קל וחומר האט געשריבן:די דמיון פון די פוסקים מיינט נישט אז זיי האבן געהאט דעם זעלבן מהלך אין פסק, זיי זענען אבער בערך אויפן זעלבן דרגה אלס פוסק וק"ל.
גר"א קוטלער מיטן חזו"א זענען ביידע אין ישיבה וועלט.
ביטע נישט ליינען קיין האלבע זאכן, ייש"כ.
חזון איש אין דער ישיבה וועלט?! נישט אין דער ישיבה וועלט ווי איך בין געווען. אפשר אין סלאבאדקא ישיבה אין בני ברק, טרעפט מען א פאר בחורים און יונגעלייט וואס לערנען מיט דער חזון איש. אחוץ דעם, איז דער חזון איש פול מיט שטויב אין כמעט אלע ישיבות. זיין דרך הסברא איז אין גאנצען אנדערש, און זיין צונעמען א סוגיא איז צו ברייט פאר א בחור וואס איז צוגעוואוינט צו לערנען א פאר שיטות אין ראשונים ותו לא.
הגר"א קוטלר איז אויך נישט צופיהל גענוצט אין דער ישיבה וועלט. זיין חשבונות זענען צו ברייט פאר די מגידי שיעור. זיין 'השקפות' זענען איבערגעקייעט, אבער נישט זיין תורה'ס. ר' שלמה היימאן מיט ר' שמואל רוזובסקי, ר' נחום פרצוביץ מיט הרב שך, ר' נפתלי טראפ און ר' ברוך בער. די זיינען די גענוצטע ספרים אין דער עולם הישיבות. נישט חזון איש און נישט משנת ר' אהרן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
וואו איך האב געלערנט סיי אין ישיב"ק סיי אין ישיב"ג (שני דינים...) האט מען ביי ביידע פעסט ארומגעארבעט מיטן חזו"א ביי כמעט אלע סוגיות. ווייזט אויס אז די חסידישע געשטימטע ישיבות זענען מער אופען מיינדעד ווי די ליטאים.
אלענספאל, מיין כונה איז נישט געווען אז מ'לערנט זייער ספרים אין אלע ישיבות, נאר אז זייער ווערק זענען געמאכט פאר די ישיבה וועלט נישט להוראה.
רוב דעבאטעס אויף דעם נושא קומט ווייל מען רעדט פון צוויי גדרים פון "קענען לערנען". עס איז דא בקיאות און עמקות/חריפות, אדער סיני ועוקר הרים. אין עמקות אליין איז אויך דא עטליכע סטיילס, די פוילישע, ישיבישע, בריסק, און חזו"א סטייל. אין בקיאות איז אויך דא 2 סטיילס. דהיינו קענען די בעיסיק ספרים גאר גוט אויסעווייניג כמונח בקופסא, אדער אדער קענען מער ווייניגער אסאך ספרים ראשונים אחרונים שות. אבער בעיקר איז עס צוטיילט אין די 2.
סא בנוגע בקיאות איז כו"ע מודי די ערשטע אויף די ליסטע איז הרב עובדיה יוסף. אויף די ערשטע אופן בקיאות איז ר"ח קרייסווירטה, ר"פ הירשפרונג, טשעבינער רב, אגרות משה, שבט הלוי, הרב אלישיב. די צווייטע אופן בקיאות איז מנחת יצחק, רמ פיינשטיין, אלישיב, שבט הלוי, קלויזענבורג. באופן עמקות אויף די פוסקיםדיגע וועג איז חזוא, טשעבינער רב, רשז אויערבאך, שבט הלוי (ר"מ פיינשטיין איז א מחלוקה ואכמל) אין די ישיבישע מהלך איז ר"א קוטלער און הרב שאכמאן
די אויבן דערמאנטע רייע קומט נאך לאנגע יארן פארש ארבעט, און א טארא פארהער אויף אלע דערמאנטע גדולים. ויש מוקדם ומאוחר. וה' הטוב יכפר [emoji38] [emoji38]
סמבטיון האט געשריבן:וויאזוי איז מעגליך צו ענפערן אזא שאלה? האט דען איינער פארהערט די אלע גאונים?
למשל אז ר' משה פיינשטיין'ס חברותא איז מעיד אז יעדע ערענסטע שוועריקייט פלעגט ער עם שיקן פרעגן סאטמר רב, און יעדע מאל האט עם סאטמר רב גענטפערט מיניה וביה כאילו ער טוט יעצט אין די סוגיא.
זייער א קינדערישע געשפרעך, אבער ס'איז "פאן". איך וועל פראבירן אבצוטיילן די ליסטע אויף קאטעגורן.
העכסטע מדרגה לענ"ד חזון איש ז''ל - מסתמא די גרעסטע. ער האט געקענט און דורך געטוהן כל התורה כולה בעומק העיון. אויפן וולוזינער דרך פון בבלי און ירושלמי. אויך כולל כל מקצועות תורה שבעל פה אפילו קדשים וטהרות. טשעבינע רב ז''ל - איך האב נישט גענוג געטוהן אין זיין ספרים, אבער מ'האט אים גערעכענט א בר פלוגתא מיט'ן חזון איש... הרב עובדיה יוסף ז''ל - ער איז געווען ווייט פון די עומק פונעם חזון איש, אבער אויף זיין ספרדישען דרך פון ליקוט שיטות איז ער געווען מגדולי הדורות. וואלט ער נישט געווען יחיד בדורות ביי די ספרדים, נאר עפעס אן אונגארישער רב וואלט איך אים נישט פארגינען. ר''מ פיינשטיין ז''ל - גאנץ ש"ס מיט עיקר ראשונים מיט א קלארקייט. גרויסער למדן און מחדש. געהאט את כוח פון שרייבען תשובות וואס די חזון איש האט נישט געהאט אבער איך גלייב נישט אז אין קדשים, זרעים, וטהרות און אין ירושלמי וואלט ער זיך געקענט פארמעסטען מיטן חזון איש. מער אויפן מהלך פון רבי חיים. די חזון איש'ס מהלך איז מער גדלותדיג. ר''א קאטלער ז''ל - חובק זרועות עולם אין בבלי וירושלמי. אויך געקענט שרייבען א תשובה. געווען א למדן אויף רבי חיים'ס שטייגער, אבער אויך געהאט די פארטצייטישע ליטווישע גאונות. אנגעקומען אפילו צו זרעים קדשים וטהרות, אבער נישט אזוי ווייט און ברייט וואו די חזון איש. ער איז אויף די ליסטע מער צוליב זיין מבהילדיגע גאונות. אבער אויך גענוג ברייט און טיף משלים צו זיין.
צווייטער מדרגה ' ר' יונתן שטייף ז''ל - ער איז געווען ריזיג. איך ווייס נאר נישט צו ער איז אנגעקומען צו ששה סדרים אזוי ווי די ערשטער גרופע. א קלאסישע פוסק און אויך גאר ברייט אין אפשרות סאך מקצועות אזוי ווי מדרשי הלכה וכו'. רש''ז אויערבאך ז''ל - ער איזה געווען א מוראדיגע לעכטיגע למדן, א מחדש, א פוסק מובהק, און גאר ברייט. זרעים האט ער אויך גוט געקענט. איך בין אבער נישט זיכער אז ער האט געהאט די גדלות זיינע בכל מקצועות אזוי ווי די ערשטער גרופע. הרב אלישיב ז''ל - א סאך מער א טריקענע דרך וואו רבי שלמה זלמן, אבער מוראדיגע ידיעות אין גדולי הפוסקים האחרונים, שכל הישר מאד, איך ווייס נאר נישט אויב ער האט כולל געווען אזוי ווי די גאר גרויסע. ער האט אויך נישט געווען מאיר עיני ישראל בחידושיו אזוי ווי אנדערע אפילו אין דער רשימה.
דריטער מדרגה קלויזענבורג רב ז''ל - גאון מבהיל. געפעלט שכל הישר צו קענען מכריע זיין מיט סברא ישרה. הרבה פלפולים של הבל. למעשה ער האט איבערגעלאזט שיינע תשובות יותר מהמשוער. כאטש מען האט די תשובות געפיצט איז עס אויך עפעס. גרויסע גאון אבער האט נישט געהאט די קלארקייט און גלאטקייט פון די גרעסערע. סאטמאר רב ז''ל - ת"ח עצום. גלאטער פון די קלויזענבורגער, אבער נישט אזוי פיל געליגען אין לערנען. א פאר שטארקע תשובות. אבער א סאך זאכען פארדרייט צוליב זיינע מערכות. וואלט ער נישט געהאט די אבסעשין מיט ציונות וכדומה וואלט ער געווען אפשר א טשבינר אדער א ר' יונתן. למעשה היינט צוטאגס איז נישט דא קיין ראיה אז ער איז אנגעקומען צו זיי. ויואל משה ווייזט אויף גאונות, אבער לאו דווקא א כל התורה כולה בעיון איד. הרב ש''ך ז''ל - דורך געהארעוועט כל התורה כולה (ששה סדרים!), אבער נישט עפעס מוראדיגע געשמאקע מחדש און אויך נישט קיין פוסק. א למדן און א גלאטע, אבער נישט קיין רבי משה אדער קיין רבי אהרן, אויך נישט קיין רבי שלמה זלמן. שבט הלוי ז''ל - א סאך הערליכע תשובות און אויך גאנץ ברייט און טיף, אבער פון מאל צו מאל א נארישע תשובה. מסתמא נישט די מדרגה גאונות און בקיאות פון רשז"א און ריש"א, אויך נישט זייערע גלאטקייט, און זיכער נישט די לעכטיגע געשמאקע סברות פון רשז"א
פערדע מדרגה הרב הירשפרונג ז''ל ר''ח קרייזווירטה ז''ל - די צוויי האבען געקענט א סאך מיטן לשון, אבער לאו דווקא אויסגעצייכענט אין אנדערע ענינים. תשובות? למדות? שיעורים? אפשר ר' הירשפרונג מיט זיינע שטיקלעך, אבער נישט זייער גלאט... ליובאוויטש רבי ז''ל - ענליך צו די צוויי. אפשר א ביסל טיפער און גלאטער אין סברא, אבער ווייניגער בקי.
פיפטע מדרגה ר' מיכל ליפקאוויץ ז''ל הרב קאפעלמאן ז''ל ר"י ראטה אויף די דריי יש לומר כמה יוסי איכא בשוקי...
אויבערלענדער חכם האט געשריבן: צווייטער מדרגה הרב אלישיב ז''ל - א סאך מער א טריקענע דרך וואו רבי שלמה זלמן, אבער מוראדיגע ידיעות אין גדולי הפוסקים האחרונים, שכל הישר מאד, איך ווייס נאר נישט אויב ער האט כולל געווען אזוי ווי די גאר גרויסע. ער האט אויך נישט געווען מאיר עיני ישראל בחידושיו אזוי ווי אנדערע אפילו אין דער רשימה.
דריטער מדרגה הרב ש''ך ז''ל - דורך געהארעוועט כל התורה כולה (ששה סדרים!), אבער נישט עפעס מוראדיגע געשמאקע מחדש און אויך נישט קיין פוסק. א למדן און א גלאטע, אבער נישט קיין רבי משה אדער קיין רבי אהרן, אויך נישט קיין רבי שלמה זלמן. .
ברוך הבא אויבערלענדער ! הערליך שיינע אנאליז.
איך מיין אז דו האסט פארקוקט אויף רב אלישיב'ס שארפקייט און בליציגקייט וואס איז אין בדומה לו. אין סעקונדעס איז ער געווען בעומק אין די טיפסטע פארשטופטע סברות אין ראשונים און אחרונים. און רב שך- א גלאטע ? פרעג דיך נאך וויאזוי האט אויסגעקוקט א שיעור אין פאנאוויעטש מיט די גרעסטע לומדים און עילויים זיצנדיג דארט...
חזו"א האט דורך געטוהן ש"ס בעיון, אבער נישט געהאט די היקף פון די אנדערע דריי אינעם ליסטע. הגרמ"פ האט געקענט וואס טשעבינע רב האט געקענט, בנוסף לכך איז ער געווען סך שטערקער אין פסק און אין עמקות (עיי' דברות משה לעומת דובב ישרים). רב עובדיה האט נאר געהאט היקף דוגמת האמרי אמת.
שבט הלוי איז גאר גלאט און מסודר, כ'ווייס נישט פון וועלכע שבט הלוי דו רעדסט. (ער האט טאקע נישט געהאט די קריעיטיוויטי פון רש"ז אבער גלאטקייט עני טיים).
סאטמער רב וואלט געווען די רמב"ם זעלבסט, ער איז פשוט געווען צו פארנומען. חבל על דאבדין. אלץ זענען די ציונים שולדיג.
מען קען פרעגען את סאך "והאיכא'ס" 1. ר' משולם ראטה 2. ר' גוסטמאן 3. ר' הרצוג 4. ועוד ר' איסר זלמן און די בריסקר רב שרייען די מערסטער ארויס. גאוני עולם מהשורה הראשונה און אויך פון די היימישע ציבור.
לגבי סטמר רב, ער איז געווען גרעסער פון זיי טאטע און האט זיך א סאך געלערענט פון תשובות חתם סופר און דברי חיים.
לגבי סאטמאר כלפי טשבין איז אינטערסאנט אז דער סאטמאר רב האט נישט געקענט פארשטיין אז בעלזער רב איז נאכגעגאנגען די טשעבינער און נישט אים. למעשה פון נאך די קריג זענען נאר די סאטמארע און קלויזענבורגער געווען גדולי תורה. די ליובאוויטשער איז געווען געפאנפערט... ווי איך האב שוין געזאגט די קלויזענבורגער איז געווען אפשר מער אריין געטוהן, אבער די סאטמארע איז געווען מער ישרותדיג. זה
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:לגבי סאטמאר כלפי טשבין איז אינטערסאנט אז דער סאטמאר רב האט נישט געקענט פארשטיין אז בעלזער רב איז נאכגעגאנגען די טשעבינער און נישט אים. למעשה פון נאך די קריג זענען נאר די סאטמארע און קלויזענבורגער געווען גדולי תורה. די ליובאוויטשער איז געווען געפאנפערט... ווי איך האב שוין געזאגט די קלויזענבורגער איז געווען אפשר מער אריין געטוהן, אבער די סאטמארע איז געווען מער ישרותדיג. זה
אויבערלענדער חכם: ס'איז גוט צו וויסן אז דו האסט פארהערט אלע גדולי ישראל פון יענע תקופה. און דו ווייסט צו זאגן מבינות איבער זייער .."קענשאפט"...(כדברי לפ"ק) אין לערנען...! דו געסט א הסכמה אויף סאטמאר'ע רב און אויף קלויזנבורגער רב זצ"ל. אבער דער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל שניאורסאן האט נישט געפעסט דיין טעסט...! איך בין זיכער אז ווען דו וואלסט דיך געשטעלט פאר'ן ליובאוויטש רבי וואלט ער דיך צומאלן אין די ערשטע 5 סעקאנדס...סיי אין תורה. נגלה, נסתר און דרוש. און סיי אין מילי דעלמא. ס'איז טאקע א שאד אז מ'האט נישט געמאכט א קאנטעסט צווישן אויבערלענדער חכם און דעם ליובאוויטשער רבי...!
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:לגבי סאטמאר כלפי טשבין איז אינטערסאנט אז דער סאטמאר רב האט נישט געקענט פארשטיין אז בעלזער רב איז נאכגעגאנגען די טשעבינער און נישט אים. למעשה פון נאך די קריג זענען נאר די סאטמארע און קלויזענבורגער געווען גדולי תורה. די ליובאוויטשער איז געווען געפאנפערט... ווי איך האב שוין געזאגט די קלויזענבורגער איז געווען אפשר מער אריין געטוהן, אבער די סאטמארע איז געווען מער ישרותדיג. זה
אויבערלענדער חכם: ס'איז גוט צו וויסן אז דו האסט פארהערט אלע גדולי ישראל פון יענע תקופה. און דו ווייסט צו זאגן מבינות איבער זייער .."קענשאפט"...(כדברי לפ"ק) אין לערנען...! דו געסט א הסכמה אויף סאטמאר'ע רב און אויף קלויזנבורגער רב זצ"ל. אבער דער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל שניאורסאן האט נישט געפעסט דיין טעסט...! איך בין זיכער אז ווען דו וואלסט דיך געשטעלט פאר'ן ליובאוויטש רבי וואלט ער דיך צומאלן אין די ערשטע 5 סעקאנדס...סיי אין תורה. נגלה, נסתר און דרוש. און סיי אין מילי דעלמא. ס'איז טאקע א שאד אז מ'האט נישט געמאכט א קאנטעסט צווישן אויבערלענדער חכם און דעם ליובאוויטשער רבי...!
פארוואס נאר צומאלן?! צופליקט!!! צוקייט!!! צוטרעטען!!!! קוק, איך האב געברענגט מער ראיות צום יסוד דיינער. דו האסט נאר געזאגט "צומאלן", און איך האב נאך דריי ראיות!