וואס איז פשט פון די רשעות?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
ענדע צדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 10:06 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך ענדע צדיק »

אישתישבי האט געשריבן:ס'איז מיר גוט, קהל עדות סינגלס דקאווע.



:lol:
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

זינט היסטאריע האט מענקיינד פארשטאנען אז אויב איז נישטא ווער עס זאל אינפארסירן געזעץ איז כל דאלים גבר. שטעלט זיך א קשיא: אפשר איז דער וואס אינפארסירט געזעץ דער אלים? דער ענטפער איז, אין הכי נמי, אבער יעצט זענען שוין דא צוויי אליםס וואס קעמפן פאר פאוער, ווייל דער אלים וואס האט איינגעפירט געזעץ האט דאך אאאפגעווארפן דער אלים פון בעפאר, און שלאגט זיך כסדר מיט דער אלים וואס לייגט אן אויג אויף זיין פאזיציע, איז די hope אז ביני לביני באקומען מיר פשוטע מענטשן אביסל יוסטיץ.

ענדע צדיק, דו זאגסט אז דא איז נישט רשעות לשם רשעות אבער פון די מעשה וואס דו פארציילסט קוקט אויס אז יא. פארשטיי, אז דער עושה רשע האלט נישט אז סאיז רשעות לשם רשעות. זיי האלטן אויך אז זיי טוען ריכטיג, אבער אויב איז נישט דא קיין שופטים און דער עיקר שוטרים אגער אויב איז דא עיוות הדין איז נישטא ווער סזאל שטעלן גבולים ווי ווייט א מענטש זאל גיין צוליב געפיהלן. יעדער ברויך גבולים
די בעסטע גבולים איז לאגיק ווען סאיז געזעצליך. ס'איז דא מענטשן וואס קלויבן פארשידנארטיגע סעטס פון געזעצן אבער געווענליך איז נישטא ווי געזאגט א געהעריגע פרעימווארק אין וועלכע עס צו אימפלימענטירן כראוי. אלץ פיין צוזאגן כ'פיר מיך ע"פ תורה אבער ווען עמיצער וועט דיך בעוולהן וואס וועט דיך אפהאלטן פון ראגירן שלא ע"פ תורה? אלץ פיין זיך צו קלאפן אויפ'ן רוקן און זאגן אני מאמין בעצמי אבער ווער גאראנטירט אז די צד אחרת איז אויך אזוי ארנטליך און ערליך ווי דיר און אז זיי וועלן זיך נישט פארלירן? כ'רעד שוין נישט פון פסיכאפאטן וואס גארנישט חוץ תפיסה שטעלט זיי נישט אפ און פון זיי איז דא ב'ה א שפע ביי אונז.

לדעתי, אויב עלטערן וואס האבן געהאט קינדער צוזאמען קענען זיך נישט אראפזעצן דורכשמועסן ענינים נחוצים הנוגעים להילדים ווי ערוואקסענע מענטשן, חוץ אויב סאיז דא א חשש פון ווייאלענס, איז שוין גענוג גוטע סיבה צו באשולדיגן דער וואס אנטזאגט זיך אראפצוזעצן, אין נישט זיין אינטרעסירט אין פארהאנדלען, און דערפאר לייגן זיך בעפאר די וואוילזיין פון די קינדער. כרעד פון זיך ארפזעצן נארמאל מיט א פראפעשאנעל מידיעיטער. נישט דער שדכן, דער חתן רבי אדער דער מצוה איד אין שוהל, דער וואס שרייבט אונטער פיקטשערס פאר פאספארטן. נישט קיין מאנקי ביזנעס פון שלעפן צייט און אונטערשרייבןן א היימיש געמאכטע באנייעטע חופה וקידושין נאר יעצט אויף א לאנגע ליסטע צוואת רי יהודה החסיד. (רעד שוין נישט פון די ביזנעס וואס איז געווארן ארום שלום בית און גיטין ביי אונז. פון פארמיטלערס און ברוקערס. געלט פאר די גט, פאר די הויז, פאר בושת, פאר די שושבינין. א חרפה און א בושה. כ'וויל נישט צופיהל אפרעדן ווייל ווי סזעט אויס איז די אנדערע האלב קאווע שטיבל זיך מפרנס פון "העלפן" אזעלכע מענטשן.)

אפילו אז ער האט שוין פארלוירן, וואלט איך געראטן קיינמאל נישט צו שווייגן נאר ווי מער צו רעדן צו אנדערע און פארציילן גענוי וואס גייט פאר כדי נישט צו פארדעקן אויף פשעים. האלטן א דייערי און ארבעטן אויף א געלעגנהייט צו נאכאמאל פרובירן. ווייניגער וויפיל א טאטע זארגט זיך פאר א קינד זארגט זיך א קינד פאר א טאטע אבער פיהל מער וויפיל א מענטש קען זיך אימעדזשענען, טוט א טאטנ'ס אנוועזנהייט משפיע זיין אויף א קינד. אויב ער לייגט נישט יעצט אריין די ארבעט וועט די קינד נישט וויסן און נישט זיין נייגעריג צו וויסן. אבער די דעמידזש פון נישט האבן א טאטן ארום איז גרויס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:אז די פאטער קומט נישט נעמען די קינד 3-4 מאל נעמט די קאורט אוועק די וויזעטעשען רייטס?

יא: אזוי האט דער יונגערמאן געזאגט. ס'הייסט אז ער עבענדאנט (פארלאזט) זיין קינד...!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איינער האט מיך אנגעפרעגט פריוואט, ער שלאגט זיך ארום שוין מיט די צד השני פאר א לאנגע תקופה, טאג איין טאג אויס, ער זעט נישט קיין ענדע, ער דארף רוב מאל זיך אונטערגעבן במילא, ער וויל וויסן וואס ער טוט אויף אין די מיענטיים?

מיין ענטפער צו אים איז געווען: פון מיין עקספירינעס, צוויי געוואלדיגע זייטיגע אויפטואונגען וואס מעגליך זענען נישט תיכף אבוויעס. כאטש אז מען טראכט אין זיי אריין, קענסטו פיהלן גוט אלס מאראלישער מענטש וואס טוהט אויף פאר די וועלט.

1) די מענטשן וואס שלאגן זיך מיט דיר זענען געווענליך סתם אזוי בעלי מחלוקה וואס אויב האלטסטו זיי נישט ביזי וועלן זיי דערביטערן אנדערע מענטשנ'ס לעבנס, מענטשן שוואכער פון דיר וואס קענען זיך נישט שטעלן אויף זייערע רעכטן בדרך כלל ווייל די סיסטעם ערלויבט זיי נישט. אזוי האלטסטו זיי כאטש פארנומען און די נשמות וועמען זיי האבן דערביטערט ביז היינט האבן מנוחה פון זיי.

2) מענטשן שמועסן און מענטשן דערוויסען זיך. אנדערע וואס קומען נאך דיר און טוען דיך נאך האבן נאכדעם א לייכטערע ארבעט ווייל די צד השני טראכט בעסער איבער אויב זיי ווילן אפענדיגן ווי ענק, זיך שלאגן אגאנץ לעבן און/אדער אויסוואשן די שמוציגע אונטערוועש אין בי"ד אדער נאך ארגער אין גויאישע ערכאות. פיהל פאר א זכיה אז גאט האט דיך געגעבן די שאנס צו זיין דער סעמפל. מסתמא ווייל דו קענסט עס פארטראגן.

געדענק, ווי שווערער עס איז אלס שטארקער איז א סימן אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טאן. צעברעכן דעם חומר וואס וויל רועהן און זיך מאכן באקוועם, נעמען וואס מען אפערט אים אזוי לאנג ווי מען לאזט אים אין זיין פריוואטען לעבן במנוחה.

נאך א נקודה וואס איך האב פארגעסן אויסצושמועסן. חרדים האבן זיך נאכנישט עדאפטדעד ווי אזוי צו דיעלן מיט קעמארעס אויף די סמארטפאונס. פיינע מענטשן אין גאס פירן זיך אויף ווי ביסטיאלן אין די פארנט פון די קינדער ווען עמאשנס איז הייס. איז אזוי, זינט די טעכנעלאגיע אויפרייס ווייסן מענטשן אז מען ברויך זיך אויפפירן קיהל אפילו בחדרי חדרים ווייל וואס מען טוהט קען היינט ווערן רעקארדירט. די חרדים, ספעציעל די גאר פרומע, האבן עס נאכנישט געכאפט. אלעס איז נאך אונפארמאל. זיי וועלן אפילו פרובירן צוכאפן א טעלעפאן און ארויסגיין נאכמער פון קאנטראל אויב פרובירסטו אויפצוכאפן. דערפאר איז גאר וויכטיג און נוצליך זיך שטענדיג ארומצודרייען באוואפנט מיט א סמארטפאון וואס קען רעקארדירן פאר גענוג לאנג, אין פאל די צד השני פארלירט קאנטראל. און דאס געשעט גאנץ אפט, ס'איז דער מיינד-סעט אז 'יא, איך שלאג מיך טאקע מיט דיר, אבער מיר זענען נאכאלץ אלמאסט די סעים טייפ אף פערסאן: איך שריי, דו שרייסט; איך שלאג, דו שלאגסט, איך זאג מוחל מוחל און דו זאגסט מוחל מוחל. ריגעלע ריגעלע רוגז, איך קויף דיך אן עליה און די פייט איז אווער.' ניין רעבעלע, די חדר צייטן איז אווער!

עוד יותר מזה, היות ביי חרדים איז נישט אזוי איינגעבאקן פון קליינווייז אהן אז יענעמ'ס לייב איז מוקצה. יא, ס'איז מוקצה עס ליב צו האבן אבער נישט עס פיינט צו האבן. טאטעס שטויסן זיך אין ראדני ביי הקפות, בחורים רייסן אן עירוב טראגער און מלמדים און טאטעס פראסקען 14 יעריגע, אלזא איז נאך יותר שכיח אז ווען עמאשנס זענען הייס קען פליען א פראסק, א פאנטש אדער סיי וועלכער פיזיקעל אסאלט. אין אזא פאל איז זייער וויכטיג צו האבן אויף קעמרע ווייל ביי די נישט געמל'טע איז אנרירן יענעם, נישט פאר א מיוטשעל פוירפעס אף פלעזשור א געפערליכע זינד און א סימן פון וויילענס און אומבאהערשנדקייט. איך ווייס אז ביי אונז איז עס נאר צוליב א ספעציעלע אהבת ישראל, יראת הבורא און ערבות זה לזה אבער נישט ביי דער סעלפישער גוי.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

טאמבל סאס האט געשריבן:נאך א נקודה וואס איך האב פארגעסן אויסצושמועסן. חרדים האבן זיך נאכנישט עדאפטדעד ווי אזוי צו דיעלן מיט קעמארעס אויף די סמארטפאונס. פיינע מענטשן אין גאס פירן זיך אויף ווי ביסטיאלן אין די פארנט פון די קינדער ווען עמאשנס איז הייס. איז אזוי, זינט די טעכנעלאגיע אויפרייס ווייסן מענטשן אז מען ברויך זיך אויפפירן קיהל אפילו בחדרי חדרים ווייל וואס מען טוהט קען היינט ווערן רעקארדירט. די חרדים, ספעציעל די גאר פרומע, האבן עס נאכנישט געכאפט. אלעס איז נאך אונפארמאל. זיי וועלן אפילו פרובירן צוכאפן א טעלעפאן און ארויסגיין נאכמער פון קאנטראל אויב פרובירסטו אויפצוכאפן. דערפאר איז גאר וויכטיג און נוצליך זיך שטענדיג ארומצודרייען באוואפנט מיט א סמארטפאון וואס קען רעקארדירן פאר גענוג לאנג, אין פאל די צד השני פארלירט קאנטראל. און דאס געשעט גאנץ אפט, ס'איז דער מיינד-סעט אז 'יא, איך שלאג מיך טאקע מיט דיר, אבער מיר זענען נאכאלץ אלמאסט די סעים טייפ אף פערסאן: איך שריי, דו שרייסט; איך שלאג, דו שלאגסט, איך זאג מוחל מוחל און דו זאגסט מוחל מוחל. ריגעלע ריגעלע רוגז, איך קויף דיך אן עליה און די פייט איז אווער.' ניין רעבעלע, די חדר צייטן איז אווער!

עוד יותר מזה, היות ביי חרדים איז נישט אזוי איינגעבאקן פון קליינווייז אהן אז יענעמ'ס לייב איז מוקצה. יא, ס'איז מוקצה עס ליב צו האבן אבער נישט עס פיינט צו האבן. טאטעס שטויסן זיך אין ראדני ביי הקפות, בחורים רייסן אן עירוב טראגער און מלמדים און טאטעס פראסקען 14 יעריגע, אלזא איז נאך יותר שכיח אז ווען עמאשנס זענען הייס קען פליען א פראסק, א פאנטש אדער סיי וועלכער פיזיקעל אסאלט. אין אזא פאל איז זייער וויכטיג צו האבן אויף קעמרע ווייל ביי די נישט געמל'טע איז אנרירן יענעם, נישט פאר א מיוטשעל פוירפעס אף פלעזשור א געפערליכע זינד און א סימן פון וויילענס און אומבאהערשנדקייט. איך ווייס אז ביי אונז איז עס נאר צוליב א ספעציעלע אהבת ישראל, יראת הבורא און ערבות זה לזה אבער נישט ביי דער סעלפישער גוי.


גאלדענע ווערטער!

אונז זעמער נאכנישט צו געוואוינט צו איינע פון די בעסטע מעלות פון טעכנילאגיע וואס איז נישט געווען פאפולער מיט נישט צו לאנג צוריק.

נאך א זייער וויכטיגע feature וואס אפילו די חרדים נוצען איז די פשוטע טעקסט. איך האב לעצטענס גערעדט מיט א דיווארס לאוער און ער זאגט אז עס איינע פון די בעסטע כלים. דארט גלוטשט זיך אריין ווערטער צווישען די צווי צדדים אומבאמערקט און ס'ווערט שפעטער א גוטע weapon ווען מען דארף עס בלית ברירה. נאר מ'דארף געדענקען צוויי זאכן, איינס, צו סעיווען אדער לאקען אדער פארווערדען גאנצע קאנווערסעישאנס אפילו ווען מ'מיינט אז דער שמועס אינהאלט גארנישט אינטערסאנט, און צוויי, אז ס'ארבעט ביידע וועגען, אויב מ'איז נישט פארזיכטיג און מ'שרייבט אליינס עפעס וואס מ'טאר נישט קען עס צירוק קלאפן און פנים.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וואס איז פשט פון די רשעות?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הייסט׳ס מ׳קען פארדרייען די ריכטער דורכ׳ן ווייזען עפעס וואס איז קולטוריש אומפארשטענדליך צו איהם\איהר. זאכען וואס צווישען אונז איז נישט קיין עוולה, אבער וויבאלד יענער גוי וועט נישט פארשטייען, קען מען עס נוצען יענעם צו שלאגען.

און דאס זענען אונזער וואוילע מענטשען וואס זענען באקריוועדעט פון די חרדישע (פאר)פיהרערס...........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ניין, מען קען אויסלערנען מדבר מענטשן וואס דערוואגן זיך צו פארברייטערן זייערע האריזאנטן און טראכטן אינדרויסן פון די באקס, ווי-אזוי צו דיעלן אויף די גבולים צווישן א בארבארישער און צוריקגעשטאנענע געזעלשאפט - און א געזעלשאפט וואס איז אזוי-פיהל מער פארגעשריטן אז אירע שופטים ווילט זיך אפטמאל נישט גלויבן ווי צוריקגעשטאנען מיר זענען נאך.

קוק ווי פלוצלונג ווערט ער מיר א מאראל-רעלעטעוויסט כא כא. עס איז אט דער היפאקריטסווע וואס חרדים נוצן אפט אין קאורט וואס איז וויכטיג אויפגעדעקט צו ווערן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וואס איז פשט פון די רשעות?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דו האסט קלאר געזאגט אז וויבאלד זענען געוויסע אויפפיראכצען נישט בארעכענט אלץ שלעכט, קען מען זיי נוצען צו ווייזען פאר׳ן ריכטער ווי שלעכט דער מאן\פרוי איז. דאס איז דער היפאקריטסווע פון די חברה. זיי טענה׳ן אז די פרומער זענען שקרנים, און דעריבער מעגען זיי נוצען שקר פאר זייער צוועק. טאמער דיין צוועק איז וויכטיגער ווי אמת, האב נישט קיין טענות אויף יענעם וואס האלט פונקט ווי דיר.

דיין הנחה אז אויפריכטיגקייט ליגט ביים לעגאלע סיסטעם וואלט געווען מביא לידי גיחוך, ווען ס׳איז נישט אזא ביטערע געלעכטער. איך האב מיטגעהאלטען א קעיס, ווי מ׳האט געבעטען פונ׳ם ריכטער 200 יאר פאר׳ן זיין א חלק פון א סיסטעם פון מארטגעדזש פראוד, ווען די זעלבע וואך האט מען ארעסטירט צוויי גוים אין לעיקוואוד פאר human trafficking מיט דינסטען פון מעקסיקא, אבער נישט צו דינען אלץ פאדלאגע וואשערס, נאר אנדערע דינסטען. דער רעגירונג האט געבעטען פאר׳ן הויפט פון די גרופע 6 יאר און פאר די קלענערע 4 יאר. אט דיין אויפריכטיגע יוסטיץ סיסטעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט