איסור דרבנן איז אויך א איסור דאורייתא פון לא תסור

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

איסור דרבנן איז אויך א איסור דאורייתא פון לא תסור

שליחה דורך פריינדליך »

איז לא תסיר מן הדבר א לאוו און עס איז איינע פון די תרי״ג מצוות?
אויב יא ווערט דאך אטעמאטיש יעדע דרבנן א איסור מן התורה. ניין?
אויב עס איז טאקע אזוי, דאן פארוואס איז א איסור דרבנן גרינגער? ווען אימער מען איז עובר א דרבנן איז מען דאך אויך עובר א דאוריתה?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פריינדליך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

אויב האבן נאר די "רבנן" דאס געמאכט פאר א דאורייתא, אידעך דאס ווייטער נאר א "דרבנן"!
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

משל, דער באלעבאס קומט אריין איין טאג און זאגט פאר אלע ארבעטערס, פון היינט און ווייטער שטעל איך א מענעדזשער אשטאט מיר, וואס ער הייסט טון איז פונקט ווי איך וואלט געהייסן.
פארשטייט יעדער אז נאך אלץ וועט מען גרינגער אנפייפן דעם מענעדזשער ווי דעם באלעבאס.

למעשה איז עס א מחלוקה אזוי ווי רוב זאכן.

דער רמב"ם אין ספר המצוות האלט אז ס'ווערט א דאורייתא, יא די אויפגעקלערטע רמב"ם. דער רמב"ן אויפן פלאץ איז משיג און קריגט אויפן רמב"ם.

אין ישיבה האט מען געפרעגט, לויט'ן רמב"ם :like ווי אזוי זאגט מען ספק דרבן לקולא, יעדע דרבנן ווערט דאך א דאורייתא?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

נולד מאוחר האט געשריבן:די רמב"ם אין ספר המצוות האלט אז ווערט א דאורייתא, יא די אויפגעקלערטע רמב"ם. די רמב"ן אויפן פלאץ איז משיג אין קריגט אויפן רמב"ם.

אין ישיבה האט מען געפרעגט, לויט'ן רמב"ם :like ווי אזוי זאגט מען ספק דרבן לקןלא, יעדע דרבנן ווערט דאך א דאוירייתא?

אין חתן סופר איז דא א געשמאקע כאפ אין דעם ענין.

איינע פון די תירוצים [איך מיין אז דער מגילת אסתר אויפן פלאץ רעדט דערפון] איז אז אין הכי נמי אז יעדע דרבנן איז א דאורייתא אלץ לא תסור, און די סיבה פארוואס ביי א דרבנן איז דא קולות איז ווייל זיי האבן עס מעיקרא אזוי מתקן געווען אז ווען עס איז א ספק איז מען מקיל וכדומה.

איינע פון די קושיות אויף די מהלך איז אז די גמרא זאגט אז אויב נשים זענען נאר מחויב אין ברכת המזון מדרבנן קענען זיי נישט מוציא זיין אנשים וואס זענען מחויב מן התורה, איז אויב יעדע דרבנן איז א דאורייתא פארוואס זאלן זיי נישט קענען מוציא זיין?

זאגט דער חתן סופר, אודאי איז עס אויף די נשים א חיוב דאורייתא, אבער עס איז די דאורייתא פון לא תסור, נישט פון ברכת המזון, ממילא קענען זיי נישט מוציא זיין איינעם מיט ברכת המזון וואס זיי האבן צו יענע מצוה קיין שייכות, ודפח"ח.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

כעין זה זאגט רש"י היינטיגן דף אז די חכמים האבן לכתחילה עס מתקן געווען אז עס זאל זיין גרינגער ווי א דאורייתא.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

די עצם כלל פין ספק דאורייתא לחומרא איז א דרבנן אדער א דאורייתא?
אויב איז עס א דאורייתא שטימט נישט די חתן סופר'ס תירץ " אז אין הכי נמי אז יעדע דרבנן איז א דאורייתא אלץ לא תסור, און די סיבה פארוואס ביי א דרבנן איז דא קולות איז ווייל זיי האבן עס מעיקרא אזוי מתקן געווען אז ווען עס איז א ספק איז מען מקיל וכדומה."
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

נולד מאוחר האט געשריבן:די עצם כלל פין ספק דאורייתא לחומרא איז א דרבנן אדער א דאורייתא?

דאס איז דאך דער באוואוסטער שיטת הרמב"ם אז ספיקא דאורייתא מן התורה לקולא.
נולד מאוחר האט געשריבן:אויב איז עס א דאורייתא שטימט נישט די חתן סופר'ס תירץ " אז אין הכי נמי אז יעדע דרבנן איז א דאורייתא אלץ לא תסור, און די סיבה פארוואס ביי א דרבנן איז דא קולות איז ווייל זיי האבן עס מעיקרא אזוי מתקן געווען אז ווען עס איז א ספק איז מען מקיל וכדומה."

דער חלק איז נישט פונעם חתנ"ס, דאס זאגן אסאך ובכללם דער מגילת אסתר וואס איך האב דערמאנט, דער חתנ"ס איז מסביר פארוואס מען קען נישט מוציא זיין מיט ברכת המזון.

בכל אופן, וואס שטימט נישט?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

נולד מאוחר האט געשריבן:די עצם כלל פין ספק דאורייתא לחומרא איז א דרבנן אדער א דאורייתא?
אויב איז עס א דאורייתא שטימט נישט די חתן סופר'ס תירץ " אז אין הכי נמי אז יעדע דרבנן איז א דאורייתא אלץ לא תסור, און די סיבה פארוואס ביי א דרבנן איז דא קולות איז ווייל זיי האבן עס מעיקרא אזוי מתקן געווען אז ווען עס איז א ספק איז מען מקיל וכדומה."

דאס איז צו ספיקא דאורייתא לחומרא איז א דאורייתא או דרבנן איז א מחלוקת הראשונים רמב"ם ור"ת
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ונבנתה, אויב זאגט מען אז ספיקא דאורייתא איז מן התורה לחומרא (נישט ווי די ברענגסט פין די רמב"ם נאר ווי גאלד ברענגט פין ר"ת) ווי אזוי קענען די חכמים זאגן מען זיין גיין לקולא ביי א דרבנן? ביסט גערעכט זיי האבן אזוי מתקן די מצוה דרבנן ,אבער אויפן חלק דאורייתא פין לא תסור קענען זיי נישט אריירעדן. אן הכי נמי זיי קענען זאגן ליין נישט מגילה ווען די ביסט מסופק אבער זיי קענען נישט זאגן גיי לקולא אויף דיין לא תסור ספק, יעדע מאל ווען ביסט מסופק אויף א דרבנן האסטו אוטאמאטיש א ספק צי האסט מקיים געווען די מצוה פין לא תסור.
קענסטו מיר ענטפערן אז איך רעד נישט צים זאך אין כוועל אליינס טרעיין צי פארשטיין פארוואס.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

פשוט לערנט מען אז ווען די חכמים האבן מחייב געווען אין א מצוה האבן זיי עס מחייב געווען בכל אופן, למשל זיי האבן געהייסן ליינען די מגילה, איז פשט אז יעדער איד דארף ליינען מגילה, יעצט ווען איינער האט א ספק הייבט זיך אן די כללי הספיקות ווען דארף מען מחמיר זיין און ווען נישט וכו' וכו', און לויט דעם האט טאקע א מקום דיין שאלה.

דער מהלך וואס איך האב געברענגט וויל אבער מחדש זיין אזוי: אזוי ווי די רבנן קענען מחדש זיין וואס און ווי אזוי עס גלוסט זיך זיי, ממילא האבן זיי יעדע פון זייערע מצות מחייב געווען נאר פאר די אידן וואס ווייסן זיכער אז זיי האבן עס נאכנישט מקיים געווען, אבער אזא איד וואס איז מסופק צו ער האט שוין געליינט די מגילה האבן זיי לכתחילה אויסגעלאזט פון זייער תקנה אז מען זאל ליינען מגילה.

קומט אויס לויט דעם אז דאס וואס איינער וואס איז מסופק דארף נישט ליינען די מגילה איז נישט פשט ווייל מכח כללי ספיקות האט ער זיך גע'פטר'ט, נאר אזא איינער האבן די חכמים מעיקרא נישט מחייב געווען, און אז מען האט איהם נישט מחייב געווען איז אטאמאטיש נישט דא קיין לא תסור.

שטימט?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ניין, ווייל ווען דו ביזט מסופק, איז לא תסור אז זאלסט פאלגן די רבנן און נישט לייענען.

---
ונבנתה האקט, ברוך שכיוונתי.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

גאט איט. כמיין סאיז מער די ל ווי די פ פין פלרדס אבער דאס איז דא די שמועס מער וויניגער.
פשט למדות רמז דרוש סוד.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איז נישט די שאלה פינעם פותח האשכולת שייך לגבי א מנהג וואס מאיז מחיוב צי טאן אלץ ואל תיטוש?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כ'פארשטיי אז דו ביסט נתעורר געווארן וואס "לא תסור" איז ביים לערנען דף היומי.
ס'איז זייער פשוט. ווען חז"ל האבן געזאגט אז א "אתרוג" = פרי עץ הדר, טוהן פארקערט ווי זיי ביסטו עובר א דאורייתא פון לא תסור (אויסער פון נישט מקיים זיין מצות ד' מינים).
דערנאך איז דא מצות וואס חז"ל האבן מייסד געווען. טוהן אזוי ביסטו מקיים "לא תסור", אבער די VALUE פון די מצוה איז נאר א דרבנן'דיגע.
Under influence
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

פארוואס אבער איז א ספק דרבנן לקולא?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

הם אמרו והם אמרו
חז"ל האבן געמאכט הלכות, איסורים וכו', און זיי זעלבס האבן געזאגט: ווען ס'איז א ספק / במקום צער / בשעת הדחק וכו', ביסטו פטור
Under influence
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

לכאורה מיינסטו די תירוץ וואס מען האט פריער געשמועסט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ונבנתה העיר האט געשריבן:פארוואס אבער איז א ספק דרבנן לקולא?

וויל סאיז ווייניגער וויכטיג ווי א דאורייתא.
דרבנן זענען א גדר פאר דאורייתא. וועסט איינמאל נישט טון די גדר. סאיז נישט די זאך אליין.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

נולד מאוחר האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:פארוואס אבער איז א ספק דרבנן לקולא?

וויל סאיז ווייניגער וויכטיג ווי א דאורייתא.

מ'שמועסט דאך יעצט אז יעדע דרבנן איז א דאורייתא.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

די האסט דאך זיייער שיין מסביר געווען די לומדות.
אה כהאב נישט געכאפט אז די באציסט דיך צי קאווע'ס ווערטער. סזעט אויס אז ער האט נישט געליינט פין פריער.
נח געציל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך נח געציל »

נולד מאוחר האט געשריבן:דער רמב"ם אין ספר המצוות האלט אז ס'ווערט א דאורייתא, יא די אויפגעקלערטע רמב"ם. דער רמב"ן אויפן פלאץ איז משיג און קריגט אויפן רמב"ם.

אין ישיבה האט מען געפרעגט, לויט'ן רמב"ם :like ווי אזוי זאגט מען ספק דרבן לקולא, יעדע דרבנן ווערט דאך א דאורייתא?


איך האב אמאל געהערט נאך א תירוץ אויף דעם.

דאס וואס דער רמב"ם זאגט אז לא תסור איז א דאורייתא איז נאר אין א פאל ווען עס איז גלייך צו א זקן ממרא (דארט ווי עס שטייט אין די תורה), דאס הייסט ווען איינער "וויל נישט" פאלגן די חכמים, דאס הייסט ער נעמט נישט אן ווי די חכמים האבן געהייסן, ער איז מחולק מיט די רבנן, דאן איז מען עובר אויפן לאו פון לא תסור. אבער אויב איינער איז סתם עובר אויף אן איסור דרבנן, נישט ווייל ער איז מחולק אויף זיי, איז ער נישט עובר אויפן לאו פון לא תסור.

אזוי זאגט מיין איך דער "קרית ספר".
פארשפארט