אוי דאס רשעות נעמט נישט קיין עק - די אפסטעיט מידיא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

אוי דאס רשעות נעמט נישט קיין עק - די אפסטעיט מידיא

שליחה דורך מיש-נייעס »

שוין ווייטער זענען מיר געפאלן א קרבן צו די מידיא וואס טוט אונז באשמוצן מיט א בלוט בילבול

עס איז דא א זאך וואס רופט זיך סטרינג אפערעישן, ד.מ. די פאליציי שטעלט אראפ (א אפיציר'קע וואס איז פארשטעלט ווי) א פראסטיטוט, און ווען א קאר שטעלט זיך אפ, טאמער זאגט ער איין ווארט וואס קען זיך דאכטן אז ער ווייל איר נעמען קומט די פאליציי ארויסציטאנצן פון באהעלטעניש און מען ווערט ארעסטירט אויפן פלאץ, עס פעלט נישט אויס אז ער זאל אריינעמען אין קאר, אדער אפי' געבן געלט, רעדן אליין איז גענוג.

צוויי אינגעלייט זיצן צוזאמען אין קאר, און צו זייער מזל קלאפט אויפן פענסטער אזא אינטערגעשטעלטע, איינער האט געפענט, און זי האט ארומגעשדרייט מיט שאלות כאילו זי וויל פייער פאר א ציגערעטל און דיירעקשינס, און איינמאל מען עפענט מאכן זיי שוין זיכער אז מען זאל זיך קענען ארויפכאפן אויף א ווארט, און די רעשט איז היסטאריע ווי מען זאגט.

מען ווייסט די צוויי אינגעלייט זענען געווען צוזאמען אין קאר, און עס מאכט אפי' נישט קיין סענס אז צוויי פרימע אינגעלייט, מיט א פולע משפחה, זאלן צוזאמען אויפפיקן א פראסיטוט, און די אינגעלייט, באמת וואוילע ערליכע אינגעלייט מיט זייערע משפחות נעבעך מוזן יעצט שפייען בזיונות.

מען ברויך אייביג דן זיין לכף זכות אפי' עס זעהט אויס אוממעגליך, יענער קען שטארבן פון בושה, און טויט קומט אים נישט אפי' פארן ארגסטן, און כ''ש נישט, ווען רוב מאל איז דא א צווייטע זייט פון די מטבע, און די מעשה קען זיין פונקט פארקערט פון וואס עס זעהט אויס.

איך וואלט עס נישט פארעפענטליך אבער היות די נייעס פארט ארום, און דער עולם גלייבט עס, און די משפחות ליידן בזיונות איז א מצוה מפרסם צו זיין דעם אמת'ע זייט פון די געשיכטע, אז כאטש די אידישע וועלט זאל וויסן דעם אמת און נישט קויפן דאס אנטעסעמיטישע בילבול
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

וכאן המקום להעיר אז מען זאל אכטונג געבן, בפרט און אפסטעיט ווייל אז זיי זעהען אז עס איז צו לאנג נישט געווען קיין שמוץ קעגען אידן וועלן זיי זיכן אונטער דער ערד א מעשה.
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וואס איז פשט אז זיי קענען ארעסטירן בלויז פאר רעדען וועגען סיגארעטלעך?

לכאורה איז די בעסטע צו האבען אין די קאר א דעשקעם, אזוי קען מען אייביג האבען באווייזן אויף וואס איז געווען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

איי די מידיא, שרעקליכע מנובלים
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך מנחם אבראמאוויטש »

אין ניו יארק מוז מען אפפערן אדער בעטען עניני אישות פאר געלט עס סאל פאלען אינטער הלכות פראסטיטושען.
איך בין נאך אלס דן לכף זכות אבער די הלכות זענען קלאר
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

דהיינו אז אויב מ'וויצל'ט ארום מיט איינער וואס קומט זיך אנטראגן איז מען שוין שולדיג?
גליקלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך גליקלעך »

ניין מען איז נאכנישט שולדיג דאן, אבער ווען זיי זיכן קרבנות איז דאס שוין גענוג צו ווערן ארעסטירט, דיין אומשילד זאלסטו אויפווייזן אין קאורט.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

עטליכע קשיות.

ווי קומט דא אריין די רשעות פון די מידיע אויב עפעס איז עס רשעות פון די פאליס

פארוואס מעגסטו עס יא דערציילן דא ק"ש איך גלייב אז די באטרעפענדע וועט דאס מער באדערן ווי די נערישע ניוס 12

די האלטס טאקע באמת אז מען האט זיי ארעסטירט פאר גארנישט און פאר נישט אדער די טראכסט נאר אזוי ווייל זיי זענען ערליכע יונגעלייט.

אזעלעכע זאכן געשעהן טאג טעגליך די חברה מאכן באסטס אויף מעסאדש פלעצער און אויף אנליין ליסטינגס זיי דארפן נישט זאגן קיין ליגענט זיי האבן גענוג עכטע מעשיות. נאר החכם עניו בראשו און געבט זיך אבאכט.

געדענק. אפילו אן די אלע צרות קענען זיי דיך דארט אראפילמען בשעת מעשה אדער אפילו פארקויפן דיינע ירקות קיין סאוט קאריע ובעיקר דער באשעפער זעהט אלעס און דיין ווייב שפירט אלעס.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

shem-tov האט געשריבן:עטליכע קשיות.

ווי קומט דא אריין די רשעות פון די מידיע אויב עפעס איז עס רשעות פון די פאליס
פארוואס מעגסטו עס יא דערציילן דא ק"ש איך גלייב אז די באטרעפענדע וועט דאס מער באדערן ווי די נערישע ניוס 12

ער דערציילט סך הכל די גוטע אמת'ע חלקים נישט די פאלשע אויסגעטראכטע בילבולים וואס די מידיע קויפט אפ און לייגט צו.

די האלטס טאקע באמת אז מען האט זיי ארעסטירט פאר גארנישט און פאר נישט אדער די טראכסט נאר אזוי ווייל זיי זענען ערליכע יונגעלייט.

הייסט עס אז וואס דער פותח האשכול מעג נישט שרייבן קיין גערעכטיקייט, ממליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער ווען עס איז ווארשיינליך אמת אז זיי האבן גארנישט געטון, און דו מעגסט בארעדן היימישע אינגעלייט ברבים ווען מען זאגט דיר אז זיי האבן גארנישט געטון???

אזעלעכע זאכן געשעהן טאג טעגליך די חברה מאכן באסטס אויף מעסאדש פלעצער און אויף אנליין ליסטינגס זיי דארפן נישט זאגן קיין ליגענט זיי האבן גענוג עכטע מעשיות. נאר החכם עניו בראשו און געבט זיך אבאכט.

אלא מאי? מוז זיין אז עס איז אמת? יא, זיי זוכן קרבנות איבעראל, דארט און אויך דא. און טאמער איז עס יא אמת, איז וואס שרייבסטו עס דא? יעדער זאל וויסן אז דו חכם מכל אדם 'קויפסט נישט קיין לאקשן'? ער נאכדעם האסטו נאך טענות אויף דעם אשכול גאר!

געדענק. אפילו אן די אלע צרות קענען זיי דיך דארט אראפילמען בשעת מעשה אדער אפילו פארקויפן דיינע ירקות קיין סאוט קאריע ובעיקר דער באשעפער זעהט אלעס און דיין ווייב שפירט אלעס.

איך הער, גרויסן ישר כח פאר די אינטערעסאנטע אינפאו.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איך בעט דיך איבער ברבים [tag]shem-tov[/tag] פאר די שארפע לשון, ביזט מסתמא עלטער פון מיר, איך מיין אבער אז איך האב א גערעכטע נקודה. אנטשולדיגט אויב נעמסט עס פערזענליך.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

דארפסט מיך נישט איבערבעטן פארדעם בין איך דא דיך צו עדשיוקעיטאן. דער פותח האשכול איז אדער א קליינער דראטשאק מיט זערא עקספיריענס. אדער א בלוט פארגיסער וואס וויל דווקא פארשפרייטן די מעשה. אדער א שוטה וואס מיינט אז דער עולם קויפט אפ זיין פעירי טעיל. אדער גאר דער רחמנות אליינס וואס טרייט זיך ריינצווואשן.

יעדער ווייסט די כלל אין הלכות חאזעריי ווען איינער באשמוצט דיך בלייב שטיל פרוביר נישט זיך צו פארענטפערן אדער מסביר זיין פארשטייט זעך אויב דארפסו זיך לעגאל פארטייגין נעם א לויער אבער אין פובליק אפיניען שווייג. קוק אן די אלע מענטשן וועם נחום איש חרם באשמוצט יעדע וואך מיט די ארגסטע השמצות בלבולים האסט שוין אמאל געהערט איינער זאל אים ענטפערן אויף ק"ש צו אויף אן אנדערע האטליין. האסט שוין אמאל געהערט איינער זאל אים סוען. ניין ווייל יעדער פארשטייט אז מען בלייבט שטיל. אין מה לעשות און פארטיג פארדעם איז נישט כדאי צו עפענען אשכולות זיך ריינצווואשן
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

סוען? קיינער וויל נישט מישן די שמוץ, ס'וועט נאך חלילה ארויסקומען מער.. דאס איז איינע פון די ריזענס.

פשוטער איז ווייל איר דארפט זיך שוין איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען אז אין א פרייע וועלט איז מותר צו רעדן און פארציילן. עס איז (דערווייל) נאך זייער שווער צו סוען אן אינדיווידועל נאר ווייל ער פארציילט לשון הרעס. וואס פונקטליך גייסטו אים סוען פאר? פאר זיין הויזן? איך האב געארבעט פאר א דעפעמעישן ליגעל פירמע און די ארבעט וואס ליגט צו קענען ברענגען א קלעים איז פיהל מער ווי דאס וואס דו האפסט ארויסצובאקומען פון דער קלעים.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אין לונדון נישט לאנג צוריק איז אויך געווען אזא מעשה מיט איינער א קיהלער אינגערמאן. חוץ פון דעם וואס ער איז א רי-יוזעבל עסקן, אלוועיס רעדי אן קאלל, ארבעט ער אויך אלס דיסטריביוטער. און נאך א באנטש מיט פרנסות דעפענדינג אן די סיזען.

הכלל, דער יונגערמאן האט געפלירט (מען גיט עס אזא שיינער נאמען. ער האט געבעטן פאר ס**ס) מיט א פארשטעלטע פאליצאנטקע און ער האט זיך פארפלאנטערט אין א משפט. די גאנצע שטאט האט געשטונקען, מ'שטיינס געזאגט ס'איז נישט עפעס א פרומער מייזלס מיט פופצן קינדער וואס רודפט פרויען מיט קורצע קליידער; ס'איז א בעסערע פריש חתונה געהאטער אינגערמאן מיט א נארמאלע ווייבל אינדערהיים. וואס פעלט אים? כמובן אז די עסקנים האבן שוין ערלעדיגט און היינט דינט ער פרום די סיסטעם אלס הכרת הטוב.

האקט נישט א טשייניק, בעטן פאר ס**ס איז נישט די עוולה, און גיין מיט א פראסטיטוט אויך נישט. דער עוולה איז אז די נעקסטע טאג הייערט דיך (נמחק) שור צו מאכן אז דו האסט א פרנסה און ביסט "צופרידן". יענעמ'ס שכן האט נישט געפלירט, און נישט ווייל ער שעמט זיך, נאר ווייל ער טראכט וואסערע דזשענערלייזשעשאנס וועט די פראסטיטוט מאכן אויף חסידישע אידן, זיי פארקויפן זיך אלס הייליגער און מער פרושים און דא זענען אונז נישט מוקצה צו זיי, ער ווייסט ער באלאנגט אין א גרופ און ער טראגט אן אחריות מיט זיינע מעשים פאר דער גרופ, אבער דא מוטשעט ער זיך נאך צו טרעפן א פרנסה ווייל ער זעט נישט אויס גענוג קיהל און איז נישט אזא פיפיגער צוויי פנימדיגער ווי (נמחק), און דער עיקר קיינער האט נישט מורא אז וואס ער טוט וועט מעגליך נתגלה ווערן און דער "הייליגער סיסטעם" וועט חלילה ליידן בושות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:אין ניו יארק מוז מען אפפערן אדער בעטען עניני אישות פאר געלט עס סאל פאלען אינטער הלכות פראסטיטושען.
איך בין נאך אלס דן לכף זכות אבער די הלכות זענען קלאר


אמת, אבער די גאווערמענט טוהן וואס זיי ווילן עני וועי...


א מין ״גאלדענע מדינה״ דאס? ממילא מ׳כאפט איינעם עפעס טוהן ווייס-כ׳וואס, אבער זיי גייען זאגן פאר ערוואקסאנע מענטשען וויאזוי זיך אויפצופירם מיט זייער אייגענע באדי. ממילא אז מענטש פאלט א דורך אמאל און פארט דורך א ״רויט לייט״ און א פאליצאנט כאפט אים ״רויט-האנטיג״ החרשתי אבער אראפ שטעלן דירעקטע אבסטיקלעס און טרעפען זייערע אייגענע מענשטען מיט פאלשע פארשטעלט זונות נאר צוקענען נאכדעם פייניקן אומשולדיגע מענטשען וואס האט תמימות׳דיגערהייט געגעבן פייער פאר א ״פאלשע-זונה״ און פארדעם איז יעצט דא אין סמעדריש א קריטיש-וויכטיגע ״טיי אווענט״ באגלייט מיט א ״חוב קדוש״- מיט רויטע קידוש לבנה אותיות, אט דאס קען נאר אזא גאלדענע מדינה ווי אמעריקא...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

shem-tov האט געשריבן:עטליכע קשיות.

א. ווי קומט דא אריין די רשעות פון די מידיע אויב עפעס איז עס רשעות פון די פאליס

ב. פארוואס מעגסטו עס יא דערציילן דא ק"ש איך גלייב אז די באטרעפענדע וועט דאס מער באדערן ווי די נערישע ניוס 12

ג. די האלטס טאקע באמת אז מען האט זיי ארעסטירט פאר גארנישט און פאר נישט אדער די טראכסט נאר אזוי ווייל זיי זענען ערליכע יונגעלייט.

ד. אזעלעכע זאכן געשעהן טאג טעגליך די חברה מאכן באסטס אויף מעסאדש פלעצער און אויף אנליין ליסטינגס זיי דארפן נישט זאגן קיין ליגענט זיי האבן גענוג עכטע מעשיות. נאר החכם עניו בראשו און געבט זיך אבאכט.

ה. געדענק. אפילו אן די אלע צרות קענען זיי דיך דארט אראפילמען בשעת מעשה אדער אפילו פארקויפן דיינע ירקות קיין סאוט קאריע ובעיקר דער באשעפער זעהט אלעס און דיין ווייב שפירט אלעס.


על ראשון ראשון

א. זייער א שטארקע הערה, אבער יש ליישב בדוחק אז אין הכי נמי עס איז דו מידיא, און... אויך די פאליציי וואס זיכן אונז צו באשמוצן,

ב. איך וויל נאר ארויסהאבן קלאר די שאלה, איך וועל עס פראזן אביסל אנדערש ווי דיר אבער לכאורה איז דאס דיין כוונה: היתכן דו לייגט ברענגסט אויף די נייעס אין אזא פאפולערע וועב ווי קאווע שטיבל, וואס די ארטיקלן דא ווערן פארשפרייט איבער אלע נעצן און סאציאלע פאבליקאציע צענטערן, אין די צייט וואס די נערישע.... (זאג עס נאכאמאל... נעעעעעערישע) נויז 12 וואס ווער קוקט בכלל אויף זיי, האט ארויפגעברענגט די מעשה, און קיינער האט עס נישט געזעהן נאר איך און דו, דו און איך... (הגם וואס לויט דעם איז מיר שווער ווי אזוי די בילד איז געגאנגן אזוי ווייראל, אבער דאס איז שוין א קליינע קשיא... דער בעל שםטוב אליין האט דאך מעיד געווען אז דאס איז א נערישע נויז 12, ווי אויך אז קט שכלי איז נישט משיג אין דיין גאונת...)

ג. איך ווייס קלאר אזוי! יא! 100% זיי זענען ארעסטירט געווארן פאר גארנישט... נישט ממש פאר גארנישט נאר אזוי ווי מיר האבן אויבן געשמוסט זיי האבן שוין לאנג נישט געהאט עפעס א גוטס אויף אידן

ד. אין הכי נמי די זאכן געשעהען טאג טעגליך, אבער זיי האבן געמוזט מאכן א בלאף מעשה און נישט געקענט ניצן די אלע מעשיות ווייל זיי האבן דאך געזיכט דייקא צו באשמוצן אידן

ה. האב איך נישט קיין אנונג וואס דו שרייבסט, איך בין עס תולה אויף מיין קט שכלי (כמבואר באריכות נפלא אין דיין נעקסטע תגובה, הערליך ארויסגעברענגט ווי נישטיג און נידריג איך בין קעגען דיר, געערטער עדיוקעטעט מייעסטעט...)
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

און פאר די אלע וואס הייבן די ברעמען: איז טאקע פארהאן אזא זאך אין די גאלדענע אמעריקא אז זיי זאלן ארעסטירן בלויז פאר'ן ארויסקוועטשן ווערטער, פוק חזו ניתי ספר וניחזו, אדרבה זיך אויף זייערע דאקעמענטערי איבער דעם, און נעם עס פון דארט, זיישעמען זיך נישט אליין צו שרייבן אז זיי זיכן קרבנות כדי אפצושרעקן די מענטשהייט, יא! אין די יושר'דיגע פאראייניגטע שטאטן...

@מנחם, ווי ביסטו אזוי קלאר אין די געזעץ, איך וועל דיר לינקן דעם געזעץ, דו שרייבסט מיט אזא קלארקייט כאילו דו האסט גענומען די מוה עס צו זיכן

ואחרון חביב עס מוז ארויסגעברענגט ווערן לשבח @שבתאחים פארן טוישן זיין רעטאריק, און געבן גערעכט פאר זיינע אידישע ברודער, מיר ווייסן אז עס איז דיר נישט געווען גרינג, כה לחי!

און... איין מינוט, איך ווייס נישט צו איך זעה גוט, קורקלענד און שבת אחים זענען ביידע אויף איין זייט... בראווא! :like :like
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

איסר האטלקי האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:עטליכע קשיות.

ווי קומט דא אריין די רשעות פון די מידיע אויב עפעס איז עס רשעות פון די פאליס
פארוואס מעגסטו עס יא דערציילן דא ק"ש איך גלייב אז די באטרעפענדע וועט דאס מער באדערן ווי די נערישע ניוס 12

ער דערציילט סך הכל די גוטע אמת'ע חלקים נישט די פאלשע אויסגעטראכטע בילבולים וואס די מידיע קויפט אפ און לייגט צו.

די האלטס טאקע באמת אז מען האט זיי ארעסטירט פאר גארנישט און פאר נישט אדער די טראכסט נאר אזוי ווייל זיי זענען ערליכע יונגעלייט.

הייסט עס אז וואס דער פותח האשכול מעג נישט שרייבן קיין גערעכטיקייט, ממליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער ווען עס איז ווארשיינליך אמת אז זיי האבן גארנישט געטון, און דו מעגסט בארעדן היימישע אינגעלייט ברבים ווען מען זאגט דיר אז זיי האבן גארנישט געטון???

אזעלעכע זאכן געשעהן טאג טעגליך די חברה מאכן באסטס אויף מעסאדש פלעצער און אויף אנליין ליסטינגס זיי דארפן נישט זאגן קיין ליגענט זיי האבן גענוג עכטע מעשיות. נאר החכם עניו בראשו און געבט זיך אבאכט.

אלא מאי? מוז זיין אז עס איז אמת? יא, זיי זוכן קרבנות איבעראל, דארט און אויך דא. און טאמער איז עס יא אמת, איז וואס שרייבסטו עס דא? יעדער זאל וויסן אז דו חכם מכל אדם 'קויפסט נישט קיין לאקשן'? ער נאכדעם האסטו נאך טענות אויף דעם אשכול גאר!

געדענק. אפילו אן די אלע צרות קענען זיי דיך דארט אראפילמען בשעת מעשה אדער אפילו פארקויפן דיינע ירקות קיין סאוט קאריע ובעיקר דער באשעפער זעהט אלעס און דיין ווייב שפירט אלעס.

איך הער, גרויסן ישר כח פאר די אינטערעסאנטע אינפאו.


איך האב פארזעהן דיין תגובה, זייער שיין געענפערט, איך האב געשריבן על ראשון ראשון ווייל איך האב נישט געזעהן אז מען האט איהם שוין אפגעענפערט, יישר כח!
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
פארשפארט