טייערע חתונות, פארוואס?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

טייערע חתונות, פארוואס?

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]די חתונה וואס איז פארגעקומען די וואך אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג האט אויפגעשטורעמט דעם יהדות החרדית, קיינער קען נישט איגנארירן די נייעס און זיך גיין רואיג ווייטער, יעדער האט עפעס צו זאגן אויף די חתונה, יעדער מוז עפעס אריינרעדן, יעדענ'ס הארץ געבט א ציפ ווען מען הערט איבער די חתונה, יעדער ווייסט אז די היינטיגע סטאנדארטן ווי אזוי מען מאכט חתונות, און די זעלבע אויך קלענערע שמחות, זענען שוין לאנג איבערגעגאנגען אלע גרעניצן, יעדער וויל זען א דראסטישער פארבעסערונג אין דעם ענין, און אט קומען צוויי מחותנים און אנשטאט זוכן א לעזונג פאר די פראבלעמען, האבן זיי אוועקגענומען דעם פראבלעם אינגאנצן; אנשטאט צו בויען א שפיטאל נעבן דעם צעבראכענעם בריק צו קענען היילן די פארוואונדעטע וואס זענען אראפגעפאלן פון בריק, קרויזן זיי אויס דעם בריק אינגאנצן; ווער זאגט אז מען דארף נעמען א ביליגע חתונה זאל, ווען מען דארף בכלל נישט קיין זאל? ווער הייסט נעמען א שפילער און זינגער, ווען מען קען זיך אן עצה געבן אויך אן דעם? פארוואס נעמען א בדחן, ווען די חתונה איז פרייליך אויך אזוי? און פארוואס דארף מען סערווירן דאס עסן, אראפלייגן פילע טעלערס אויף אלע פלעצער, און האלב דערפון זאל גיין אין מיסט, ווען מען קען שטעלן דאס עסן אין די זייט און יעדער זאל זיך אליין נעמען לויט ווי אזוי זיין הארץ באגערט?

ביידע מחותנים זענען ברוך ה' נישט קיין ארימעלייט, זיי וואלטן זיך רואיג געקענט ערלויבן צו מאכן אן אזוי-גערופענע 'נארמאלע' חתונה אין א נארמאלע זאל, די קשיא איז נאר: "פארוואס?" פארוואס מוז מען מאכן א טייערע חתונה? ווייל יעדער טוט אזוי? ווייל עס 'קומט' אזוי? ווען מען זאל אריינטראכטן מיט אביסל מער שכל וועט מען זען אז עס איז בלויז א נארישקייט אויסצוגעבן אזויפיל געלט פאר א חתונה, אפילו די וואס האבן יא דאס געלט צו קענען מאכן רואיגערהייט א שיינע רייכע חתונה, איז דאס אויך נישט ריכטיג צו אויסגעבן אזויפיל געלט אויף די חתונה נאכט אליין, א זאך וואס לויפט דורך אין געציילטע שעות, און נאכדעם האט מען גארנישט פון די אלע שווערע געלטער וואס מען האט אויסגעגעבן. ענדערש דארף מען נעמען דאס געלט און עס געבן פאר די פרישע פאר-פאלק אז זיי זאלן קענען גרינגערהייט אנהויבן זייער לעבן און זיך שטעלן אויף די פיס. מען קען מיט די געלט צאלן א חלק פון א דאון פעימענט פאר א דירה, מען קען מיט די געלט ארויסהעלפן דעם פרישן אינגערמאן זיך צו קענען מסדר זיין א שיינע פרנסה; און אפילו מען זאל נוצן די געלט צו צאלן די דירה-געלט פאר די פרישע פאר-פאלק פאר עטליכע חדשים, ביז ווען זיי וועלן זיך שוין קענען אליין אן עצה געבן, האט זיך עס אויך פיל מער געלוינט ווי צו מאכן א טייערע חתונה וואס מען האט גארנישט פון דעם, קוים אפשר אביסל כבוד, און רוב מאל דאס אויך נישט.

ווי אזוי האט נאר יענער געזאגט? עס איז כדאי צו ליידן אלע בזיונות, אבי צו באקומען אביסל כבוד... א מענטש שטעלט זיך אהער ווי אן עושר, ער וועט ווייזן פאר די גאנצע שטאט וואס ער האט, ער מאכט א שמחה אזוינס און אזעלכעס, און וואס זאגט דער עולם דערצו? מען דארף נישט ווארטן ביז נאך די שמחה, נאך בשעת דער עולם זיצט ביי די הערליכע שמחה, הבשר עודנו בין שיניהם, מען האט נאכנישט אינגאנצן אראפגעשלינגען די טייערע פליישן, בארעדט מען שוין דעם בעל שמחה, "נעעבעך... קוק ווי ער רייסט זיך אזוי אויף?" "ער מוז שפילן עושר" "ער האט נישט בעסערס וואס צו טון מיט זיין געלט?". און אזוי אינצווישן, אינמיטן רעדן פון דעם נארישן בעל שמחה וואס האט פארברענט אזויפיל געלט פאר די נארישע/מעכטיגע שמחה, קומט דער בעל שמחה צו צום טיש, יעדער וואונטש אים אן שיין מזל טוב און געבט אים א שיינעם קאמפלימענט ווי שיין די שמחה איז אהערגעשטעלט... און דער גרעסטער חידוש איז נאך אז דער זעלבער מענטש וואס האבן היינט אראפגעקוקט און בארעדט דאס זיך אויפרייסן ביי א שמחה, וועט מארגן אויך מאכן אזא סארט שמחה, ווייל ער מוז דאך נאכמאכן יענעם... און ביי זיין שמחה וועט ער אויך ארומגיין צווישן די טישן אפנעמען זיין כבוד, דאס ביסל כבוד וואס ווערט דערטראנקען אין א ים מיט בזיונות, און ער וועט זיך נאך שפירן גוט דערמיט...

ב"ה אז ביי די יעצטיגע חתונה האבן די מחותנים גענוצט זייער אייגן שכל, א טייערע חתונה וועט גארנישט ניצן אין לעבן פאר די חתן כלה, מען וועט מאכן די חתונה אויפ'ן ביליגסטן אופן וואס שייך, מען וועט קענען שלאפן נאכדעם מיט א רואיגע געוויסן, וויסנדיג אז מען האט נישט געווארפן אזויפיל טייער אידיש געלט אין די מיסט.

מוהרא"ש פלעגט אסאך רעדן פון דעם אז מען דארף מאכן דאס חתונה מאכן ווי גרינגער און ביליגער. דאס וואס די חתונות קאסטן אזוי טייער, מאכט אז מענטשן זאלן נישט האבן קיין חשק חתונה צו מאכן די קינדער, מען פרובירט דאס אפצושטופן אויף ווי ווייט מעגליך. מענטשן שפארן זיך אפ געלט פאר לאנגע יארן צו קענען מיט דעם חתונה מאכן די קינדער, און קוים וואס עס קלעקט פאר'ן ערשטן קינד. דאס חתונה מאכן א קינד קומט אן אזוי שווער, און מיט אזויפיל פרעשור, אז מען פארלירט דעם אפעטיט צו דעם אינגאנצן.

עטליכע יאר צוריק האט איינער געפרעגט פון מוהרא"ש ווען און ווי אזוי וועט מען קענען אריינברענגען אין די גאנצע אידישע וועלט נישט צו מאכן אזא גרויסער בער פון א חתונה, נאר חתונה מאכן גרינג און ביליג. האט מוהרא"ש אים געענטפערט: "וואס האסטו מיט די גאנצע וועלט? קודם לאמיך פרובירן צו פועל'ן ביי מיינע אייגענע מענטשן אז זיי זאלן דאס קענען באווייזן"...

אינעם ברסלבער שטעטל יבנאל אין ארץ ישראל האט מוהרא"ש געבויעט א חתונה זאל, וואס יעדער קען דארט חתונה מאכן אומזיסט, און דאס איז גענוצט געווארן, און ווערט נאכאלץ גענוצט, דורך די ארטיגע איינוואוינער מיט גרויס סוקסעס. יעדער שטעלט זיך צו צו קאכן און באקן עפעס פאר די חתונה, און אזוי ווערט צוזאמגעשטעלט די סעודה, און די איינציגסטע זאך וואס קאסט פאר די מחותנים איז נאר די פאר דאלער אפצורוימען די זאל נאך די חתונה. הונדעטער, צי טויזנטער, חתונות זענען שוין געפראוועט געווארן אין דעם זאל. די פאר-פעלקער וואס האבן חתונה געהאט דארט האבן ב"ה א פיין לעבן, זיי זעען שוין נחת פון זייערע קינדער, און טייל אויך שוין פון אייניקלעך, עס האט זיי גארנישט געשאדט אין לעבן דאס וואס זייער חתונה האט נישט געקאסט דאס בלוט פאר זייערע עלטערן.

דאהי אין אמעריקע איז עס נישט געווארן איינגעפירט, תלמידי היכל הקודש האבן אלץ פרובירט איינצוציען דעם פאסיק ווען עס קומט חתונה צו מאכן די קינדער, אבער יעצט זענען זיי געגאנגען א טריט ווייטער צו קענען אראפציען די הוצאות אויף נאך מער, צו מאכן די חתונה אין שול, און אויף די ביליגסטע וועג, אויף אזא אופן אז די חתונה נאכט זאל ממש גארנישט קאסטן.

פארשטייט זיך אליין אז א גרויס חלק פון די הוצאת החתונה איז נישט דוקא די חתונה נאכט; אבער אויף דעם פאל, ווען דער ציל איז געווען נישט צו קוקן אויף קיין שום אנגענומענע סטאנדארטן, האט מען אודאי פרובירט צו שפארן ווי ווייט מעגליך אויף אלע פראנטן, מען האט אויספרובירט אויב מען קען טאקע חתונה מאכן א קינד אן קיין שום הארץ ווייטאג.

אנגעהויבן ביים שידוך פונעם ברעסלעט, אלע דזשולערי זענען געווען די ביליגסטע וואס מעגליך, וואס דער אמת ווייסט דאך יעדער אז א געווענליכער מענטש קען נישט דערקענען א חילוק צווישן עכטע און פאלשע שטיינדלעך, דער איינציגסטער חילוק איז אז אויב ח"ו וועט די רוימערקע גנב'ענען די צירונגען וועט זי זיך נישט קענען קויפן דערמיט א נייע הויז אין פוילן... מען זאגט א ווערטל אז צום סוף קומט אלעס צוריק צו אידן, ווייל ווען זי בויעט איר הויז אין פוילן וועלן דאך אידן עס אפדינגען איינצושטיין דארט נעבן די קברי צדיקים... אבער פאקטיש איז דאס א גרויסע הארץ ווייטאג. אבער אז מען האט נישט די טייערע צירונגען איז עס נאר א מעלה, מען וועט עס גרינגער אראפשלינגען און גרינגער קויפן נייע. און נאך א מעלה אז אזוי ווי די סטיילס טוישן זיך דאך יעדע פאר יאר, וועט מען זיך קענען רואיג קויפן פרישע צירונגען יעדע עטליכע יאר, לויט די לעצטע מאדע...

קיין תנאים סעודה האט מען נישט געמאכט, די תנאים און טעלער ברעכן איז פארגעקומען ברוב פאר והדר ביים קבלת פנים ביי די חתונה. ווען עס קומט צו שטאפיר איז אויך דא א געניטער וועג ווי אזוי די סוחרים מאכן געלט, עס איז דא א חתן פעקעדזש און א כלה פעקעדזש, יעדעס געשעפט שטעלט צו אזעלכע פעקעדזשעס וואס די איינציגסטע מעלה דערפון איז אז די סוחרים מאכן ב"ה שיין פרנסה. פארוואס זאל א חתן זיך אנקויפן מיט א גאנצע רייע פון רעקלעך, בעקיטשעס, הוטן, און אזוי ווייטער? צום ערשט איז אים נאך זייער גוט די וואס ער האט גענוצט ביז יעצט, און אפילו ווען מען קויפט יא א נייע, איז דאך גענוג איינס אויך, פארוואס פעלט אויס דריי פון יעדע? פארוואס ווען מען קויפט איין די כלים פאר די נייע הויז, דארף מען שוין יעצט קויפן אלעס וואס מען גייט אפשר נוצן אין עטליכע יאר ארום ביים צוגרייטן די מעלאנע פאר די אפשערן פונעם בכור? פארוואס זאל מען נישט קויפן בלויז די נויטיגע זאכן; און מיט די יארן, ווען ס'וועט זיך אויספעלן, וועט מען צוקויפן אלעס וואס מען דארף. פארוואס זאל א מאמע דארפן איינקויפן א גאנצע שאפע מיט קליידער און שוך פאר די כלה? אפשר אין עטליכע יאר ארום וועט די מאס פון די קלייד איר שוין נישט פאסן, און די סטיילס וועלן זיך זיכער טוישן, זאל מען קויפן וויפיל מען דארף פאר יעצט, און די מאמע זאל זאגן פאר די כלה אז אין א יאר ארום, ווען זי וועט זען אז עס פעלט אויס נאך א קלייד, וועט מען איר דעמאלט קויפן. פארוואס דארף מען אלעס קויפן אויף איינמאל אז די עלטערן זאלן דארפן כאפן א הארץ אטאקע רח"ל?

פארוואס דארף דער חתן באקומען א טויזנט דאלערדיגע מנורה אויף חנוכה, א זילבערנע אתרוג פושקע, א מגילה מיט א מגילה האלטער, און אזוי ווייטער און ווייטער. פארוואס אלס בחור איז אים גוט געווען א פשוטע מנורה פאר צען דאלער? פארוואס קען ער דאס נישט נוצן ווייטער נאך די חתונה? אויב די זאך איז פשוט אלס זה א-לי ואנוהו, וואלט מען געדארפט קויפן פאר יעדן בר מצוה בחור א טויזנט דאלערדיגע מנורה... די הידור מצוה הויבט זיך נישט אן נאך די חתונה. פארוואס זאל מען נישט צואווארטן ביז דער אינגערמאן האט שוין קינדער און זיי וואקסן אונטער, זאל דער טאטע דעמאלט קויפן פאר זיך א טייערע מנורה, צו ווייזן פאר די קינדער וואס מיינט הידור מצוה. און דעמאלט קען ער שוין טון אפילו אזוי ווי דער הייליגער דברי חיים זי"ע וואס האט יעדעס יאר געדארפט קויפן א פרישע מנורה, ווייל ער האט אוועקגעגעבן די פאריעריגע פאר א איד א נצרך.

פארוואס זאל מען קויפן פורניטשער פאר א יונגע קאפל? זיי קלויבן עס אפילו נישט אויס, און ווייסן נאכנישט וואס זיי ווילן. זאלן זיי חתונה האבן אין א פורניטשט דירה, און ווען זיי וועלן זיך שוין אביסל באקענען, וועלן זיי אליין גיין איינקויפן לויט זייער געשמאק. פארוואס ברענט עס צו האבן אלע טייערע פורניטשער די ערשטע מינוט?

פארוואס דארף מען מאכן א טייערע באווארפן? טייערע פעקלעך, א טייערע קידוש, א טייערע סעודה צו וואס עס געלאנדעט אלע קרובים און באקאנטע; מען קען עסן א געהעריגע שבת'דיגע סעודה ווי געווענליך, און דער מחותן קומט ארויף נאך די סעודה טרינקען א גלעזל סעלצער און וואונטשן לחיים. פאר'ן קידוש איז פונקט גוט אביסל מזונות און טרינקען, העכסטנס וועט זיין ווייניגער מענטשן וואס וועלן דאס בארעדן אז דער מחותן האט זיך אויפגעריסן מיט א מעכטיגע קידוש - נעעעבעך.

די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, עס איז ממש נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע דעטאלן וויפיל איבריגע הוצאות מען קען זיך איינשפארן. איינער וואס איז קלוג פאר זיך, ער קוקט נישט וואס יענער זאגט, ער טראכט מיט די אייגענע שכל וואס עס פעלט טאקע אויס און וואס נישט, דער קען זיך איינשפארן אזויפיל הוצאות ביים חתונה מאכן, און ער וועט קענען צוגיין צו די שמחה מיט אן אמת'ע צופרידנקייט און פרייד.

די מעשה איז אבער אז די חתן כלה דארפן אויך האבן די שכל צו וויסן און פארשטיין וואס די לעבן איז, אז נישט די גאנצע לעבן איז די חתונה מיט'ן גאנצן טאראראם, די לעבן הויבט זיך אן א טאג נאך די שבע ברכות, דעמאלט הויבט זיך אן די נארמאלע לעבן. דער חתן זאל פארשטיין אז עס איז וויכטיגער אז זיין טאטע זאל זיין געזונט, ווי ער זאל האבן נאך א פאר שיך אויף די חתונה. די כלה זאל שפירן אז עס בעסער צו האבן א קלייד ווייניגער, און פאר איר מאמע זאל נישט דרוקן דאס הארץ. צו דעם דארף מען האבן חינוך פון פריער, צו דעם דארף מען האבן אז מען זאל זיך נישט דארפן שעמען פון די חברים און פון די חבר'טעס, אויב די חתן און כלה ווילן נישט אליין, זיי פארשטייען נישט אליין וואס עס וועט זיי מאכן פרייליך, דאן קען מען זיי נישט חתונה מאכן אויף א ביליגע וועג, דאס רופט זיך אין אמעריקע "טשיילד עביוז", די קינדער ווערן געפייניגט און געשעדיגט פון דעם.

ביי אונזער פאל האבן אבער די חתן כלה געלערנט אין די ברסלבע מוסדות, דער חתן האט געלערנט אין ישיבה וואו ער האט געהערט די דרשות פונעם ראש ישיבה און זיך אויסגעלערנט וואס דאס לעבן איז, אנשטאט צו מדריך זיין די בחורים אזעלכע זאכן וואס זיי גייען נישט קענען נוצן א טאג נאך די חתונה, אזוי ווי מען לערנט א מענטש צען יאר צו זיין א לויער און נאכדעם שטעלט מען אים אריין אין שפיטאל און מען הייסט אים זיין א דאקטער... אין ישיבה לערנט מען מיט די בחורים וואס דער אמת'ער לעבן איז, עס איז נישטא קיין פארמעסט ווער עס קען האבן א טייערערע שטריימל, ווער עס קען האבן א גרעסערע בענד ביי די חתונה. די כלה האט געלערנט אין די ברסלבע סקול, וואו זי האט אויך געלערנט די זעלבע זאכן פון די לערערינס און די מנהלת, עס איז נישטא קיין רייץ צווישן די מיידלעך ווער עס קען זיך מער אויפרייסן, ווער עס קען ארויסרייסן מער געלט פון די צעבראכענע עלטערן. און אזוי איז דער חתן פרייליך, די כלה איז פרייליך, די עלטערן פון ביידע זייטן זענען פרייליך. נו, וואס קען דען זיין בעסער פון דעם.

דער אמת איז אז עס איז נישט נאר בעפאר די חתונה וואס קומט אן אזוי שווער, נאך די חתונה הויבט זיך אן א פרישע פרשה מיט די נאכטמאל געגעסעכץ די ערשטע שטיק צייט נאך די חתונה. עס איז געווארן אזוי איינגעפירט אז די פרישע פאר-פאלק גייען יעדע נאכט צו א צווייטן עסן נאכטמאל, איין נאכט צו די מאמע, איין נאכט צו די שוויגער, און אמאל גייט מען אויך צו ברידער און שוואגערס.

פארשטייט זיך אז ווען די קאפל קומט עסן, קען מען נישט פשוט צולייגן נאך צוויי פארציעס צו די געווענליכע נאכטמאל וואס מען קאכט פאר די גאנצע פאמיליע; פאר די קאפל דארף מען צוגרייטן גאר א ספעציעלער נאכטמאל, עס דארף האבן א פארשפייז צו אנרייצן דעם אפעטיט, א געשמאקע ספעציעלע זופ מיט היימישע זופ-מאנדל, די הויפט טעלער דארף האבן אין זיך כאטש דריי סארט מאכלים, א פראטין, א סטארטש, און א וועטשטעבל; און נאכדעם קומט א קאמפאט, אן אייז-קריעם, אדער אן אנדערע נאכשפייז צו אפשווענקען די פיינע סעודה.

דער יונגערמאנטשיק איז בכלל נישט צוגעוואוינט צו די אלע סארט ספעציעלע מאכלים, אלס בחור האט ער קוים געגעסן נאכטמאל בכלל, זיין מאמע האט זיך געדארפט בעטן ביי אים צו עסן א נארמאלע נאכטמאל, ווען ער האט ענדערש געוואלט אריינכאפן עפעס אין מויל און יוצא געווען. און יעצט ווען ער קומט עסן ביי די שוויגער, דארף ער זיך צווינגען צו עסן כדי נישט צו פארשעמען די שוויגער. די שוויגער מוטשעט זיך אן, זי רופט ארום אלע קרובים און באקאנטע זיך אויסצולערנען פרישע רעסעפיס כדי נישט צו פארשעמען איר נייער איידעם, און דער איידעם מוטשעט זיך אויפצועסן דעם טעלער כדי נישט צו פארשעמען די שוויגער, און אזוי פאפט מען זיך איינער דעם צווייטן, און קיינער פארדינט גארנישט דערפון.

ווען די שוויגער גייט ארויס א מינוט, בעט זיך דער אינגערמאן ביי זיין פרישע ווייבל אז זי זאל טוישן טעלערס מיט אים, אזוי וועט די שוויגער כאטש מיינען אז ער האט עס אויפגעגעסן, און ווען די שוויגער קומט צוריק אריין און זעט ווי דער איידעם האט זיך אזוי מחי' געווען מיט די פיינע נאכטמאל, ווייסט זי שוין וואס ער האט ליב, און די קומענדיגע נאכט וועט זי עס מאכן נאכאמאל...

איין מעלה האט די מעכטיגע נאכטמאל אז ווען די פאר-פאלק גייט שוין אהיים, האט די שוויגער שוין פון וואס צו רעדן אויפ'ן טעלעפאן, זי קען זיך שוין אפרעדן ווי שווער זי האט געארבעט צוצוגרייטן אזא פיינע נאכטמאל, און פאר איר פרישער צדיק'ל איז ניטאמאל בייגעפאלן צו געבן א גוט ווארט און זאגן א ש'כח פאר די עסן, ער האט געכאפט פעק און זעק און געלאפן אין כולל ערב. איין לימוד זכות איז דא אויף אים, אז זיין חתן מדריך האט אים פארגעסן אנצוזאגן פאר די חתונה אז מען דארף זאגן ש'כח פאר די שוויגער פאר די נאכטמאל, ער וואלט דאס אבער געמעגט ארויסדרינגען פון א קל וחומר פון ווען דער כתה א' רבי האט אים געזאגט צו זאגן ש'כח ביים באקומען אן אפשערן פעקל.

ווען וועלט וואלט געווען וועלט, ווען דער 'יענער' וואלט נישט געדארפט געפעלן פאר'ן צווייטן 'יענער', וואלט זייער פיין געווען ווען די שוויגער לייגט אריין נאך א שטיקל טשיקן אין טאפ, און גיסט צו נאך אביסל וואסער צו די זופ, סיי די שוויגער וואלט זיך מחיה געווען און נישט געדארפט ארבעטן אזוי שווער, און סיי דער איידעם וואלט זיך מחי' געווען מיט א נארמאלע נאכטמאל, אזוינס וואס ער איז אלץ געווען צוגעוואוינט דערצו.

מען כאפט נישט אז די נייע קאפל זענען סך הכל נעכטן געווען א בחור און א מיידל, מען נעמט עס אזוי ערנסט אז ווען די קאפל קומט דארף די שטוב זיין שפיגלדיג ריין. ווייסן זיי דען נישט ווי אזוי עס זעט אויס א אידישע שטוב, אבער ניין, ווען די קאפל קומט דארף מען אויפהויבן די קארפעט און אונטערווארפן אלע שמוץ. און בכלל דארף מען טרעפן א פלאץ, אין די קליינע דירות, וואו די קאפל זאל עסן רואיג, אלע קינדער מוזן זיך איינשפארן אין די שלאף צימערן ביז די קאפל ענדיגט עסן. פארוואס זאל עס נישט זיין נארמאל אז עס איז צוגעקומען נאך א קינד צו די פאמיליע, און זיי קענען עסן נאכטמאל נארמאל אזוי ווי די גאנצע פאמיליע.

דער אמת איז אז דאס גאנצע גיין עסן ביי יענעם נאך די חתונה איז א נארישקייט, די שענסטע זאך איז ווען די פרישע פאר-פאלק עסט אינדערהיים אינאיינעם. א גאנצן טאג זענען זיי נישט אינדערהיים, ווען מען קומט שוין ענליך אהיים דארף מען שוין לויפן עסן נאכטמאל, און נאכדעם דארף שוין דער אינגערמאן לויפן אין כולל ערב. און ווען דען זאלן די צוויי אביסל פארברענגען אינאיינעם און אנהויבן אינאיינעם זייער נייער לעבן?

און דער כולל ערב פעלט אויך נישט אויס אזוי וויכטיג. פארוואס זאל נישט דער פרישער אינגערמאן עפענען א גמרא אינדערהיים און לערנען אויפ'ן קול, אזוי וועט זיין ווייב אים ארויפקוקן אז זי האט א וואוילער מאן וואס לערנט, דאס וואס ער זאגט אז ער לערנט א גאנצן טאג אין כולל, דארף זי אים שוין גלייבן אויפ'ן ווארט, ווען זי האלט דאס אבער מיט מיט די אייגענע אויגן, איז דאס גאר אנדערש.

חז"ל זאגן "כל בית שאין דברי תורה נשמעים בו בלילה אש אוכלתו", דאס מיינט נישט נאר א פיזישער פייער, דאס מיינט אויך א פייער פון מחלוקת, אז די ווייב האט נישט אויף וואס ארויפצוקוקן אויף איר מאן, זי זעט נישט זיין יראת שמים, זי זעט אים נישט לערנען, פארוואס זאל זי אים שעצן? ווען זי זיצט אבער ביינאכט אינדערהיים און זי האלט מיט ווי איר מאן עפענט א אידיש ספר און לערנט אינדערהיים, ווערט דער מאן זייער ארויפגעקוקט אין אירע אויגן.

א אינגערמאן האט אמאל געזאגט אז אזוי ווי מען דארף דאך זאגן א מילתא דבדיחותא פאר'ן לערנען, דעריבער פירט ער זיך אז יעדן טאג איידער ער גייט אין כולל ערב, זאגט ער פאר זיין ווייב אז ער גייט יעצט לערנען...

לאמיר צוריקגיין צום ענין און מסיים זיין מעין הפתיחה, עס האט זיך ארויסגעוויזן ביי די חתונה אז אויב מען וויל - קען מען. א מענטש דארף זיין קלוג פאר זיך און נוצן זיין געלט אויף אמת'ע גוטע צוועקן, און זיך איינשפארן אזויפיל צער און הארץ ווייטאג. מען וועט גרינגער און שנעלער חתונה מאכן די קינדער, און זען פיל אידיש נחת פון די קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: טייערע חתונות, פארוואס?

שליחה דורך א איד »

יישר כוחך ברסלבער
מיר זענען פרייליך דיר צו זעהן דא לעבעדיג, ברוך השם אויף גוטע זאכן, פרייליכע זאכן.
מיר ווארטן אויף נאך.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
איזה נשמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 23, 2017 1:27 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך איזה נשמה »

ב"ה אז ביי די יעצטיגע חתונה האבן די מחותנים גענוצט זייער אייגן שכל


U mean they got manipulated by a massive control freak- i am not saying its not a good idea to save that money for better reasons or perhaps to help the couple
but the problem is when the whole conversation is about if its good or not to make a wedding in Bhm"d
but if you are close to the families and to the kehila you know the real issue is that there is a massive manipulator - control freak that cant hold himself back from mixing in private lives
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

מען האט מיר געבעטן פונעם גליון היכל הקודש אז זיי ווילן נוצן דעם ארטיקל. אט איז די pdf פונעם גליון.
בייגעלייגטע פיילס
גליון היכל הקודש - קרח.pdf
(248.53 KiB) אראפגעלאדנט 206 מאל
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

יעדעס ווארט דיינער איז גאלד. אומר ועושה. גייט ארום צו די רבנים, אדמורים, און ראשי ישיבות וואס חתמ׳ נען קול קוראס און פראטעסטען וכדו זאללען זיי מוחל זיין און אויסרופן כלפי קהל עם ועדה אז לוקסוס איז דער נומבער איינס פראבלעם אין אונזער געזעלשאפט.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

ישר כח ברסלבער. ניכרים דברי אמת
ס'איז ווערד צו צילייגען א אמת ווארט פון דוד רעמזי..
“We buy things we don't need with money we don't have to impress people we don't like.”
― Dave Ramsey
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: טייערע חתונות, פארוואס?

שליחה דורך גראף »

זייער שיין ארויס געברענגט@ברסלבער ווי געווענליך. איין נקודה וואס דו האסט געשריבען איז ספעציעל וויכטיג. דאס אז מען דארף אזוי ווערן מחונך אז נישט איז עס טשיילד אביוז. אפשר דארף מען אן הייבן קודם מיט דעם.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך זעה די עולם דא לויבט אויס אזוי שיין @ברסלבער זאלט עטס וויסען אז דאס איז מער ווייניגער אראפ. געשריבן די שיעורים פון די ראש ישיבה הרב יואל ראטה כמעט ווארט ביי ווארט.

@ליטוואק דא האסטו א שיעור פון די ראש ישיבה!

זיך צו באלעקן מיט א יעדע ווארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: טייערע חתונות, פארוואס?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נוצען עקסטרעמע משלים איז נישט קיין חכמה. ווייניג מאכען חתונה אויסצוקראצען די אויגען פון די שכנים.
דער וואס מאכט נארמאל חתונה, מיט נארמאלע מוזיק און עסען, קען אויך שווער דערהייבען דער לאסט פון די הוצאות.

און קיינער שטופט נישט אפ דער חתונה מאכען צוליעב א מאנגאל פון געלט. מוהרא"ש האט גערעדט אין דער וועלט אריין.

דער גאנצע מתנה געבעכץ איז אן אונגארישער פראבלעם, נישט ביי אלע אידען. איך האב נישט קיין אתרוג פושקע, נישט קיין מגילה צו מגילה האלטער און נישט קיין גרויסע פסח קערה. פון עפעס א פעטער האב איך באקומען א פלאכען קערה אלץ דרשה געשענק, און דאס נוץ איך. מיין חתונה איז געווען א וואך פאר חנוכה, האט מען מיר, אומערווארטעהייט, געקויפט א מנורה, און נישט קיין ספעציעלען טייערע. מעבעל האב איך, פופצען יאר נאכ׳ן חתונה, נאכאלס נישט געקויפט געהעריג, איך שלאף אויף א היי רייז. און איך האב מיט ברסלב גארנישט.
דאס גייען עסען ביים שווער\טאטע האב איך נישט בייגעוואוינט, אבער מסתמא האט עס מער מיט עלטערען וואס ווילען ווייטער פיהרען דער לעבען פון זייער קינדער ווי מיט פענסי עסען.

און די ווערטער "וואס פעלט אויס" איז א מצומצמ׳דיגע בליק. יא, ביי אונז איז חתונה האבען א חשוב׳ער זאך, און חשוב׳ער זאכען ווערען באצייכענט מיט א חשוב׳ער סעודה. מ׳קען חתונה האבען מיט א מנין און קיכעל מיט טונא, אבער דאס איז א לייכטזיניגקייט צו דער מושג פון הייראטונג. מ׳רופט צוזאמען חברים, און מ׳איז זיי מהנה און מכבד כפי ערכם. יא, ס׳איז נישט גרעניצלאז, אבער דער נערישקייט פון זאגען אז א גלעזעל סעלצער איז גענוג פאסט פאר איינער וואס לעבט אין אן אנדערע פלאנעט.

מ׳קען צוזאמען זיצען זוכען עצות וויאזוי פטור צו ווערען פון האלב די לאסט פון איבעריגע הוצאות, אבער מיט דער קאפ פארשטעקט ערגעץ, איז עס נישט קיין וועג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ליטוואק סארי אבער דו לעבסט אין עולם הדמיון...
וירח ה' את ריח הניחוח
איזה נשמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 23, 2017 1:27 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך איזה נשמה »

sorry for writing in English its just easier from this computer..
Hakdumeh - i don't have anything personal against this Yoeli Roth
i also like to be againts the system and love when ppl do things out of the box , even more i know bucherim that yoeli had saved their yiddishkeit

BUT!.. for some reason i know a lot of whats going on their in the Kehille and some families probably more then most of the ppl there know
and because of that its painful for me to see that the whole argument is about if its good or not to do a wedding in a shul or if the derech of his yeshive is good or not
Hello People ! this is not the issue here, this guy is a control freak - manipulator that can make ppl so depended on him and make them because he is the only place that are doing right and all other yeshivos, rebbe's kehilos, choson teachers therapists, etc, are all very bad ppl he is the only one who knows chinuch sholom bayis financials and what not
on the other hand he can mix in in their private lives and be the only one who decides on very critical and decisions and matters that is far beyond his knowledge and experience
i can write a whole book of exact information of shocking episodes and facts that i know first hand on his damage and manipulation .. but i cant do it here for understandable reasons

i agree that most of his ppl dont really suffer from his power abuse but i know from quite a few that suffer silently alot of them are even big fans of him that dont get that he is menuplating them
same is about this whole shiduch from the beginning till the wedding in the yeshive but i cant disclose details here, sorry

i also love davening there its geshmak some times and went to him few times but this guy is a massive menupilator

the other thing you can see yourself - on the many YouTube videos from him, is that as times goes by he gets more and more comfortable to say whatever he wants and talk such shtusim and non sense and alot of times
very damaging things for bucherim yungerleit and woman
if i will know how to cut out from long speaches some shorter clips of really dangraous and stupid stuff that he said i will do it
and i can also show you how is even says some terrible stories about himself without even Chaping that he talks on camera
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

שכח ברסלבר און קאנגראטולעישאנס פאר דיין סוקסעספול וואך... לדעתי איז די גאנצע חתונה דיבאטע נעריש, איך געב עס איינס אדער צוויי יאר ביז ממש יעדער גייט עס נאכטון יעדע קהילה גייט עס אפערען פאר זייערע מעמבערס עס וועט פשוט נישט מעגליך זיין אנדערשער. די פאקט אז מען מאכט שוין היינט טיי אווענטס ביי די ערשטע חתונה פון א נארמאלער בעה"ב איז אזוי צודרייט אז דער עולם וועט זיך אויפוועקן פון זיך אליינס גענוג איז גענוג די אויפרייסערישע חתונות האט מיט יודישקייט גארנישט און אז מען קען נישט קען מען נישט. איך גלייב אויך אז יעדער איז מסכים מיט רבי יואל אבער די קנאה פלאקערט דאך מוז מען עס קריטיסייזן... כל הכבוד לך
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נוצען עקסטרעמע משלים איז נישט קיין חכמה. ווייניג מאכען חתונה אויסצוקראצען די אויגען פון די שכנים.
דער וואס מאכט נארמאל חתונה, מיט נארמאלע מוזיק און עסען, קען אויך שווער דערהייבען דער לאסט פון די הוצאות.

און קיינער שטופט נישט אפ דער חתונה מאכען צוליעב א מאנגאל פון געלט. מוהרא"ש האט גערעדט אין דער וועלט אריין.

דער גאנצע מתנה געבעכץ איז אן אונגארישער פראבלעם, נישט ביי אלע אידען. איך האב נישט קיין אתרוג פושקע, נישט קיין מגילה צו מגילה האלטער און נישט קיין גרויסע פסח קערה. פון עפעס א פעטער האב איך באקומען א פלאכען קערה אלץ דרשה געשענק, און דאס נוץ איך. מיין חתונה איז געווען א וואך פאר חנוכה, האט מען מיר, אומערווארטעהייט, געקויפט א מנורה, און נישט קיין ספעציעלען טייערע. מעבעל האב איך, פופצען יאר נאכ׳ן חתונה, נאכאלס נישט געקויפט געהעריג, איך שלאף אויף א היי רייז. און איך האב מיט ברסלב גארנישט.
דאס גייען עסען ביים שווער\טאטע האב איך נישט בייגעוואוינט, אבער מסתמא האט עס מער מיט עלטערען וואס ווילען ווייטער פיהרען דער לעבען פון זייער קינדער ווי מיט פענסי עסען.

און די ווערטער "וואס פעלט אויס" איז א מצומצמ׳דיגע בליק. יא, ביי אונז איז חתונה האבען א חשוב׳ער זאך, און חשוב׳ער זאכען ווערען באצייכענט מיט א חשוב׳ער סעודה. מ׳קען חתונה האבען מיט א מנין און קיכעל מיט טונא, אבער דאס איז א לייכטזיניגקייט צו דער מושג פון הייראטונג. מ׳רופט צוזאמען חברים, און מ׳איז זיי מהנה און מכבד כפי ערכם. יא, ס׳איז נישט גרעניצלאז, אבער דער נערישקייט פון זאגען אז א גלעזעל סעלצער איז גענוג פאסט פאר איינער וואס לעבט אין אן אנדערע פלאנעט.

מ׳קען צוזאמען זיצען זוכען עצות וויאזוי פטור צו ווערען פון האלב די לאסט פון איבעריגע הוצאות, אבער מיט דער קאפ פארשטעקט ערגעץ, איז עס נישט קיין וועג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ליטוואק אני מצטרף צו דיין נקודה

מענטשן אין אלגעמיין האבן א אישו וואס רופט זיך עקסטרעים

ס'איז נישט געלונגען עקסטרעים רעכטס ציט מען זיך צו עקסטרעים לינקס

און אגב דעס אז א פארמעגליכער זאל זיך ערלויבן בשעת די חתונה צו מאכן די מערסטע שיין און עלעגאנט איז א זאך וואס גייט שוין אן יארן נאך פונדערהיים און פריערד להבדיל ביים גויאישן וועלט איז אויך אזוי

ס'האט זיך געמאכט א פראבלעים מיט'ן סטענדערט די סטענדערט איז נאכגעלאפן די עשירים און נאר דערפאר ווייל ס'איז שיין און די עשירים גייען אלס ווייטער ביז ווי די שגעון טראגט היינט א פעקעזש חתונה אין אימפעריעל איז פונקט אזוי שיין ווי א קאנטינענטל חתונה פון 30 יאר צוריק

עכ"פ דער פראבלעים איז סטענדערט און ס'איז טאקע א פראבלעים אבער דערפאר זאל מען גיין אויף עקסטרעים לינקס האט נישט קיין פשט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: טייערע חתונות, פארוואס?

שליחה דורך פליקער »

די חתונה מאכן היינט איז שוין כמעט ווי אויסגעראטן פאר וועל עס וויל זיין נארמאל, צווישען די פרדתים און כתרים, אפריונים קען מען חתונה מאכן מעיסיג, אבער דירות דאב לייגט א חתן כלה אין קרקע, טאקע נישט די עלטערן, ווייל זיי האבן בלויז מיטלייד, און טאקע נאר דאס פארל, און קיינער גיבט נישט קיין טיש. קיינער לאסט די קינדער נישט אוועק פון אינטערן פארטיך, נאר א געזינטען נאך טעם אויב ווילן זיי אפציען ערגעץ, אוו מען שעלט זיי אז מען גייט איבערהאקן די גאלדענע קייט, חוץ פארשטייט זיך אויב פארן זיי הארווען אויף ארץ ישראל דאן קען זיך יא די קאפל אנייצע געבען, אבער ווי נאר זיי קומען ציריק מיז עס זיין אינעם פארשאלטענסטע פלאץ אויפן כדיר וויליאמסבורג..
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

פליקער האט געשריבן:די חתונה מאכן היינט איז שוין כמעט ווי אויסגעראטן פאר וועל עס וויל זיין נארמאל, צווישען די פרדתים און כתרים, אפריונים קען מען חתונה מאכן מעיסיג, אבער דירות דאב לייגט א חתן כלה אין קרקע, טאקע נישט די עלטערן, ווייל זיי האבן בלויז מיטלייד, און טאקע נאר דאס פארל, און קיינער גיבט נישט קיין טיש.

הלוואי געט מען נישט א טיש, יעדע חתונה מאל קומט מיט א טיש. און גיי פארשטיי פארוואס א אינג קאפל דארף א ריזיגע טיש אין הויז וואס נעמט אויף דעם גאנץ דייננג רום ווען סנישטא ווי זיך צו רירן, אבער די מאמע שרייט א אידיש הויז קומט מיט א ריזיגע טיש
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: טייערע חתונות, פארוואס?

שליחה דורך פליקער »

ליפא האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:די חתונה מאכן היינט איז שוין כמעט ווי אויסגעראטן פאר וועל עס וויל זיין נארמאל, צווישען די פרדתים און כתרים, אפריונים קען מען חתונה מאכן מעיסיג, אבער דירות דאב לייגט א חתן כלה אין קרקע, טאקע נישט די עלטערן, ווייל זיי האבן בלויז מיטלייד, און טאקע נאר דאס פארל, און קיינער גיבט נישט קיין טיש.

הלוואי געט מען נישט א טיש, יעדע חתונה מאל קומט מיט א טיש. און גיי פארשטיי פארוואס א אינג קאפל דארף א ריזיגע טיש אין הויז וואס נעמט אויף דעם גאנץ דייננג רום ווען סנישטא ווי זיך צו רירן, אבער די מאמע שרייט א אידיש הויז קומט מיט א ריזיגע טיש

ליפא האט נישט יורד געווען לסוף דעתי,איך האב נישט גערעט פון קיין שלחן איך האב נישט געוואלט רעדען א מיסע ווארט, האב איך אויסגעדרייט יוצרת
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
חצוצרות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 5:22 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך חצוצרות »

כ'בין זיך מצטרף צו די ווערטער פון איזהו נשמה אין ענגליש, הערנדיג זיינע דרשות אויף יו טוב ווי אלץ און אלעס און אלעמען איז גארנישט, פול מיט גאוה און שטאלץ, און נאר ער איז דער אמת'ער אמת, שמעקט עס אלץ מער און מער ווי א קולט פירער וואס איינס פון די הויפט שטריכן איז דאס בעשן און בעשן און בעשן, האקן אויף אלץ און אלעמען און פארזיכערן אז נאר ער איז א סעיוו העיווען.
זיין סארקאזם איז זייער קיוט אבער עט סאם פוינט הויבט מען אן ברעכן און גרוילן פון זיין נעגאטיווע ענערגיע, סך הכל רעדט מען פון א יונגערמאנטשיקל א היימישער יואלי ר' משה ראטה זון, לא קרה ולא שנה, (דאס אז ער איז מוהרא"ש א תלמיד פאר אפאר יאר גיט אים אויך נישט די גרויסע לייסענס וערבך ערבא צריך), און אז ער נעמט קאנטראל אויף מענטשנס לעבן און זאגט מיינונגען און שטעלונגען אויף יעדן אספעקט פון אידישקייט און דיקטירט יעדע טייל פון לעבן איז היבש איבער די מאס.
בנוגע די חתונה, איז עס געוויס סתם א ראדיקאלע אנטי עסטאבלעשמענט מאנעוורע, ס'איז דא א דרך הממוצע וואס טוישט זיך לפי המצב והסביבה, און קיינער וואוינט נישט היינט אין א הויז געפלאסטערט מיט ערד און מ'שלאפט נישט אין קיין בעט פון היי, ס'איז דא נארמאלע פשוט'ע צרכים און סדר העולם (כ'רעד פון מינימום, נישט קיין לוקסוס, ווי אולם עקשטיין אין קרית יואל וכדו', א געהעריגע סעודת החתונה וכו'), און ווייניגער ווי דעם גרעניצט זיך מיט משוגע.
אזויפיל איז עס גוט געווען אלס א וועיק אפ קול ווידעראמאל צו דיסקוסירן די ביטערע פראבלעם פון חתונה הוצאות צו אנהויבן פרובירן אויפקומען מיט ריכטיגע עצות נישט אז יעדער קהלה מיטגליד זאל אפקאכן איין מאכל וואס דאס זענען נישט קיין לאנגטערמיניגע אדער פראקטישע עצות צום פראבלעם.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס רעגט מיך שוין אויף... אויף יעדן קען מען זאגן שלעכטס, ומתוך שבחו בא לידי גנותו. זיינע אויפטוען זענען בלי ספק פיל מער פון זיינע מעגליכע חסרונות. עפטער אלל, יעדער רבי און מנהיג האלט בשיטה אז ער איז דער בעסטער, זיין דרך איז דער איינציגסטער ריכטיגער מהלך, און יענעמ'ס נישט. ס'איז נישט קיין נייעס...

אבער ווי קומט בכלל אבער די טענות דא? איר קענט גיין צום ר' יואל ראטה אשכול און שמועסט ענק אויס דארטן! אפגעזען וואס ער האט געטון נעכטן און אייער נעכטן (איך בין אויך נישט מסכים צו אלעם ואכ"מ), אבער דא רעדט מען פון א היסטארישע זאך, וואס יארן לאנג ווארט מען שוין אויף דעם דורכברוך, און ענדליך בחסדי ה' האבן מיר עס זוכה געווען מיטצולעבן! מזל טוב, יהדות החרדית! זה היום קוינו לו!

מענטשן רעדן דא (און אין אייוועלט נאך מער) שטותים והבלים, מען לייגט אריין די טייערע לוקסוס חתונה אין העכערע ענינים, הלכה און חסידות, וואס לכבוד דעם זענען מענטשן מחוייב זיך צו שעכטן און כאפן הארץ אטאקעס!! אזוינע משוגעים? אזוי ווי יענער 'חכם' וואס קויפט איין יעדע וואך אין גראסערי פאר 1500 טאלער און לייגט צו "לכבוד שבת קודש", אמער דאס באקומט מען דאך צוריק.... אזוי אויך דארף מען איינקויפן די טייערסטע איטאליענע פורניטשער און 6000 דאלערדיגע שטריימלעך מיט כלה פעקעדזשעס צוליב עפעס א מימרא פון א צדיק וואס האט געזאגט אז בשעת מ'מאכט חתונה א קינד קומען די השפעות אראפ און ווער עס קויפט נישט א נייע קאפאטע איז א טיפש...

אשריך ר' יואל! דאס איז א געוואלדיגע מאמענט! אויב וועט עס ווערן איינגעריסן אין כלל ישראל, וועט די זכות זיין נקראת על שמך!

רבותי, קבל את האמת ממי שאמרו!! מען מעג זיך אמאל אויסטון די נעגאטיווע ברילן! אויב וועט ער מצליח צו זיין אויסצורייסן די טייערע שמחות וועלן מיר אלע אן אויסנאם הנאה האבן!!!

ביטע דיסקוסירן דא בלויז וואס איז שייך די טעמע פון טייערע חתונות, נישט ר' יואל'ן זעלבסט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שמעקי, דו פונקט ווי יעדער ווייסט אז די אלע נושאים זענען געקניפט און געבינדן ואי אפשר להפרידם.

סיי די האקן אויף אלע רביס ורבנים, סיי אראפהאקן אלעס אויף דער וועלט חוץ זיך, דאס אריינשטעלן 10 יעריגע קינדער אין איין כתה מיט 17 יעריגע בחורים, סיי די אנדערעידש שידוכים, סיי די עקלהאפטיגע טענץ כגרועים שבקלאבס, ווי אויך אן די מינימאלסטע רעספעקט פאר די מעמד הנכבד (זעה די קליפס וויאזוי די חברה גייען אנגעטוהן) ועוד ועוד ועוד.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עס איז נישט א ווערטעל, אין ריגעל פארניטשור זאגען די סעילס לייט אז עס איז נארישקייט נישט צו ספענדען ווייל די השפעה קומט אראפ (צו זיי זיכער).

אלעס קומט צוריק, שכר לימוד, מזון האשה והבנות, די קאר, די הויז, הוצאות שבת (א גאנצע וואך עסט מען די טשולענט), אלעס קומט צוריק, און דערנאך קומען די טשעקס צוריק פין די באנק.

ווען ר' יואל ראטה איז גערעכט, איז פארפאלן, ער איז גערעכט, וויש אפ די נאז, און יעדער קהילה זאל צושטעלן א זאל בחנם, מיט א גאר ביליגער פרייז פאר עסען, און הרג'נען דער פארשאלטענע מינימאם וואס די קעיטערער מאכען.

און דער רבי וואס וועט מבטל זיין שבת שבע ברכות ( וואס קאסט באלט מער ווי די חתונה נאכט) איז מזומן לחיים עולם הבא. (אקעי, לחיי עולם הזה אויב ער גלייבט נישט).
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]דער עולם קריטיקירט דא מער וויינגער פארוואס מ'דארף גיין צו אזא עקסטריעם, מ'קען דאך גיין א מיטל וועג.
דארף מען פארשטיין, וואס איז די מיטל וועג פון וואס מ'רעדט? די וועג וואס קאסט צום ווייניגסטענס פערציג אלפים? איז דאס וואס די נארמאלע מיטל וועג איז?

כלל ישראל האט שוין פרובירט ס'בעסטע, קודם מיט חתונה מאללס וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט צו זיין א סעווינגס, כהיום איז עס א געהעריגע ביזנעס, ס'שפארט נישט עכט קיין געלט פאר מחותנים, ס'קאסט כמעט פונקט ווי איבעראל, אויף אזויפיל העלפט עס אז ס'האלט מחותנים אין די ליניע, און אויב איינער וויל ספענדן קען דער צווייטער זאגן אז ער נעמט נאר וויפל די מאלל געט,

דערנאך איז געקומען די קהילה תקנות, ביליגע זאלן וכו', קיין גאנצע רפואה צו אונזער סעלעברעטי מכה פון חתונה מאכן כאילו מ'איז א האליוואד עקטער איז עס נישט, העכסטענס שפארט עס דריי צו פיר טויזענט דאללער פון א צווייטע סטענדערט זאל, (צומאל קומט עס אויס טייערער ווייל יעדע ריר קומט צו טשארדזשעס, פון ערגעץ דארף דאך די זאל פארוואלטונג מאכן געלט, אבער דאס לאמיר לאזן אין א זייט), אין קורצן חתונה מאכן איז נישט עכט ביליגער געווארן, אויב עפעס איז די פרייז נישט ארויף, ס'איז בסך הכול, מ'האט פרובירט און ווער ס'וויל קען שפארן אפאר אלפים, אבער ס'איז ווי א נאדל אין שטרוי זאק פון וואס ס'קאסט, נאך אלע שפארעכצער טרעפט זיך א מחותן אז דאס שידוך טוהן מיט זיין קינד האט אים געקאסט פערציג טויזענט דאללער, כמעט קיינער צאלט נישט היינט ביליגער פון דעם.

נאכן פרובירן פאר כאטש פופצן יאר, וואס איך האלט שוין מיט, און נאכן דורך אקערן די נושא יעדן שני וחמישי, איז מען נישט געקומען צו א לעזונג, מ'האט אייביג געהאט האפענונג אויף א צווייטע המצאה, אבער מ'איז געבליבן ביים האפן, די מיטל וועג איז געבליבן ביי פערציג טויזענט דאללער, נא, ווי זאל א אינגערמאן זיך ערלויבן אזא מיטל וועג? אין מיינע אויגן איז דאס בכלל נישט קיין מיטל וועג, ס'איז נאך אלץ טייערער פון וואס א עוורידזש אינגערמאן קען זיך ערלויבן, במילא פאר מ'קריטיקירט אז מ'דארף נישט גיין אזא עקסטריעם דארף מען טראכטן צו ס'איז בכלל דא א צווייטע נארמאלע מהלך.[/justify]
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

זיבען שבע ברכותן מיט שבת ש״ב קען קאסטען פון פופצן ביז צוואנציג אלפים. רבותי, מיר זענען דאך אן עם חכם ונבון, ווען זענען מיר געווארען אזוי פארריקט? אויף א וואך פון סעודות ספענדעט מען אזוי פיהל געלדט?!
מיין זוהנ׳ס מלמד זאגט מיר אז ער מאכט 750$ א וואך. א סאסייעטי וואס באצהלט מלמדים פון זייערע יוגענט כמעט דאס זעלבע ווי א דשעניטאר, און מאכט שמחות וואס קאסט לאחר המעשה בין שני הצדדים 150,000$, און דער פארפאלק האט ניט אמאל א דאך אדער א פרנסה, דארף טוהן אן ערענסטע פשפוש המעשים און זעלבסט ריפלעקציע.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

זאגט מיר איינער, אז אויב מ'וויל וויסן אויב עס ליגט דערינטער עטוואס מער פון ביליגע מאניפולאציעס און פובליסיטי, זאל מען פרעגן די פאלגענדע שאלה:

א חתונה נאכט שפארט איין אפאר אלפים, אבער דאס איז אומגעפער דריי חדשים רענט פון דעם נעבעכדיגן קאפעל, וואס מוזן אוודאי וואוינען אין וומסב"ג - די טייערסטע חסידישע געגענט. אבער א מינט, אויב יואלי ראטה מיינט עס אמת'דיג ערענסט, און ער בלוטיגט פאר זיינע חברה, פארוואס הייבט ער זיך נישט אויף מיט זיין ישיבה, און מופט אריבער קיין מאנטיסעלאו צו ווייסעך וואו?! ס'האבן זיך שוין אפילו געגרינדעט עטליכע ישובים'לעך אין די קעטסקילס, און זיין ברסלבע חברי' טוט ממילא אנדערש פון יעדן, און ער האט דאך א שליטה אויף זיינע חסידים, נו פארוואס טוט ער נישט דאס וואס פאדערט זיך טאקע פאר די פרישע קאפעל, אז זיי זאלן זיך נישט דערשטיקן א האלבע יאר נאכען חתונה?

נאר וואס דען? פובליסיטי איז אזא חתונה, אבער ארויס פון געגענט פאדערט שוין אמת'דיגע אפערוויליגקייט.


איך ווייס טאקע נישט וואס צו ענטפערן.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
פארשפארט