וואס וואלט מען געזאגט צו א געזעלשאפט וואו חתונה מאכען איז ווייניגער ווי האלב די פרייז? ווי מ'מאכט שבת שבע ברכות אינדערהיים, מיט היימישע מאכלים, און אויפ'ן ערגסטען פאל, קויפט מען איין א קוגעל מיט די געקאכטע פיש? ווי די באקליידערונג פאר'ן חתן קאסט ווייניגער ווי די פרייז פון די צוויי שטריימלעך וואס מ'מוז קויפען, און מ'קויפט נישט קיין זילבערווארג (אויסער א בעכער פאר קידוש צו מאכען) און נישט קיין טייערע מעבעל? ווי די שוהל פיהרען שבת צופרי קאסט נישט קיין איין איינציגסטע דאללאר און די וואכעדיגע שבע ברכות'ן זענען פון חברים און חברט'עס וואס יעדער קאכט עפעס לכבוד די שמחה? וואו מ'מאכט בכלל נישט קיין וואכטנאכט, און א קידוש פאר א טאכטער איז א מינימאלע זאך, אין דער דירה פון די יונגע עלטערען? מ'דארף זיך נישט שעמען פון אן אלטען קאר, און מ'פארט נישט אוועק צוויי מאנאטען אין זוממער.
יא, אפילו דארט בלייבט עס נשט שטעקען. דא דארט קומען אריין מאדעס, און מענטשען זענען צומאל צו שוואך זיך אנטקעגען צו שטעלען, מ'האט מורא פאר די קינדער און די געשעפטען רעדען זיי איין אז די קינדער וועלען האבען טענות שפעטער אין לעבען טאמער זיי דארפען אויסקוקען אנדערש ווי די חברים\טעס.
פארט איז עס אבער נאכאלס פיהל ביליגער און באשיידענער.
א פיינע קהלה, ניין?
אנטשולדיגט, אבער דאס איז די ליטווישע געזעלשאפט. יעצט איז אלץ פינסטער און שלעכט, א באנדער אומפארגינערס וואס ווילען נישט געבען א צווייטע צו עסען. זיי זענען קרעציג און ראציג און טויגען נישט צו גארנישט, און פאר דעם טאקע זענען זיי אויס אזוי. מ'האלט נישט ביים זיך אויפפיהרען בעלעבאתיש און אויפריכטיג, און טאקע פאר דעם גייען אזויפיהל קינדער דארט אראפ פון אידישע וועג. און סתם אזוי, א אידיש קינד אן א שטריימעל?
וואס וואלט איהר געזאגט צו אזא געזעלשאפט?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
וואס וואלט איהר געזאגט צו אזא געזעלשאפט?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
כמעט אמת. דארטן זענען פאראן אנדערע אומוויכטיגע הוצאות.
וויפיל בעהט מען שכר לימוד?
ביז וויפיל יאר נאך די חתונה דארפן די עלטערן אויסהאלטן דעם יונגערמאן וואס לערנט?
און מסתמא זענען פאראן נאך, אבער די געדענק איך יעצט אויפ'ן מאמענט.
אבער איך בין מודה צו דיר, הלואי מי יתן מיר זאלן קענען אננעמען די אלע גוטע חלקים פון די ליטוואקעס.

וירח ה' את ריח הניחוח
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: וואס וואלט איהר געזאגט צו אזא געזעלשאפט?
שכ"ל איז עפעס טייערע? נישט וואס איך ווייס. נעם אריין אין חשבון די דיננער געלט וואס ביי ענק מוז מען ברענגען, איז עס נישט קיין נ"מ.
כולל איז געלט, אבער נישט אזויפיהל ווי מ׳מיינט. ס׳רוב איז געדעקט פון די ווייב׳ס ארבעט, און נאך דריי פיהר יאר קען מען שוין גייען ארבעטען לכתחילה. אז דו דארפסט א מצוין וואס וועט אויסוואקסען א ת"ח, דארפסטו צאלען, אבער דאס איז דיין החלטה, קיינער צווינגט עס נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כולל איז געלט, אבער נישט אזויפיהל ווי מ׳מיינט. ס׳רוב איז געדעקט פון די ווייב׳ס ארבעט, און נאך דריי פיהר יאר קען מען שוין גייען ארבעטען לכתחילה. אז דו דארפסט א מצוין וואס וועט אויסוואקסען א ת"ח, דארפסטו צאלען, אבער דאס איז דיין החלטה, קיינער צווינגט עס נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: וואס וואלט איהר געזאגט צו אזא געזעלשאפט?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס וואלט מען געזאגט צו א געזעלשאפט וואו חתונה מאכען איז ווייניגער ווי האלב די פרייז? ווי מ'מאכט שבת שבע ברכות אינדערהיים, מיט היימישע מאכלים, און אויפ'ן ערגסטען פאל, קויפט מען איין א קוגעל מיט די געקאכטע פיש? ווי די באקליידערונג פאר'ן חתן קאסט ווייניגער ווי די פרייז פון די צוויי שטריימלעך וואס מ'מוז קויפען, און מ'קויפט נישט קיין זילבערווארג (אויסער א בעכער פאר קידוש צו מאכען) און נישט קיין טייערע מעבעל? ווי די שוהל פיהרען שבת צופרי קאסט נישט קיין איין איינציגסטע דאללאר און די וואכעדיגע שבע ברכות'ן זענען פון חברים און חברט'עס וואס יעדער קאכט עפעס לכבוד די שמחה? וואו מ'מאכט בכלל נישט קיין וואכטנאכט, און א קידוש פאר א טאכטער איז א מינימאלע זאך, אין דער דירה פון די יונגע עלטערען? מ'דארף זיך נישט שעמען פון אן אלטען קאר, און מ'פארט נישט אוועק צוויי מאנאטען אין זוממער.
יא, אפילו דארט בלייבט עס נשט שטעקען. דא דארט קומען אריין מאדעס, און מענטשען זענען צומאל צו שוואך זיך אנטקעגען צו שטעלען, מ'האט מורא פאר די קינדער און די געשעפטען רעדען זיי איין אז די קינדער וועלען האבען טענות שפעטער אין לעבען טאמער זיי דארפען אויסקוקען אנדערש ווי די חברים\טעס.
פארט איז עס אבער נאכאלס פיהל ביליגער און באשיידענער.
א פיינע קהלה, ניין?
אנטשולדיגט, אבער דאס איז די ליטווישע געזעלשאפט. יעצט איז אלץ פינסטער און שלעכט, א באנדער אומפארגינערס וואס ווילען נישט געבען א צווייטע צו עסען. זיי זענען קרעציג און ראציג און טויגען נישט צו גארנישט, און פאר דעם טאקע זענען זיי אויס אזוי. מ'האלט נישט ביים זיך אויפפיהרען בעלעבאתיש און אויפריכטיג, און טאקע פאר דעם גייען אזויפיהל קינדער דארט אראפ פון אידישע וועג. און סתם אזוי, א אידיש קינד אן א שטריימעל?
ליטוואק: כ'פרוביר נאכצולויפן אלע דיינע ארטיקלעך, וואס וואקסען ארויס ווי שוועמעלעך נאך א רעגן, כ'פרוביר זיי צו ליינען און לייקן, כ'ווייס נישט צו כ'וועל אנקומען היינט אלעס צו לייקן וויל איך נאר מאכן א גילוי דעת, והריני מכוון מעתה על כל ארטיקל ותגובה של ליטוואק היום ערש"ק פרשת קרח שיהא כאילו לייקתיהו בכל הלייקים.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
I'm a celebrity! I have a stalker!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא