון ייטב לב ירושלים,
די גאנצע ליסטע פון אלע בחורים וואס האבען דאן געלערענט און סאטמאר ירושלים,און ביי איטלעכן נאמען איז געווען צוגעצייכענט " כן" אדער "לא".
איז דער איד מסביר, אז דאמאלטס האבען אלע בחורים געמוזט גיין אינעם מיליטער, חוץ א געוויסע פראצענט מצוינים וואס די ישיבה באהערדע האבען איינגעגעבן פאר די מדינה ,זייערע נעמען.
און וויבאלד ער איז געווען א מצוין ,האט ער געהאט א פטור, ממילא איז צוגעצייכענט ביי זיין נאמען " לא", אבער שפעטער איז אנגעקומען איינע פון בעסטע תלמידים פונעם רבי'ן זצ"ל,האט דער יוד געהאלטען אז ס'מאכט נישט קיין סענס,אז ער זאל זיין פטור אלס מצוין,און יענער חשובע'ר בחור זאל זיך מוזען ריינרוקען, האט ער אויפגעגעבן "פרייוויליג" זיין מצוין פטור, און איבערגעגעבן דאס,פארן ניי אנגעקומענעם בחור,ממילא האט די הנהלה געמעקט דעם "לא" און צוגעשריבען "כן", דהיינו ער גייט יא אין מיליטער,

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: אכשר דרא - כבר היה לעולמים (גיוס בני הישיבות)
איך האלט אין איין צושטעלען פון יענער סייט, וואס איז טאקע אן אוצר בלום פון היסטאריא.
נאר דאס דארף דערמאנט ווערען, אז די חרדים אין מיליטער זענען קיינמאל נישט געווען קיין געהעריגע חלק פון די מיליטער. וויבאלד מ׳איז עפ"י רוב אנגעקומען עלטער ווי אנדערע, שוין פארהייראט, און ווייניג אינטרעסירט אין זיין א זעלנער, האט מען דיי געשיקט אלץ ׳דזשאבניקים׳, מענטשען וואס ארבעטען אין די אפיסעס און טוהן די נערישע ארבעט. די שלעגעריי האבען די חרדים ווייניג געטוהן, און א ריזיגע פערצענט האט מען סתם אזוי געפטר׳ט ווייל ס׳פעלט נישט אויס פאר׳ן מיליטער זיי צו האבען.
דארט זעט מען אז ס׳שוין געווען א נחל חרדי, וואס ר׳ חיים מאיר׳ל האט געשטיצט צו גאר גע׳עפענט, מיט׳ן צושטימונג פון גדולי ישראל. קיינער האט עס נישט אנגערופען א גזירת שמד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא