איך אויך האט געשריבן:פאר די וואס ווייסן נישט, כך היה לשון קדשו פונעם בעלזער רב ז''ל ''ער איז א פיינער איד עס איז מיר נאר א רחמנות אויף זיינע חסידים וואס מיינען אז אלעס וואס ער רעדט זין אן איז תורת לאקשן''.
כידוע איז דאס דעם יחס פונעם יהדות החרדית צו סאטמארן רב זצ''ל. ווי מען איז מבחין צווישן א גאון צדיק וקדוש אויף א פערסענל לעוועל און די פילע שטותים וואס ער האט גערעדט און צאמגעשריבן. קיין שום עמאוינט פון ק''ש קללות און דעמאגאגיע פון צובראכענע טעלערל אדער סילוף גייט קיינמאל נישט טוישן די פאקטן.
געפעלט מיר ווי א קליין בעלזע מוח'ל רעדט וויאזוי יהדות החרדית קוקט אהן זאכן... לאל
זאג נאר? די ביזט אינלעבן געווען ערגעץ חוץ אין שטיבל אין פון דארט צום גרויסן קלויז ביים רב?
איך בין א סאטמארער איך האב יא געלערנט יארן אין ארץ־ישׂראל אין טאקע אין א לינקע ישיבה אין אזוי נאך 1000 סאטמארער בחורלעך, עס איז געווען דארט פון אלע קרייזן, איך קען מעיד זיין אז די בעלזער זענען טאקע לעצטענס זייער קאאל, זיי האלטן זייער גארטל אונטן, אין דער רב האט אראפגענומען זייער יושבים פלעק, ככל החסידים בית בעלז, אבער ס'איז קלאר אז די אווערד ווינינג צמצום גייט פאר זיי, ווייל די אנדערע ווייסן כאטש אז זיי ווייסן נישט, די בעלזע האבן דאך שוין געליינט"גם אתה יכול" מיילא קענען זיי אלעס... כאפ א שמועס מיט עני בלזאי אין פרוביר רעדן עפעס חוץ פון זייער רב ז"ל קאמפויט אין פון די היינטיגע רב'ס חכמה אין שמעון וואלף קליינס מעכטיגקייט.. (ער קען כאפען באכעס פון רב אין סטוט אים ניטאמאל וויי..) אפילו פון די הייליגע מהרי"ד ווייסט א סאטמארער יוד מער אינפוי..