פארוואס מאכן מיר לצנות פון פאפא?
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
פארוואס מאכן מיר לצנות פון פאפא?
[justify]יעדער וואס האט אויגן, אויערן, און ווערט אויפגעצויגן אלס היימישער איד, וועט וויסן צו זאגן איבער די 2 זאכן.
איינס - עס איז פארהאן א קהילה צווישן אידן, די הויפטקווארטיר געפונט זיך אין וויליאמסבורג. זי איז איינס פון די גרעסטע קהילות, מיט א שיינע ציבור פון ערליכע, געשמאקע, און זיסע אידן. נעמליך "קהילת יעקב פאפא." זייער קרייז שטייט ארויס פון פאליטישע געפעכטן, זייער ווייניג האבן זיי מיט וואס זיך צן שעמען, און גאר אסאך איז דא דארט מיט וואס צו שטאלצירן, זיי ציען אויף א הערליכע דור, פון פארשטענדליכע באזעצענע מיטגלידער, ערנסטע בעלי בתים, לומדים, און זאפטיגע אינגעלייט.
נישט דא דארט קיין היסטאריע פון מחלוקת, נישט דא עפעס וואס זאל צייגן אויף סיי וועלכע שלעכטע געוואוינהייט, מען לעבט דארט זייער באחדות, און מען העלפט זיך צוזאמען, מען קען מיט שטאלץ טייטלען אויף אזא בוים, און באוואונדערן אירע צווייגן, זאגנדיג וואויל זענען די וואס האבן איינגעפלאנצט די ווארצלען, און באוואסערט דעם פלאנצונג.
צוויי - עס גייט שוין אן פאר לאנגע יארן א מין נארישע מאדנע איינפיר וואס האט נישט קיין הענט אדער פיס נאר איז א אפגעפליקטע מנהג אכזרי פון אפשפעטן פון א די מנהיג פון אט די קרייז, און פון זיין סטאדע. א קהלה פון טויזענטער מענטשן.
וואס מען וויל פון זיי האבן? קיינער ווייסט נישט צופיל, מען טראכט שוין ניטאמאל אז עמיצער באדערט דאס, עס איז שוין א געוואוינהייט ארויס פון די הויט. יעדע קורני וויץ אדער פליק גייט ארויף אויף דעם חשוב'ער מנהיג וואס האט עטליכע טויזנט מענטשן אונטער זיך, פירנדיג דאס מיט א פראכט.
דעם גאנצן טאג רעדן מיר ווי שיין אידישע מידות זענען, מיר ווייסן פון אהבת ישראל, מיר לערנען נישט צו טשעפענען, און פרובירן נישט פארשעמען אנדערע ווייל יעדער האט געפיל, יעדער מיט בלוט און פלייש באקומט אויך א פעקל געפיל, מיט סענסיטיווע אדערן.
זענען מיר אזאנע משוגעים? זענען מיר סתם שלעכט? פארוואס טוט מען דאס? איך פארשטיי דאס באמת נישט.
עס רייסט מיר שטיקער מענטש. עס הויערט צווישן מענטשן א סארט גרויליגקייט. אז יעדעס מאל מען לאזט ארויס א גרעבץ פון מויל, רופט מען זיך אן "לחיים פאפא רעביצין" א מין נידריגע געוואוינהייט, א עקל, און שאנדע.
עס איז א מין פויערישער נידריגקייט, וואס גייט שוין צוריק אזויפיל יאר, נארמאלע אינגעלייט קענען נאכזאגן א וויץ, אדער לצנות, פונעם פאפאנער, אדער זיינע חסידים, אסאך מאל מיט אזעלכע נאן-סענס באשמירן די קרייז כאילו זיי זענען 4 שטאקיגע אקסן, און האבן הערנער.
איך פלעג מיינען אלס קינד, אז א פאפא חסיד האט נישט קיין אונס שכל. און וואקסן אויף א אנדערע סארט בוים.
עס גייט שוין אזוי פאר יארן, יארן, און אין די צייט וואס אויף אזויפיל רבנים, און חסידות'ער זענען דא ביכער פון שמוץ, פאליטיק, און געמיינע היסטאריע, קען מען זאגן אז זיי זענען נאך די מערסט באשיידנסטע, טשעפענען נישט, הרג'ענען נישט קיין מענטשן, זענען נישט צוקריגט מיט קיינעם, און טראגן א כאראקטער פון איידלקייט. אזא סתירה צו וואס מען לערנט אונז, סטופיד.
ביים לעצן מאל וואס מיינס א פריינט האט נאכגעברענגט א שמוציגע וויץ אויף א פאפא חסיד'ס אקסל, האב איך אים אויסגעפראקט, און קאנפראנטירט אז ער זאל מיר מסביר זיין פארוואס ער קימערט זיך נישט מיט די מענטשן וואס באלאנגען אין פאפא. שרייבט ער מיר. "אונז האמיר אייביג געהאט געהאט א קהילה וואס האט גענומען יעדע קורני דשאָוק אויף זיך. אמאל איז עס געווען כעלעם, היינט איז עס פאפא. איך זעה נישט די גרויסע פראבלעם דערמיט"
"אונז האמיר" ווי א ברייטער אונגארישער פריץ, בארעכטיגט ער א עקלהאפטיגע איינפיר, מיט פשוט'ע נאן סענס.
כעלעם איז היסטאריע, קיינעם שטערט עס נישט, ווערסוס א פאלק פון מענטשן וואס יעדעס מאל זיי הערן צוריק אז א פרישער וויץ איבער זייער טפשות קייקלט זיך ארום אין היימישע מקוואות, טוט עס זיי שטעכן, און ציפן.
וואס עפעס מוזן מיר האבן א חסידות וואס זאל ארייננעמען יעדע מיאוסע שטעך-ווארט, און שפירן דערנידערט צו יעדע נער'ס נידריגע וויצל, אדער שמיצל, וואס עפעס דארף דאס אזוי ארבעטן? לאמיר נעמען דיין פאמיליע, און אנהויבן רייסן שטיקער, מ'וועט טיילן וויצן, און דאס איבעראל ארומשיקן. אוי וועלן ענק דאס ווילן אויפהערן, און טון אלעס דאס צו אפשטעלן.
וואס איז א פאפא חסיד אויב נישט א מענטש מיט בלוט און פלייש. נערנים? טיפשים? מענטשן מיט קרעץ?
גיוו מי עי ברעיק. דו און איך, און יעדער. מיר קענען דאס אויפהערן, א וויץ אויף פאפא חשבון טראגט מען נישט ווייטער, קאפי פעסט עס, און טויש עס צו עפעסאנדערש, ווען דו הערסט איינעם זאגן א פאפא'נער איז אריינגעקומען צום דאקטער, זאג אים "טו מיר א טובה דערצייל עס מיר נישט, פאפא אידן זענען פון די זעלבע פלייש ווי יעדן" איך האב געפרעגט א פאפא'נער אינגערמאן, א טאלאנט אנגעפולטער צו ער פלעגט ווערן געבאדערט אויף אלע שפיזן אין זיין ריכטונג. ער זאגט מיר אזוי "איך בין אויפגעוואקסן זיך כמעט שעמענדיג צו גיין אין גאס, אלע קינדער פלעגן מיר נאכזאגן דזשאוקס אויף מיין רבי, איך פלעג שפירן אסאך מאל ווי איך שפאציר צווישן מינעס. יעדן טאג א פרישע וויץ, אסאך מאל פערזענליך, כ'האב א נישט פאפא'נער פעטער, וואס יעדע מאל הכנות, זאגט ער, "איך גיי צו פאפא רבי'ס טיש", און אזעלכע סארט אויסדרוקן, מיין טאטע איז געווען ברוגז אויף דעם פעטער, לייגנדיג דרוק ער זאל דאס אויפהערן טון צוליב וואס ער האט נישט געוואלט מיר זאלן הערן זיינע נארישע לצנות, וואס אייגנטליך, מאכט ניטאמאל קיין סענס."
אויף א גרופ ווי איך האב אנגעדרייט א שטיקל ווינט איבער די נושא, שרייבט עמיצער מיט א סייענטיסטישע געדאנקענגאנג. "אקעי איינער וואס דרייט זיך אין פאפא און קען פאפענע אידן פון דער נאנט ווייסט אז עפעס איז אינטערעסאנט דארט, און נאך אלץ טאר מען פון די וואוילע איידעלע נישט חוזק מאכן."
אט דאס איז טוט פארפעסטיגן די סטיגמע וואס מענטשן מיט אגענדעס האבן אהערגעשטעלט, מעגליך צוליב די קנאה וואספארא הערליכע חסידות פאפא שטעלט מיט זיך פאר. און איין מינוט! סארא באהויפטונג איז דאס צו זאגן אז "עפעס איז פאני דארט" איז דא אזא מעגליכקייט? סיעריעסלי? עס איז דא א סארט טאבלעט וואס חסידי פאפא שלינגען עקסקלוסיוו? למשל אויב ווער איך א פאפא'נער גיי איך אויך גראד האבן די פאני-קייט וואס א פאפא'נער איז געשאנקען? אדער איז עס אין די די-ען-עי פון פאפא אנלי? און וואס איז מיט א האלבע פאפא'נער, איז נאר האלב מאדנע? און אויב ווערט עמיצער אויס פאפא'נער ווערט ער אויס פלאטשיג? און אויב איינער לערנט פאפא ספרים?
עס עגבערט מיר, איך מיין אז עס איז צייט צו אנערקענען אז משיח וועט דאס נישט אויסרימען ביים אונז ארויסטראגן פון גלות, עפעס וואס מיר קענען שוין נוצן.
מיר ווילן זיין שטאלץ מיט אונזער אידישקייט, מיר דארפן פרובירן כאטש מידות צו האבן, אויב די אנדערע זאכן זענען אזוי אמעריקאניזירט, פאר'גלות'ט און פאר'תהלים-כולל'ט...[/justify]

מ'מאכט זאכן מעגליך.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:15 pm
- געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: פארוואס מאכן מיר לצנות פון פאפא?
בעל מדות, שמך נאה לך!
אהב טהר לב, חן בשפתיו רעהו מלך.
אהב טהר לב, חן בשפתיו רעהו מלך.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
סאטמאר האט עס געטוהן כדאי זיי צו דערנידערן, און עס פונקט געלונגען אז זייער רב קוקט אויס ווי א נער און פירט זיך אויף אביסל ווי א גולם (אנטשולדיגט מיר...!) האט סאטמאר גענומען עדווענטיזש אויף זיי. די פאפע חסידים וואס איך קען זענען גראדע פיינע געשמאקע אידן, גארנישט אינטערשטעליג, פארקערט זיי זענען א שיינע נארמאלע חסידות עני טיים ווי סאטמאר,
בעלזא, וויזניץ, באבוב, סקווירא, גור, קלויזנבורג און אלע אנדערע.

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: פארוואס מאכן מיר לצנות פון פאפא?
איך האב זיך אמאל אפגערעדט צו איינעם אלס בחור אז אנדערע בחורים מאכן חוזק פון מיר וכו וכו יענער האט מיר גענטפערט אזוי..
אויב איינער וועט חוזק מאכן אז די האסט א רויטע נאז אדער א בלויע אויער וועט דיר עס באדערן? זיכער אז נישט, ווייל די ווייסט אז עס איז נישט אמת איז פארוואס ווען איינער זאגט דיר אז די די רעדסט נישט צו דער זאך ווערסטו יא געטשעפעט? ווייל די טראכסט אויך אז קען זיין די רעדסט נישט צו דער זאך, איז די עצה איז פשוט די דארפסט זיין ברור כשמש ביי דיר אז די ווייסט יא וואס די רעדסט אזוי וועט דיר עס נישט באדערן ווען איינער וויל חוזק מאכן פון דיר.
בנוגע צו די נושא פון פאפא עס איז גאנץ א נארמאלע זאך אז איין פאפענער זאל שרייען אויף א צווייטער פאפענער "די ביסט א פאפענער" און אנדערע ווערטער זיי אליינס ציווישן זיך האלטן זיי אז צו זיין א פאפענער איז א פראבלעים, און דאס איז די עיקר פראבלעים זייערע ווייל בעצם האבן זיי זיך נישט וואס צו שעימען פון קיינעם אנדערש מקען זאגן זייער רבי איז נאך מער אמתדיג ווי אסאך אנדערע, ער איז ווער ער איז, ער פאפט זיך נישט, ער פרובירט קיינעם נישט צו פאפן, ער מאכט נישט קיין תנועות משונות מיט משוגעתן, ער רצחט נישט קיין עשרת אלפים פון זיינע חסידים יעדע יאר, ועוד ועוד ועוד בקיצור פאפא האט זיך טאקע גארנישט פון וואס צו שעימען, אבער זיי זענען נישט קלאר ביי זיך אז דאס איז די פאקט, זיי האבן יא מורא אז זיי האבן א רויטע נאז, (ויש אומרים אז סאטמער איז גאר שולדיג דעראין) און דאס מאכט זיי פאר א ציל פאר אלע ליצנות.
איז אויב איז דא דא א פאפענער זאל ער וויסן ער האט זיך גארנישט פון וואס צו באהאלטן, נעם אביסל פון די ויגבה ליבו פון בעלזא און זיי שטאלץ צו זיין א פאפענער!!

- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: ליצנות מרבים על לא דבר
סיבה: ליצנות מרבים על לא דבר
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 385
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל
ס'דא א מושג וואס רופט זיך "SLOW". ס'מיינט נישט אז דער מענטש איז נישט קיין קלוגע מענטש, אין וועלטליכע ענינים אדער אין תורה. ער קען זיין א תלמיד חכם עצום, נאר ער טוט/כאפט אויף זאכן "שטאט", און זיין "זיין שטאטער פון רעגילער" ברענגט מענטשען חוזק צו מאכן פון אים. ספעציעל ווען ער איז א פאבליק פיגור וואס יעדער קוקט נאך, על אחת כמה וכמה א רבי פון חסידים וואס איז א נארמאלע ערשיינונג ביי חסידים, ביודעים ובלא יודעים, נאכצומאכן די רבי'ס תנועות אויף יעדע שריט און טריט. למשל א בעלזע שאקלט זיך ווי זיין רב און א סקווערע גייט ווי זיין רבי און אזוי ווייטער, די זעלבע ביים פאפאנער ער האלט שטארק פון זיין רבי'ס לערנען און פארשטאנד, און זיין נאכקוקן עם, ברענגט עם נאכצומאכן די רבי'ס תנועות. יא מ'קען מאכן ליצנות, נאר אנשטאט מ'זאל גיין מצדיק זיין די פראבלעמען אזוי ווי מ'טוט אין אנדערע פלעצער, גייען זיי ווייטער Subconsciously מיט זייער רבי'ס תמימות'דיגע מהלך אז "נאטינג ראנג".
היוצא לנו מכל זה, די פאפא חסידים זענען מעריך זייער רבי ווייל ער איז א פארשטאנדיגער און א גרויסע תלמיד חכם, הגם זיי ווייסען אז ער מאכט שטאטערע תנועות פון געווענטליך, רעספעקטירן זיי עם פאר זיין זייער רבי, און די פועל יוצא פון דעם איז נאכצומאכן די תנועות. ווען א צווייטער מאכט חוזק, פארשטייען זיי נישט פארוואס יעדער האלט אז זיי זענען SLOW, ווען למעשה האבן זיי יונגעלייט מסלתה ומשמנה, נאר זיי כאפן נישט אז מ'מאכט חוזק פון די אויבערפלעכליכע תנועות.
היוצא לנו מכל זה, די פאפא חסידים זענען מעריך זייער רבי ווייל ער איז א פארשטאנדיגער און א גרויסע תלמיד חכם, הגם זיי ווייסען אז ער מאכט שטאטערע תנועות פון געווענטליך, רעספעקטירן זיי עם פאר זיין זייער רבי, און די פועל יוצא פון דעם איז נאכצומאכן די תנועות. ווען א צווייטער מאכט חוזק, פארשטייען זיי נישט פארוואס יעדער האלט אז זיי זענען SLOW, ווען למעשה האבן זיי יונגעלייט מסלתה ומשמנה, נאר זיי כאפן נישט אז מ'מאכט חוזק פון די אויבערפלעכליכע תנועות.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
דאס איז זיכער אז עס איז א עוון פלילי בל יכופר אז מען מאכט חוזק פון א גאנצע עדה אידן, אפילו עס וואלט געווען אמת די אלע זאכן וואס מען זאגט
און בפרט אז מען זאל זאגן פאר א פאפא חסיד דברי לצנות אויף זיין רבי'ן אויף זיין חסידות וכדומה איז דאס רציחה ממש, עס ווייזט אויף פארפוילטע מידות
אז דו ווילסט וויסן טעכניש ווי אזוי עס האט זיך געשאפן דאס פאפא גייט סינאנים מיט חוזק
דער פאפא רב זי"ע דער בעל ויחי יוסף איז געווען א רב דא אין וויליאמסבורג א הייליגע ערליכע איד, ער איז געקומען פון שטעטל וואס הייסט פָאאאפע (איך מיין נישט יעצט חוזק צו מאכן, נאר אזוי האט מען גערופן דעם שטאט אזוי ווי מען רופט דעברעצין מיט די טעם מלעיל כזה: דעב-רעצין, אדער נירעדזשהאז געדריקט די חיריק אונטר'ן ני... אזוי האט מען גערעדט איבעראל אין עיר עליון (אויבערלאנד) אונגארן)
איז פונקט ווי אלע אנדערע אשכנז'ישע רבנים - א שטייגער ווי נייטרא רב, ווינע רב, דעברעצינער רב וכדומה
און אפילו די פאר'חסיד'ישטע אשכנז'ישע רבנים, ווי צעלימע רב, קראסנע רב וכדומה, זענען געווען איז געווען א רבנים, תופסי ישיבות, אבער נישט קיין רבי'ס
די תלמידים ווייטער זענען נישט געווען צופרידן, זיי האבן יא געוואלט א חסידישע ווירטשאפט, פארוואס ווייס איך נישט, עס איז סאך שענער ווען א פלאץ בלייבט אריגינאל, מען קען לערנען חסידות און גיין חסידיש אנגעטון, און אפילו דאווענען נוסח חסידים, אבער דאס אנהייבן פראווענען רבי'סטעווע, וואס דרך אגב איז עס נישט געקומען פון רבי'ן, ער האט קלאר נישט געוואלט די הנהגה, נאר די תלמידים האבן געשטופט דערצו, און אז מען מוז מאכן א חסידות מוז מען נאכמאכן די חסידים, און א נאכגעמאכטע זאך האט נישט קיין חן, דאס איז נאטורליך די סיבה פארוואס פאפא איז געווארן צושאנד
א ודאי קען מען נישט זאגן אז סאטמאר/דער איד האט נישט גוט גוט אויסגעניצט דעם שטעקן, אבער פאפא האט עס אנגעגרייט פאר זיי, א פלאץ באקומט נישט סתם אזוי א צונאמען ווייל מען פאמפט אזוי איז דער איד
פירות הנושרים:
א. פאפא האט גארנישט שלעכטס געטון מיט דעם וואס זיי האבן זיך געמאכט פאר א אונגארישע בא'חנ'טע קהילה צו א געפראוועכץ און חסידות
ב. דער וואס טוט זיי וויי מיט דעם איז א רשע און א רוצח
ג. אבער די שורש הדברים איז קלאר ווי די טאג אז דאס קומט ווייל די אריגענעלקייט איז אוועקגענומען געווארן
אבער ברוך השם אז די פאפא'נע אידן האבן מער שכל פון דעם און זיי פירן א שיינע חסידות, קהילה, הויף, און זיי צוקראצן זיך נישט פון דעם, הלוואי זאלן די אריגענאלע חסידישע רבי'ס האבן אזא יראת שמים, מידות, התמדת התורה ווי זייער רבי שליט"א, און אזא אחדות ווי די חסידים

ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:15 pm
- געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
דער פפאער רב ז״ל איז געווען א בעלזער חסיד ברמ״ח ושס״ה. אזוי אויך זיין טאטע און זיין זיידע און גאנץ משפחת גרינוולד, למשל צעהלמער רב, חוסטער רב, טעטשער רב, ועוד , ווי עס ווייזט זיך אויס פון זייערע כתבים. דער פפאער רב האט ווארשיינליך נישט געוואלט זיין א רבי, נאר ער האט געשיקט זיינע בחורים לערנען אין דער בעלזער ישיבה זיי זאללען ווערען בעלזערס. נאר מאיזה טעם האט ער דאס אויף געהערט אין די 1980 יאהרען. איך קען גאנצע משפחות פון פפא וואס זענען היינט בעלזער חסידים אדאנק דעם.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: פארוואס מאכן מיר לצנות פון פאפא?
שת.אדמזאהן האט געשריבן:פאפא רב'ס טאטע (ויגד יעקב) האט געפירט טיש מיט די בחורים?
יא