פון רוסישער חסידות ביז אינדיאנער מעדיטאציע

מחשבה, השקפה ועיון
אורים ותומים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 03, 2017 9:19 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

פון רוסישער חסידות ביז אינדיאנער מעדיטאציע

שליחה דורך אורים ותומים »

[justify]"תורת החסידות" איז אן אביוזד נאמען, און מיט רעכט.

מילא ווען מען ערקלערט נאכן קעפל "תורת החסידות", וואס דאס איז טאקע, ניחא. אבער ווי מיר אלע ווייסן, וועט מען ווייניג מאל געפונען אמת'ע ארגומענטן וואס טוען אונטערהאלטן דעם נאמען "תורת החסידות". חוץ פון איבערבלעבלען די ווערטער שמחה, בל ידח ממנו נדח, התקשרות לצדיקים, פשוטי עם, און ענליכס, פארשטייען מיר געווענליך נישט די טיפע לערע פון חסידות, וואס האט בשעתה אזוי אויפגעשאקלט דעם אייראפעאישער אידנטום.


תורת האר"י פון אן אקאדעמישער בליק
עטליכע יאר צוריק איז ערשינען א גאר געלונגענער ספר, וואס איך וואלט ענדערש אנגערופן אן אקאדעמישער פוליצער פרייז ווערטפולער ווערק, מיטן נאמען "קבלת האר"י" (דריי בענדער). דער פארפאסער פונעם ספר איז א פרומער איד מיטן נאמען יוסף אביב"י, וואס האט זיך אריינגעלייגט אין תורת הקבלה מיט די בליק פון א פארשער, און ביים אדורכטון תורת האר"י, תורת הרש"ש, און תורת הרמח"ל, האט ער באמערקט פארשידענע יסודות'דיגע נקודות וואס פריערדיגע גדולים וטובים - פון מחנה המקובלים און פון מחנה חוקרי תורת הקבלה - האבן פארפאסט.

ער איז אויך ארומגעגאנגען אין מוזיאומס, און אויסגעזוכט כלערליי כתבי ידות פון פריערדיגע בעלי מקובלים, און אזוי ארום האט ער אויסגעשניטן א וועג וויאזוי דער אריז"ל האט אויסגעלערנט תורת הקבלה פאר זיינע תלמידים, וואס ער האט געזאגט פריער און וואס שפעטער, וויאזוי ער האט אויפגעבויט זיינע געביידעס פון השתלשלויות העולמות, א.א.וו. זיינע אויפדעקונגען זענען געווען ממש א סענזאציע בעולם הקבלה, און האט נאכמער איבערראשט דעם אקאדעמישער וועלט ווען דער מאסיווער ארבעט איז אדורכגעפירט געווארן דורך דעם אביב"י וואס פארמאגט ניטאמאל קיין אקאדעמישער טיטל צו זיין נאמען.

איינע פון די פונדאמענטאלע זאכן וואס אביב"י האט באוויזן צו טון אין זיין ספר, איז געווען א נושא אויף וואס איך וועל ווידמען דעם מאמר. אביב"י האט אויפגעוויזן אז תורת האר"י איז נישט געקומען סתם אויפצובויען הררים התלוים בשערה אומזיסט. דער אריז"ל האט נישט געזוכט בלויז צו בויען געביידעס וואס וועלן שטימען גוט מיט פריערדיגע יסודות אין קבלה, נאר ער האט אויך פרובירט צו פארענטפערן יסודות'דיגע פראבלעמען וואס האבן געמוטשעט דעם פילאזאפישער וועלט פאר טויזנטער יארן.

אזעלכע פונדאמענטאלע פראגעס און מוטשענישן, ווי "פארוואס האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט", "צי האט א מענטש א כח הבחירה", "וויאזוי קען א מענטש זינדיגן אויב ער איז א חלק אלו-ה ממעל", און "וואס איז די תכלית פון אונזער עבודה", ווערן מייסטערהאפטיג ערקלערט דורכן אריז"ל - פארשטייט זיך אז עס איז שיין פארפאקט אין העכערע פראזן געבארגט פון מיסטישער קבלה וועלטל.



תורת החסידות איז נישט אנדערש
איך בין נישט אויסן אריינצוגיין אין זיינע געוואלדיגע אנטפלעקונגען, נאר ארויסצוברענגען דעם פאלגענדן פונקט: די גרינדער פון חסידות האבן אויך געוואלט "מסדר זיין" געוויסע יסודות'דיגע פראבלעמען, אדער ארויסברענגען יסודות'דיגע נקודות, וואס זיי האבן שיין אריינגעלייגט אין חסידישע בחינות און העכערע ענינים סטיל גערעדעכץ.

ווען א חסידיש ספר (פון די ראשוני תלמידי בעל שם) רעדט איבער עבודת השמחה, דארפן מיר זען די נקודה הפנימית וואס ליגט אונטער דעם. אפטמאל קען עס זיין א טיפע פילאזאפישע געדאנק פארפאקט מיט א חסידישע עבדו את ה' בשמחה. ווען א חסידיש ספר רעדט איבער ענוה, התקשרות צו א העכערע פערזענליכקייט, און אזוי מיט אלע אנדערע נייע בחינות, קען מען אפטמאל כאפן אז זיי האבן סך הכל געזוכט נייע מיטלען צו אלטע פראבלעמען.

און אזוי איז אויך מיט עבודת התפילה, דער העלד פון דעם פאלגענדן מאמר, וואס נאך א רייזע איבער א שיינע פאר חסידישע ספרים, וועלן מיר זיך דערזען אין אינדיע, צווישן גורו'ס און מאדיטאציע-לערער.



דרגה א': העכערע כוונות בתפילה? ניין, ענדערש "ברעך אויף" די שלאס
איינע פון די פלעצער וואו תורת החסידות האט גענצליך אפגענויגט פון תורת הקבלה, איז אין פעלד פון עבודת התפילה. אויב תורת הקבלה איז געקומען צולייגן פרישע כוונות, צירופי שמות, און ביאורים אין די ווערטער פון דאווענען, האט תורת החסידות דאס שטארק געזוכט צו פארמינערן, און אפטמאל אפילו אונטערמינעווען.

אין ספר "יושר דברי אמת" פון רבי פייבוש'ל זבאריזשער, א תלמיד פון רבי מיכעלע זלאטשובער תלמיד הבעש"ט, שרייבט ער איבער די געדאנק פון "כוונות" באופן כללי (סוף אות מ"ב):
ובאמת עיקר הכוונה היא שבירת הלב בהכנעה ודביקות להשי"ת, כמו שכתוב בכתבים [-ספר אור האמת י"ד ע"ב] בשם הרב ר' בער [-ממעזריטש] ז"ל, משל על זה הענין: שיש לכל מסגר מפתח שפותח בכיון, ולפי המסגר כן מכוין המפתח, ויש גנבים שפותחין בלי מפתח, דהיינו ששוברים המסגר. כן הענין, יש לכל דבר נעלם מפתח, והיא הכוונה המכוונת לאותו דבר, אבל עיקר המפתח להיות כגנב ששובר הכל, דהיינו לשבור הלב היטב בהכנעה גדולה, ויושבר המסך המבדיל למעלה, שעל ידו הוא ההסגר לאדם.


גלייך דערנאך, זעצט ער פאר צו שרייבן פיל שארפער, איבער כוונת האריז"ל ספעציפיש (אות מ"ג):
ובאמת אתה ידעת, אע"פ שבילדותי למדתי קצת כוונות, אבל איני מכווין בהם כלל, כי עיקר הכוונה היא שבירת הלב... ואם היינו זוכים לזה בנקל היינו יכולים לכוון כל כוונת האריז"ל, שבאמת לא נאמרו אלא לאנשים כמותו או פחות מעט, שכבר לבם טהור מכל סיג המפסיד המתאוה לכל התענוגים הגשמיים, ומתאוים לתענוג רוחני...

לזאת בחרתי לי לכוין כוונת אחת, לכוין הלב להשי"ת בכל מה דאפשר, לכוונת התיבות והמלות כפי האפשר...

ער פירט אויס אז דאס איז געשריבן געווארן לויט וואס ער האט געהערט פון רבי מענדעלע פרעמישלאנער, א תלמיד פונעם בעש"ט.


ממש באותו לשון דרוקט זיך אויס נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער חסידישער "שר בית הזוהר", רבי הערשעלע זידיטשובער, אין זיין ספר "פרי קודש הלולים", שרייבנדיג (בהקדמתו):
אמנם כוונת התפלה ביחודים איך המאורות מזדווגים ומתיחדים, תלמוד אותם מזה הספר... אבל עיקר כוונת התפלה היא מסירת נפשך לה'.



דער יסוד אז מיר זענען נישט אין די מדרגה פון מכוין זיין העכערע כוונות, כדרך המקובלים, ווערט ווידערהאלט דורך פארשידענע תלמידי בע"ש זעלבסט, א שטייגער ווי דער פונדאמענטאלער חסידישער ספר "תולדות יעקב יוסף" (ריש פ' תצוה), און דער ספר דברי משה (פ' בא) וואס איר פארפאסער - רבי משה דאלינער, א זון פון רבי דן דאלינער - איז געווען א תלמיד נאך ביים בעל שם זעלבסט.

זיי ביידע שרייבן אז דאס מייחד זיין יחודים איז נאר פאסיג פאר גאר העכערע מענטשן, און סתם מענטשן זאלן זיך מזרז זיין ביים דאווענען כדי נישט צו קריגן מחשבות זרות. דער לעצטער ברענגט דאס זאגאר פונעם בעש"ט אליינס.



דרגה ב': מכוין זיין כוונות טויג נישט פאר אונז/מיר דארפן זיך "מתדבק" זיין אין די אותיות התפילה
אין ספר "אור המאיר" פון רבי וועלוול פון זיטאמיר, א תלמיד פונעם מעזריטשער מגיד, זאגט ער אויך אן אז פשוט'ע מענטשן האבן נישט פארוואס מכוין צו זיין העכערע כוונות ביים דאווענען, און ער לייגט נאך צו א שארפע ווארט פונעם בעש"ט זעלבסט, הא לך לשונו (הפטורה לפ' וירא):
אכן כשהוא בעצמו עדיין רחוק מהכוונה, תועלתו לא נחשב למאומה. ושמעתי בשם הבעש"ט זללה"ה אמר משל על זה, אדם שרוצה לאכול ותאב ביותר לדבר מאכל הנערב אליו, ואח"כ רואה על מקום גבוה מונח הדבר מאכל הישרה בעיניו ואין ידו מגעת לשם, ומכוון כאילו אוכל, ונמצא מה מועיל בכוונתו, וכל מה שהוא מכוון ביותר הוא רעב ביותר.

וכמו"כ אותם האנשים המכוונים כוונות נוראים ורמים העומדים ברומו של עולם, ואין יד שכלו מגעת לשם להיות שהוא רחוק מאד מהכוונה, ומה מועיל בתקנתו... אלא כוונת כל מעשיו יהי' לש"ש בתם לבב, וישמור עצמו לבלתי הוציא משפתיו אותיות בלא מחשבה טהורה, שאז האותיות המה יבישות בלתי לחלוחית...

זיינע ווערטער זענען טאקע אזויווי די ווערטער פון די פריערדיגע תלמידי בעל שם, אבער ער לייגט שוין צו צוויי נקודות: 1) דער וואס איז נישט קיין בעל מדרגה, טויג נישט פאר אים צו מכווין זיין כוונות, וכלשונו "וכל מה שהוא מכוון ביותר הוא רעב ביותר", 2) אז עס ליגט עפעס א טיפערע באדייט אין עבודת התפילה, נישט נאר העכערע כוונות ויחודים עילאים, נאר אויך צו לאזן די אותיות ארויסקומען מיט א קאך און נישט טרוקן.

אט די לעצטע ווערטער, וועלן עווענטועל ווערן א יסוד גדול אין תורת החסידות, מיט א שמיץ אריבער.


אבער קודם כל לאמיר אפירברענגען ענליכע ווערטער פון הרה"ק רבי אהרן מזיטאמיר זי"ע, א תלמיד פונעם פייערדיגער "דאווענער" - דער בארדיטשובער רב. אין זיין ספר "תולדות אהרן" שרייבט ער ביידע נקודות, פיל קלארער און שארפער (ימים נוראים בסופו):
ועיקר הוא שצריך ליזהר בכל השנה - ובפרט בר"ה ויוה"כ - להתפלל סתם בפירוש המילות, ולא כאותם שמתפללין מתוך סידור האריז"ל ואינם יודעים בין ימינם ושמאלם בשום כוונה, והם מכוונים כוונות זרות.

רק העיקר שיהי' האדם שפל ברך, ולהתפלל פשוט בפירוש המלות, ולהתדבק עצמו אל אותיות התפלה, והאותיות עצמם הם באים למעלה... נמצא הכלל הוא רק לדבק עצמו אל האותיות... ואח"כ מהאותיות בא הערות הקדושה אל האדם, ואח"כ יכול להתפלל בדביקות.



דרגה ג': אפילו צדיקים זאלן נישט דאווענען מיט כוונות האריז"ל/חשיבות דביקות בתפילה עצמה
לאמיר גיין צום נעקסטן שטאפל, ווען דער רבן של ישראל און רבי פון רבי'ס, רבי ר' אלימלך פון ליזענסק, האט מעיד געווען איבער זיך זעלבסט אז ער דאווענט נישט מיט כוונות האר"י.

זיין בארימטער תלמיד, רבי קלמיש פון קראקא, שרייבט אין זיין ספר "מאור ושמש" צוויי מאל דערוועגן, איין מאל אן אנזאג פון זיין רבי'ן, און איין מאל אפילו זיין רבי'נס אייגענע מנהג. אט איז וואס ער שרייבט איינמאל (סו"פ נצבים):
אכן בזמנינו זה, לא יתכן לאדם לכוין כוונת התפלה המסורים בידינו בסידור האריז"ל, הן מתוך הכתב והן ללמדים ולכוונם בעל פה. וכן שמעתי מאדמו"ר הרה"ק האלקי רשבה"ג רבינו אלימלך זצוק"ל, לבל יחשוב אדם מחשבות וחשבונות כוונת השמות, רק יקשר נגלו ונסתרו שהוא נפשו ורוחו ונשמתו באין סוף ב"ה, ועי"ז הוא מקשר כל התגלות העולמות ופנימיות העולמות בו יתברך.

וכל כך תהי' מחשבתו דבוקה בנועם ה', עד שלא יהי' לו פנאי אפילו רגע לכוין כוונות. ואדם אשר בתפלתו בבחינה זו, נעשים הכוונות והיחודים מאליהם ע"י תפלתו.

דער מאור ושמש זאגט דא א שטארקע חידוש, אז עס ליגט גאר א געוויסע חשיבות אין פשוט'ע דאווענען, מער פון א דאווענען מיט כוונות, און אז מיט א ריכטיגע דביקות בתפילה קען מען ניטאמאל טרעפן קיין רגע צייט צו מכוין זיין כוונות, און דאס איז אזוי חשוב אז די כוונות ויחודים געשעען ווי פון זיך אליין. די דאזיגע נקודה וועלן מיר שפעטער טרעפן אין אנדערע מקורות פיל שארפער ארויסגעברענגט, אבער מיר זעען שוין א שטיקל דורכברוך אינעם בליק פון עבודת התפילה, אז עס איז דא א שטיקל עדיפות וחשיבות מיטן פשוט'ן דביקות בתפילה ווי א תפילה מיט העכערע כוונות.


דער אנדערער פלאץ וואו דער מאור ושמש ברענגט דאס ארויס, דערציילט ער שוין א פערזענליכער עדות'שאפט פון זיין רבי'ן (פ' עקב ד"ה הן לה'):
בדורות האלו א"צ להתפלל בכוונות השמות, וכן שמעתי מאדמו"ר בוצ"ק מוה"ר אלימלך זצוק"ל, שאמר על עצמו שאינו מתפלל עפ"י הכוונות, ומה שמתפלל בסידור האריז"ל הוא מפני שהשם הוי"ה נכתב שם בכתיבה תמה.

והוא ביאור הדבר, לפי שעיקר כוונת השמות הוא עפ"י הניקודות... ומילא כשאדם משים נרו"נ בקריאת האות כפשוטו, ממילא השם נעשית באותיות אלו, כי ע"י קריאתו הוא מבטא הנקודות בדיבורו.

אין דעם שטיקל האט ער צוגעלייגט א טעם לדבריו, אז דורכן זאגן די אותיות זאגט ער דאך ממילא אויך די נקודות, וואס דאס איז ווי די נפש פון די ווארט, און דורכדעם ווערט מתוקן דער נפש האדם וואס זאגט עס. די ווערטער זענען בעצם געגרינדעט אויף געוויסע פונקטן אין תורת הקבלה, וואס דא איז נישט דער פלאץ אריינצוגיין אין דעם.

מיר וועלן אבער יא געדענקן זיין יסוד, אז די אותיות המילים פונעם דאווענען, האבן א גרעסערע חשיבות ווי כוונות התפילה, אויב דורך די אותיות קומט מען צו צו א דביקות. וואס נאך די אויבנדערמאנטע ווערטער פון רבי אהרן זיטאמירער, פארשטייען מיר שוין עטוואס מער וואס דאס מיינט.

אבער דאס איז פארט נישט די לעצטע שטאפל וואו חסידות האט געטראגן די נושא פון עבודת התפילה.



דרגה ד': דאווענען מיט די פירוש המילות בכוונה, בדביקות, ובהתלהבות איז די העכסטע מדרגה
לאמיר אנהייבן מיט א ווארט פון הרה"ק רבי צבי אריה מאליק זי"ע, א חבר פונעם אויבנדערמאנטער רבי פייבוש'ל קרעמניצער, וואס זיי ביידע זענען געווען תלמידים ביים זלאטשובער מגיד - תלמיד הבעל שם. דער אליקער איז בשעתו געווען פון די גרעסטע רבי'ס אין כלל ישראל, און זיינע ווערטער טראגן היבש געוויכט איבער משנת החסידות.

אין זיין ספר "אור חכמים" שרייבט ער (פ' שלח ד"ה והיה באכלכם), אז ס'זענען דא דריי דרגות - זו למעלה מזו - אין מקיים זיין מצוות: 1. די וואס טוען אזוי ווייל עס שטייט אין די תורה על פי ה', אבער ער ווייסט נישט די הסבר דערינטער. 2. די וואס ווייסן יא די כוונות המצוות און טוען די מצוות מיטן ריכטיגע כוונה. 3. איז ווי פאלגענד:
אשר עיקר כוונתם בקיום המצוות הוא לדמות צורה ליוצרה, ולדבק ולקשר עצמו בהבורא ית"ש, ואינם משוקעים בכוונת המצוה רק הכוונה נעשית ממילא, ויש להם גודל תענוג מהמצוה מעין עוה"ב.

אין אן אנדערן פלאץ (פ' ואתחנן ד"ה ואפשר) רעדט ער אויך ספעציפיש איבער עבודת התפילה, עיב"ד.


אט די געדאנק איז בעצם איינע פון די יסודות החסידות, און עס ווערט ארויסגעברענגט די מערסטע קלאר און שטארק אינעם ספר "שארית ישראל" פונעם ווילעדניקער צדיק, וואס איז געווען א תלמיד פון רבי מאטעלע טשערנאבילער. ער שרייבט בזה"ל (שער התקשרות, דרוש ה' מאמר א'):
וכן הוא בתפלה, העיקר הוא שצריך השעה קודם התפלה, הן בהתבוננות... ועצם התפלה צריך לצמצם את עצמו בתיבות הסדורות שסדרו אנכנה"ג. ויש בזה כמה אופנים גבוה מעל גבוה.

יש מי שיוכל להכין כל ההכנות קודם התפלה, ואח"כ לומר כל התפלה רק תיבות ואותיות לבד בלי שום כוונה, כי הוא מופשט לגמרי מחושי גופו בביטול עצום לאין סוף ית' בלי שום מהות עצמו וד"ל. רק דלאו כל מוחא סביל דא, ולכה"פ יכין עצמו קודם התפלה לפי ערכו... ועצם התפלה עם פירוש המלות יהי' רק בהתקשרות לאלופו של עולם אין סוף ב"ה.



דער ווילעדניקער ברענגט זאגאר א הפלא'דיגע מקור צו זיין געדאנק: דער בעש"ט'ס אייניקל, רבי ר' ברוכ'ל מעזיבוזשער. אלו דבריו בהמשך:
ושמעתי בשם הקדוש רבי ברוך ממעזיבוז, שפירוש המלות בפשוט, גבוה מכל הכוונות. כמו ברוך אתה ה' - געלויבט ביסטו גאט.




עבודת התפילה על פי רבינו אברהם בן הרמב"ם: "מעדיטאציע"
איינע פון די מערקווירדיגסטע פערזענליכקייטן אין תקופת הראשונים, איז רבינו אברהם בן הרמב"ם, וואס אין א געוויסע הינזיכט איז ער פיל אינטערעסאנטער ווי זיין פאטער. אויב דער רמב"ם'ס מהלך אין אידישקייט און אין וועלטליכקייט איז גלאט ווי א מעסער נאכן אויסשארפן, איז אבער דער זון געווען א מיזוג פון צוויי אנדערע וועלטן וואס זענען געווענליך אויך קעגנגעזעצט.

פון איין זייט האט רבינו אברהם געהאלטן פונקט ווי זיין פאטער, אין אלע שארפע שיטות איבער דברים על-טבעיים, געטליכקייט, עולם הבא, א.א.וו. און ער האט זיך שטארק אנגענומען פאר זיין טאטן ווען מ'האט אים אטאקירט פונעם רעכטן לאגער. ווידער פון די אנדערע זייט, איז רבינו אברהם געווען א חסידישער דורכגעווייקטער איד. זיין דאווענען איז געווען בהתלהבות און מיט עקסטאז, א לאנגע עבודה פון שעות, און ער האט זאגאר אנגעפירט א חבורה פון פייערדיגע עובדי ה' שהלכו בדרכיו, מיט סיגופים און העכערע סארט עבודה.

אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן דורך פארשער, צו ערקלערן דעם פאנאמען, און לויט אסאך איז ער נשפע געווארן פון די סאלאפן אין מצרים - עובד'ישע סארט מוסולמענער וואס האבן זיך אויך אזוי געפירט, און זיי געפונען זיך נאך עד היום אין זעלבן עגיפטן, און אין אנדערע לענדער.


אלנפאלס, האט רבינו אברהם פארשריבן אסאך אייגנארטיגע געדאנקען אין זיין פונדאמענטאלן חיבור "המספיק לעובדי ה'", און צווישן זיי ערקלערט ער די וויכטיגקייט פון זיין מהלך אין עבודת התפילה. ער באמיט זיך שטארק אויפצואווייזן, אז דאס איז דער אריגינאלער דרך העבודה אין כלל ישראל, און ווייזט אויף פון פסוקים אז פון אברהם יצחק ויעקב, דורך משה רבינו, ביז די נביאי ה' א.א.וו. האבן זיי אלע געפראוועט התבודדות און זיך פארטיפט אין עבודה דורך זען דעם באשעפער'ס נאטורליכע בריאה, צו וואס זיי פלעגן אפט גיין אין פעלד אדער זיין עמטליכע פאסטוכער, כדי זיך צו קענען מתעמק זיין אין געטליכקייט אין שטילקייט און רואיגקייט פון נאטור.

די געדאנק אונטער זיינע ווערטער איז, אז דאס דאווענען איז נישט קיין עבודה פאר זיך "דאווענען לשם דאווענען", נאר עס איז אן אמצעי וויאזוי זיך מדבק צו זיין אין באשעפער און אין געטליכקייט, און דאס דאווענען דרך אנשים מלומדה פארפאסט די יסוד אויף וואס עס איז באזירט. דורכן דאווענען קומען מיר צו א דביקות בה', און אט די דביקות איז דער ציל.


צו ערקלערן די חילוק צווישן התבוננות, התבודדות און דביקות, און צו ערקלערן אלערליי סארטן מהלכים אין "מעדיטאציע", פאדערט זיך א לענגערע אבזערוואציע פאר זיך - וואס עס איז יעצט נישט דער פלאץ פאר דעם. עס איז נאר וויכטיג ארויסצוברענגען, אז געוויסע פארמען פון מעדיטאציע געפונען מיר קלארערהייט ביי פריערדיגע גדולי ישראל, פון דער מאדנער (משיח שקר און) מקובל מופלג רבי אברהם אבולעפיה, ביז דער רמח"ל, און אוודאי די לעצטיגע דורות ווען עס איז היבש פארברייטערט געווארן דורך דער פיאסעצנער און רבי אריה קפלן.

אפטמאל האבן די גדולים זעלבסט נישט געהאט דעם פאסיגער נאמען פאר די מהלך העבודה וואס זיי האבן אויסגעשמועסט, אבער היינט צוטאגס וואלט מען דאס גלייך דעפינירט אלץ "מעדיטאציע".



חסידישע ספרים פאדערן דאס אויך: "מעדיטאציע"
איינע פון די באקאנטע אופנים פון מעדיטאציע איז דורך איבערזאגן א געוויסע טעקסט אסאך מאל (און רבי אברהם אבולעפיה רעדט שוין דערוועגן), ביז דער מענטש זעלבסט 'ווערט ווי א "חלק" פון די ווערטער.

ווען מיר זעען אין חסידישע ספרים איינמאל און ווידעראמאל די געדאנק, פון זיך מדבק זיין אין אותיות התפילה, און דורכדעם צוקומען צו א משונה'דיגער דביקות בה' עד כדי כך אז מ'זאל ניטאמאל האבן די מעגליכקייט מכוון צו זיין ווי עס דארף צו זיין, פארשטייען מיר שוין אז די ערשטע תלמידי בעל שם האבן דא געהאט א קלארע מהלך אין קאפ, איבער עבודת התפילה.

ניין. זיי האבן דייקא נישט געמיינט נאר די "פשוטי עם" וואס קענען נישט אינזין האבן העכערע כוונות. זיי האבן געהאט אן אויסגעבויעטער שיטה איבער וואס דאס דאווענען דארף אויפצוטון, און דערפאר האבן זיי געלייגט אזא גרויסע דגוש אויף זיך מדבק זיין אין די ווערטער גופא פונעם דאווענען.


ווען דער רבי ר' אלימלך דערציילט איבער זיך אז ער דאווענט דווקא אן די כוונות האריז"ל, און אזוי שרייבט אויך רבי פייבוש'ל קרעמניצער איבער זיך, אדער ווען דער רבי ר' ברוכ'ל מעזיבוזשער זאגט אז די בעסטע כוונה אויף "ברוך אתה ה'" איז "געלויבט ביסטו גאט", דאן פארשטייען מיר אז זיי האבן געוואלט מחדש זיין די אויבנדערמאנטע פארגעסענע יסוד, אז דאס דאווענען איז נאר א וועג וויאזוי צוצוקומען צו דביקות בה', און די בעסטע וועג דערצו איז - דורך זיך מדבק זיין אין די "אותיות התפלה".

ווען תלמידי המגיד מזלאטשוב, תלמידי המגיד ממעזריטש, תלמידי הבעל שם טוב זעלבסט, און תלמידי תלמידיהם פון רוסלאנד און גאליציע, שרייבן אלע די זעלבע יסוד, זעען מיר אז דאס איז איינע פון די יסודות'דיגע געדאנקען גראד פון בעל שם טוב זעלבסט, און ווי דער "אור המאיר" ברענגט טאקע אראפ אין זיין נאמען.


דאס איז נאר איין ביישפיל, וויאזוי דורכן זיך פארטיפן אין די ספרים פון "ראשוני" תלמידי בעל שם, וועלן מיר זען אז זיי האבן געהאט א טיפערע כוונה מיט זייערע ווערטער, און באציען זיך צו אלטע יסודות מיט נייע ווערטער.[/justify]
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

מייסטערהאפטיג צולייגט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ייש"כ.
אויב איך מעג פרעגן: ס'יתכן אז בית מדרשו של בעש"ט איז געווען בדעה אז די כוונות און צירופים זענען זאכן וואס געשעהן, א תוצאה, ווען מ'דאווענט מיט פשוט'ע כוונה. דהיינו, אז חסידות איז נישט געקומען זאגן: לאז אפ די כוונות, דאווען מיט פירוש המילות און ס'גענוג, על דרך "זאג אפ גאנץ ש"ס און אויף יענע וועלט וועט מען דיר ס'מסביר'ן.."

משל למה הדבר דומה, דקדוק. אויב איינער איז עוסק אין דקדוק, און א גאנצע דאווענען טראכט ער אויפן ווארט, "יעצט גיי איך זאגן א שוה נע ווייל כ'האב יעצט געזאגט א בית דגושה, ווייל ס'איז סמוך צו א ווארט וואס ענדיגט זיך מיט ענדע ך... " עס פארשטייט יעדער אז אפילו ס'איז אמת, איז עס אבער נישט תפילה. חסידות קומט זאגן אז מכוון זיין צרופי שמות, אפילו ס'איז אמת אז עולמות דרייען זיך איבער, איז אבער די עיקר פון תפילה כוונת הלב.

אזוי ווי יעדער פארשטייט אז ווען מ'זינגט א ניגון, קען מען נישט פריילעך ווערן ווען מ'טראכט פון די נאטען... G F A B C..
Under influence
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

זייער א שיינע ארטיקעל,

אביבי האט טאקע אויפגעשאקעלט, אבער נאר פאר די וואס קוקען זיינע ספרים.

דער ספרדי הערט נישט אויף גנב'נען פין אים און גיבט אים נישט קיין קרעדיט.

דאס אז חסידות איז געקומען מיט נייע מיטלען איז אמת, אבער דער דרך החסידות איז בפועל שווערער ווי דער דרך הקבלה, פראביר אליין, אסאך גרינגער אינזינען האבען שמות און צירופים ווי צוברעכן די מדות און האבען הכנעה. משלה"ד אסאך גרינגער צו זאגען מי אנכי פאר דאווענען, ווי עס טוהן.

עס איז נאך אלץ שווער א ראי' צו ברענגען פין מאור ושמש וואס איז דורות שפעטער, און דער געדאנק האט זיך געטוישט במשך הדורות. ווען פין מעזריטשער מגיד איז דא טיפע רעיונות אינזינען האבען ביים דאווענען, וואס זענען בכלל נישט קיין שארטקאטס, און דער זידיטשויווער איז נישט צופרידן מיט דעם אויך נישט, און לייגט עס פאר אמאליגע גרויסע בעלי מח.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פון רוסישער חסידות ביז אינדיאנער מעדיטאציע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ייש"כ. ס׳איז א נחת אז העמק דבר ווערט נאכאמאל אויפגעוועקט.

די מראה מקומות דיינער זענען נאר פאראייניגט געווארען אין די מאמר. באמת ס׳זעט נישט אויס אז אלע זענען אין איין דעה. דער זאגט אז כוונות פאר א מענטש וואס האלט נישט דערביי רימט איהם נישט אויף, ווייל ער שלינגט עס נישט איין. דער זאגט אז מ׳קומט לידי טעיות רח"ל. א דריטע זאגט אז לכתחילה זאל מען נישט מכוון זיין ווייל דרכי העבודה זענען בעסער אן כוונות און א פערטער זאגט א חידוש פון היינטיגע צייטען. ס׳זעט נישט אויס ווי איין שיטה. ביטע ערקלערען.

דער נושא איז ברייטערע ווי חסידות דער מהרש"ל ברענגט שוין פון מהר"ש קינון אז כוונות זענען נישט פאר דאווענען, מ׳דארף דאווענען כבן המתחטא אן קיין שום מדריגות. דער נפה"ח איז מער מיסטיש און ער זאגט אז די עיקר איז די ווערטער, און די כוונות זענען אין די אותיות און מילוי האותיות. איך מיין ביי מקובלים זעלבסט האט זיך געטוהן צו מכוון זיין איז אויסגעהאלטען צו נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

הערליך הערליך! א געוואלדיגן יישר כח. איך האב עס געפינען גאר אינטערעסאנט.

וזה סודו של מנטרה. https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%A8%D7%94
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

רבי אריה קפלן זצל, דער מחבר פונעם פלא׳דגען פירוש אויף חומש the living torah, האט א גאנצע ספר איבער דעם נושא.
דער פראבלעם איז אז דאווענען אויף אזא מדרגה קען מען ניט דריי מאהל א טאג. ובפרט א בעה״ב. ומשום האי טעמא האבען חסידים, אויסער חב״ד, געלייגט אזא דגוש אויף דביקות בצדיקים וואס זענען דבוק בה׳ פיהר און צוואנציג שעה, בבחינת מעדטאציע, כדי דאס זאל שאפען א קשר און בריק פונעם צדיק צום חסיד אז דער חסיד זאלל אויך קענען זיך מיטכאפען במדרגתו של הצדיק. דוגמא לזה, דערציילען די משמשים פונעם מהר״א מבעלזא זצוק״ל, וואס איז געווען אין מעדטציע רוב שעות היום והלילה כידוע. די חסידים וואס האבען מיט געדאוונעט מיט איהם, האבען בלויז געזאגט די ווערטער און לפעמים דאס אויך ניט. אבער זיי האבען גשעפיהרט בבירור אז זיי געפונען זיך אינעם עולם האצילות מיטן רבין וויסענדיג בידיעה אז דער רב איז נישט אויף דעם עולם א גאנצען מעת לעת.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז גאר אן אנדערען נקודה. אבער לפי מיטב זכרוני, אין דער בריוו אין דער נועם אלימלך שרייבט ער אז נאר דער צדיק איז מכוון די כוונות, און די אנהענגערס פארלאזען זיך אויף זיין מכוון זיין אז ס'זאל אריינשיינען אין זייערע ווערטער. דעריבער דאווענען זיי די זעלבע נוסח ווי איהם. ווען דער צדיק איז אויך נישט מכוון, האט עס נישט קיין פשט אז ער און זיי זאלען דאווענען א נוסח אין וואס די כוונות זענען שוין אויפגעוויזען. עכ"פ, דאס איז נישט ווי דער אויבענדערמאנטע שיטה אז מ'זאל בכלל נישט מכוון זיין, נאר אדרבא, זיין כוונות העלפען יעדעם.

ס'איז מיר אינטרעסאנט וואס דו זאגסט אז מ'האט בכלל נישט געזאגט די ווערטער פון דאווענען ביים רבי'ן. דאס האט עפעס א הלכה'דיגע דעקונג? נאר א שליח ציבור קען מוציא זיין, מיט'ן זאגען הויך, און אפילו אזוי קען ער נישט מוציא זיין א בקי (דאס ווען מען פארענטפערען אז יעדער איז אן אינו בקי כלפי דער רבי'ן, אבער דאס איז גאר א שוואכען תירוץ, כמובן מאליו).
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאמבל סאס האט געשריבן:.

וזה סודו של מנטרה. https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%A8%D7%94

לויט די בעש"ט טאג מען ממילא נישט איבער זאגן צוויי מאל די זעלבע ווארט. חוץ מזה, מה ענין מנטרה לכאן? זיי האבן נישט מער ווי אפאר ווערטער פאר זייער דאווענען ווען אונז האבן א גאנצע סידור!
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

שליחה דורך מבקר »

בן אדם האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:.

וזה סודו של מנטרה. https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%A8%D7%94

לויט די בעש"ט טאג מען ממילא נישט איבער זאגן צוויי מאל די זעלבע ווארט. חוץ מזה, מה ענין מנטרה לכאן? זיי האבן נישט מער ווי אפאר ווערטער פאר זייער דאווענען ווען אונז האבן א גאנצע סידור!

נכון, כן מובא בתולדות בשם הבעש"ט.
ענין המנטרה מוזכר אצל רח'"ו לחזור על משנה כלשהו הרבה פעמים.
זהו סוג אחד של מדיטציה, וכן שייך לכאן.
כנ"ל רב אריה קפלן מאריך בספרו אודות הקשר בין מנטרה לתפילה, שנתקן בזמן שבטלה הנבואה.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז גאר אן אנדערען נקודה. אבער לפי מיטב זכרוני, אין דער בריוו אין דער נועם אלימלך שרייבט ער אז נאר דער צדיק איז מכוון די כוונות, און די אנהענגערס פארלאזען זיך אויף זיין מכוון זיין אז ס'זאל אריינשיינען אין זייערע ווערטער. דעריבער דאווענען זיי די זעלבע נוסח ווי איהם. ווען דער צדיק איז אויך נישט מכוון, האט עס נישט קיין פשט אז ער און זיי זאלען דאווענען א נוסח אין וואס די כוונות זענען שוין אויפגעוויזען. עכ"פ, דאס איז נישט ווי דער אויבענדערמאנטע שיטה אז מ'זאל בכלל נישט מכוון זיין, נאר אדרבא, זיין כוונות העלפען יעדעם.

ס'איז מיר אינטרעסאנט וואס דו זאגסט אז מ'האט בכלל נישט געזאגט די ווערטער פון דאווענען ביים רבי'ן. דאס האט עפעס א הלכה'דיגע דעקונג? נאר א שליח ציבור קען מוציא זיין, מיט'ן זאגען הויך, און אפילו אזוי קען ער נישט מוציא זיין א בקי (דאס ווען מען פארענטפערען אז יעדער איז אן אינו בקי כלפי דער רבי'ן, אבער דאס איז גאר א שוואכען תירוץ, כמובן מאליו).

ווער רעדט דען פונעם רבין רבי אלימלך דא? מען רעדט פון מעדיטאציע וואס דאס רופט זיך אין ספרים דביקות. תפילה אין די מדרגה פונעם בעלזער רב איז העכער פון ווערטער בבחינת "פלילות עם קונו" ווי עס שטייט ביי פנחס'ן.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

האסט צוגעלייגט דער ענין אז די אנוועזענדע קענען זיך אויך מיטכפען דער רבינ'ס דביקות, וואס אויף דעם רעדט ר' אלעזר דארט אין בריוו.

דא איז נישט די פלאץ צו באהאנדלען דער תפלה פון בעלזער רב, אבער די ארומיגע איז יא מעגליך צו פרעגען. וויאזוי האבען זיי יוצא געווען זייער דאווענען? דאס האט א הלכה'דיגע פשט? איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אזא זאך, אז דער ציבור זאל זיך אויךמיטכאפען א נישט דאווענען. א תפלה שלא בזמנה האב איך געהערט, אבער נישט דאווענען בכלל?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

זיי האבען יוצא געווען די דביקות, וואס דאס איז דאס עססענס פון תפילה, מיט דעם וואס זיי זענען דבוק אינעם רבין. לגבי יוצא זיין חובת תפילה, האבען זיי געמערמלט אביסעל דא אין דארט. אז דער רב זאגט ברוך שאמר ... אשרי... ישתבח .. בנשימה אחת, ווי קען מען דען אנדערש דאווינען...
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פון רוסישער חסידות ביז אינדיאנער מעדיטאציע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז נישט דא דער נושא, אבער דאס איז זייער מאדנע. דער גאנצע ציבור האט אזוי געטוהן? צו נאר א מנין מצומצם וואס האט מיטגעדאווענט?
׳כמיין, עפעס א הלכה׳דיגע דעקונג דארף עס דאך האבען, ניין? דאס האבען זעי געטוהן על דעת עצמם, אדער עפ"י פסק פון איינעם?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

בן אדם האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:.

וזה סודו של מנטרה. https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%A8%D7%94

לויט די בעש"ט טאג מען ממילא נישט איבער זאגן צוויי מאל די זעלבע ווארט. חוץ מזה, מה ענין מנטרה לכאן? זיי האבן נישט מער ווי אפאר ווערטער פאר זייער דאווענען ווען אונז האבן א גאנצע סידור!

די מנטרה מוז נישט זיין בלויז איינס אדער עטליכע ווערטער. דאס אומאויפהערליכען 'זאגן ווערטער' זעלבסט קען דינען ווי דער מנטרה און דעם מענטש אריינפירן אין עקסטאז.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

...אלנפאלס, האט רבינו אברהם פארשריבן אסאך אייגנארטיגע געדאנקען אין זיין פונדאמענטאלן חיבור "המספיק לעובדי ה'", און צווישן זיי ערקלערט ער די וויכטיגקייט פון זיין מהלך אין עבודת התפילה. ער באמיט זיך שטארק אויפצואווייזן, אז דאס איז דער אריגינאלער דרך העבודה אין כלל ישראל, און ווייזט אויף פון פסוקים אז פון אברהם יצחק ויעקב, דורך משה רבינו, ביז די נביאי ה' א.א.וו. האבן זיי אלע געפראוועט התבודדות און זיך פארטיפט אין עבודה דורך זען דעם באשעפער'ס נאטורליכע בריאה, צו וואס זיי פלעגן אפט גיין אין פעלד אדער זיין עמטליכע פאסטוכער, כדי זיך צו קענען מתעמק זיין אין געטליכקייט אין שטילקייט און רואיגקייט פון נאטור.

די געדאנק אונטער זיינע ווערטער איז, אז דאס דאווענען איז נישט קיין עבודה פאר זיך "דאווענען לשם דאווענען", נאר עס איז אן אמצעי וויאזוי זיך מדבק צו זיין אין באשעפער און אין געטליכקייט, און דאס דאווענען דרך אנשים מלומדה פארפאסט די יסוד אויף וואס עס איז באזירט. דורכן דאווענען קומען מיר צו א דביקות בה', און אט די דביקות איז דער ציל.



אפטמאל האבן די גדולים זעלבסט נישט געהאט דעם פאסיגער נאמען פאר די מהלך העבודה וואס זיי האבן אויסגעשמועסט, אבער היינט צוטאגס וואלט מען דאס גלייך דעפינירט אלץ "מעדיטאציע".

חסידישע ספרים פאדערן דאס אויך: "מעדיטאציע"
איינע פון די באקאנטע אופנים פון מעדיטאציע איז דורך איבערזאגן א געוויסע טעקסט אסאך מאל (און רבי אברהם אבולעפיה רעדט שוין דערוועגן), ביז דער מענטש זעלבסט 'ווערט ווי א "חלק" פון די ווערטער.

ווען מיר זעען אין חסידישע ספרים איינמאל און ווידעראמאל די געדאנק, פון זיך מדבק זיין אין אותיות התפילה, און דורכדעם צוקומען צו א משונה'דיגער דביקות בה' עד כדי כך אז מ'זאל ניטאמאל האבן די מעגליכקייט מכוון צו זיין ווי עס דארף צו זיין, פארשטייען מיר שוין אז די ערשטע תלמידי בעל שם האבן דא געהאט א קלארע מהלך אין קאפ, איבער עבודת התפילה.

ניין. זיי האבן דייקא נישט געמיינט נאר די "פשוטי עם" וואס קענען נישט אינזין האבן העכערע כוונות. זיי האבן געהאט אן אויסגעבויעטער שיטה איבער וואס דאס דאווענען דארף אויפצוטון, און דערפאר האבן זיי געלייגט אזא גרויסע דגוש אויף זיך מדבק זיין אין די ווערטער גופא פונעם דאווענען.

ווען דער רבי ר' אלימלך דערציילט איבער זיך אז ער דאווענט דווקא אן די כוונות האריז"ל, און אזוי שרייבט אויך רבי פייבוש'ל קרעמניצער איבער זיך, אדער ווען דער רבי ר' ברוכ'ל מעזיבוזשער זאגט אז די בעסטע כוונה אויף "ברוך אתה ה'" איז "געלויבט ביסטו גאט", דאן פארשטייען מיר אז זיי האבן געוואלט מחדש זיין די אויבנדערמאנטע פארגעסענע יסוד, אז דאס דאווענען איז נאר א וועג וויאזוי צוצוקומען צו דביקות בה', און די בעסטע וועג דערצו איז - דורך זיך מדבק זיין אין די "אותיות התפלה".

ווען תלמידי המגיד מזלאטשוב, תלמידי המגיד ממעזריטש, תלמידי הבעל שם טוב זעלבסט, און תלמידי תלמידיהם פון רוסלאנד און גאליציע, שרייבן אלע די זעלבע יסוד, זעען מיר אז דאס איז איינע פון די יסודות'דיגע געדאנקען גראד פון בעל שם טוב זעלבסט, און ווי דער "אור המאיר" ברענגט טאקע אראפ אין זיין נאמען.
[/justify]


[justify]נאך די נידודי שינה ואוס האט מיר נעכטן נאכט באנומען, האב איך זיך אנגעשטויסן אינעם דיזן גאר אינהאלטסרייכן אשכול. אן אשכול מיוחדת במינה, הן מצד תוכן, אופן הכתיבה ועוד.

יעצט וועל איך צולייגן מיינע צוויי צענט, בס"ד. [לכאורה איז דאס באקאנט פאר ידידינו הרב [tag]אורים ותומים[/tag], אבער דאס טוט ווארפן א ליכטיגקייט און גאר קלארער שטעלן זיינע זיסע רייד].

פארהאן נאך א שטארקע אבער פשוט'ע מדריגה אין עבודת ה' און הויפטזעכליך ביי עבודת התפילה, וואס מעגליך איז דאס גאר מרומז אין די אוינדערמאנטע ווערטער פון הרב @אורים, דאס איז דער עבודת ה' בפשיטות, בבחינת "רחנא אמר תקעו" ובבחינת "כי כן ציוה ה'".

אט דער יסוד איז א יסוד מוסד אין ספרי חסידות, ובפרט דער בעש"ט וגדולי תלמידיו ברענגן אפט דעם בחינה אלס דער סאמע שטערקסטער יסוד אין עבודת ה' [באזירט אויף א מעשה שהיה בבית מדרשם של אחד מגדולי תלמידי הבעש"ט, אדער ביים בעש"ט זעלבסט, כ'געדענק נישט, אז נאך מאסיווע הכנות צו תקיעת שופר, האט מען אבער ווען עס איז געקומען צום בלאזן זעלבסט, עפעס נישט געקענט מכוון זיין בשום אופן, האט דעמאלט דער בעש"ט געזאגט אז מען זאל בלאזן אנע כוונת, בבחינת רחמנא אמר תקעו.
[quote]עיין במאור ושמש (פרשת נצבים) וז"ל: כמו שאמר אדוני מורי ורבי הרב הקדוש רבינו אלימלך זצוק"ל על הגמרא (ראש השנה טז.) למה תוקעין רחמנא אמר תקעו, ופירש הוא ז"ל, שהגמרא מקשה למה תוקעין, כלומר מה היא הכוונה של התקיעות, ותירץ רחמנא אמר תקעו, פירוש שזאת תהיה עיקר הכוונה לעשות רצון הבורא ברוך הוא, ועל ידי תקיעתינו לעשות רצון הבורא ברוך הוא אנו ממתיקין הגבורות ונהפכו לרחמים, עכ"ל.[quote]

און ווי באקאנט, טוט דער מעזריטשער מגיד אסאך מאל ברענגען דעם מהלך. און אין ספרו הק' ליקוטים יקרים (איינס פון די ערשטע סעיפים) שרייבט דער מגיד, אז דאס זאל זיין דער כוונה מיט וואס א מענטש זאל צוגיין צום דאווענען. אפגערעדט אויב ער שפירט נישט קיין טעם. ער זאל ארויסזאגן די ווערטער מיט א פשיטות. מילה במילה אן כוונה.

דאס מיינט, פשוט, ארויסזאגן די ווערטער אפילו אנע כוונה, טעם וריח, פארוואס? ווייל אזוי האט דער אויבערשטער געהייסן (לכאורה זהו נימוק במאמר השיר: הייליגער באשעפאר דו האסט געבעטן דאווענען... וועל איך דאוונען פאר דיר...)

יעצט לענין מה שכתב הרב @אורים.

דאס וואס דו ברענגסט און דרגה ג' בשם בעל מאור ושמש (סו"פ נצבים, פ' עקב) דהיינו דער יסוד און עבודת ה' איז נישט דאווענען מיט כוונות און יחודים, נאר זיך מדבק זיין מיט די ווערטער און אותיות, און דאס איז דאר דער כוונה און חשיבות פון דאווענען איז וואויל. און די זעלבע איז און דרגא ד' פון רבי ברו'כל איז לכאורה נאך א מקור למה שהאבתי לאור, בחינת רחנמנא אמר תקעו.

אבער דאס וואס דו ברענגסט איבער מעדיטאציע בין איך עטוואס מחולק.

פארוואס עפעס ווען מיר זעען אין חסידישע ספרים אסאך מאל דעם געדאנק און ליבערשט יסוד פון זיך מדבק זיין אין די אותיות התפלה, זאל זיין דער כוונה אז דער מטרה דערפון איז אז מען זאל צוקומען צו אזא דביקות אזש מען זאל נישט קענען האבן די מעגליכקייט צו מכוון זיין?

איה"נ, זיי מיינען טאקע נישט נאר די פשוטי עם, זיי מיינען אויך די צדיקי וגדולי עליון, ווייל אויך פאר זיי איז געזאגט גגעווארן דער יסוד פון עבודת ה' מבחינת רחמנא אמר תקעו.

טא פארוואס מוז דאס מיינען מידאטאציע און נישט פשוט דאווענען לשם דאווענען ווי דו שרייבסט און מחמת כך ציוה הבוי"ת און רחמנא אמר תקעו?[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לבי ובשרי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

קאווע טרינקער האט געשריבן:אזוי ווי יעדער פארשטייט אז ווען מ'זינגט א ניגון, קען מען נישט פריילעך ווערן ווען מ'טראכט פון די נאטען... G F A B C..


מיין אויבנדערמאנטער תגובה וועט אויף דינען אלס פשוט'ער ענטפער פאר ידידינו הרב [tag]קאווע טרינקער[/tag]. אז ווי געשריבן איז דער מטרה פון דאווענען מיט דביקות המילים והאותיות, נישט אז מען זאל צוקומען צו שפירן א טעם און עבודה. דירעקט נישט. נאר פשוט, כי כן ציוה ה'.

דאס איז דאך דער גאנצער אויפטו פון דעם דרך און מהלך, דינען דעם אויבערשטן אנע מטרות פון שפירן.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
פארשפארט