יעדער גדול האט אודאי זיין אייגענארטיגקייט אין עיון אדער בקיאות אדער הבנה עמקות וכדומה און עס איז נישט דוקא דא א וועג צו מעסטן גדולים.
אגב הרה"ג הגדול ר' פנחס הירשפרונג זצ"ל איז כידוע געוועהן א גרויסע בקי וחריף און פלעגט שטיפן לומדים צו לערנען און זיין בקי אין וואס מער מקצועות ווי איידער לערנען מעט בעיון. אמאל האט ער געברענגט די גמרא אמר רבי יוחנן: פליגו בה רבן שמעון בן גמליאל ורבנן. חד אמר: "סיני עדיף", וחד אמר: "עוקר הרים עדיף". רב יוסף - סיני. רבה - עוקר הרים. שלחו לתמן (=לשם, לארץ ישראל), "איזה מהם קודם?". שלחו להו: "סיני עדיף, דאמר מר: הכול צריכין למרי חטיא האט ער געפרעגט סיני איז דאך א בארג און דער עוקר הרים קען אים אויסרייסן איז פארוואס דער סיני עדיף? ועפ"י דרכו החריף האט הגר"פ געזאגט: יא יא דער עוקר הרים קען אויסרייסן דעם סיני אבער ער ווייסט פשוט נישט ווי דער סיני געפונט זיך! (שהחריף שאינו בקי אין חריפתו מן המנין)
טשובינער רב, גר"מ פיינשטיין און יביע אומר זענען בערך אויף איין דרגה אין ידיעת התורה (די לעצטיגע ספרים וואס ר"ע האט געקענט אינו מעלה ומוריד). רמ"פ האט געפסקנט פון גמרא ארויס, געבויט אויף שטארקע יסודות כדוגמת הנודע ביהודה. טשובינער רב האט געפסקנט ווי גדולי פולין דוגמת המהרש"ם ור"מ אריק. ר"ע האט געפסקנט לפי כללי הספרדים.
ר"פ הירשפרונג מיט סאטמער רבי זענען בערך די זעלבע אין כח הפלפל וחריפות, ר"פ האט געקענט אלע בעיסיקס אויף אויסעווייניג מיטן לשון. סאטמער רבי לא שמענו. (א שיינער ת"ח איז ער געווען).
שבט הלוי, דברי יציב, רב אלישיב, רש"ז אויערבאך ר' פישעלע זענען בערך אויף די זעלבע לעוועל אין פסק. מסודריגע אחרונים מיט א שטארקן כח ההוראה.
גר"א קוטלער מיטן חזו"א זענען שטארקע אין די ישיבה וועלט (חזו"א אויך אביסל אין הלכה) ר"א קוטלער איז געווען מער פארנומען מיט לומדות בעת די חזו"א האט גוט אויסגעחשבונט דעם סוגיא לויט די ראשונים.
ליובאוויטשער רבי איז געווען א גאון וכעדותו של ר"פ הירשפרונג ור"ש וואזנער.
קל וחומר האט געשריבן:הגר"מ פיינשטיין עולה על כולנא בכח הפסק והוראה.

א מין טשולענט געמאכט דא... כמעט קיין איין דמיון קלעבט נישט.
סמבטיון האט געשריבן:וויאזוי איז מעגליך צו ענפערן אזא שאלה? האט דען איינער פארהערט די אלע גאונים?
למשל אז ר' משה פיינשטיין'ס חברותא איז מעיד אז יעדע ערענסטע שוועריקייט פלעגט ער עם שיקן פרעגן סאטמר רב, און יעדע מאל האט עם סאטמר רב גענטפערט מיניה וביה כאילו ער טוט יעצט אין די סוגיא.

דאס זאגט אויף די גדלות התורה פון סאטמר רב זצ''ל
ווער איז געווען דער חברותא? כפי ידיעתי האט ער נישט געהאט קיין חברותא, ער פלעגט געבן שיעורים ביי אים אין כולל תפארת ירושלים פון וואס ער האט געדריקט זיין דברות משה. ס'איז נישט מסתבר אז איינער וואס האט געענדיקט ש"ס 200 מאהל זאל אנפרעגן ביי א רבי וואס איז געווען פארנומען מיטן כלל און הכנות לתפלה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קל וחומר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סמבטיון האט געשריבן:וויאזוי איז מעגליך צו ענפערן אזא שאלה? האט דען איינער פארהערט די אלע גאונים?
למשל אז ר' משה פיינשטיין'ס חברותא איז מעיד אז יעדע ערענסטע שוועריקייט פלעגט ער עם שיקן פרעגן סאטמר רב, און יעדע מאל האט עם סאטמר רב גענטפערט מיניה וביה כאילו ער טוט יעצט אין די סוגיא.
סמבטיון האט געשריבן:וויאזוי איז מעגליך צו ענפערן אזא שאלה? האט דען איינער פארהערט די אלע גאונים?
למשל אז ר' משה פיינשטיין'ס חברותא איז מעיד אז יעדע ערענסטע שוועריקייט פלעגט ער עם שיקן פרעגן סאטמר רב, און יעדע מאל האט עם סאטמר רב גענטפערט מיניה וביה כאילו ער טוט יעצט אין די סוגיא.
דאס זאגט אויף די גדלות התורה פון סאטמר רב זצ''ל
דאס איז די נערישקייט פון אזא אשכול. אז מ'קען נעמען א מעשה'לע און אויפבויען אן ענדגילטיגע פסק דערפון.
מ'דארף קיין טפש נישט זיין. דער סאטמארער רב האט זיך נישט געקימערט מיט די ספקות פון ר' משה פיינשטיין, ווייל די סארט שאלות זענען נישט זיינס. ר' גרינבלאט האט געזאגט "זאל איך פרעגען סאטמאר רב ווען איך גיי אריין צו איהם?" האט ר' משה גע'ענטפערט "פארוואס נישט?" און פון דעם האט זיך געוואקסען א מעשה. ער האט צוגעלייגט, דער שרייבער האט צוגעלייגט, ויצא ה*** הזה. (איך ווייס נישט פאר זיכער, אזוי קען מען ענטפערען אזא מעשה).
טאמער מ'וויל טאקע וויסען ווער קען 'מער' לערנען, דארף מען קוקען אין די ספרים פון די פון די רשימה וואס האבען געשריבען א ספר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא