נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
די עלצסטע פערזאן אין די וועלט וואוינט אין ברוקלין.
http://nymag.com/daily/intelligencer/20 ... erson.html
http://nymag.com/daily/intelligencer/20 ... erson.html
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
אינטערעסאנט קיינער רעדט נישט פון די לעצטיגע טורמע שטראפן וואס איז צוגעטיילט געווארן פאר אפאר רבנים און עסקנים וואס האבן עוסק געווען אין צווינגען מעגנים צו געבן גיטין. עס קומט זיי אביסל דברי חיזוק
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
בחדרי פארציילט א מעשה ווייסט עמציער דערפין?
ניו יורק: נער שליחויות המועסק בחנות המזון החרדית "SUPER13", בשדרה ה-13 במרכז שכונת בורו פארק, ניסה לחנוק ילד חרדי בן 5.
האירוע התחולל ביום (ב) אחר הצהרים, כאשר נער השליחויות סיים להעביר את המשלוח ללקוח. הוא בילד בן 5, וללא כל אזהרה והתגרות מקדמת ניגש לילד וכרך את ידיו סביב צווארו.
הילד הצליח להשתחרר, מיהר לספר לאימו וזו הזעיקה את ארגון השומרים ואת המשטרה.
המשטרה שמעה את סיפורו של הילד ואימתה את הסיפור עם סרט האבטחה. אתמול הצליחה המשטרה לעצור את נער השליחויות , והוא יואשם בתקיפה מדרגה שנייה, חסימת נשימה פלילית של ילד, והטרדה ממדרגה שניה. הידיעה על המקרה עוררה שוב את סוגית העסקת הגויים בחנויות החרדיות לאור ריבוי מקרי האנטישמיות, והגנבות בבתים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 296
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
- האט שוין געלייקט: 1997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
I saw him get arrested on 13th ave.
lead, follow, or get out of the way
lead, follow, or get out of the way
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 335
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
גוטע נייעס קומט אריין פאר תושבי וויליאמסבורג, געהייסן האט עס אז מען גייט אפשטעלן די נאר פרויען שעות ביי די פאבליק שווים באסיין, למעשה נאך גרויס השתדלות פון דוב הייקינד איז נעכטען געקומען די בשורה אז דאס בלייבט יא אויפן.
פאר מער איבער דאס ליינט דא
http://www.vosizneias.com/239830/2016/0 ... burg-pool/
פאר מער איבער דאס ליינט דא
http://www.vosizneias.com/239830/2016/0 ... burg-pool/
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
נארמען סיברוק - דער הויפט פון די נ.י. סיטי קארעקשענעל (תפיסות) יוניאן א זייער מאכטפולער מענטש איז געווארען ארעסטירט היינט 6 אזייגער פארטאגס. די ארעסט קומט לויט באריכטען פון עדות'שאפט דורך איינער פון די לעצטיגע היימישע ארעסטירטע בשייכות מיט מעיאר דיבלאזיא'ס פוטער אויפ'ן קאפ.
http://mobile.nytimes.com/2016/06/09/ny ... oogle.com/
http://mobile.nytimes.com/2016/06/09/ny ... oogle.com/
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
- האט שוין געלייקט: 212 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל
אינטערעסאנט
איך האב נעכטן געהערט אויף די רעדיא, אז ס'גייט זיך עפענען א רעסטוראנט אין מאנהעטן ווי א טעלער סיריעל מיט מילך גייט קאסטן זיבן דולער פיפציג סענט, זיי גייען אויך האבן די אפשען פון צולייגן יוגארט פאר נאך $2 .
נאכן פרעגן די בעל הבית צו ער מיינט טאקע אז די עולם וועט קומען צו איהם זאגט ער אז ס'איז די זעלבע זאך ווי מ'צאלט אכט דולר פאר א ביר ביים קרעטשמע ווען מ'קען אינדערהיים עס האבן פאר סאך ביליגער.
נאכן פרעגן די בעל הבית צו ער מיינט טאקע אז די עולם וועט קומען צו איהם זאגט ער אז ס'איז די זעלבע זאך ווי מ'צאלט אכט דולר פאר א ביר ביים קרעטשמע ווען מ'קען אינדערהיים עס האבן פאר סאך ביליגער.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
אן עקספלאושען אין סענטרעל פארק האט פאסירט היינט ווען א מענטש האט געטרויטען אויף עפעס און פארלוירען א פיס רח''ל ל''ע. פאליציי ווייסן נאכנישט וואס די עקפלאסיווס איז באשטאנען פון.
http://www.nydailynews.com/new-york/bla ... -1.2697682
http://www.nydailynews.com/new-york/bla ... -1.2697682
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
אטוירני גענעראל אין ניו דזשערסי געווינט אנטקעגן געשעפט וואס האט געהאט דיסקרימינירנדע פאליסי קעגן היימישע געגנטער.
http://nj.gov/oag/newsreleases17/pr20170216a.html
http://nj.gov/oag/newsreleases17/pr20170216a.html
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
החוקר האט געשריבן:אטוירני גענעראל אין ניו דזשערסי געווינט אנטקעגן געשעפט וואס האט געהאט דיסקרימינירנדע פאליסי קעגן היימישע געגנטער.
http://nj.gov/oag/newsreleases17/pr20170216a.html
דאכט זיך מיך אז די בעה״ב פין די קינדער געשעפט איז א איד כוועל פרובירן צו לינקען ווי דער איד איז מסביר זיין צד וואס אונז אלע ווייסן גאר גוט וואס מיר טועהן.
דאס מענטשעלע שפילט........
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
הייסט עס אז די ציצית איז נישט כשר מעהר? ער האט מסתם געבאונסט א טשעק אויף א ר׳ איצא, מיין איצטיגע שאלה איז דאס געזאגט געווארן נאר אויף להבא אדער סגייט אויך אויף לשעבר? ווייל איך האב געקויפט א טלית קטן פון די קאמפני נאך פאר די טשעק האט געקראכט און סאיז נאך דאן געוועהן אינטער די ״שטרענגע השגחה״ פון התאחדות ווערט עס יעצט אויטמאטיש פסול? אדער וויבאלד איך האב עס געקויפט אין גיטע צייטן בלייבט עס לעולם ועד כשר?.
ביטע ענטפערן ווי אומשנעלסטן.
ביטע ענטפערן ווי אומשנעלסטן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 81
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:21 pm
- האט שוין געלייקט: 34 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
שבת אחים האט געשריבן:הייסט עס אז די ציצית איז נישט כשר מעהר? ער האט מסתם געבאונסט א טשעק אויף א ר׳ איצא, מיין איצטיגע שאלה איז דאס געזאגט געווארן נאר אויף להבא אדער סגייט אויך אויף לשעבר? ווייל איך האב געקויפט א טלית קטן פון די קאמפני נאך פאר די טשעק האט געקראכט און סאיז נאך דאן געוועהן אינטער די ״שטרענגע השגחה״ פון התאחדות ווערט עס יעצט אויטמאטיש פסול? אדער וויבאלד איך האב עס געקויפט אין גיטע צייטן בלייבט עס לעולם ועד כשר?.
ביטע ענטפערן ווי אומשנעלסטן.
זעה דא די שמועס
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
א שריפה האט אפגעברענט די הויז נעבן שומר שבת, עס הייסט אז די שריפה האט זיך אנגעפאנגען וויבאלד מען האט נישט געזאגט קיין תחנון ביי מנחה.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קלוגע יודל האט געשריבן:א שריפה האט אפגעברענט די הויז נעבן שומר שבת, עס הייסט אז די שריפה האט זיך אנגעפאנגען וויבאלד מען האט נישט געזאגט קיין תחנון ביי מנחה.
קלוגע יודל: ס'קען נישט זיין. ווייל אויף דעם האט שוין משה מעצגער מעניש געווען דעם בעל תפילה...!
אבער למען האמת. ר' משה מעצגער. א איד א גרויסער תלמיד חכם און א צדיק, איז זייער פארשטענדליך איבער דעם ענין פון יא, אדער נישט זאגן קיין תחנון. ווען איך האב געדאוונט פאר'ן עמוד האט ער מיר אייביג געגעבן א שפעטעריגן מנין בזמן מנחה קטנה כדי איך זאלל נישט דארפן זאגן קיין תחנון. און לגבי זאגן תחנון אינדערפריה, האלט ער זיך שטרענג צו די הלכה. מ'מעג אויסלאזן תחנון נאר ווען ס'איז עפ"י דינא דשו"ע...! א זאך צו וואס אונז, חסידים זענען נישט צו געוואוינט. אבער אונז ווייסן דעם כלל כל מה שיאמר לך בעה"ב עשה...וכו'...! ס'געווען אמאל ווען איך האב מיך שטארק געאיילט ביי שחרית און כ'האב גלייך געזאגט קדיש. און ער האט מיך שפעטער געכאפט ביי די מעשה. נאך א גרינטליכע אינוועסטיגעישן, האט ער מיר געגעבן דעם ריכטיגן פסק. אבער איך האב עס מקבל געווען. ס'האטציך געלוינט. ווייל ס'איז געווען בה"ב. און איך האב מיך געאיילט...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
נאך מנחה קטנה הייסט ער אויך זאגן תחנון. ער הייסט זאגן תחנון אפיציעל ביז'ן שקיעה, אבער צו מאל אפילו א מינוט צוויי נאכ'ן שקיעה. און אויב דו זאגסט א שעה נאכ'ן שקיעה וועט איהם עס בכלל נישט שטערן,
איי הלכה??
מאכן א מנין שחרית נאך חצות שטערט איהם אויך נישט,
איי הלכה??
אויב עס איז נאך פאר חצות, און דו ווילסט לויפן קיין סאטמאר, וועט ער דיך נישט לאזן אוועקגיין, נאר ער וועט דיך הייסן צו ווארטן כדי ער זאל קענען מאכן א מנין שחרית וואס גייט זיך שטעלן נאך חצות,
איי הלכה??
און לגבי דעס וואס דו זאגסט אז כלל מה שאומר לך בעה"ב עשה..., וועל איך דיר פארציילן א מעשה מיט רב טירנויער, די אלטע רב פון שומר שבת. ער האט געזאגט אז די מנהג המקום דא אין שול איז נישט צו זאגן קיין תחנון!!! אין די בעיסמענט קען זיין מען דארף יא זאגן, אבער אין די גרויסע ביהמ"ד איז די מנהג נישט צו זאגן, אבער "איך וויל מיך נישט קריגן מיט משה". ודפח"ח.
איי הלכה??
מאכן א מנין שחרית נאך חצות שטערט איהם אויך נישט,
איי הלכה??
אויב עס איז נאך פאר חצות, און דו ווילסט לויפן קיין סאטמאר, וועט ער דיך נישט לאזן אוועקגיין, נאר ער וועט דיך הייסן צו ווארטן כדי ער זאל קענען מאכן א מנין שחרית וואס גייט זיך שטעלן נאך חצות,
איי הלכה??
און לגבי דעס וואס דו זאגסט אז כלל מה שאומר לך בעה"ב עשה..., וועל איך דיר פארציילן א מעשה מיט רב טירנויער, די אלטע רב פון שומר שבת. ער האט געזאגט אז די מנהג המקום דא אין שול איז נישט צו זאגן קיין תחנון!!! אין די בעיסמענט קען זיין מען דארף יא זאגן, אבער אין די גרויסע ביהמ"ד איז די מנהג נישט צו זאגן, אבער "איך וויל מיך נישט קריגן מיט משה". ודפח"ח.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קלוגע יודל: אויף אזויפיהל איז ער שוין פארדארבן געווארן פון די חסידים...!
איך פערזענליך האלט אז ער איז פון די ל"ו צדיקים. ס'מוז נישט דוקא זיין דער לאקאלער שוסטער, שניידער אדער בעל עגלה. אויסער וואס ער טוט פאר'ן ביהמ"ד און די הכנסת אורחים, איז ער אויך עוסק אין קבורת המתים פון חסד של אמת פון ר' מענדל ראזנבערג הי"ו. איך האב איהם א סאך מאל געזעהן אריינקומען אין ביהמ"ד פארטאגס מיט פארבלאטיגטע קאנסטראקשן שיך...! בשעת ער האט אן אייגענע ביזנעס. ער פארקויפט פוירניטשור. נאר זיינע קינדער פיהרן די ביזנעס. און ער געט זיך כל כולו אוועק פאר'ן ביהמ"ד. אויך איז ער א נאטארי פאבליק און אקאונטענט. און ער נוצט דאס אויך אויס כדי צו טון טובות פאר אידן...!
ער איז דער דריטער דור פון די מייסדי הביהמ"ד. זיין זיידע איז געווען פון די מייסדים אין די 1920'ער יארן...!

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך בין ווייניג באהאווענט אין שומרי שבת, אבער וואס איז די הלכה׳דיגע פראבלעם פון זאגען תחנון נאך דער שקיעה? דוכט זיך ס'איז עפ"י קבלה, אבער אין הלכה געדענק איך נישט אזא זאך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:קלוגע יודל: אויף אזויפיהל איז ער שוין פארדארבן געווארן פון די חסידים...!
איך פערזענליך האלט אז ער איז פון די ל"ו צדיקים. ס'מוז נישט דוקא זיין דער לאקאלער שוסטער, שניידער אדער בעל עגלה. אויסער וואס ער טוט פאר'ן ביהמ"ד און די הכנסת אורחים, איז ער אויך עוסק אין קבורת המתים פון חסד של אמת פון ר' מענדל ראזנבערג הי"ו. איך האב איהם א סאך מאל געזעהן אריינקומען אין ביהמ"ד פארטאגס מיט פארבלאטיגטע קאנסטראקשן שיך...! בשעת ער האט אן אייגענע ביזנעס. ער פארקויפט פוירניטשור. נאר זיינע קינדער פיהרן די ביזנעס. און ער געט זיך כל כולו אוועק פאר'ן ביהמ"ד. אויך איז ער א נאטארי פאבליק און אקאונטענט. און ער נוצט דאס אויך אויס כדי צו טון טובות פאר אידן...!
ער איז דער דריטער דור פון די מייסדי הביהמ"ד. זיין זיידע איז געווען פון די מייסדים אין די 1920'ער יארן...!
משה מעצגער א ל"ו צדיק? וואס???
ער געט זיך אפ פאר די ביהמ"ד אדער פאר זיין טאש???
איין קשיא נאר פאר מ'גייט ווייטער, ר׳ הלל מאזעס (א אמת'ע קאנדיאט צו זיין א ל"ו צדיק) די לאנגיעריגע געטרייע גבאי פון שומר שבת וואס איז דארט ביז פיר פארטאגס, בשעת משה מעצגער שלאפט מיט מעטשינג הונדרעט פראצענט קאטן פיזשאמעס אויף א קינג-סייז מאטראץ אין זיין אייגענע הויז אין די שענסטע טייערסטע געגענט אין ב"פ, האט דער עכטע מענטש וואס קומט זיך קרעדיט ר' הלל, וואס איז אגב געוועהן מיין שכן פאר יאהרן לאנג, און איך קען מעיד זיין אז דער מענטש האט נישט קיין פיאסטער אין טאש, ממש גארנישט..! איך ווייס פאר א פאקט אז ער איז א "בלוטיגער ארימאן" בשעת "מעצגער" איז א שיינע עושר. זיינע קינדער האבן אסאך טענות אויף "שומר שבת" און אויף דעם "ל"ו צדיק"...
אז ער שלעפט מתים אינמיטן די נאכט איז נאך גארנישט, ער גייט אויך אין "יענקי סטאדיום" און ער גייט אנגעטוהן מיט טייערע מעטשינג-אינטערוועש (באמת).
טוה מיר א טובה! ער איז א ריכטיגער עקזעמפעל פון א "אויסנוצער" און א "אפערטוניסט"... קיין שום "צדיק" טיטלען קומט זיך אים נישט, אלעס וואס ער טוט איז פאר "זיך" און "פאר זיין טאש"...
ר' מענדיל ראזנבערג פון חסד של אמת (מחשובי חסידי וויזניץ - אייניקל פון הרה"ח ר' יודל עביר ראזנבערג זצ"ל, יד ימינו פונעם אהבת ישראל זצ"ל) איז א אמת'ע ל"ו צדיק, אזוי אויך ר׳ הלל מאזעס, אבער מעצגער מיט זיינע שיינע קאלירטע בודזשיס איז קיין צדיק נישט אין מיינע אויגן... א סעלפיש קעפעטיליסט... נישט מעהר און נישט ווייניגער, ער האסט חסידים אין גרויסן, ער ווייזט עס ארויס אפען און גראב, ער איז א "שונא ישראל"... פשוט און גראד.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius