די פרילינג באווייזט זיינע קאלירן
גענוג! מען גייט שוין נישט פרירן
די גאנצע בריאה ויזמרון לך שירין.
א פרישקייט אויף דער וועלט
די זון שיינט ווי א העלד
מער נישט די קעלט.
עס בליעט און שפראצט
דא און דארט
אויף יעדע ליידיג ארט.
א האפענונג פאר גרויס און קליין
זיך באוויזן מיט פראכט אזוי שיין
אליין מער נישט זיין.
מיר זענען געווען איינזאם
באהאלטן אינעם שטאם
פארלאשן אונזער קאליר און טעם.
אויסשפרייטן אויף אלע זייטן
אנכאפן איינעם דעם צווייטען
נאטורליכע שטרענגלעך און קייטן.
אבער ביים זייט זיצט'ס איינער לעהר
ס'איז מיר גוט, איך וויל נישט ארבייטן שווער
וואס טויג די איבערקער.
זיך צו באווייזן וואס איז די באדייט
זיך צו בארומען מיט מיין שיינקייט
ברענגען וועט עס מ'זאל זיין ווייט.
ניין, נישט דאס איז די געדאנק
יענעמ'ס הצלחה טוט נישט באנג
יעדער אויף זיין אייגענע גאנג.
אז מ'איז פארפוילט איז דאס א באווייז
אנדערש פון מיר מיינט נישט א גרייז
דיינע שלעכטע גראזן אוועק רייס.
פון איינער דעם צווייטן מיר לערנען און שטודירן
נאר צוזאמען ווייזן מיר אונזערע הערליכע קאלירן
מיט אונזערע אייגענשאפטן טוען מיר שטאלצירן.
פרילינג - כי האדם עץ השדה
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
הוספה
נאך א זאך וואס טוט שטערן
פון דעם בוים זאל עפעס ווערן
הערט נישט אויף פון א צווייטן קלערן
יענער טוט זיך אזוי שיין מערן
דארט טוט מען שוין פירות שערן
אלע טוען נאר יענעם באעהרן
ער האלט זיך אין איין שווערן
פון מיר וועט שוין גארנישט ווערן
<br>
אזוי קען א ביימל נישט נעהרן
עס טוט דאס וואוקס צושטערן
קענסט עס אבער איבערקערן
דיין אייגענע מעלות שטודיר און לערן
און...
הער שוין אויף, אויף א צווייטן קוקען
דאס וועט דיך נאר דערשטיקן
וועסט בלייבן מיט א נאקעטע רוקן
טוה דיך שוין מיט דיינע מעלות דערקוויקן
דעמאלטס וועסט נישט בלייבן טריקן
דיינע צווייגן וועלן זאפטיגע פירות שיקן
אזש יעדער וועט זיך מיט זיי דערקוויקן......
נאך א זאך וואס טוט שטערן
פון דעם בוים זאל עפעס ווערן
הערט נישט אויף פון א צווייטן קלערן
יענער טוט זיך אזוי שיין מערן
דארט טוט מען שוין פירות שערן
אלע טוען נאר יענעם באעהרן
ער האלט זיך אין איין שווערן
פון מיר וועט שוין גארנישט ווערן
<br>
אזוי קען א ביימל נישט נעהרן
עס טוט דאס וואוקס צושטערן
קענסט עס אבער איבערקערן
דיין אייגענע מעלות שטודיר און לערן
און...
הער שוין אויף, אויף א צווייטן קוקען
דאס וועט דיך נאר דערשטיקן
וועסט בלייבן מיט א נאקעטע רוקן
טוה דיך שוין מיט דיינע מעלות דערקוויקן
דעמאלטס וועסט נישט בלייבן טריקן
דיינע צווייגן וועלן זאפטיגע פירות שיקן
אזש יעדער וועט זיך מיט זיי דערקוויקן......
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: פרילינג - כי האדם עץ השדה
אה, ווי ס'בענקט זיך נאכן פרילינג אין א פארשוויצטן זוומערדיגן טאג,
א קילע ווינטל - אביסל פרישקייט / פאעזיע אין שטיבל.
א קילע ווינטל - אביסל פרישקייט / פאעזיע אין שטיבל.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.