די פירצה און אונזער סאסייעטי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

די פירצה און אונזער סאסייעטי

שליחה דורך קאמענטירער »

נעכטען האט מען אריינגעשטאכען א שפיז אין די רוקענעס פון היימישע חסידישע בעלי שמחות-חובות, די זייפען באבעל פון 'דער און יענער' איז צוקראכט געווארען אויפן הארטען צומענעטענם באדען פון 'אן אמת'ע יידישע שמחה' יא סאיז שייך! סאיז שייך צו חתונה מאכען אויף א רואיגען און פרייליכען אופן!

ווען ביי מיר אינדערהיים קען איך מיר נישט פארגינען קיין פענסי דישעס -נישטא ווער סזאל עס וואשען- און איך באנוץ מיר מיט דיספאזעבל סטרייפאום געשיר, פארוואס ''מוז'' איך אהערשטעלן פאר די גאנצע שטאט א סעודה אין פערצעלאן דישעס, פיין סוועט מיר שמעקן זיך אהערשטעלן? ערלעדיגט כוועל שוין פארשאפען פון וועמען צו בארגען/ גנב'ען נאך א טויזענטער צוויי, אבער פארוואס איז עס אזא 'על כרחך'? און דאס איז איין משל מיני אלף פון אלע פארשווענדעריי און ארויסברענגעריי וואס סאיז געווארען ביי אונז א מאסט, פונקט ווי געבוירען ווערן און שטארבען אאו''וו

און דאס אלעס איז נעכטען אויפגעוויזען -מיט די חתונה אין די היכל הקודש- אז יא מיר קענען! מען מוז נישט אראפטאנצען פון דאך ווייל יעדער איינער טאנצט! איך ספענד וויפיל כקען מיך ערלויבען און לויט מיין מצב, איך דארף נישט כאפען קיין (עושר'דיגע) הארץ אטאק ווען איך פיר א פשוטע לעבן, ווייל פאר איין נאכט מוז איך מיר אהערשטעלן, מען קען נאך אסאך אויסשמועסן די גוטע פונקטען וואס אזא צווילע חתונה און ביהמ''ד ברענגט מיט זיך אבער כוועל עס איבערלאזען פאר די גוטע שרייבערס בתוכינו ( און אזוי אויך די זמנים סאיז געווען באקוועם פאר יעדן קיינער איז נישט געווען נערוועז וועגן די קומענדיגע טאג ואכמ''ל)

אבער מקען זיך נישט פארהוילען פון די גאנצע פיקטשער יא סאיז געווען א שיינע ערפארדעבל חתונה, אבער איך טראכט אז פארן עמך איד האט אזא חתונה נישט ממשות'דיג דורכגעבראכען אז ער זאל עס קענען נאכמאכען,

איינס, ווייל מהאט עס גענומען אויף צו אן עקסטרעמען לעוויל נישט קיין באקוועמע/ ספעציעלע טישען, טישטוך, דישעס, און נאך, אז סאיז אזא גרויסע ליסט און מרחק פונעם סטאנדארט אז כוואונדער זיך צו סאיז נישט 'שפשת מרובה לא שפשת'
2) די גאנצע עולם זאל חתונה מאכען אין בית המדרש כמיין? וואו גייט מען לערנען-דאווענען? בקיצור סאיז אפשר א דורכברוך אבער סאיז נישט קיין סעלושאן פארן ציבור
3) אפי' מיט אונזער טייערען סטאנדארט זענען דא וואס רעדן זיך אפ אז צוליב די רובי העם קע''ה האבען די חתונות עפעס אזא אפגעקילטען טעם פון א יידישע שמחה און סווערט עפעס אזא מצוות אנשים מלומדה, נו? קענסט דיך פארשטעלן וויאזוי א חתונה נאכט וועט אויסקוקען ווען סוועט זיין בערך אין די שטאפעל פון א וואכנאכט? ווי נישט ווי איז עס א מעמעד וואס שפילט זיך אפ איינמאל אין לעבן (האפענטליך..) וויאזוי זאלן זיך שפירען די צוויי ערוואקסענע בעלי דעת ווען זייערס א הויכפונקט איז געפראוועט געווארען כעין א טועמי' וועטשערע? ( פאר די דאזיגע חתונה מילא, די וועלט איז דאך אויפגעווען מיט דעם אבער די פערטע צו די צענטע וועלן דאך נישט האבן קיין אטענשאן אויך נישט)

אבער ווי פריער דערמאנט סנעמט נישט אוועק פון די גוטע חלקים פון די הנהגה טובה לכולי עלמא איז א געוואלדיגע טובה פאר יעדעם איינעם: דאס דורכברעכן די צוים און חומה אז מען מוז טון וואס יעדער טוט אפי' סהאט נישט קיין שום זין ( און אפי' ווען יא..)
...
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

לעבן פאר זיך מיינט לעבן פאר זיך כפשוטו, נישט אז איך ברויך נאכמאכן יענעם און נישט אז מיין נישט נאכמאכן יענעם ברויך זיין באזירט אויב יענער וועט קענען נאכמאכן מיין נישט נאכמאכן.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די לייק איז פאר די ערשטע האלב פון דיין הודעה און פאר דיין זארג נומער צוויי וואס איז גאנץ זאכליך.

אבער באמת גערעדט פארוואס דארף דיין הודעה א באזונדערע אשכול?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

די גבירים וועלן מהיום והלאה נאכווייניגער דארפן געבן פר די ארימעלייט ווייל 'ער קען דאך חתונה מאכן אין ביהמד, אידאך נישט אזוי געפערליך'. און די מרחק צווישן די צוויי קלאסן וועט נאר ווערן ברייטער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:37 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מנוחה ושלוה »

די גבירים וועלן מיט די צייט אויך מאכן חתונה'ס ווי וואכנאכט'ס אין ביהמ"ד
ביי יעדע חתונה וועלן זיי האבן א עקסטרע 50 אלפים צו געבן פאר וויכטיגע צוועקן
די עניים וועלן בענעפיטירען.
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

מ'דארף קודם אראפ ברענגן די סטאנדארטן פון וואכנאכטס בר מצוה און ש"ב און נאכדעם וועט מען קענען אראפ ברענגן די חתונה אויך. אזוי וועט מען זיך נישט דארפן זארגן אז די חתונה קוקט אויס ווי א בר מצוה
לא באתי לנצח (שולי)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

טאמבל סאס האט געשריבן:די גבירים וועלן מהיום והלאה נאכווייניגער דארפן געבן פר די ארימעלייט ווייל 'ער קען דאך חתונה מאכן אין ביהמד, אידאך נישט אזוי געפערליך'. און די מרחק צווישן די צוויי קלאסן וועט נאר ווערן ברייטער.

איז דאס א 'טענה', אדער א אבזערוואציע?

וואס איז דער פראבלעם פון א גרויסע אינקאם געפ?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אוודאי אן אבזערוואציע אבער אין די זעלבע צייט א טענה וואס פרעגט אויף די אופן ווי אזוי די סיסטעם ברויך אפיציעל צו ארבעטן.

איך האב אלס קינד קיינמאל נישט געזען אנדערע (קענטליכע) היימישע קינדער, יתומים אדער פלעין ארימעלייט זיך וואלגערן אין די בלאטעס הונגעריג און שטייען אין די שורה פאר א מאגערע פארציע פון די המשביע קיך. אבער אין די מעשה'לעך פון אמאל אין די גרויסע שטעט, לייענט מען אז אזוי איז געווען. איך וואונדער מיך ווען און ווי אזוי דאס וועט ווידעראמאל פאסירן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

תנחום האט געשריבן:מ'דארף קודם אראפ ברענגן די סטאנדארטן פון וואכנאכטס בר מצוה און ש"ב און נאכדעם וועט מען קענען אראפ ברענגן די חתונה אויך. אזוי וועט מען זיך נישט דארפן זארגן אז די חתונה קוקט אויס ווי א בר מצוה


אין א וועג איז דאס אסאך גרינגער צו דורך פירן אויך.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

מנוחה ושלוה האט געשריבן:די גבירים וועלן מיט די צייט אויך מאכן חתונה'ס ווי וואכנאכט'ס אין ביהמ"ד
ביי יעדע חתונה וועלן זיי האבן א עקסטרע 50 אלפים צו געבן פאר וויכטיגע צוועקן
די עניים וועלן בענעפיטירען.

חלום שיין ווייטער...

איידער די שכחה שטויסט אריין, פארגעסט נישט אז די סיבה פאר די דאזיגע דורכברוך איז נישט ווייל בעצם קען מען ווייטער אנגיין נאר מען האט מחליט געווען אז ס'איז א שאד אוועקצופארן אידיש געלט; לאמיר עס אנשטאט געבן פאר צדקה וכדומה. די סיבה איז ווייל מען 'איז' יעצט געצווינגען אויף דעם. יא, די גבירים און די רעבעס קענען באשטיין עס צו בעקן. אזוי וועט מען ווינציגער קלאפן אויף זייערע טירן.

פופצן יאר געדענק איך שוין צעטלעך אין די שוהלן אויפפאדערן אויף 'עפארדעבל חתונות'. נישט קיין וואונדער ס'האט געדויערט אזוי לאנג. ווייל לא זכו איז בעיתה.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

תנחום האט געשריבן:מ'דארף קודם אראפ ברענגן די סטאנדארטן פון וואכנאכטס בר מצוה און ש"ב און נאכדעם וועט מען קענען אראפ ברענגן די חתונה אויך. אזוי וועט מען זיך נישט דארפן זארגן אז די חתונה קוקט אויס ווי א בר מצוה

ביי אונז איז דא עטליכע צעדרייטע מנהגים, איינס דערפון איז דאס וואס די אשכול רעדט, דער מאדנע מנהג פון חתונה מאכן מיט הונדערטער באטייליגטע כאילו מאיז עפעס א האליוואד סטאר.

דער צוויייטער צו וואס איך וויל בעיקר צו קומען, (און איז א שטארקן גורם צום ערשטן) איז, אז ווען איינער טוט שוין יא צום זאך הייבט מען אפיר קומען מיט כל מיני נאנסענס, ווי למשל, קודם טוה דאס דערנאך עמיר רעדן, אדער מ'שפארט בכלל נישט קיין געלט, (כ'ווינדער מיר נאך ווי דא איז אנגעגאנגן א גאנצער דיבאטע צו ס'שפארט בכלל געלט, כ'האב גערעדט מיט א נאנטער פון דער בעל שמחה, ער זאגט מיר אז ס'האט געקאסט בערך $1500 פער צד, נו לאמיר זיך טענהן, מ'שפארט טאקע געלט?), אדער הייבט מען טענהן די וועלטס טענה, ס'איז עפעס נישט אידישלעך, אט די אלע נאנסענס האט נישט קיין גבול, קום מיר נישט מיט א קודם און א נאכדעם, כאפ וואס די קענסט, ווייל עפעס א קראנקער גביר מאכט וואכט נאכטס פאר צוואנציג אלפים מיינט נישט אז איך מעג נישט מאכן קיין ביליגע חתונה, און אז די גלייבסט נישט אז ווען מ'צאלט 1500 דאללער איז עס געשפארט אפאר אלפים דאן צאל אפאר אלפים און איבערצייג דיר.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

מער דארפען לוחם קעגן לוקסוס מער ווי אינטערנעט... די חרבונות וואס דאס ברענגט איז פי כמה למבינים.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער גוט געזאגט, קאמענטירער. דער אמת איז אז די חתונה איז בכלל נישט געמאכט געווארן צו מאכן א דורכברוך אויף דער וועלט. דער עולם האט עס עפעס אזוי אנגענומען, אין די צייט וואס קהלת היכל הקודש האט עס געטון פשוט פאר זיך, פאר די אייגענע מענטשן, צו קענען גרינג חתונה מאכן, בכלל נישט זיך אריינצוברעכען אין די וועלט.
אזויפיל קען עס יא אויפטון אויף דער וועלט אז מענטשן וועלן אפשר לכבוד דעם כאטש אביסל אראפציפן פון די איבריגע הוצאות החתונות.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: די פירצה און אונזער סאסייעטי

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ׳איז געקומען צום טשעבינער רב ער זאל חתמנ׳ן א צעטעל אז מ׳זאל נישט קויפען קיין דירה פאר די קינדער מער ווי דריי צימערען, און ער האט נישט געוואלט. ער האט מסביר געווען "קיינער גייט דאך נישט פאלגען דער צעטעל. נאר וואס? ווען ס׳קומט חתונה צו מאכען א יתום, וועלען די עסקנים זיך דערמאנען פון אזא צעטעל. הייסט׳ס מ׳חתמ׳ט וויי צו טוהן יתומים. דאס נישט"

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אפשר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:48 am
געפינט זיך: סיטי אף ניו יארק
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

שליחה דורך אפשר »

טאמבל סאס האט געשריבן:די גבירים וועלן מהיום והלאה נאכווייניגער דארפן געבן פר די ארימעלייט ווייל 'ער קען דאך חתונה מאכן אין ביהמד, אידאך נישט אזוי געפערליך'. און די מרחק צווישן די צוויי קלאסן וועט נאר ווערן ברייטער.


אדרבה, זאל טאקע זיין וואס פאר א גרעסערע מרחק. אזוי וועט נישט יעדע ארימאן דארפן נאך טאנצן דעם גביר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

און אויך נישט אים פיטערן מיט כבוד און מאכט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'ווייס נישט ווי פונקטליך די פלאץ פאר מיין תגובה איז לייג איך עס דא.

כ'רעד אסאך צו מענטשן וועם איך קען פארזענדליך און כ'האלט מיט שמועסן אויף גרופס איבער דעם חתונה, כ'באמערק א אינטערסאנטע זאך, ווער ס'מאכט פרנסה האלט דערפון, אפשר נישט צו אזא עקסטריעם אבער נישט אוועק צו מאכן, דער וואס מאכט נישט קיין פרנסה, דער האט פיל מיט טענות דערויף, און האלט אז ס'איז אפגעפרעגט מיניה וביה.

ביי טייל זעה איך אז ווי מער געלט דער מענטש האט אלץ מער האלט ער דערפון, און די זעלבע פארקערט, ווי ווייניגער ער האט אלץ ווייניגער האלט ער דערפון.

באמערקט עס נאך איינער, אדער ס'איז פונקט א צופאל בייי מיר?
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: די פירצה און אונזער סאסייעטי

שליחה דורך גראף »

@שלום שטיסל יא איך האב עס שוין באמערקט ווען סאטמער האט געמאכט די חתונה תקנות און איינער פון די זאכן איז געווען די פורנעטשור. קיטשען טיש מיט בענקלעך די ביליגסטע פון אייקיע, דיינונג ,בעדרום וכו'. בין איך געזעצען דעמאלסט מיט די משפחה ביי די יו''ט סעודות און מיינע פארמעגליכע שוואגער'ס האבן עס געשטיצט אלל די וועי אבער די אנדערע וואס מען שנארעט געלט ביי איעדע שידוך און אפילו סתם אזוי פאר ביללס זיי זענען געווען מלא טענות. וואס הייסט א ביליגע טיש?! עס זאל זיך צו ברעכן נאך א חודש?! פול מיט טענות.
די תירוץ האביך געטראכט איז אדער ווייל מען וויל זיך אליינס אומ באוויסטזיניג מאכן פילן בעסער אדער אויב איז עס נישט קיין געלט וואס מען שוויצט אליינס דערויף שפענדט מען גרינגער ווייל וואס ס'קומט גרינג גייט גרינג.


Sent from my XT1096 using Tapatalk
פארשפארט