MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....

שליחה דורך קפה נמס »

קפה נמס האט געשריבן:@איש, @עמעזאן, @גאלד,
ווען ס'וואלט ווען יעצט ארויסגעקומען קלארע דאקומענטן פון די CIA אז ס'איז געווען %98 אז די אראבער גייען געווינען א גרינגע געווינס וואלט איר מודה געווען אז ס'איז געווען ניסים ?

אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט געענטפערט מיין פשוט'ע שאלה.

לגופו של דבר פארשטיי איך נישט די גאנצע דיון. דער רבי זי"ע האט קלאר מברר געווען אז ס'איז נישט געווען קיין ניסים און קיינער איז נישט ארויסגעקומען מיט א בירור פארקערט... איז וואסא חילוק CIA אהין CIA אהער..
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איש את רעהו האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:ווען א טיעם אין ספארטס געווינט די לעצטע מינוט נאכן זיין זייער אינטערשטעליג, איז אפשר אויך א נס.

אפשר זענט איר מיר מסביר די נס חנוכה?


די גמרא מס' שבת פרק שני עיי"ש
דאס אז ביי די 6 טאגיגע קריג איז עפעס געווען וואס האט שייכות צו די אותיות נ.ס. קומט פון גלויביגע אז דער כופרישע הנהגה אין אר"י איז גיט פאר אידן, עס האט קיין שייכות לדברי חז"ל שם

וואס איז דער חילוק צו ס׳איז נסים צו נישט? בין כך ובין כך, האט דער אויבישטער געברענגט א ישועה דורך ׳רשעים׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:ווען א טיעם אין ספארטס געווינט די לעצטע מינוט נאכן זיין זייער אינטערשטעליג, איז אפשר אויך א נס.

אפשר זענט איר מיר מסביר די נס חנוכה?


די גמרא מס' שבת פרק שני עיי"ש
דאס אז ביי די 6 טאגיגע קריג איז עפעס געווען וואס האט שייכות צו די אותיות נ.ס. קומט פון גלויביגע אז דער כופרישע הנהגה אין אר"י איז גיט פאר אידן, עס האט קיין שייכות לדברי חז"ל שם

ישועה דורך ׳רשעים׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווי איז שוין זייט די 2'טע קריג אזויפיל אידיש בלוט פארגאסען געווארן ווי אין די ארט ווי עס גיסן זיך ישועות און מופתים אינטערן טיש דורך רשעים...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יהושע חיים האט געשריבן:וואס איז מיט ענטעבי דאס איז אויך געווען ע"פ דרך הטבע?

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

יהושע חיים: ניין. דאס איז שוין קלאר געווען סיטרא אחרא. הרב סענדער דער דייטש (נישט דויטש, לידיעתך, שמעקעדיג.) האט געשריבן אין ..."דער איד"... אז די שקצים די ציונים האבן מחלל שבת געווען. און פראקטיצירט אום שבת. און זיי זענען דאכט זיך אויכעט געפארן אום שבת. פארשטייצעך, אויסצולייזן זייערע געפאנגענע אידישע ברידער. וואס קיין איין לאנד אין די וועלט האט נישט געגעבן א ריר מיט א פינגער לטובתם. האט הרב דייטש געשריבן לאמור. אזוי צו זאגן אין דעם עדיטאריעל פעידזש אונטער'ן נאמען אליעזר עפשטיין...אז דער דייטשער בלאנדער שייגעץ דער רוצח מיט זיין גוירלפרענד די דייטשע שיקסע האבן נישט געוואלט קיין שלעכטס טון פאר די געפאנגענע אידן. און די רוצחים, די מדינת ישראל סאלדאטן האבן זיי דערמארדעט...! ער האט שטארק באוויינט דעם דייטשן שייגעץ...! אבער אונז נארמאלע מענטשן. אונז אידן מאמינים בני מאמינים האבן זיך זיכער שטארק געפרייט און אפגעגעבן א שבח והודאה צום הייליגן באשעפער אז די אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן ממות לחיים. און אונז האבן זיך געפרייט אז ס'זענען ב"ה דא אידישע בחורים וועלכע וועלן גיין מיט מסירת נפש ביז צו די אנדערע עק וועלט כדי צו ראטעווען זייערע אידישע ברידער..!

נאך אן איראנישער פאקט איז דא צו באמערקן. צווישן די אידישע געפאנגענע איז אויכעט געוון א חסידישער איד וועלכער האט געוואוינט אין וויען. ער האט געהאט אן עסטרייכישן פאספארט. און ווען דער דייטש און די דייטשקע, ימח שמם וזכרם האבן צואזמגענומען אלע פאספארטן פון די פאסאזשירן און זיי זענען אנגעקומען צו איהם. האט ער געטענה'ט אז ער איז נישט קיין איזראעלי און זיכער נישט קיין ציוניסט. און ער סימפאטיזירט מיט די נעבעכדיגע,אונטערדריקטע פאלעסטינער אראבערס אין וועמענ'ס נאמען זיי האבן אדורכגעפיהרט די היידזשעקינג. און דער איד. מר. פריעד האט זיך געבעטן ביי זיי אז מ'זאלל איהם לאזן גיין פריי צוזאמען מיט די גויים. האט איהם דער שייגעץ געגעבן א שטויס מיט זיין ביקס. און געשריגן...."דו ביסט א איד. דו גיי צוזאמען מיט די אנדערע אידן"...! נעבעך מר. פריעד. ער האטציך געלערנט א ביטערע לעקציע אין לעבן. אז א איד בלייבט אייביג א איד...!
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איז אנטעבי דען נישט געווען קיין נס? אפילו יוני האט געוויסט אז די אפעראציע איז א ריסק פון העכסטן סארט, זיי זענען געגאנגן מיט מסירת נפש וויסענדיג אז עס איז דא גאנץ קליינע טשענסעס זיי זאלו אהיים קימען גאנץ, איינע פון די באקאנטע ניסים איז ווען עס האט זיך אראפגעלאזט א שווערע נעפעל אויף די עירפארט און ווען נישט דעם וואלקן וואלטן זיי נישט דעגרייכט די ערד בכלל.
און צו די ראדיקאלע סאטמערע ניקים החשובים, ביטע נישט פארגעסן אז ישראל אף על פי שחטא זענען זיי נאך אלטס קינדער פון אונזער טאטען אין הימעל און ער האלט זיין רעכטע האנט אויף זיינע קינדער.

און צו מיסטער גאלד, פליז ענפער אויף די שאלה וואס קפה נמס האט דיר געפרעגט
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

די אלע קארני רעטאריק טוישט נישט די מציאות הדבר.

עס איז קיין נסים געווען. פינטל.

נישט ווייל זיי זענען רשעים

נישט ווייל סאטמאר רבי האט אזוי געזאגט

נישט ווייל איך פארגין נישט די ציונים.

נאר ווייל פאר איין איינציגער סיבה

ס'פשוט במציאות נישט געווען.

יא ס'זיכער געווען חסדים מאת ה' אין געוויסע פעלער

אבער קיין שנוי אין סדרי בראשית איז נישט געווען

איים סארי איך קען אייך ניט העלפן
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....

שליחה דורך גר ותושב »

גאלד האט געשריבן:אמין קשיא, אז א לעכטל וואס דארף ברענען 1 טאג ברענט 8 טאג איז א אפענער שינוי אין סדרי בראשית

ביי על הניסים ווערט נישט דערמאנט די נס אז די לעכט האט געברענט פאר אכט טאג
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....

שליחה דורך גר ותושב »

איש את רעהו האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:ווען א טיעם אין ספארטס געווינט די לעצטע מינוט נאכן זיין זייער אינטערשטעליג, איז אפשר אויך א נס.

אפשר זענט איר מיר מסביר די נס חנוכה?


די גמרא מס' שבת פרק שני עיי"ש
דאס אז ביי די 6 טאגיגע קריג איז עפעס געווען וואס האט שייכות צו די אותיות נ.ס. קומט פון גלויביגע אז דער כופרישע הנהגה אין אר"י איז גיט פאר אידן, עס האט קיין שייכות לדברי חז"ל שם

האלט איר נישט אז עס איז געוועין בבחינת רבים ביד מעטים?
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

עפען א גמרא שבת כ"א:

מאי חנוכה דתנו רבנן בכ"ה בכסליו יומי דחנוכה תמניא אינון דלא למספד בהון ודלא להתענות בהון שכשנכנסו יוונים להיכל טמאו כל השמנים שבהיכל וכשגברה מלכות בית חשמונאי ונצחום בדקו ולא מצאו אלא פך אחד של שמן שהיה מונח בחותמו של כהן גדול ולא היה בו אלא להדליק יום אחד נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

קען איינער אפשר מסביר זיין וואס די נס פון כ''א כסלו איז געווען?
.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אז די סאטמאר'ע מוסדות (סיי די ארונים און סיי די זאלונים) שארן אריין א שיינע פאר מיליאן דאללער יאר נאך יאר...! אכיה"ר...!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איך ווייס טאקע נישט צו כ"א כסלו איז געווען א נס, אבער קיין CIA דאקומענטן אדער סיי וועלכער פאראויס אפשאצונגען איז נישטא וואס זאל פארזאגן אז סאטמאר רבי וועט סורווייוון די נאציס,

סא, מיט עטוואס איז עס זיכער נענטער צו א נס ווי די מלחמת ששת הימים
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

גאלד האט געשריבן:איך ווייס טאקע נישט צו כ"א כסלו איז געווען א נס, אבער קיין CIA דאקומענטן אדער סיי וועלכער פאראויס אפשאצונגען איז נישטא וואס זאל פארזאגן אז סאטמאר רבי וועט סורווייוון די נאציס,

סא, מיט עטוואס איז עס זיכער נענטער צו א נס ווי די מלחמת ששת הימים


עס זענען דא דאקומענטן אז דר. קסטנר ז''ל האט ערלעדיגט דער טראנספארט, און דאך לייקענען עס די סאקמירער.
.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

מיר לייקענען נישט אז קאסטנער מיט אייכמאן האבן ערלעדיגט דעם טראנספארט, מיר דאנקען ביידע די זעלבע.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

די זעלביגע די אלע אידישע קינדער וואס האבו סורווייווט די מלחמת ששת הימים איז נישט פשט זיי זענען ניצל געווארן פון די אראבער, ניין, זיי זענען ניצל געווארן פון די ציונים, וואס האבן אריינגעלייגט מיליאנען אידישע קינער אין דעם פעקל. און די אלע הרוגים זענען קרבנות פון די ציונים נישט אראבער.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

סמבטיון האט געשריבן:איז אנטעבי דען נישט געווען קיין נס? אפילו יוני האט געוויסט אז די אפעראציע איז א ריסק פון העכסטן סארט, זיי זענען געגאנגן מיט מסירת נפש וויסענדיג אז עס איז דא גאנץ קליינע טשענסעס זיי זאלו אהיים קימען גאנץ, איינע פון די באקאנטע ניסים איז ווען עס האט זיך אראפגעלאזט א שווערע נעפעל אויף די עירפארט און ווען נישט דעם וואלקן וואלטן זיי נישט דעגרייכט די ערד בכלל.
און צו די ראדיקאלע סאטמערע ניקים החשובים, ביטע נישט פארגעסן אז ישראל אף על פי שחטא זענען זיי נאך אלטס קינדער פון אונזער טאטען אין הימעל און ער האלט זיין רעכטע האנט אויף זיינע קינדער.

און צו מיסטער גאלד, פליז ענפער אויף די שאלה וואס קפה נמס האט דיר געפרעגט

ס'נאך פון מער פון דעם, כ'האב אמאל, נישט לאנג צוריק געהערט אן אנטעריוויא מיט איינעם פון די הויפט פלאנירערס און מיט ארבייטערס וואס זענען דאן געווען אין די רעגירונג, און ער האט געזאגט אז זיי האבן פלאנירט די אקציע גאנצע צוויי פראצענט, ס'טייטש רוב פון די אקציע האבן זיי ניטאמאל געקענט געהעריג פלאנירן וועגן א מאנגל אין צייט און נאך אנדערע פראבלעמען וואס האט געשטערט.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

ענטעבי זענען אידישע קינדער געווען אין א ערענסטע סכנה, און ס'זיכער געווען א רחמים גדולים מאת ה' אז זיי זענען ניצל געווארן. קיין ספק.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

גאלד האט געשריבן:ענטעבי זענען אידישע קינדער געווען אין א ערענסטע סכנה, און ס'זיכער געווען א רחמים גדולים מאת ה' אז זיי זענען ניצל געווארן. קיין ספק.

כ'זעה אז דו ביזט אלערדזשיק צו דו ווארט ניסים ווען ס'קומט צו אידן וואס באלאנגען נישט צו די הייפעלע.
אקעי, ניץ וועלעכע ווארט די ווילסט ניצן, רחמים גדולים, חמלה גדולה, אהבה רבה, און נאך, דער עיקר איז אז אינז פארשטיי מער זיך אויפן ווינק
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איפוא רחמים ?.......

נישט קיין רחמים ניט קיין אהבה

פלעין נארמאל אלע האבן געוואוסט פון פאראויס אז די אראבישע רציחה האלט נאך ביי מעסערס......... און מיט עלעקטעראנישע כלים און פארגעשריטענסטע מילטער ווי אמעריקא וואס האט געשיקט הילף קענען זיי זיך נישט פארמעסטן
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

סא דו ביזט מסכים אז ביי די מלחמת ששת הימים און ביי די יום כפור מלחמה און ביי אנטעבי איז געווען רחמים גדולים מאת ה' , נכון?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

האסט מיר געכאפט ניין ? וואס מאכסטוך נאריש דערמאנסט מיך פון נוירסערי קיינער ווייסט נישט ווי מיין לאלי ליגט רופט זיך אן דער צווייטער אוי יע די באשעפער.......

אלעס ווערט געפירט פון אויבן ווילסט יעצט לערנען א פרק אין השגחת ד' ?

אבער קיין אויסטערלישע נסים לויט די צוינסטישע פראפעגאנדע איז נישט געווען
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

גאנצעל, במחילת כבודך איך וואלט אייך געראטן אדורך צו ליינען אדער וואטשן די פאקטן אין ציפערן פון די 6 טאגיגע מלחמה אין ארץ ישראל. וואספארא מעסערס אין קאפ אריין? ארץ ישראל איז געווען ארום גענימען פון אלע זייטן מיט העווי מיליטערישע כלים דורך מצרים ירדן און סוריה מיט די הילף פון איראק סאוד אראביע סודאן מרוקא ליביע אלדזשיריע אין טוניזיה,
פארשפארט