גזירת "בארקלעיס" (אכט און פופציגסטע אשכול)
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 478
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
גזירת "בארקלעיס" (אכט און פופציגסטע אשכול)
שומו שמים!
מיר שטייען אויס א ביטערע גזירה, דברים אשר לא שערום אבותינו מאז ומעולם, ומאז היתה אנליין לאפציע וקאווע שטיבל לבית ועד לחכמים.
מיר ליידן שוין פון לאנג פון רשעי עמינו ה"י, וואס זענען מורד אין די אומות און ווייזן א שרעקליכע כוחי ועוצם ידי, וואס כידוע ברענגט דאס א געפערליכע חרון אף פונעם אייבערשטן. זייערע פאררעטערישע מעשים ציטערן אויף יעדן רעכטדענקענדן מענטש די טיפסטע סטרונעס פון הארץ, און ברענגען פיל ווייטאג פאר שלומי אמוני ישראל איבער דער גארער וועלט, וואס פארדאמט אלע זייערע מעשים און רייצענישן, און נאכדערצו ווען זיי רעדן אין נאמען פון גאנץ כלל ישראל פאר זייערע שענדליכע מעשים.
אבער מיר זענען שוין געוואוינט צו דעם ליידער פאר א וויילע פון ארום זיבעציג יאר מאז קום המדינה, און בעצם נאך אפילו פריער משעת רעיון הציוני היל"ת, וואס די גרופע יחידים ומשתלטים על הציבור האבן זיך גערייצט מיט כלל ישראל אויף א געמיינע פארנעם.
מיר ליידן און פרובירן צו שווייגן, וויסנדיג אז אט די יחידים זענען די גבר אלים'ס אין אונזער צייט, עדי יערה ה' רוח ממרום און וועט זיי עפענען די אויגן צו זען זייער טעות און פאררעטערישע מעשים, ויתמו חטאים ולא חוטאים כתיב.
נאר א יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל, און דאס וואס קומט פאר די לעצטע שטיק צייט קען מען אנרופן איינע פון די שעדליכסטע און שוידערליכסטע עפאכעס אין זייער היסטאריע, ווען די יחידים ומשתלטים האבן אדורכגעפירט א מעשה כוחי ועוצם ידי, נגד דעתם של גדולי הדור ואדירי התורה, רכבם ופרשם, וואס האבן קלאר פארדאמט זייערע מעשים וואס איז קלאר געטון געווארן זיך צו רייצן און ערגער - צו ווייזן א כוחי ועוצם ידי.
טראצדעם וואס מאנכע האבן ליידער געהאט מחשבות זרות, קלערנדיג אז מי יודע, אפשר האבן די קומץ קטן פון א.ג. אידישע קהל'ס פארזארגער און פארטרעטער (-פאררעטער) יא אינזין כלל ישראל, האט זיך אבער זייער פינסטערע כוונה גלייך ארויסגעשטעלט נאכן מעשה כוחי ועוצם ידי, ווען דאס איינציגסטע זאך מיט וואס אט די חברה זענען פארנומען איז אויפצואווייזן ווי גרויס זייער פאליטישער כח איז, און ווי נישטיג זייערע שונאים זענען.
אזוי ארום איז אויפגעוויזן געווארן קלאר און דייטליך די ווייטע בליק פונעם רבי'ן זי"ע, און דער און דער און דער און דער רבי זי"ע, נבג"ם ושליט"א, וואס האבן כמה פעמים מעורר געווען און קלאר ארויסגעזאגט זייער חוות דעת אויף אט די קומץ קטן פון רשעי עמנו. ספעציעל האט מען געזען די חכמה נפלאה של אותו זקן, וואס האט פריער געשיקט א קלארע בריוו זאגנדיג אז שבע תועבות בלבם, און כאטש מענטשן האבן זיך געוואונדערט און נישט פארשטאנען - זעען מיר יעצט קלאר אז דער רבי האט געהאט א ווייטע בליק ומשה אמת ותורתו אמת.
אבער דאס אלעס זענען מיר דאך שוין געוואוינט מקדמת דנא, און לא על זה יצא הקצף מאתנו.
יעצט האט אבער פאסירט דאס שענדליכסטע פון אלעם, אז זיי זענען אריינגעקומען צו אונזער קליין היכל הקדוש, באו גוים בהיכליך, באו גוים וטמאוה, זיי קומען דא אריין אין אונזער מקום קדוש, און רעכטן אפ א פאגראם מיט אלע מפרשים. זיי שענדן אשכולות, צוהאקן דעם הייליג מקום, און אפילו די קאווע שטיבל ווערט נישט אפגעשוינט.
וילכו מדחי על דחי, און העמידו צלם בהיכל ל"ע, און גיסן דא צואה רותחת נאכאנאנד, פיל מיט זייערע הגיגי לב און חוצפה וכוחי ועוצם ידי, און רייצן זיך מיט שלומי אמוני ישראל וואס זענען שוין נמאס פון זייערע מעשים. מפני דרכי שלום וואלטן מיר זיי אפילו געגעבן א אשכול פאר זיך, וואו זיי זאלן ארויסשרייבן אלע זייערע געדאנקען, אבער כדרכם של הני רשיעי זענען זיי אויסן צו באגראבן די גאנצע פלאץ פאר אביסל נזיד עדשים משולחן איזבל, און מ'קען קוים אטעמען אין דעם מקום קדוש אן אריינאטעמען פארפעסטיגטע לופט וואס די חברה לאזן דא איבער אויף יעדן טיש.
איך אפעליר דא צו די גבאי ביהמ"ד ארויפצולייגן מער שלעסער אויף די שטיבלעך, אז די מענטשן וואס זענען נעבעך ליידער פארכאפט אין נעץ פון בעלי זרוע וכוחי ועוצם ידי, זאלן נישט קענען וואנדאליזירן יעדע טפח פון דעם פלאץ, ווייל אויב זיי נעמען איבער יעדעס ברעקל פון אונזער פלאץ, וועט זיך דער עולם פאר'מיאוס'ן פון אריינטרעטן אין א בית מינות פול מיט בראקעליס און פאטעיטאס.

אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: גזירת "בארקלעיס" (אכט און פופציגסטע אשכול)
איך וויל שרייען ׳פוי׳ אויף די כוחי ועוצם ידי׳ניקס. ווי טרעפט מען זיי?
ארי נוהם - דו זעסט וואס פאסירט ווען דו אנטלויפסט פון אונז? דערהייב אונז מיט דיין ווארעמע ווערטער, און הם כלים מאליהם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
אנטשוליגט מיר ר' ארי אבער ווען איך מיט מיין ווייטן בליק האב אנעגריפן דער הויפט חזיר בשם טראל ווייל ער הערט נישט אויף צו אנחזרן ק''ש האב איך אריינגעכאפט פון די הנהלה. אזוי ווי דו האסט געשוויגן שמע מינה אז די אנדרעקן איז דיר יא צום הארצן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- סאשי פיש
- חבר ותיק
- הודעות: 2776
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
- געפינט זיך: אינמיטען עסן
- האט שוין געלייקט: 3022 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל
Re: גזירת "בארקלעיס" (אכט און פופציגסטע אשכול)
איש את רעהו האט געשריבן:אייוועלט האט זיך אן עצה געגעבן מיט די גזירה
https://www.ivelt.com/forum/viewforum.php?f=88
מי יתן אז דו זאלסט נאר פירקליען אין צימעס?
ביז דערווייל עפענסטו אויף אין יעדע פארום א באזונדערע אשכול.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
סאשי פיש האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:אייוועלט האט זיך אן עצה געגעבן מיט די גזירה
https://www.ivelt.com/forum/viewforum.php?f=88
ביז דערווייל עפענסטו אויף אין יעדע פארום א באזונדערע אשכול.
געהאקט אין קאפ, אויב ס'שטערט דיר צו ליינען וועגן גיוס גיי ווייטער, קוק נישט אריין דערין.
בסך הכל איז דא אינטער 9 אשכולות ארום די אישו,
ווי אין יעדע פארום איז "אינטער מיין ניק" געפענט געווארן אשכולות ?
דורך: שטיסל
גר ותושב
שטיסל
שטיסל
חתם סופר
את רעהו
אחלק שלל
את רעהו
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
איש את רעהו האט געשריבן:בסך הכל איז דא אינטער 10 אשכולות בכלל ארום די אישו,
אונטער צען. דערמאנסט פון די פעגערס וואס קומען פאר עפעס א בית התבשיל אין ירושלים אין קריכען אויף די נערווען "מורי ורבותי א יעדער זאל זיך אינטערנעמען נאר צען תשלומים פון צען מאל ח"י"
אפשר טוסטו א טובה אין די כאפסט דעם מעסעדזש אויפ'ן ווינק נאכ'ן זיבעטען מאל
פליז!
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
וואלווי האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:בסך הכל איז דא אינטער 9 אשכולות בכלל ארום די אישו,
אונטער צען. דערמאנסט פון די פעגערס וואס קומען פאר עפעס א בית התבשיל אין ירושלים ..
כ'בין נישט מצדיק די 8 אשכולות ג'עפענעכץ
בסך הכל פון די 8 אשכולות איז 6 פון אנדערע שרייבער, איז וואס עגבערט אזוי די מאגן? אויב איז גיוס נישט צום הארצן גייט אריין אין די איבריגע גאר רייכע אשכולות, פארברענג דארט בדיבוק חברים.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
זאג, מ'דארף דא זיין ממשש באפילה? באפעלסט מ'זאל נישט קוקען?
אפשר גרונדעט מען א מין פארום מאחורי פאר ניקס וואס ווייסען נישט ווען גענוג איז גענוג, און א נישט עלידזשעבעל ניק קליקט בטעות אהין זאל ארויף קומען "הכניסה למזומנים בלבד".
איך האף אז אזוי פיל פארשטייסטו אז דא קומט מען צו הערן וואס טוט זיך, עפעס נייעס, פיינע געדאנקען, באשרייבונגען, מיט'ן חשבון "יא" צו ליינען וואס ס'שטייט.
די טענה'סט עפעס מ'זאל גיין אין מקוה אין נישט נאס ווערען. קאמאן.
אפשר גרונדעט מען א מין פארום מאחורי פאר ניקס וואס ווייסען נישט ווען גענוג איז גענוג, און א נישט עלידזשעבעל ניק קליקט בטעות אהין זאל ארויף קומען "הכניסה למזומנים בלבד".
איך האף אז אזוי פיל פארשטייסטו אז דא קומט מען צו הערן וואס טוט זיך, עפעס נייעס, פיינע געדאנקען, באשרייבונגען, מיט'ן חשבון "יא" צו ליינען וואס ס'שטייט.
די טענה'סט עפעס מ'זאל גיין אין מקוה אין נישט נאס ווערען. קאמאן.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אדער קאמפלעינט מען אז ק'ש איז טויט, אדער אז מען עפענט צופיל אשכולות...
ארי נוהם און אנדערע, טוט וואס ליטוואק זאגט: מאכט אויף אייערע פעדערס און שרייבט!
איך ווייס נישט ווער ס'איז א טראלל און ווער איז דער קאונטער טראלל, אבער ברענגען נייעס און אויסשמועסן דברים העומדים על הפרק, אן איווענט וואס צענדליגער טויזענטער אידן האבן מיטגעהאלטן, און טויזענטער אנדערע זענען דערקעגן, איז מיר זייער אינטרעסאנט. אמת, איך קען ליינען אין דער איד, מאמענט, אייוועלט, אבער נאר דא אין שטיבל קען איך הערן אויך דעם צווייטן צד, וזה תפארתינו. איש את רעהו מעג זאגן זיינס, און דער צד השני מעג ענטפערן. די הנהלה, ווי געווענליך, נעמט נישט קיין שום שטעלונג. אדרבה, וואס דארפט איר מער פון דעם, @געוואלדיג, איינע פון די גרעסטע אחראים און מעקער דא אין שטיבל, איז אקעגן די מערכה! אבער פרידאם אף ספיטש מוז הערשן דא.

וירח ה' את ריח הניחוח
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ביסט גערעכט אין דעם. אבער די פראבלעם איז יעצט עפעס אנדערש. אן אשכול וועגען די הכנות צום עצרת, וועגען די עצרת, וועגען דער בלאט סומאטוכע, וועגען דער גזירה זעלבסט, וועגען דער טרור אהין און צוריק, אלץ איז בארעכטיגט. אבער ווען יעדער אשכול ווערט געווידמעט אין אדער א אהרן זלמן לייב פייט, אדער ציטאט'ן אויף עברית פון איינער פון די מחלוקת וועבזייטלעך, איז עס יא א פראבלעם. בלייבט'ס צום נושא, און הערט'ס אויף צו פארשמירען יעדען אשכול מיט די געוואלדיגע מחלוקת לש"ש.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
מערקווירדיג – פאר בערך 3 יאר צוריק, ווען מהר"א האט גערעדט אקעגן די מזרחי, האב איך געהאט דעם זעלבן געפיל ווי @ארי נוהם, און דאן געעפנט אן ענליכן אשכול... לייענט און האט הנאה...
viewtopic.php?f=4&t=6752
viewtopic.php?f=4&t=6752
וירח ה' את ריח הניחוח