וואס מיינט א פרוקער טראק?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
פרוקער טראק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:25 am
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

וואס מיינט א פרוקער טראק?

שליחה דורך פרוקער טראק »

ווען איך בין געווען קליין האט מען עס גערופן א פרוקער קאר אדער פרוקער טראק. בעיקר פרוקער קאר.
אבער פאר איך פאנג אן שטעלט זיך מיר א שאלה, פארוואס נאר א קאר וואס פרוקעט הייסט א פרוקער קאר? פארוואס א מאטארבייק וואס פרוקט אוועק מיילן ווייט הייסט נישט פרוקערבייק?


נאר לאמיר עס צעלייגן. א קאר קומט געווענליך ס'זאל פארן סמוד, וועגן דעם ווען ס'פרוקט אוועק, ס'גריצלט די מאפלער, הייסט עס א פרוקער קאר, אבער א מאטאר בייק קומט ס'זאל פרוקן, ס'איז אזוי באשאפן געווארן.

בקיצור איך וואק אויף די גאס אזוי, פלוצלונג פארט מיר דורך א גראבע באמבאסטישע פרוקער טראק, ער לאזט ארויס פון זיין עק, א שלויך מיט רויעך, און ער קראכט און פרוקט אויף הויכע כוחות, די גאנצע גאס קוקט, דער דרייווער זיצט אויף זיין באקוועמען זיץ און טאנצט ארויף און אראפ, אזוי אז אלע קליינע קינדער מאכן אים נאך ווען זיי דרייוון די טראק אינדערהיים מיט א אלטע היט פאר א דרייווער, און טאנצן זיך ארויף און אראפ

אבער סיריעסלי, א פרוקער טראק איז א זאך ווי נישט ווי, יעדער קוקט ווי ער פרוקט זיך אזוי מיט גאווה, דאס מאכט יעדעם קוקן, און ציט אלעמענס אויפמערקזאמקייט, אנדערש איז שוין אבער מיט א פרוקער קאר, געווענליך איז עס פארקראכט און צוזעצט, ווען מ'הערט נאר די נויס פון אראונד די קארנער ווייסט מען שוין א פייטל פישל'ס פרוק קומט זיך צו רייסן, און יעדער לאכט, יא! די ששת ימי בראשית קאר איז שוין דא.

אוי איך בענק מיך צו די צייטן ווען אסאך טראק'ס פלעגן פרוקן. און לאמיר אריינטראכטן בנוגע די געלע באסעס, זיי פרוקן אן גאנץ וויליאמסבורג און זייען אן פאלאשן אויף די גאסן, צו וויל איך דען אויסקוקן ווי זיי?
סך הכול איך פייגער צו זיין א פרוקער טראק, יעדער זאל קוקן אויף מיר, און פארטיג.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר