דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

שליחה דורך איש את רעהו »

עס איז שוין עטליכע מאל געפראוועט געווארן דורך רביים ואדמורי"ם חתונות במשפחתם אין א שיל
דאסמאל קומט א דורכברוך, איבערמארגן נאכט וועט א ציווילער איד מאכן א שמחה פאר זיינ'ס א קינד אין א ביהמ"ד
אביסעל שכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך אביסעל שכל »

פארוואס עפעס סוף חודש?
מיט אביסעל שכל וואלטען מענטשן שנעלער אנגעקומען
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווי אלט זענען די חתן וכלה?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אביסעל שכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך אביסעל שכל »

געקענט מאכן די חתונה ר"ח סיון
מיט אביסעל שכל וואלטען מענטשן שנעלער אנגעקומען
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך מיין אז די עיקר דורכברוך איז אז ר' יואל ראטה האלט אן זיין קהילה בפלטרין של מלך ווילימסבורג על אפם וחמתם פון די עסטעבלישמענט מיט פולע מוסדות חדר מיידל סקול ישיבה.

א אייגנארטיגע ווינקל אין הארץ פון ווילימסבורג ווי עס בליעט א הערליכע מחודש'דיגע קהילה, וואס אפי' זיין רבי די מוהרא''ש האט דאס אויך נישט געקענט באווייזען, ווי ר' יואל דערמאנט כסדר אז מוהרא''ש האט נישט מסכים געווען צו עפענען מוסדות ווען ער פלעגט עם פרעגן ביז ער איז אריין און מודיע געווען אז ער עפענט א חדר האט ער עם געגעבן ברכת קדשו.

למעשה עס איז קלאר ער האט שוין אדורך געבראכן די אייז די כל התחלת קשות און יעצט וואקסט ער נאר פון טאג צו טאג.

געניטע אויגן זאגן פאר אז דאס וועט ברענגען א שטורמישע רעוואלוציע אין די חרדישע געזעלשאפט.

טויזענטער זענען אויפגעפיקט צו באקומען די טעגליכע שיעורים אויף אימעיל ווי זיי זענען זיך מחי' צו הערן איינעם רעדן פארשטענדליכע רייד.

ווי זאגט די ראש ישיבה ער פאלט צומאל אריין אין א פלאץ צו בין הזמנים אדער א רעבישע שמחה ווי עס אנטפלעקט זיך בערג פון בחורים הונדערטע צו גאר טויזענטער בחורי חמד מיט די גאנצע לבוש ערליכע חסידישע תורה'דיגע בחורים, טראכט איך צו מיר וואס גייט פאר בין איך משוגע? צו וואס? אפשר זענען זיי גערעכט און איך ווער צובראכן דא רעדט איך זיך איין אז די עולם איז פארטריקענט און דא קוק אהער, איך שטיי אזוי פארטראכט און מיטאמאל שעפשעט א בחור'ל אריין אין מיין אויער 'א שכוח פאר מיין לעבן' נאך א סעקונדע 'שכוח א דאנק דיר לייג איך תפילין' 'א דאנק דיר בין איך צוריק צו די גמ'' אזוי צענדליגע צענדליגע קומען צו און גיבן מיר א יישר כח פאר זייער לעבן. בחורים מצויינים פון די בעסטע ישיבות!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך אויך האט געשריבן:ווי אלט זענען די חתן וכלה?

17
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אביסעל שכל האט געשריבן:פארוואס עפעס סוף חודש?

אין יענע קהילה איז מען זייער מקפיד חתונה צו האבן די ערשטע מינוט וואס עס איז מעגליך מחמת עניני קדושה... זעהט זיך אויס אז יום ג' איז געווען די ערשטע דאטום מעגליך חתונה צו מאכן.

די שידוך איז נאכנישט 3 חדשים אלט...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ווען גרויסע שיכטן לדוגמא בעלזא/קלויזענבורג/צאנז/גור/וויזניץ/ליבאוויטש
קרייזען ווי באבוב/פאפא/וויען/סאטמאר/באבוב45/סאטמאר וכו'
וועלן אוועקגעבן בית מדרשם פאר אזעלכע צוועקן, וועט עס געבן א שאקל אויף דעם ציבור צו טון צום זאך, ווארט מיר צו זעהן ווער איז נעקסט נאך מוהרא"ש.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

ס'וואלט געווען א שיינע זאך ווען איינער זאל מאכן א go fund me פאר די נייע קאפל און זיי באווארפן מיט געלט. לאמער נישט פארפאסן די גאלדענע געלעגענהייט און טוען עפעס וואס זאל צוהעלפן אז די נחשונים זאלן האבן א קיום, כי בנפשינו הו. דאס וועט שיקן א מעסעדזש אז דער עולם איז זאט פון די סטאטוס קווא און מיר ווילן א טויש און דירעקשען.
ממנו ילמדו וכן יעשו.
אפשר זאלן מיר טאקע אנהייבן די go fund me דא און ק"ש
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

עס איז גענוג א ווייטאג אז מען פארט צוזאם צוויי מינדעריעריגע קינדער, און מען שפילט חתונה.
אז דאס ווערט נאך באגריסט דורך נארמאלע מענטשן אלס א פארשריט, איז נאך א פיל גרעסערע ווייטאג...
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

כפתור האט געשריבן:ס'וואלט געווען א שיינע זאך ווען איינער זאל מאכן א go fund me פאר די נייע קאפל און זיי באווארפן מיט געלט.

קריינא.. עפן אויף דער עולם וועט גיסן געלט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איש את רעהו האט געשריבן:ווען גרויסע שיכטן לדוגמא בעלזא/קלויזענבורג/צאנז/גור/וויזניץ/ליבאוויטש
קרייזען ווי באבוב/פאפא/וויען/סאטמאר/באבוב45/סאטמאר וכו'
וועלן אוועקגעבן בית מדרשם פאר אזעלכע צוועקן, וועט עס געבן א שאקל אויף דעם ציבור צו טון צום זאך, ווארט מיר צו זעהן ווער איז נעקסט נאך מוהרא"ש.

רייסן געלט קענען זיי בעסער..!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כפתור האט געשריבן:ס'וואלט געווען א שיינע זאך ווען איינער זאל מאכן א go fund me פאר די נייע קאפל און זיי באווארפן מיט געלט. לאמער נישט פארפאסן די גאלדענע געלעגענהייט און טוען עפעס וואס זאל צוהעלפן אז די נחשונים זאלן האבן א קיום, כי בנפשינו הו. דאס וועט שיקן א מעסעדזש אז דער עולם איז זאט פון די סטאטוס קווא און מיר ווילן א טויש און דירעקשען.
ממנו ילמדו וכן יעשו.
אפשר זאלן מיר טאקע אנהייבן די go fund me דא און ק"ש

קיין אנונג וואס דו ווילסט. די חתן און כלה זענען מסודר. אויב מאכסטו שוין א אקציע זאל עס זיין פאר די וואס מאכן חתונה אין די טייערע זאלן און טינקען זיך אין חובות.

דא רעדט מען נישט פון א עקסטרעים ארימע פאל אזעלעכע גאטונג מענטשען מאכן רוהיג חתונה אין די טייערע זאלן.

דא שטייט הרב יואל ראטה אונטער די גאנצע זאך. ער וויל אז חתונה מאכן א קינד זאל קאסטן אנשטאט די מינומים פון 50-60 טויזענט צו די מינומים וואס שייך מן הסתם הכל בכל ווייניגער ווי 10 אלפים א צד.

אז דו ווילסט מאכן א אקציע מאך שוין פאר די נאבעלע ארימע קהילה וואס מוטשען זיך צו דעקן די הוצאת יום יומי. ר' יואל לעבט א ארים לעבן ( אין אונזער פארשטאנד ער האלט ער איז רייך... ) ער טראגט אליין די עול פון די חדר סקול ישיבה זיין קהילה באשטייט א חלק הניכר שוואכע בעלי פרנסה וואס מאלו נישט געהעריג שכר לימוד. אפשר א קאמפיין פאר די נאבעלע מוסד וואלט געווען א שיינע געדאנק.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איש את רעהו האט געשריבן:
כפתור האט געשריבן:ס'וואלט געווען א שיינע זאך ווען איינער זאל מאכן א go fund me פאר די נייע קאפל און זיי באווארפן מיט געלט.

קריינא.. עפן אויף דער עולם וועט גיסן געלט.

אונזער ציבור איז אזאנס משוגע!!! אלעס איז געלד...

די חתן און כלה זענען מסודר הערטס אויף מיט ענקער רחמניות עטידוט. ווי כאילו איינער וואס בארגט נישט אדער גנבעט נישט איז א גרעסערע רחמנות פון די גנבים...

זיי זענען גליקליכע מענטשען.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

א פאר טאלער פאר די פארפאלק וועט ברענגן א שטארקע חיזוק אויף צו גיין ווייטער מיטן דורכברוך
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איש את רעהו האט געשריבן:א פאר טאלער פאר די פארפאלק וועט ברענגן א שטארקע חיזוק אויף צו גיין ווייטער מיטן דורכברוך

וואס עפעס?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

עמעזאן האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:א פאר טאלער פאר די פארפאלק וועט ברענגן א שטארקע חיזוק אויף צו גיין ווייטער מיטן דורכברוך

וואס עפעס?


עמעזאן האט געשריבן:אונזער ציבור איז אזאנס משוגע!!! אלעס איז געלד...


ווילאנג אלעס איז געלד וועט עס העלפן געבן א שטופ פאראויס
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

עמעזאן האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:ווי אלט זענען די חתן וכלה?

17

די כלה איז נאך זעכצן ר"ל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אפשר גייען מיר א טריט ווייטער?

דורכברוך: חתן כלה וואוינען ביים שווער, להחזיר עטרה ליושנה.

א יונג פארל זאל דארפן צאלן משוגענע סכומים פאר חודש'ליכע רענט, ווען די מחותן האט א איבריגע שטוב??
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמערל האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:ווי אלט זענען די חתן וכלה?

17

די כלה איז נאך זעכצן ר"ל.

אז די גוי פארשטייט אז עס איז נארמאל היות די געזעץ ערלויבט חתונה האבן ביי די זעכצן פאר וואס דען נישט?

אין א סייד נאוט זיי זענען מער עדיוקעט ביי די זעכצן ווי ביי אונז ביי די צוואנציג...
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

מען פלאנט צו ענדיגן די חתונה בעפאר 12
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

שליחה דורך ברוך בער »

איך וואלט מחזיר עטרה ליושנה מיר זאלן צוריקגיין צו די ב'חנטע דאשיקלעך אונזערע זיידעס זענען געגאנגען. גענונג מיט דאס משוגעת צו גיין מיט טייערע פור העטס וואס גייט חרוב פון א טראפ וואסער און קאסט רבבות פאר אידישע קינדער.
פארשפארט